וויאזוי גרילט מען פלייש

עסן און טרינקען, גראסעריס און רעסטוראנטן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

וויאזוי גרילט מען פלייש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ביי משפחת שוועמל גרייט מען זיך אינגרויסן צו 'מאכן א גריל' די קומענדיגע זונטאג נאך ת"ב הבעל"ט.

דער גריל זעלבסט איז שוין געקויפט געווארן יענע וואך ביי די אראנזשישע "די היים דיפאט", אינאיינעם מיט די טשארקוילן און דער סטאר-מענטש האט נאך צוגערעדט צו קויפן אזא ליקוויד 'לייטער גאז' ווייל עס מאכט זיכער אז יעדער קויל וועט גוט ברענען. אויך אזא טשוואק אנצוכאפן די פליישלעך, הקיצור דער תאוה האט אפגעקאסט אפאר דאלער.

יעצט איז די שאלה וויאזוי גרילט מען? ווילאנג דארף עס ברענען, ווען לייגט מען ארויף די פליישלעך, ווילאנג דארף עס דארט זיין?
וואסערע פליישן איז גוט, ריב סטעיק, פלאנקען, מינוט סטעיק, צינג, בריסקעט, אדער פלעינע טשיקן בייליג?
דארף מען איינווייקן דאס פלייש בעפאר? מיט וואס?
וואס א חילוק פון וועל-דאן צי מידיום וועל-דאן?

איך בין א מוראדיגער אם הערץ אין הלכות גרילן, ווער עס האט גוטע רעצעפטן ביטע מפרסם זיין.



אגב, שוין צייט צו עפענען א 'קרעטשמע'טע'...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שוועמל: זע דא:
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

שוועמי, קיין גרויסע מבין בין איך נישט, אבער דאס זאגען אלע אז ווילאנג די קוילען ברענט לייגט מען נישט די פלייש, ווען די קוילען זעהן אויס ווי זיי שלאפען דאן איז די צייט...
אויב די קוילן שלאפען צי שטארק קענסטו מאכען גריפה וקטומה,
עיין הלכות שבת סי'רנג
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

farshlufen האט געשריבן:שוועמל: זע דא:

שכח פארשלאפן פאר די מראה מקום גארנישט מיט די גריל... נאר פשוט די משניות זכר חנוך וועט מיר צוניץ קומען אי"ה ..
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

שוועמעל, אין איינע פון די בינה'ס(די פרויען אויסגאבע) איז לעצטענס געווען א לענגערע אריכות ווי אזוי מסדר צו זיין דעם גאנצן עסק, פרעג אן ביי די קרעטשמעטעטעס וועלכע וואך.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2008 3:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך reb yid »

שוועמל! הלכות גריל איז אן איטרעסאנטן נושא. כ'האב נישט אזוי פיל צייט דיר צו ענטפערן, אבער קוק דא
http://answers.yahoo.com/question/index ... 254AAEuraw

http://www.ehow.com/how_2001111_grill-w ... steak.html

אויב די געבסט דיך נישט אן עצה, קאנטאקט מיך.
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

פארשלאפן,
כ'אב הנאה פון דיר...

א דאנק פאר אלע ענטפערערס! כ'על עס פרובירן דורכצוטון.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

Re: וויאזוי גרילט מען פלייש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

ווי איז דא א גיט פלאץ פאר א גריל צווישען מאנרא אין מאנסי?
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: וויאזוי גרילט מען פלייש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

KEWL האט געשריבן:ווי איז דא א גיט פלאץ פאר א גריל צווישען מאנרא אין מאנסי?

bear mountain is open?
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21067
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: וויאזוי גרילט מען פלייש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

לויט וויפל איך ווייס און אייגענע עקספיריענס
מען דארף באשמירן די אייזן מיט אליוו אויל און אויך די פלייש מיט אביסעל זאלץ און שווארצע פעפער
לאז די גריל ווערן אנגעהיצט פאר 5 צו 10 מינוט
לייג עס אריין און מאך עס צו פאר 5 מינוט נאכדעם דריי עס צו דו אנדערע זייט
די עיקר איז נישט עפענען און דרייען יעדע מינוט
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

Re: וויאזוי גרילט מען פלייש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

טעם וריח האט געשריבן:
KEWL האט געשריבן:ווי איז דא א גיט פלאץ פאר א גריל צווישען מאנרא אין מאנסי?

bear mountain is open?


זאגסט אדער די פרעגסט?
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
אוועטאר
מאנסי'ייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 11, 2020 4:52 pm

Re: וויאזוי גרילט מען פלייש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי'ייט »

איך גריל אסאך פאר מיין משפחה. עס איז זייער קאנוויענט, און לאזט די קיטשען בלייבן קלין, איך האב שוין אויך געליינט א דאזען ביכער אויף די נושא, מילא האלטעך מעך פאר א שטיקל מבין.

נארמאליזעם האט געשריבן:לויט וויפל איך ווייס און אייגענע עקספיריענס
מען דארף באשמירן די אייזן מיט אליוו אויל

רוב מענטשן טוהן טאקע אזוי, אבער עס פעלט לגמרי נישט אויס. די עיקר איז מען זאל נישט טרייען צו ריקן די פלייש ביז עס איז אינגאנצן געענדיגט אויף די זייט. איינמאל עס איז רעדי, דארף עס נישט צו קלעבן. אויב עס קלעבט יא אביסעל, קען מען מיט די פלאכע אייזענע כלי עס גרינג אפטיילען.

נארמאליזעם האט געשריבן: און אויך די פלייש מיט אביסעל זאלץ און שווארצע פעפער

בשר דארף מען טינקן אין א דיקע לעיער פון kosher salt און פעפער, און לאזן שטיין אפאר שעה. א ריכטיגע דריי אינטשיגע סטעיק (וואס איך ערלויב מיך ווען איך מאך א סיום) דארף מען שוין לאזן אזוי פון א נאכט בעפאר. אויסער די זאלץ און פעפער, כל המוסיף גורע

נארמאליזעם האט געשריבן:לאז די גריל ווערן אנגעהיצט פאר 5 צו 10 מינוט

יא, לאז די גריל אנקומען צו 500 דעגרי, פאר די לייגסט עפעס ארויף.

נארמאליזעם האט געשריבן:לייג עס אריין און מאך עס צו פאר 5 מינוט נאכדעם דריי עס צו דו אנדערע זייט

ווענצעך וואסערע פלייש, קאטלעטס איז גענוג 2 מינוט, א שטיק בשר, קען דויערן א האלבע שעה. די איינציגסטע וועג צו וויסן איז מיט א טערמאמעטער אין די פלייש

נארמאליזעם האט געשריבן:די עיקר איז נישט עפענען און דרייען יעדע מינוט

גערעכט!
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21067
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: וויאזוי גרילט מען פלייש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

די אויל אויף די אייזן איז צו מאכן די סימן שטערקער
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

Re: וויאזוי גרילט מען פלייש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

טונר מאכט א בעסערע ארבעט? קוילן? אדער ג'אז?
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וויאזוי גרילט מען פלייש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

קוילן לייגט אויך צו א געשמאקע פלעיוואר. בשעת גאז ברענט אים נאר, ער מאכט נאר די קאכען טייל.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
שרייב תגובה

צוריק צו “מאכלים”