רבי יצחק אייזיק טויב מקאלוב זי"ע - ז' אדר ב' תקפ"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22336
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יולי 16, 2009 7:48 am

ווייסט איינער דא ווי אזוי איז ר' יואל צבי לאנדא געווען "דור רביעי לר' אייזיקל קאלובער"?

אוןו ווער ווייסט פון וואנעט ר' ברוך אמסעל זז"ג האט גענומען אז ער איז געווען קאלובער ראש ישיבה? איז דען געווען דאהי אין אמעריקא א קאלוב'ער ישיבה אין די תר"ס יארן?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 16, 2009 10:36 am

פארשלאפן,
ר' ברוך אמסעל האט ערהאלטן דעם בילד מיט די אינפארמאציע פון אן אייניקל, איך וועל פרובירען צו שאפען מער חומר ווי ווייט מעגליך.

דערווייל קען איינער אויסרעכענען די קינדער פון דעם הייליגען קאלובער צדיק? דא האבן מיר דערווייל גערעדט פון צוויי זוהן;
א. ר' משה חיים מקאלוב-זידיטשוב
ב. ר' יעקב
לעצט פאראכטן דורך מיללער אום דאנארשטאג יולי 16, 2009 11:06 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » דאנארשטאג יולי 16, 2009 10:44 am

מיללער האט געשריבן:פארשלאפן,
ר' ברוך אמסעל האטערהאלטן דעם בילד מיט די אינפארמאציע פון אן אייניקל, איך וועל פרובירען צו שאפען מער חומר ווי ווייט מעגליך.

דערווייל קען איינער אויסרעכענט די קינדער פון דעם הייליגען קאלובער צדיק? דא האבן מיר דערווייל גערעדט פון צוויי זוהן;
א. ר' משה חיים מקאלוב-זידיטשוב
ב. ר' יעקב

ג. ר' לייבוש דומ"ץ ראצפערט.
ד. ר' מאיר
ה. ר' יחזקאל
ו. ר' אשר

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 16, 2009 11:25 am

איז דער ר' משה טויב ב"ר מנחם אלטיר מסיגעט מח"ס חרש וחושב פון די משפחה, אויב יא וויאזוי גייט זיין יחוס צו ר' אייזיקל?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4789
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג יולי 16, 2009 12:08 pm

מיללער האט געשריבן:יישר-כח הרב לעווי.

לויט ווי עס ווערט דארט דעמארנט איז דער קאלובער רבי שליט"א פון ארץ ישראל א זוהן פונעם ראזלא רבי ר' יהודה צבי, הייסט דאס אז ער איז אן עלטער-פעטער פארן קאלובער רבי פון וומ"ס.

איך האב יעצט געפונען א דבר חידוש, אז דער קאלובער רבי פון ארץ ישראל ר' מנחם מענדיל טויב האט געוואוינט אין בארא פארק משנת תש"ו ביז תשכ"ג, ער האט זיך גערופען דער ראזלער קאלובער רבי.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22336
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יולי 16, 2009 12:15 pm

בן בוזי האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:יישר-כח הרב לעווי.

לויט ווי עס ווערט דארט דעמארנט איז דער קאלובער רבי שליט"א פון ארץ ישראל א זוהן פונעם ראזלא רבי ר' יהודה צבי, הייסט דאס אז ער איז אן עלטער-פעטער פארן קאלובער רבי פון וומ"ס.

איך האב יעצט געפונען א דבר חידוש, אז דער קאלובער רבי פון ארץ ישראל ר' מנחם מענדיל טויב האט געוואוינט אין בארא פארק משנת תש"ו ביז תשכ"ג, ער האט זיך גערופען דער ראזלער קאלובער רבי.

עי' המאור תמוז תשכ"ג
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4789
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג יולי 16, 2009 12:35 pm

שמה מצאתיה
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 16, 2009 2:44 pm

farshlufen האט געשריבן:ווייסט איינער דא ווי אזוי איז ר' יואל צבי לאנדא געווען "דור רביעי לר' אייזיקל קאלובער"?

אוןו ווער ווייסט פון וואנעט ר' ברוך אמסעל זז"ג האט גענומען אז ער איז געווען קאלובער ראש ישיבה? איז דען געווען דאהי אין אמעריקא א קאלוב'ער ישיבה אין די תר"ס יארן?


אויפן 'קאנטאקט' בלאט ביי ר' ברוכ'ן שרייבט טאקען איינער בשם (אדער בניק) 'אלעזר שלעזינגער' אז דער ר' יואל צבי לאנדוי איז זיין עלטער זיידע און ער ליגט אין די שינאוואר חלקה אין די רודף שלום ביה"ח פון סייפרעס הילס, אויב גיט דאס עפעס א ווייטערדיגע שטויס פאר אונזערע זיכערס.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יולי 28, 2009 2:43 pm

עטליכע ביאגראפישע שטריכען איבער אדמור"י בית קאלוב.
(בדרך אגב, דער דערמאנטער ר' משה טויב מח"ס חרש וחושב, איז נישט געווען קיין אייניקל פון ר' אייזיק'ל קאלובער, ער איז אנגעבליך געווען א קרוב משפחה).
צוגעלייגטע
0099.gif
0099.gif (28.22 KiB) געזעהן 5093 מאל

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דינסטאג יולי 28, 2009 4:19 pm

ב''ה
האדמו''ר מקאלוב שהי' גר בבארא-פארק הי' הרה''צ ר' מנחם שלמה זצ''ל שעבר אח''כ לוומ''ס ב''ד רמ''מ הי' גר בקליוולאנד ומשם עבר לבענסענהוירטס ומשם
לראשון לציון ומשם לבני ברק בב' מקומות ומשם לירושלים עיה''ק לעת עתה.
אודות ר' יואל צבי לאנדוי הדבר צריך בירור אצלי על המציבה כתוב שהי' בן שיבעים שנה כשנפטר בשנת תרס''ה א''כ נולד בשנת תקצ''ה ח' שנה אחר פטירת
הרה''ק מקאלוב זי''ע .א''כ איך הוא נכד וויאלאפאלי והרה''ק מוויאלאפאלי נפטר בשנות תר''כ אני לא זוכר בדיוק מקום מנוחתו הוא ע''י הרה''ק בעל מאור-ושמש
בקראקא .

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דינסטאג יולי 28, 2009 4:24 pm

ב''ה
עוד דבר צריך בירור ..........שמו הוא יואל צבי בן ר' יעקב ,,יצחק,, וכפי שכתבתי הוא נולד בשנת תקצ''ה ח' שנים אחר פטירת אבי זקינו ששמו הקדוש הוא
יצחק-אייזיק .א''כ הוא נכד מצד אימו כי אביו הי' בחיים חיותו ביחד עם הרה''ק הנ''ל .

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דינסטאג יולי 28, 2009 4:28 pm

מיללער האט געשריבן:פארשלאפן,
ר' ברוך אמסעל האט ערהאלטן דעם בילד מיט די אינפארמאציע פון אן אייניקל, איך וועל פרובירען צו שאפען מער חומר ווי ווייט מעגליך.

דערווייל קען איינער אויסרעכענען די קינדער פון דעם הייליגען קאלובער צדיק? דא האבן מיר דערווייל גערעדט פון צוויי זוהן;
א. ר' משה חיים מקאלוב-זידיטשוב
ב. ר' יעקב

ב''ה
לפי המקובל במשפחת הרה''ק מקאסאני שהם נכדי ר' משה-חיים הנ''ל הוא נפטר חודש לפני חותנו הרה''ק הרבי בעל עטרת צבי נבג''מ :

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יולי 28, 2009 5:06 pm

הרבד"צ אייערע קשיות זענען טאקע וויכטיג מעורר צו זיין און פרובירען צו דערגיין מער אודותיו.

דער בילד פונעם מצבה במילאו, הרב ר' מיילעך וועט זיכער געדענקען די פונקטליכע יארצייט פון ר' שלמה זלמן מווילעפאלי זצ"ל.
צוגעלייגטע
yoel-tzvi-landau.jpg

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22336
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יולי 28, 2009 5:12 pm

badatz האט געשריבן:ב''ה
האדמו''ר מקאלוב שהי' גר בבארא-פארק הי' הרה''צ ר' מנחם שלמה זצ''ל שעבר אח''כ לוומ''ס, ב''ד רמ''מ הי' גר בקליוולאנד ומשם עבר לבענסענהוירטס ומשם
לראשון לציון ומשם לבני ברק בב' מקומות ומשם לירושלים עיה''ק לעת עתה.

איר האט געזען דעם צוגעברענגטן המאור? דארט זעהט נישט אזוי אויס.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » דינסטאג יולי 28, 2009 5:21 pm

מצבת מהרש"ז מוויעליפאלי:
צוגעלייגטע
33קראקא%20(24)[1].JPG

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

וועלכע יאר שטייט דארט ר' מיילעך, תרט"ו אדער תרכ"ו?

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » דינסטאג יולי 28, 2009 5:48 pm

תרי"ח " תרח"י"

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4789
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג אוגוסט 16, 2009 2:33 pm

אין מאמר 36 פון וקשטין (המודיע שבט תשס"ח) שרייבט ער אז דער ר' יואל צבי לאנדא הנ"ל איז א זיידע פאר הגה"ח המפורסם ר' אליעזר דוד פרידמאן, ער איז געווען פון די חשובע חסידים ביים דברי חיים, לפי מסורת משפחתי גייט דער יחוס צום קאלובער אזוי: רבי יואל צבי בן רבי יעקב יצחק לאנדא שנשא את הרבנית מרת ביילא ע"ה, שהיתה בתו של רבי יחזקאל טויב בנו של הרה"ק רבי יצחק אייזיק מקאליב זי"ע.

אבער לגבי זיין יחוס צום וויעליפולער איז נישט קלאר, אבער ס'איז זיכער אז זיי האבן געהאט קירבת משפחה מיט וויעליפאלי ווייל ר' אליעזר דוד ווייסט צו זאגן אויף אזוי ווייט אז דער וויעליפולער פלעגן זיי רופן דער וויעליפאלער פעטער.

וקשטין לייגט אהן דער טעות אז היות בשנת תרס"ה איז ר' יואל צבי דא געווען אליינס האט דער כותב המציבה זיך פארגרייזט און געשריבן נכד וויעליפולי בשעת ס'איז בלויז געווען עפעס קרבת משפחה.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 5:06 pm

אינטערסאנט מען דערמאנט נישט די איבער געארבעטע מקום מנוחה והמסתעף אין קאלוב,
געבויט דורך הרה"צ ר' יהושע שלום ווייס בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא-ב"פ שליט"א,
וואס חזקתם בידם על פי צוואת הקדוש מ'קאלוב לבני ר' שמואל צבי הראשון צו זאגן קדיש און האלטן די יאהרצייט.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3083
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

רבי יצחק אייזיק טויב מ'קאליב זי"ע. ז' אדר ב' תקפ"א

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 2:53 pm

דער מפורסם'דיגער אונגארישער צדיק, רבי יצחק אייזיק טויב זי"ע פון קאליב, איז געווען א תלמיד מובהק פון רבי ר' שמעלקע פון ניקעלשבורג זי"ע. עס דערציילט די חסידישע אגדה א מערקווערדיגער סיפור ווי אזוי ער איז אנגעקומען צום רבי'ן ר' שמעלקע.

אלס קינד איז ר' אייזיק'ל געווען א יתום. זיין מוטער איז געווען גאר ארעם און האט נישט געהאט קיין געלד צו צאלן פאר שכר לימוד. האט דער קליינער יתום'ל אייזיק געפאשעט די גענז פון א רייכן דארפס איד, און אזוי ארויסגעהאלפן ברענגען פרנסה אין שטוב.

דער בארימטער צדיק ר' ליב שרה'ס האט זיך דערוואוסט אז אין אן אונגארישער דארף געפינט זיך א קינד מיט א זעלטן הויכע נשמה. כדי די נשמה זאל חלילה נישט גיין לאיבוד אלס פאסטוך אין דארף, איז ר' לייב שרה'ס אהינגעפארן און איבערגערעדט די מאמע אז זי זאל אים איבערגעבן דאס קינד צו האדעווען. דערביי האט ער איר צוגעזאגט אז ער וועט אים אריינשטעלן אין א פיינע ישיבה וואו מען וועט זיך זארגן פאר זיין גשמיות'דיגע און רוחניות'דיגע באדערפענישן.

די מוטער האט געזעהן אז דא שטייט פאר איר א געהויבענער איד, און עס האט איר געפרייט דאס הארץ אז איר געראטן קינד וועט האבן א תכלית אויף דעם וועלט. זי האט זיך דאן געשטארקט אויף אירע מוטערליכע געפילן, און מיט פרייד האט די אידישע מאמע אוועקגעשיקט איר קינד לערנען תורה.

ר' ליב שרה'ס האט איבערגעלאזט א שיינע מטבע פאר די מוטער, און אוועקגעפירט דעם קליינעם אייזיק'ל צום רבי'ן ר' שמעלקע וועלכער האט אים גענומען אונטער זיינע פליגל און מגדל געווען ווי אן אייגן קינד.

פון אט דעם גענז פאסטוך איז ארויסגעוואקסן דער וועלט בארימטער הייליגער קאליבער צדיק, וועמענ'ס הארציגע, הימלישע לידער זינגען נאך אידישע קינדער עד היום און דערקוויקן זיך די נשמה מיט די ג-טליכע טענער.

--

פון צדיק רבי אייזיק'ל קאליבער האבן אונגארישע אידן – אפילו נישט חסידים – נאכדערציילט אן א שיעור מופתים.

צווישן די חסידים פון קאליבער צדיק איז געווען איינער א גוט באזיצער, רבי אבלי פון טירנוי. דער דארפס איד איז געווען א גביר, און פלעג אויסהאלטן דעם רבי'ן מיט כמעט אלע הצטרכות'ן. דער צדיק האט אים דערפאר מכיר טובה געווען און איין מאל א יאר האט ער שבת געהאלטן ביים אים אין גוט.

אמאל ווען דער קאליבער רבי איז געווען צו גאסט ביי ר' אבלי טירנויער, איז מען אינמיטן קבלת שבת געקומען צו לויפן מיט א געשריי צום צימער וואו דער רבי האט געדאוונט מיט זיין מנין, אז אין די וועכטער בודקע האט אנגעהויבן ברענען א פייער און אלע תבואות וואס ליגן שוין גרייט אנגעהויפנט אין פעלד זענען אין געפאר פארברענט צו ווערן. פון שרעק און זארג איבער די גרויסע שאדן וואס ווארט אים אפ, האט רבי אבלי געוואלט ארויסלויפן און גיין זעהן וואס און ווי אזוי מען קען ראטעווען, אבער רבי אייזיק'ל האט אים א כאפ געגעבן ביים האנט און געזאגט מיט א רואיגקייט: "ווארט נאר א מינוט ר' אבלי. איך וויל דיר דערציילן א מעשה'לע."

פאר ר' אבלי פלאצט שיעור די געדולד און זיין הארץ איז אנגעפולט מיט אדם בהול על ממונו'דיגער שרעק, דאך האלט ער זיך פעסט מיט גרויס אמונת חכמים און הערט אויס דעם רבי'ן מיט דרך ארץ. און דער רבי האט אנגעהויבן דערציילן:

ביים רבי'ן רבי בער פון מעזריטש זי"ע האט געדינט אלס אויוון הייצער דער רבי ר'
זושא וועלכער איז נאך דאן געווען אין זיינע יונגע יארן. קיין אנדערן האט מען נישט צוגעלאזט אנהייצן דעם אויוון, דען דער מעזריטשער מגיד פלעג זאגן: מיין זושא מאכט מיר ווארעם אין אלע גלידער, סיי די קערפערליכע גלידער און אין די נשמה...

אמאל אין א ווינטער'דיגן פרייטאג נאכמיטאג האט דער רבי ר' זושא גוט איינגעהייצט דעם אויוון. ער האט נישט געזשאלעוועט קיין האלץ, ווייל די ציפעדיגע פראסט אויפ'ן גאס האט אריינגעדרינגען אין די ביינער. זאל כאטש אין ביהמ"ד זיין ווארעם! רבי זושא האט געענדיגט זיין ארבעט און זיך אוועקגעזעצט אין א ווינקל זאגן שיר השירים מיט א הייליגער ברען.

אבער פון די גרויסע היץ אין אויוון, האט זיך אנגעכאפט די נאענטע וואנט וועלכע איז געווען פון טרוקענע האלץ. די וואנט האט אנגעהויבן ברענען, און דער עולם האט געמאכט א געוואלד. מען איז געקומען צו לויפן צום אויוון הייצער ער זאל זעהן אויסלעשן דעם פייער. און רבי זושא, ווי גלייך נישט אים מיינט מען. ער זאגט ווייטער שיר השירים מיט גרויס התלהבות.

"געוואלד זושא, וואס שווייגסטו?" האבן די אנוועזענדע געשריגן. "די פייער דראעט דאך צו פארברענען די גאנצע שוהל! לויף גיך ברענג וואסער און שטיל איין דעם אויוון!"
"צו וואס דארף מען וואסער?" האט דער רבי זושא געפרעגט בתמימות. "עס שטייט אין די תורה ותשקע האש – דאס פייער האט זיך איינגעשטילט. און די תורה - ווייסן מיר דאך - איז א נצחית!"

אזוי ווי רבי זושא האט ארויסגעזאגט די ווערטער האט זיך די פייער אויסגעלאשן פון זיך אליין! האט דערויף באמערקט דער רבי ר' בער, אז ביי ר' זושא'ן איז מקוים געווארן דער פסוק "יערף כמטר לקחי", זיין דיבור איז ווי א רעגן וואס לעשט אויס דעם פייער!

"הערסטו ר' אבלי!" האט דער קאליבער רבי פארענדיגט דעם סיפור נאך אנהאלטענדיג אים ביים האנט. "ר' זושא איז דאך גערעכט געווען. אין די תורה שטייט ותשקע האש – דאס פייער האט זיך אליין איינגעשטילט. און די הייליגע תורה איז דאך א נצחית!"

ביז אפאר מינוט זענען געקומען צו לויפן די משרתים פון ר' אבלי מיט די גוטע בשורה אז די פייער האט זיך בדרך נס פארלאשן און די סכנה איז פאריבער.

ווען דער טשארטקאווער רבי, רבי דוד משה זי"ע, האט געהערט פון איינע פון זיינע הייליגע ברודער נאכדערציילן דעם מעשה פון רבין ר' זושא, האט ער דערמיט אויסגעטייטשט א פסוק אין שיר השירים: "מה נעשה לאחותינו?" ווי אזוי קענען מיר העלפן די כנסת ישראל טאמער מען הערט נישט אויס אונזערע תפילות אין הימל? איז די עצה דערצו "ביום שידובר בה" – מען זאל נאכדערציילן מעשיות פון צדיקים וועלכע האבן א כח מעורר צו זיין רחמים אויבן.

זיעועכי"א

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4049
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 5:43 pm

א בילד מיוחס צו הרה"ק ר' יצחק אייזיק מקאליב זי"ע
[קרעדיט ש"ב יוסלמאן]
צוגעלייגטע
fggg.jpg
לחיים ולברכה!

בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 02, 2009 9:54 am

תגובהדורך בני יששכר » דאנארשטאג פאברואר 18, 2010 10:40 pm

אויב עס איז מעגליך זאל מען מאכן איין אשכול פון ר' אייזיקל

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » פרייטאג פאברואר 19, 2010 7:45 am

2 אשכולות אויף ר' אייזיק'ל קאלובער זצ"ל!
גבאים ביטע מאכן סדר.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » מוצ"ש פאברואר 20, 2010 9:20 pm

דער קאלובער רבי איז געווען דער ערשטער אונגערישער רבי, דער צווייטער אינגערישע רבי איז געווען דער ישמח משה, בדרך כלל האט מען אין אלע שולען אין אונגארען געדאוונט נסוח אשכנז, אבער נאנאש איז געווען א יוצא מן הכלל, אין נאנאשע שיל האט מען יא געדאווענט ספרד, און טאקע וועגן ביים חנוכת הבית האט מען גערופען די צוויי גרויסע אונגארישע רבי'ס דעם קאלובע רבי'ן אין דעם ישמח משה, בשעת ווען עס איז געקומען ארייצוגיין אינעם ביהמ"ד האט דער יש"מ געזאגט פאר ר' אייזיקעל קאלובע רב גייט איר קודם אריין, האט דער קאלובע רב געזאגט פאר'ן יש"מ אוהעלע רב גייט איר קודם אריין, אזוי איז עס געגאנגען אהין אין צוריק, ביז דער יש"מ האט געזאגט קאלובע רב ממ"נ דארפט איר קודם אריינגיין, זענט איר גרעסער דארפט איר דאך קודם אריינגיין, און ווידער בין איך גרעסער הייס איך אייך קודם אריינגיין.

נאך איז געווען ביי יענע חנוכת הבית, דער יש"מ האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה, און דער קאלובע רב איז געווען אינדרויסן אין א שטיב נעבן ביהמ"ד, דער יש"מ האט מעורר געווען דעם עולם צו תשובה, און ער האט אזוי לאנג פארפירט ביז עס איז געגאנגן אזאנע בכיות אז דער קאלובע רב האט דאס דערהערט, און ער האט זיך אנגעריפן וואס וויל דער אוהעלע רב פין זיי, אזוי וואו דער קאלובע רב האט דאס ארויסגעזאגט האט זעט אויס דער יש"מ דערשפירט (מיט רוח הקודש) וואס דער קאלובע רב זאגט און האט תיקף גענדיגט מיט'ן דרשה.

איך האב שוין נישט קיין געדולד ווייטער טייפען פארשלאפן נעם איבער דאס ווארט, קיינער זאל זיך נישט שטיפן נעקסט איז מען מכבד איך הער, עס איז א פעסטע סדר דא ביטע נישט אריינהאקן.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22336
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג פאברואר 22, 2010 10:44 am

קאנאו, מיט דעם ר' משה חיים'ס רעבעצין איז געווען די מעשה מיט אברהם ושרה ביים ליל הסדר:
badatz האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:דערווייל קען איינער אויסרעכענען די קינדער פון דעם הייליגען קאלובער צדיק? דא האבן מיר דערווייל גערעדט פון צוויי זוהן;
א. ר' משה חיים מקאלוב-זידיטשוב
ב. ר' יעקב

ב''ה
לפי המקובל במשפחת הרה''ק מקאסאני שהם נכדי ר' משה-חיים הנ''ל הוא נפטר חודש לפני חותנו הרה''ק הרבי בעל עטרת צבי נבג''מ :
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט