הילף: הערץ קאר רענטעל - פאר ברוקלין'ער איינוואוינער

אלעס איבער קויפן, ליעסן, און רענטן א קאר

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

הילף: הערץ קאר רענטעל - פאר ברוקלין'ער איינוואוינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

איר האט שוין אוודאי מסתמא זיכער געהערט פון די קאר רענטאל פירמע "הערץ"!
יעצט, וואס איך וויל וויסן איז אזוי, זיי האבן א פראגראם מיטן נאמען "Number1 club" עס איז פריי זיך איינצושרייבן (זיי האבן אויך א "גאלד-קלוב" פראגראם, אבער ס'קאסט 60 $ יערליך מעמבערשיפ), די בענעפיט פון זיין א מעמבער איז א געוויסע פראצענט הנחה, און אויך רעכענען זיי נישט קיין אנדער-עידזש פי (35$ א טאג) פאר אינטער 25 יאר אויב ביסטו א קלוב מעמבער, און נאך מעלות, הקיצור, לכאו' קען מען גארנישט דערלייגן פון זיין א מעמבער.
אבל דא עקא, איך האב מיך אויפגעסיינט אלץ מעמבער, און איך האב געוואלט רעזערווירן א קאר בין איך שאקירט געווארן צו זעהן אז ס'קומט אויס א ריזיגן חילוק אין פרייז ווי ווען כ'רעזערוויר נישט אלץ מעמבער, עס איז אויסגעקומען אז אלץ מעמבער וועל איך צאלן מיט איבער 400 $ מער פער חודש פאר די זעלבע סארט רעזערוואציע! (טאג/פלאץ/סייז, וכדו')
האב איך גענישטערט אין זייער זייטל פרובירנדיג צו דערגיין סע'פשט פון דעם.. האב איך געפונען צווישן די קליינע שורות אז די איינוואוינער פון 3 קאונטי'ס אין ניו יארק זענען באשטראפט מיט א טעגליכען סורטשרדזש! ואלו הן: קווינס=6 פער טאג, בראנקס=18 א טאג, ואחרון חביב.. "ברוקלין" מיט 15 א טאג! וואס פאר א חודש קומט דאס אויס איבער 400 דאלער! (נישט דוקא ווען מ'דינגט עס אין די קאונטיס, נאר דזשאוסט ווייל מ'וואוינט דארט) וואס דאס איז די טשארדזש וואס איז מיר צוגעקומען אלץ מעמבער, וויבאלד אין מיין פרופייל ליגט מיין אדרעס אינפא. וואס זאגט קלאר אז איך וואוין אין ברוקלין..
פארשטייט זיך אז ס'ערשטע זאך האב איך געטוישט צו א אפסטעיט אדרעס (ערגעץ אין קרית אברכים...) און דאן בין איך טאקע לויז געווארן פון די טשארדזש,
די שאלה איז נאר, זיי וועלן דאך אוודאי זעהן מיין ריכטיגע אדרעס אויף מיין דרייווערס לייסענס וואס דארט שטייט קלאר אז איך וואוין אין ברוקלין ברידזש.. נו א"כ מה הועילו ה(אויבער)חכמים?.. נאר ווא דען? קודם קען איך זיי זאגן אז איך האב געמופט לעטלי קיין אויבער-סטעיט צו יענעם אנגעגעבענעם אדרעסע.. דארף זיי מיר גלייבן אויפן ווארט..
און צווייטענס ווייס איך פון עטליכע ברוקלין'ע אינגעלייט וואס האבן שוין אמאל געדינגן ביי זיי און ס'איז נישט געווען אזא טשארדזש, ע"כ וויל איך וויסן צו איינער דא האט עני עקספיריענס מיט הערצ'קא. איבער דעם נושא (און ווי אויך עניטינג עלס וואס קען זיין נוגע ווען מ'דינגט ביי זיי) ביטע מיטטיילן, א 'הערץ'ליכע דאנק.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

מפי הסברה שטעלט זיך (שטיי נישט דארט..) אויפן שכל אז זיי וועלן זיך נישט שטעלן דעראויף, נאכדערצו ווען די פיקסט עס אויף נישט אין ברוקלין (דרך אגב מיר ליגט אין קאפ אז זיי האבן נישט קיין לאקאל אין ברוקלין עני וועי), דעי חברה זיכן נישט צו האבן צופיל קאר'ס אויפן פארקינג לאט, סא ווען איינער וויל עס נעמען פאר א חודש וועלן זיי זיך לכוארה נישט שטעלן אויף דעם.

