זיך שפארן בעטערי

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

תמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 10:41 pm

זיך שפארן בעטערי

תגובהדורך תמים » מיטוואך אוגוסט 05, 2009 7:50 pm

איך האב יעצט געהערט זייער א גוטע טיפ. אז מען לעשט אויס דו בלו טוט קנעקשאן נוצט די בלעקבערי ווייניגער בעטרי. אויב איינער האט נאך טיפס וויאזוי מען קען זיך שפארן בעטערי וכו'. זאל מען פראבירן צו זיין א מזכה את הרבים

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך אוגוסט 05, 2009 8:00 pm

סעטן די בעקלייט צו א לאוער ברייטנעסס און שנעלער ווערן דיממער וכו', קלינגער שטילער, ווייניגער ווייברעיטן וכו'. די אלע זאכן סעיוון בעטערי זאפט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אוגוסט 05, 2009 9:02 pm

הערט אויס.. ווען די אינטערנעט איז נישט אין באנוץ, זאל מען מאכן זיכער אז ס'איז פארמאכט, ווען מ'דריקט די רויטע באטן, איז עס נישט פארמאכט, מ'דארף דריקן קלאוז, (רייט קליק, און גאנץ אונטען איז דא די קלאוז אפשען..) די בראוזער נוצט די מערסטע בעטערי..

אגב, איז כדי אנצושטעלן די בראוזער, אז ס'זאל זיך אויפמאכן צום "סטארט פעידזש".. נישט "האום פעידזש".. ווען איר קליקט אויף די בראוזער, אויב מאכצעכעס אויף צו בלעקבערי'ס האום פעידזש, אדער עני אנדערע וועב זייטל, דארפעס קודם לאודן די פעידזש, און נאכדעם קענסטו רייט קליקן, און אריינטייפן די אדרעסס, אבער אויב ס'איז אויף סטארט פעידזש, ווי נאר דו דריקסט די בראוזער, קענסטו גראד אריינטייפן די אדרעסס..

מ'קען עס אנשטעלן ביי אפשען'ס, בראוזער קאנפיגירעישען'ס, אינמיטן די פעידזש אויף די לינקע זייט, שטייט "סטארט פעידזש".. אויף די רעכטע זייט שטייט אדער "סטארט פעידזש", אדער "האום פעידזש", אדער "בוקמארק פעידזש".. סעלעקט "סטארט פעידזש".. דערנאך דריק "סעיוו"..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

ברוך_שמו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 02, 2009 9:22 am

תגובהדורך ברוך_שמו » מיטוואך אוגוסט 05, 2009 9:48 pm

וויכי.. דו ביסט בעסער ווי גוט!

גוט אייביג, און פארשטייט זיך אצינד אויך..

און איך האב נישט צופיל מוסיף צו זיין...
פאלגט נאר אויס אלע טיפס וואס ווערט אויבנדערמאנט, וועט די בעטערי אייערע זיך קיינמאל נישט פארלעשן...
ברוך הוא וברוך שמו.... איך בין דעם אייבירשטנ'ס א קינד!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך אוגוסט 05, 2009 10:17 pm

וויכי שכויח.
כ'אב עס אינזין געהאט צו שרייבן טאקע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

תמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 10:41 pm

תגובהדורך תמים » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2009 2:56 pm

וואס נוצט די ווייניגסטע בעטערי די רעג' בראוזער צו אפרע מיני צו באלד ?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2009 3:32 pm

אפערע מיני נוצט כמעט נישט קיין בעטערי..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

תגובהדורך ליפא » זונטאג אוגוסט 30, 2009 5:24 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:הערט אויס..
אגב, איז כדי אנצושטעלן די בראוזער, אז ס'זאל זיך אויפמאכן צום "סטארט פעידזש".. נישט "האום פעידזש".. ווען איר קליקט אויף די בראוזער, אויב מאכצעכעס אויף צו בלעקבערי'ס האום פעידזש, אדער עני אנדערע וועב זייטל, דארפעס קודם לאודן די פעידזש, און נאכדעם קענסטו רייט קליקן, און אריינטייפן די אדרעסס, אבער אויב ס'איז אויף סטארט פעידזש, ווי נאר דו דריקסט די בראוזער, קענסטו גראד אריינטייפן די אדרעסס..

שכוח וויכי, איך האב אלס געמיינט אז גוגעל'ס היים בלאט וועט זיין די בעסטע ווייל עס איז די שנעלסטע צו לאדענען, ממילא נוצט ער ווייניגער באטערי, לעצטענס האב איך אייך געפאלגט,
איך ווייס נישט איבער באטערי (עס איז שטארק מסתבר אז עס שפארט) אבער עס איז אסאך שנעלער און פראקטיש'ער אזוי

יישר כח
לעצט פאראכטן דורך ליפא אום זונטאג אוגוסט 30, 2009 5:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2457
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג אוגוסט 30, 2009 5:27 pm

טאקע פארגעסן צו אפגעבן א שכח... איך האב אויך געטוישט די סעיטינג און איך האב זייער הנאה דערפון! (נישט וועגן די באטערי נאר וועגן די שנעלקייט, אז איך קען גראד זאגן ווי ער זאל גיין אן דארפן ווארטן ער זאל לאדען די היים בלאט).

יישר כח

אוועטאר
מקוה נייעס
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2009 6:46 pm

תגובהדורך מקוה נייעס » זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 9:12 am

איך האב מיך געקויפט א איבריגע בעטטערי נישט צו בלייבן שטעקן אינמיטן טאג ווען די בעטערי ווערט אויסגעניצט, אבער פארשטייט זיך אז כדי הנאה צו האבן פון דעם דארף עס זיין ריטשארדזשט.

ווייסט איינער אויב ס'איז דא א וועג צו ריטשארדזשען א ב"ב בעטערי אן עס דארפן אריינלייגן אין די פאון.
מיין סעלפאון סטאר טענה'ט אז ס'איז נישט דא א עקסטערע ריטשארזשער פאר א ב"ב בעטערי

ווייל ביז היינט ווען איך וויל האבן ביידע בעטעריס ריטשארדזשט דארף איך אינמיטן די נאכט אויפשטיין און ארויסנעמען די בעטערי פון די ב"ב וואס איז שוין פיל, און אריינלייגן דאס צווייטע אז ביז אינדערפרי האב איך צוויי פילע בעטעריס.
הגם איך שטיי אויף געווענטליך סייווי א פאר מאל אינמיטן די נאכט פאר די קינדער, אבער ס'וועט זיכער זיין גרינגער אויב ס'איז דא עפעס א וועג פאר דעם
זאג נאר די מקוה איז הייס?

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובהדורך שמיי_דריי » זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 9:23 am

איך ווייס פאר א פאקט אז עס איז יא דא א עקסטערע רעטשארטשער פאר א בעטערי..

גי אריין צו סעליולער פאר לעסס אין בפ ער פארקויפט עס...
א חתימה ברויך מען האבן ?

אוועטאר
מקוה נייעס
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2009 6:46 pm

תגובהדורך מקוה נייעס » זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 10:01 am

אינטערסאנט ווייל טאקע דארט האב איך געפרעגט דער גוי סטיווען און ער האט מיך דאס געזאגט, און ער האט מיך אפילו געוויזן זיין ב"ב אז ער האט א דאבעל בעטערי (דאס הייסט אז ער האט אינגאנצן אן אנדערן דעקל וואס ס'שטעקט זיך ארויס אזוי ווי די פארום פון א בעטערי און אינעווייניג האט ער א דיקע בעטערי וואס לעבט דאבל די צייט ווי א נארמאלע) אבער דאס האב איך נישט געוואלט קויפן ווייל איך דארף נישט מיין ב"ב זאל זיך ארויסשטעקן מער. אפשר וועל איך אריינגיין ווען שלום איז דארט און אים פרעגן
זאג נאר די מקוה איז הייס?

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2457
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 11:14 am

ס'איז זיכער דא איך האב געזען א בילד דערפון אויף אמעזאן, דארפסט א לינק?

אופס ניין קויף ענדערש ביי א אידן.

ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

תגובהדורך ליפא » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 10:39 pm

מקוה איד, דו מאכסט מיך לאכן, "סטיווען מיט זיין ב"ב....

ער האט מיא געוויזן אז ער האט נאר 10 ב"ב קאנטאקטס און "צעהנדליגער" ריקוועסטס וואס ער האט נישט אנגענומען

אוועטאר
Sprint
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 08, 2010 10:48 pm

תגובהדורך Sprint » מאנטאג דעצמבער 27, 2010 7:59 pm

מיין בעטערי פארט לעצטענס ווי וואסער? וואס קען איך טיהן??

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » מאנטאג דעצמבער 27, 2010 10:59 pm

ווען איך לאז אנגעצונדן מיין אפערא מיני, עסט דאס בעטערי ווי נאך א הונגער.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

arya1
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 24, 2010 9:15 pm

תגובהדורך arya1 » דינסטאג דעצמבער 28, 2010 12:33 am

מקוה נייעס האט געשריבן:אינטערסאנט ווייל טאקע דארט האב איך געפרעגט דער גוי סטיווען און ער האט מיך דאס געזאגט, און ער האט מיך אפילו געוויזן זיין ב"ב אז ער האט א דאבעל בעטערי (דאס הייסט אז ער האט אינגאנצן אן אנדערן דעקל וואס ס'שטעקט זיך ארויס אזוי ווי די פארום פון א בעטערי און אינעווייניג האט ער א דיקע בעטערי וואס לעבט דאבל די צייט ווי א נארמאלע) אבער דאס האב איך נישט געוואלט קויפן ווייל איך דארף נישט מיין ב"ב זאל זיך ארויסשטעקן מער. אפשר וועל איך אריינגיין ווען שלום איז דארט און אים פרעגן


איוב די ביסט נאך אינטערסירט אין די. recharger פאר די בעטערי לאז מיר וויסן איך וועל איך אי"ה העלפן!
Add me in GTalk Arya1ny@gmail.com

אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 1:18 pm

תגובהדורך חברותה » זונטאג ינואר 23, 2011 7:55 pm

איך האב געקויפט אויף eBay פאר מיין BB א בעטערי מיט א wall charger פאר $9 עס ארבעט זייער פיין ב"ה

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » זונטאג פאברואר 20, 2011 5:18 pm

ווער ווייסט ווי אזוי מען מאכט אויף די בב באלד די סעטינג וואס וויכי האט דערמאנט, אז עס זאל אנקומען צו די סטארט פעידש???
עס איז נישט די זעלבע, פשוט ווייל עס איז נישט דא די אפציע.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מאנטאג פאברואר 21, 2011 11:11 am

ברוך האט געשריבן:ווער ווייסט ווי אזוי מען מאכט אויף די בב באלד די סעטינג וואס וויכי האט דערמאנט, אז עס זאל אנקומען צו די סטארט פעידש???
עס איז נישט די זעלבע, פשוט ווייל עס איז נישט דא די אפציע.

איך האב דאס יעצט געמאכט ביי מיין בב באלד, אקוראט ווי וויכי האט געזאגט.
ביי די בראוזער גיי אריין אין אפשענס, און טוה ווי ווויכי הייסט:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:מ'קען עס אנשטעלן ביי אפשען'ס, בראוזער קאנפיגירעישען'ס, אינמיטן די פעידזש אויף די לינקע זייט, שטייט "סטארט פעידזש".. אויף די רעכטע זייט שטייט אדער "סטארט פעידזש", אדער "האום פעידזש", (אדער "בוקמארק פעידזש"..) סעלעקט "סטארט פעידזש".. דערנאך דריק "סעיוו"..
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מאנטאג פאברואר 21, 2011 11:14 am

Sprint navigation עסט געפערליך אסאך באטערי כל זמן ער איז נאר אפן, אפילו ער טוט גארנישט פאר דיר.

אגב, איז דא א וועג צו זעהן וועלכע פראגרעמס לויפן? ד.ה. אז זיי זענען נישט געהעריג פארמאכט געווארן
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מאנטאג פאברואר 21, 2011 11:23 am

נישט ווען מ'האלט געדריקט די האום באטאן?
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:46 pm

נישט די האום באטטען, די אפשען באטטען.

אדער דריק די אפשען באטטען און גיי צו סוויטש עפליקעישען.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:49 pm

גערעכט, נישט דא קיין האום באטאן, זיך אויפגעטוישט מיט דרויד.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דינסטאג פאברואר 22, 2011 10:52 am

ביי סוויטש אפליקעישן אדער אנהאלטן די אפשען באטען זעט מען פראגרעמס וואס זענען לעצטענס גענוצט געווארן, אפילו זיי זענען געהעריג פארמאכט געווארן.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079


צוריק צו “בלעקבערי ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט