הילף צו באקומען פארצייטישע רעקארדס פון די פוילישע רעגירונג

שטאטישע פראגראמען און לעגאלע דאקומענטן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

הילף צו באקומען פארצייטישע רעקארדס פון די פוילישע רעגירונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישע »

איך ווייס אז מ'קען היינט באקומען רעקארדס פון אונזערע זיידעס און באבע'ס פון פאר'ן קריג, איך האב אביסל געבלעטערט אויף jewish gen אבער איך פארשטיי נישט אסאך זאכן

וואס איז די נפקא מינה פון די רעקארדס פון די מארמאנס, און פון סתם די פוילישע רעגירונג,
וועלכע יארן איז יא דא, און פון וועלכע שטעט וכדו',
איך בין זיכער אז איך וועל מער קוקן דארט, וועל איך קלארער ווערן, אבער איך האב נישט קיין געדילט צו ליינען אזוי פיהל ענגליש,
קען איינער אפשר מסבר זיין היימיש גערעדט ווי אזוי דאס ארבעט,

איך מיין אז ס'איז דא גאנץ א שיינע עולם וואס אינטערסירט די זאכן
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

די מעטריקל ביכער Vital Records ד"מ: געבורט-הייראט-טויט שיינען Certificates,
פון רוב פוילן [א טייל גאליציא אריין גערעכענט] רוסלאנד קאן מען היינט שוין לעזן אויף דעם ברייטן געוועב,
ראמעניא [מאראמאראש אריין גערעכענט] קאן מען נישט באקומען, צוליב די רעגירונג-רעליגיע,
און וואו עס זעהט אויס וועלן זיי עס אין דער נאנטער אדער ווייטער צוקנופט נישט אזוי שנעל ארויס געבן.
ועמך כולם צדיקים
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

ביקסאד האט געשריבן:די מעטריקל ביכער Vital Records ד"מ: געבורט-הייראט-טויט שיינען Certificates,
פון רוב פוילן [א טייל גאליציא אריין גערעכענט] רוסלאנד קאן מען היינט שוין לעזן אויף דעם ברייטן געוועב


אפשר קענט איר געבן אנווייזונגען וואו אזוי מען קען עס טרעפן אויף די וועב? אפשר א לינק?
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
צורבא מרבנן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צורבא מרבנן »

ביקסאד האט געשריבן:די מעטריקל ביכער Vital Records ד"מ: געבורט-הייראט-טויט שיינען Certificates,
פון רוב פוילן [א טייל גאליציא אריין גערעכענט] רוסלאנד קאן מען היינט שוין לעזן אויף דעם ברייטן געוועב,
ראמעניא [מאראמאראש אריין גערעכענט] קאן מען נישט באקומען, צוליב די רעגירונג-רעליגיע,
און וואו עס זעהט אויס וועלן זיי עס אין דער נאנטער אדער ווייטער צוקנופט נישט אזוי שנעל ארויס געבן.

http://www.romaniatourism.com
ביי די וועבסייט קען מען באקימען ראמענישע דאקימענטס

/
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

לעווי האט געשריבן:אפשר קענט איר געבן אנווייזונגען וואו אזוי מען קען עס טרעפן אויף די וועב? אפשר א לינק?

דער פותח "פארצייטישע" האט שוין אן געגעבן jewish gen.
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

צורבא מרבנן האט געשריבן:ביי די וועבסייט קען מען באקימען ראמענישע דאקימענטס

איר האט פרובירט, אדער איר גיבט מיר זייער לינק, יאך האב אויך באקומען דורך זייער עמבעסי דאקומענטן פאר א אפצאל.
ועמך כולם צדיקים
צורבא מרבנן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צורבא מרבנן »

פארצייטישע האט געשריבן:איך ווייס אז מ'קען היינט באקומען רעקארדס פון אונזערע זיידעס און באבע'ס פון פאר'ן קריג, איך האב אביסל געבלעטערט אויף jewish gen אבער איך פארשטיי נישט אסאך זאכן

וואס איז די נפקא מינה פון די רעקארדס פון די מארמאנס, און פון סתם די פוילישע רעגירונג,
וועלכע יארן איז יא דא, און פון וועלכע שטעט וכדו',
איך בין זיכער אז איך וועל מער קוקן דארט, וועל איך קלארער ווערן, אבער איך האב נישט קיין געדילט צו ליינען אזוי פיהל ענגליש,
קען איינער אפשר מסבר זיין היימיש גערעדט ווי אזוי דאס ארבעט,

איך מיין אז ס'איז דא גאנץ א שיינע עולם וואס אינטערסירט די זאכן

ביי די מארמאנס זיי האבן ציזאם געקליבן רעקארדס פון יעדער שטאט פון אלע אידן ווייל זיי גלויבן אז מען גיסט אהן אידישע נעמען מיט קריסטליך וואסער וועט יאשקע פאנדראק ציריק ארויס פון די סאער ווי ער איז באגראבן אין אויסלייזן די וועלט, ציליב דעם האבן די נאציס געוויסט אויף אסאך געשמדטע יידן אז זיי זענען טאקע יידן אט וועגן דיע רעקארדס
מה שאין כן די רעגירונג זיי האבן פשוטע רעקארדס זיי האבן ניש צוזאם געשטעלט ווער איז א זוהן פון וועמען וכו' יידן אדער להבדיל גוים
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

היינט האט די דזשואיש דזשען אונגארישע גרופע אנאנסירט א פרישע זוכעדיגע דאטאבעיס פון די אונגארישע סענסוס אנגעפאנגען פון אזוי פרי ווי תק"ל, די אינפארמאציע איז צוזאמענגענומען געווארן אלס א יסוד אויף וואס צו בויען די סומע פונעם טאלעראנץ שטייער פון די צייטן פון מאריא טערעסא, [די וואס קענען אביסל די היסטאריע פון די טיילונג ווייסן גוט פון וואס דער מדובר איז], לכאורה איז דאס אן אומשאצבאר אוצר פאר אונגארישע אפשטאמיגע.

אונגארישע סענסוס
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אפשר באלאנגט טאקע דער אשכול אין 'זכור ימות עולם'?
אוועטאר
קבל את האמת
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קבל את האמת »

דער האט געמאכט פעמילי ביימער פאר אסאך פולישע און האלט עס און איין אפדעטין

http://www.ics.uci.edu/~dan/genealogy/K ... amily.html
למדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן »

איך האב אן אימעיל אדרעס פון א לאקאלן גוי אין רומעניע, וועלכער האט מיר עטליכע יאר צוריק געמאכט קאפיעס פון די ווייטעל רעקארדס פון די אידישע געמיינדע אין קלוזש [קלויזנבורג].

איך האב אים געגעבן לעצטע נעמען און נעמען פון שטעט[לעך] אין וואס איך בין געווען אינטערסירט, און בערך די דאטומען, און ער האט גענישטערט צווישן די דאקומענטן. אויב האט ער געפינען עפעס וואס האט אויסגעקוקט רעלעוואנט צו מיין אנפראגע, פלעגט ער מיר אימעילן די רויע אינפארמאציע וואס ער האט געטראפן, און אויב האב איך עס געדארפט, האט ער מיר געמאכט א קאפיע און עס מיר געשיקט אין די פאסט [פאר אן אפצאל, פארשטייט זיך].

לויט ווי ער האט מיר יעמאלט מסביר געווען, פלעגן די אידישע קהילות האלטן פונקטליכע רעקארדס פון געבורטן, הייראטן און נפטרים ל"ע, און לויט ווי ער זאגט געפינען זיך דארט רוב פון די רעקארדס פון די אידישע געמיינדעס אין די שטעט פון זיבענבירגען אין רומעניע.

איך ווייס נישט צי זיין אימעיל איז נאך אקטיוו, צי ער לעבט נאך וכו', ער איז געווען זייער רעלייעיבל מיט זיין אינפארמאציע, אבער וויבאלד איך האב נישט אזוי גוט 'געענדיגט' מיט אים (ער איז נישט געווען צופרידן ווי שנעל און וויפיל איך האב באצאלט...) - סאו, ממילא וויל איך נישט יעצט אים פרובירן נאכמאל קאנטאקטן און זען צי ער איז נאכמאאל גרייט פאר אזא ארבייט פאר א צווייטן, אבער אויב עמיצער איז אינטערסירט, קען מען זיך מיט מיר פארבינדן אין אישית, און איך וועל געבן זיין אימעיל אדרעס בתשו"ח.
שרייב תגובה

צוריק צו “דינא דמלכותא”