חוץ דעם ווערן די פאלעסי'ס געמאכט דורך די הויפט קוואטיר, אויב ס'בלייבט זיצן קארן דערלייגן ס'מערסטע די לאקאלע סטאנציע, ע"כ זעהט מען זייער אפט אז די לאקאל'ע קוקן אוועק ווי דער עולם טרעט אויף זייערע אויבערהאר'ס פאלאסי'ס, (עי' ענטערפרייז קארפערעד אקאנט'ס ודו"ק).

בכל אופן די בעסטע איז זיכער אויב איינער האט דאס שוין פרובירט, זאל ער זיך אוואדי מעלדן.
shtilerheit
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 4:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shtilerheit »

Yes they have a surcharge for brooklyn residents my friend just took a car and they told him that its more so he said his license does not have the correct address and it worked also they usually have discounts for amex cardmembers
אוועטאר
קוימען קערער
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 25, 2008 6:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוימען קערער »

זיי האבן (אמאל געווען 10%) א דיסקאונט פאר AAA מעמבערס
פון אן אלטער ליינער און א אינגער שרייבער
דער קוימען קערער
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

לאז, כ'האף אז זיי וועלן עס טאקע לאזן געמאכט.. האסט דאך א גוטע סברא.

למעשה האב איך גערופען איינעם וואס איז א שטיקל עידזשעינט פאר הערץ אין מאנסי, האב איך עם געפרעגט דערוועגן, ס'האט אויסגעקוקט ווי ער האט נאכנישט געהערט דערפון בעפאר, ער זאגט מיר אבער אז אויב מ'איז א "גאלד" מעמבער האבן זיי א ספעציעלע קאונטער ווי דארפסט נאר ווייזן די לייסענס און וואקסט ארויס מיט א שליסל! ד"ה זיי וועלן זיך נישט שטעלן דערויף (לכאו'),
די מעשה איז אבער אז ביי די לאקאציע ווי איך וויל עס אויפפיקן האבן זיי נישט די ספעציעלע גאלד מעמבער סערוויס, וועל איך קיין סך נישט מרויח זיין פון און ס'איז מיר סתם א שאד ווייל ס'קאסט עקסטער 60 $ צו זיין א גאלד מעמבער (חוץ אויב גאלד מעמבערס באקומען א גרעסערע דיסקאונט אדער אנדערע בענעפיטס) די סיבה פארוואס איך גיי דוקא צו יענע (White Plains, איינער האט שוין געדינגען דארט פון זיי?) לאקעישן איז ווייל איך באקום דארט גאר א גוטן דיעל וואס כ'טרעף נישט ערגעץ אנדערש
בכלל, ווייסט איינער א הסבר פונעם סורטשארדזש פאר איינוואוינער פון די קאונטיס? איז דאס אפשר בעיסד אן סטאודיס אז ס'געשעט מער קאר עקסידענטן דא? אתמהה..

שטילקייט, ייש"כ פאר די אינפארמאציע, גראדע האב איך Amex כ'האב אבער נישט געזען וויאזוי ס'זאל אויסמאכן.

אפיקוימען, כ'קען נוצן א צווייטענס AAA מעמבער נומער ? (איך בין נישט קיין מעמבער)
לעצט פארראכטן דורך צום זאך אום מיטוואך יולי 29, 2009 2:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35414
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אנטשולדיגט מיר אלע, מיין עקספיריענס מאז ומעולם איז אז הערטץ איז די טייערסטע, עס לוינט נישטאמאל צו פרובירן ביי זיי.

מיט די ברוקלין סוירטשארדזש זענען זיי נישט די איינציגסטע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

אויב דו ווילסט ווערן א גאלד מעמבער בחינם נאדיר א לינק.
קליק אויף די לינק און פאלאו די אינסטראקשענס, איינמאל דו ביסט שוין ביי הערצ'ס וועבזייטל קענסטו שוין אריינלייגן דיין אייגענע אינפאו, אבער די זעכציג דאלער גייט ווערן געוועיווט.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

א גרויסן ייש"כ ר' סאדע פלעשל!
יעך האב עס פרובירט און ס'איז סוקסעספול דורך ב"ה, די פראבלעם איז נאר, אז זיי שרייבן אז די "גאלד" בענעפיטס וועט הערשט אריינגיין אין קראפט נאר נאך מיין ערשטע רענטאל ביי זיי.. און איך גיי דאך יעצט די ערשטע מאל צו זיי..
איז דא וויאזוי זיך אן עצה צו געבן מיט דעם אויכעט?

פארשלאפן לעבן, ביי אונז איז אויך געווען אזוי אנגענומען מיט א פשטות, און איך פלעג קיינמאל נישט קוקן אויף זייער זייט.. נאר יעצט ווען איך האב אזוי גענישטערט אויפן געוועב פאר א ביליגן חודש'ליכען פרייז דורך "קאר רענטעל'ס.קאם" האב איך באמערקט אז זיי זענען געווען די ביליגסטע! (נאר אין יענע לאקאציע)
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

דאס אז די גאלד בענעפיטס באקומט מען ערשט נאך די ערשטע רענטעל, מיינט אזוי, א גאלד מעמבער דארף נישט גיין צו די דעסק, ער מאכט א רעזערוועישן, און ווען ער קומט אן ווארט אים די קאר אפ מיט די שליסלעך אינעווייניג, ער דארף עפעס סיינען און ער פארט ווייטער, מען מוז נישט גיין צו א דעסק און אויספילן פארמס.
דער בענעפיט באקומט מען נאר נאך דעם וואס מען האט שוין איינמאל געדונגען, און זיי האבן שוין זיכער געמאכט אז אט א דאס איז דיין נאמען מיט דיין לייסענס וכו'.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע מענטש »

סאדע_באטל האט געשריבן:דאס אז די גאלד בענעפיטס באקומט מען ערשט נאך די ערשטע רענטעל, מיינט אזוי, א גאלד מעמבער דארף נישט גיין צו די דעסק, ער מאכט א רעזערוועישן, און ווען ער קומט אן ווארט אים די קאר אפ מיט די שליסלעך אינעווייניג, ער דארף עפעס סיינען און ער פארט ווייטער, מען מוז נישט גיין צו א דעסק און אויספילן פארמס.
דער בענעפיט באקומט מען נאר נאך דעם וואס מען האט שוין איינמאל געדונגען, און זיי האבן שוין זיכער געמאכט אז אט א דאס איז דיין נאמען מיט דיין לייסענס וכו'.


אויב וויל איך אויסוועלן א קאליר קאר. וועל איך עס קענען טון אויב בין איך א גאלד מעמבער ?
גלעזער
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלעזער »

The link for free gold member didnt work for me is something wrong with it?
תורה לערנער
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תורה לערנער »

גלעזער האט געשריבן:The link for free gold member didnt work for me is something wrong with it?

its from 7 years ago
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1758
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

א פיינע מענטש האט געשריבן:
סאדע_באטל האט געשריבן:דאס אז די גאלד בענעפיטס באקומט מען ערשט נאך די ערשטע רענטעל, מיינט אזוי, א גאלד מעמבער דארף נישט גיין צו די דעסק, ער מאכט א רעזערוועישן, און ווען ער קומט אן ווארט אים די קאר אפ מיט די שליסלעך אינעווייניג, ער דארף עפעס סיינען און ער פארט ווייטער, מען מוז נישט גיין צו א דעסק און אויספילן פארמס.
דער בענעפיט באקומט מען נאר נאך דעם וואס מען האט שוין איינמאל געדונגען, און זיי האבן שוין זיכער געמאכט אז אט א דאס איז דיין נאמען מיט דיין לייסענס וכו'.


אויב וויל איך אויסוועלן א קאליר קאר. וועל איך עס קענען טון אויב בין איך א גאלד מעמבער ?

גאלד בענעפיט'ס איז געווענליך די מערסטע אין עירפארט (ביי די לאקאל פלעצער קענסטו שטיין אין א ספעציעלע שורה ווייל דו ביסט א גאלד מעמבער.....)
אין עירפארט קענסטו אינגאנצן בייפעסן די קאונטער, אדער נעמען עני קאר פון די גאלד טשאויס פלאץ, אבל דא עקא אז ס'איז רוב מאל ליידיג יענע פלאץ אדער ליגט עס אנגעפילט מיט גאר קליינע קארס,
לגבי די קאליר קאר קענסטו געווענליך אויסוועלן טאמער א מענטש סערווירט דיר,

חוץ פון דעם איז "הערץ" זייער ווייט פון א ציוויליזירטע קאמפאני זייער סערוויס איז שלעכט און זיי האבן א קנאפע פראבלעם דיר אויסצושפילן אפילו דו האסט געהעריגע רעזערוועישאנס
שרייב תגובה

צוריק צו “קאר דילערשיפ”