ניגונים מקובל פון הימל

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

ניגונים מקובל פון הימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

כ'האב נישט געפינען קיין בעסערן נאמען פאר דעם אשכול, עס איז נישט דער בעסטער קעפל; אדרבה! - אויב האט איינער עפעס בעסערס זאל ער זיך מעלדן...

איז אזוי:
פאראן ניגונים וואס צדיקים האבן דערויף געזאגט גרויסע הפלגות, למשל, אין בעלז איז באקאנט א ניגון וואס לויט די לעגענדע האבן די לווים דאס געזינגען בשעת'ן מקריב זיין קרבנות; אין סלאנים איז באקאנט א ניגון וואס דערמיט איז נח אריין אין תיבה; אין וויזשניץ איז באקאנט א ניגון וואס דערמיט האט יעקב געפאשעט די שעף בבית לבן; פון הרה"ק ר' משה לייב סאסובער זצ"ל איז באקאנט א ניגון וואס דער באשעפער האט געזינגען ווען ער האט איבערגעהיפט אויף די אידישע הייזער ביי מכת בכורות, און געזינגען "דא וואוינט א איד, דא וואוינט א איד"...
אזוי איז פאראן אפשר הונדערטער ניגונים וואס קומט פון העכערע ערטער און האבן א הימלישע היסטאריע, און איך מיין לאו דוקא ניגונים וואס די אבות אדער תנאים האבן געזינגען, נאר אפילו אזעלכע וואס צדיקים האבן געהערט בבית דין של מעלה, א שטייגער ווי דער לקל אשר שבת פון ראפשיץ וכדו'...

האב איך געקלערט אז עס וועט זיין א דבר טוב צוזאמענצונעמען אלע אזעלכע סארט ניגונים לתוך פינדק אחד, יעדער וועט שרייבן וואס ער האט מקבל געווען מאבותיו ומרבותיו איבער אלע ניגונים, און אזוי וועט ארויסקומען א שלימות'דיגע ארבעט, דבר נאה ומתקבל.

מיט הצלחה...
לעצט פארראכטן דורך זיס אום זונטאג יולי 19, 2009 3:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

נו? הייב אן זיסקייט,

לקל אשר שבת - לובלין,
געהערט פון מלאכים

גיי ווייטער
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

פאראן א באקאנטער ניגון, וואס הרה"ק ר' מאטיל סלאנימער האט עס געהערט א איד זינגען שבת ביי דער סעודה, ער איז ארויף צו יענעם אינדערהיים און געפרעגט פון וואו דער ניגון שטאמט ווייל ער שפירט א מורא'דיגע קדושה ביי דער ניגון, האט אים דער איד געענטפערט, אז ער האט געהאט א טאטע וואס איז אמאל קראנק געווארן און ער האט אים געשיקט אסאך געלט אז ער זאל זיך קענען אויסהיילן און ער האט טאקע געהאט א רפואה; נאך א שטיק צייט איז דער טאטע ווידער קראנק געווארן, אבער דאס מאל האט נישט געהאלפן קיין דאקטוירים און דער טאטע איז נסתלק געווארן. דער זוהן האט געהאט פיל עגמת נפש דערפון ווייל ער האט געקלערט אז ער האט נישט גענוג געטאן צו העלפן זיין טאטע'ן.

איין נאכט חלומ'ט ער זיך אז ער איז אין גן-עדן און זעט זיין טאטע ליגן אויף א גאלדענע בעט און זאגט אים אז ער זאל נישט האבן קיין עגמת נפש ווייל ער איז אנגעקומען אויף א הויכן ארט אין גן-עדן, און די בעט איז געמאכט געווארן פון אלע גאלדענע רענדלעך וואס ער האט אים געשיקט...

דארט זייענדיג אין גן-עדן האט ער געהערט א מורא'דיגע ניגון, און דאס איז דער ניגון...

דער ניגון ווערט געזינגען היינט צו טאגס אין די סלאנימער הויפן אויף מגן אבות...
אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תו השמיני »

עס איז דא א ניגון וואס איז מיוחס אז יעקב אבינו פלעגט דאס זינגען בעת ער האט געפאשעט זיינע שעפעלעך.
די תווים פון די ניגון קען מען טרעפן און ספה"ק דעת קדושים להגה"ק מבטשוטש זצוקללה"ה (ליפא שמעלצער האט דאס געזינגען אויף זיין לעילא ולעילא אלבום)
"הניגון קולמוס הלב"
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

ווי קען מען פארגעסן
די סיגוט'ער חי ה'
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

און פון וואו שטאמט דער נוסח וואס די כהנים זינגען ביי ברכת כהנים ?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

ס'איז פאראן אין די וועלט עטליכע ניגונים וואס מען זינגט ביי ברכת כהנים;

איינע פון די ניגונים וואס מען זינגט אין די וועלט, ווערט דערציילט אז עס קומט פון אליהו הנביא אליין.
די מעשה גייט אז הרה"ק ר' חיימ'ל קאסובער פלעגט אלס קינד שלאפן אין איין צימער מיט זיין פאטער, הרה"ק ר' מענדעלע קאסובער זי"ע, איינמאל ביינאכט ווען דאס קינד האט זיך אויפגעכאפט פון שלאף האט ער געזען א פרעמדע איד זיצן אויף זיין פאטערס ארט, און נעבן אים אויף די זייט זיצט זיין פאטער; זיך אויפכאפנדיג הערט ער ווי זיין פאטער זאגט פאר דעם פרעמדן "ר' אלי' (אליהו), אפשר בענטשט איר מיין חיים מוניע?!", דאס קינד איז דאן צוגעגאנגען און אליהו האט ארויפגעלייגט זיינע הענט אויף דעם קינד'ס קאפ און געזינגען יברכך מיט אט דעם ניגון, וועלכער ווערט אנגערופן ביי די יודעי דבר "דער קאסובער דיכענען".
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

אויף די נייע אלבום "יענקל יענקל" פון אברהם פריד ווי ער זינגט אלטע חב"ד ניגונים, האט ער אויף די לעצטע טרעק א ניגון (אן קיין מוזיק) וואס מ'זינגט אין ליבאוויטש ביי ברכת כהנים, דאכצעך אז ביי זיי איז עס אויך מקובל פון זמן הבית..
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

אין ליובאוויטש איז מקובל (דער מהרש"ב נ"ע האט אויסגעלרנט דעם ניגון פארן חזן אין ליובאוויטש רבי יחיאל האלפערין ע"ה) אז דער ניגון וואס מ'זונגט ביי והכהנים אום יום הקדוש, האבן די כהנים געזינגען בשעת דער כהן גדול האט ארויסגעזאגט דעם שם, די ליובאוויטשע נוסח איז זייער ענליך צו די וועלטס נוסח
פאלגענד איז דער נוסח
אטעטשמענטס

[דער עקסטענשאן wma ארבעט נישט.]

א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

קען זיין איך פארפאר, אבער אין מיין מוח לויפט יעצט דורך: איך בין געווען א שלש סעודות ביי תולדות אהרן אזא 10 יאר צוריק, און זיי האבן דארט געזינגן מיינעך דעם "אין כאלוקינו", האט מען מיר געזאגט אז מיט דעם ניגון וועט מען ארויסגיין מקבל זיין פני משיח צדקינו.

ע"כ שמעתי, והשאר אני מניח על המבינים והחוקרים.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

איך ווייס נישט צי ס'איז די זעלבע ניגון, אבער איך בין אמאל געווען ביים טיש פון דער קאשוי'ער רב אין מאנסי, און מען האט געזינגען רננו צדיקים אויף א ניגון וואס מען זאגט פון ראפשיצער רב אז מיט דעם ניגון וועט מען מקבל זיין משיח... דער ניגון איז אויך אויפגעשפילט אין קול מבשר, ביי דעם אלטן איש את רעהו אפטיילונג, דארט איז געווען אן אפטיילונג פאר אלטע ניגונים, און דארט האט מען געשפילט דעם ניגון מיט די הקדמה פון ראפשיצער רב...

מען קען עס נאך אלס הערן אויף קול מבשר; דריקט נומער 2 אויפן מעין מעניו, דערנאך נומער 1, דערנאך נומער 8, איך ווייס נישט פונקטליך וועלכע נומער מען דארף דריקן דערנאך, אבער עס איז איינע פון די ניגונים דארט.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

איך האב אויך געהערט א ניגון וואס איז מקובל אז מ'וועט עס זינגען ווען דער גואל צדק וועט קומען בב"א
דאכט זיך אז ליפא זינגט עס אויף לעילא ולעילא.
(היות איך האב עס קיינמאל נאכנישט געהערט קען איך נישט זאגן אויף זיכער)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

אלף בית האט געשריבן:אין ליובאוויטש איז מקובל (דער מהרש"ב נ"ע האט אויסגעלרנט דעם ניגון פארן חזן אין ליובאוויטש רבי יחיאל האלפערין ע"ה) אז דער ניגון וואס מ'זונגט ביי והכהנים אום יום הקדוש, האבן די כהנים געזינגען בשעת דער כהן גדול האט ארויסגעזאגט דעם שם, די ליובאוויטשע נוסח איז זייער ענליך צו די וועלטס נוסח
פאלגענד איז דער נוסח


דער נוסח פון והכהנים איז ניגון צ"ט פון ספר הניגונים, אגב דאס וואס א"ב האט ארויפגעלייגט האט מוזיק (געשפילט דאכט זיך דורך אלי' ליפסקער וואס האט אפגעשפילט גאנץ ספר הניגונים) אינעם פאלגענדען לינק קען מען עס הערן אן מוזיק אויף זיבן זיבציג לייוו,

הרב אלף בית, איך האב כמעט די גאנצע סעט טעיפס פון דעם דערמאנטן אלי' ליפסקער וואס ער שפילט אפ די גאנצע ספר הניגונים, איך האב עס אבער נאר אויף טעיפס איז דא ערגעץ וואו מען אראפנעמען די גאנצע צום קאמפיוטער? אדער דו האסט יעצט אליין ארויפגעלייגט די ניגון?
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

אלף בית האט געשריבן:איך האב אויך געהערט א ניגון וואס איז מקובל אז מ'וועט עס זינגען ווען דער גואל צדק וועט קומען בב"א
דאכט זיך אז ליפא זינגט עס אויף לעילא ולעילא.
(היות איך האב עס קיינמאל נאכנישט געהערט קען איך נישט זאגן אויף זיכער)


קוק פריער האט שוין תו השמיני דערמאנט דערפון
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

ריכטיג, דער ניגון האט רבי אברהם שלום מסטראפקוב געזאגט אז דערמיט גייט מען מקבל זיין פני משיח.

דאס האב איך אייביג אנגעקוקט פאר א גאר מערקווירדיגע מימרא, ווער עס האט אביסל דורכגעטון רבי אברהם שלום זצ"ל ווייסט אז ער איז געווען א איש הפלא ופלא ולמעלה מהשגת אנוש, וכידוע די סיפור מיט די סאטמארע בחורים וועלכע זענען געפארן צו אים אויף שבת פ' כי תצא, און וויאזוי דער סאטמארער רבי זצ"ל האט רעאגירט און ארויס פון די כלים נאכדעם וואס זיי האבן אים איבערגעזאגט די תורה "איך האב נישט געוואוסט אז עס איז נאך דא איד אין דעם דור וואס קען זאגן אזאלכע תורה!"

איך ווייס נישט קיין קלארער מקור אויף דעם אויבנדערמאנטן מימרא פונעם משיח ניגון, אבער אז מען טראכט אריין וויפיל געוואגטקייט מען דארף האבן דאס צו זאגן. פאקטיש ווען משיח גייט קומען גייען מיר אים מקבל זיין, און פון וואו זאלן מיר וויסן אז מען דארף דאס זינגען?, פון וואו איז ער געווען אזוי זיכער אז דער ניגון וועט געדענקט ווערן? דאס מיינט אז עס גייט זיין א בחינה פון די שירה ביים ים אז יעדעם וועט בייפאלן דעם ניגון אויפאמאל?

קען זיין איך גיי שוין צו טיף, אבער איך טראג זיך שוין ארום מיט די מחשבות זינט איך האב געהערט די ערשטע מאל די מימרא.

אגב, די נאמען פונעם אשכול איז נאך אלץ נישט גוט, עס דארף זיין לדעתי: ניגונים ברוח הקודש
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

בןהרחמן האט געשריבן:
אלף בית האט געשריבן:אין ליובאוויטש איז מקובל (דער מהרש"ב נ"ע האט אויסגעלרנט דעם ניגון פארן חזן אין ליובאוויטש רבי יחיאל האלפערין ע"ה) אז דער ניגון וואס מ'זונגט ביי והכהנים אום יום הקדוש, האבן די כהנים געזינגען בשעת דער כהן גדול האט ארויסגעזאגט דעם שם, די ליובאוויטשע נוסח איז זייער ענליך צו די וועלטס נוסח
פאלגענד איז דער נוסח


דער נוסח פון והכהנים איז ניגון צ"ט פון ספר הניגונים, אגב דאס וואס א"ב האט ארויפגעלייגט האט מוזיק (געשפילט דאכט זיך דורך אלי' ליפסקער וואס האט אפגעשפילט גאנץ ספר הניגונים) אינעם פאלגענדען לינק קען מען עס הערן אן מוזיק אויף זיבן זיבציג לייוו,

הרב אלף בית, איך האב כמעט די גאנצע סעט טעיפס פון דעם דערמאנטן אלי' ליפסקער וואס ער שפילט אפ די גאנצע ספר הניגונים, איך האב עס אבער נאר אויף טעיפס איז דא ערגעץ וואו מען אראפנעמען די גאנצע צום קאמפיוטער? אדער דו האסט יעצט אליין ארויפגעלייגט די ניגון?


גמ"ח יוסף שלמה האט א סי די ניגוני חב"ד אלע אלי' ליפסקערס טעיפס מם פיי שלש, פאר פינף רייניש
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

די ניגון פון רא"ש סטראפקובער זינגט מען אין פשעווארסק אויף 'ברוך קל עליון' פון 'זכור' ביז'ן סוף. זיין זיידע דער דברי חיים האט געזאגט אז מיט דעם ניגון וועט מען מקבל זיין משיח. כך שמעתי בשם ר' יענקעלע זי"ע.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

יהיה כן האט געשריבן:גמ"ח יוסף שלמה האט א סי די ניגוני חב"ד אלע אלי' ליפסקערס טעיפס מם פיי שלש, פאר פינף רייניש


דו ביזט זיכער אז זיי האבן פון אלי' ליפסקער? ווייל איך האב אמאל געקויפט פון יוסף שלמה'ן אזא עם פיי טרי פאר פינף רייניש, און עס איז געווען די היכל הנגינה פון היכל מנחם און נישט אלי' ליפסקער.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

יא זיכער פון אלי' ליפסקער, און איך האבעס פון זיי (בד"וו איך האב היכל הנגינה אויך)
גמ"ח יוסף שלמה איז א צומישעניש אבער כבין זיכער זיי האבענעס, (נו א ווינדער אז זיי בעטן פאר א סידי 1 דאלאר ווען אנדערע בעטן מער ווי דאפלט)
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ס'איז דא א ניגון וואס ווערט אנגערופן "דעם מלאך'ס ניגון"
עס ווערט געזינגען אין די קארלינער הויפן, ס'איז דא אויף א קאזניצער טעיפ ארויס געגעבן דורך דוד קאליש, געזינגען אויף די ווערטער אלי' הנביא,
וואס אויף דעם ניגון איז דא עפעס א מעשה וויזאוי דער ניגון איז נתגלה געווארן משמים.
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

שאץ מאץ; לאמיר הערן די מעשה...
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

ס'איז באקאנט א קאזשניצער אין קצבה, וואס דער הייליגער קאזשניצער האט מחבר געווען און געזאגט אז מיט דעם ניגון האבן די מלאכי מעלה מקבל געווען א איד וואס האט געראטעוועט פיל אידן אין די צייטן פון די קאזאקן... עס איז א מעשה באריכות...
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

דעם אליהו הנביא פון די קאזניץ'ער טעיפ האב איך געהערט עס איז א ווארימער ניגון,
דעם ניגון האב איך אויך אמאל געהערט אויף א טעיפ פון ניקלשבורגער רבי, איך געדענק נאר נישט צו ער זינגט עס אויך מיט די ווערטער אליהו הנביא אדער סתם די ניגון.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

זיס האט געשריבן:איך ווייס נישט צי ס'איז די זעלבע ניגון, אבער איך בין אמאל געווען ביים טיש פון דער קאשוי'ער רב אין מאנסי, און מען האט געזינגען רננו צדיקים אויף א ניגון וואס מען זאגט פון ראפשיצער רב אז מיט דעם ניגון וועט מען מקבל זיין משיח... דער ניגון איז אויך אויפגעשפילט אין קול מבשר, ביי דעם אלטן איש את רעהו אפטיילונג, דארט איז געווען אן אפטיילונג פאר אלטע ניגונים, און דארט האט מען געשפילט דעם ניגון מיט די הקדמה פון ראפשיצער רב...

מען קען עס נאך אלס הערן אויף קול מבשר; דריקט נומער 2 אויפן מעין מעניו, דערנאך נומער 1, דערנאך נומער 8, איך ווייס נישט פונקטליך וועלכע נומער מען דארף דריקן דערנאך, אבער עס איז איינע פון די ניגונים דארט.


נאכדעם נאמבער 8# , די ניגין האט מען געזינגען ביים סטראפקעווער רב ר' אברהם שלום , וואס קאשוי'ער רב האט זיך געהאלטן א תלמיד (אדער א חסיד)
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

האבן מיר דערווייל אזוי:

ניגונים פון הימל און פון מלאכים:
א) לקל אשר שבת - דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע האט עס געהערט פון מלאכים זינגען, בשעת ער האט געמאכט עליית נשמה ביי זיין טיש.
ב) "מגן אבות" - סלאנים - הרה"ק ר' מאטיל סלאנימער האט עס מקבל געווען פון א איד וואס האט עס געהערט פון גן-עדן.
ג) נאדבורנא ניגון - א מלאך פון הונדערט קעפ, און יעדע קאפ הונדערט מיילער, אין יעדע מויל הונדערט צינגען, זינגט עס פארן אויבערשטן - מקור; ר' מאיר פרימשלאנער זי"ע.
ד) ברכת כהנים - מפי אליהו הנביא. מקור; הרה"ק ר' חיים קאסובער זי"ע.
ה) דער מלאכ'ס ניגון - קארלין - נתגלה געווארן ע"י מלאך.
ו) אין קצבה - קאז'ניץ - מלאכים האבן מקבל פנים געווען דערמיט א איד וואס האט זיך איינגעשטעלט צו ראטעווען פיל אידן - מקור; הרה"ק מקאז'ניץ.
ז) ניגון וואס מען זינגט אין די וועלט אויף "יחי אדונינו", "יבנה המקדש", "אמאל בין איך געגאנגען אין די אידישע גאסן", ועוד. - דער באשעפער האט עס געזינגען ביי מכת בכורות ווען ער האט איבערגעהיפט אויף בתי אבותינו, און ער האט געטאנצן "דא וואוינט א איד" - מקור: הרה"ק ר' משה לייב סאסובער זצ"ל.

ניגונים מאבות אבותינו:
ח) ניגון סלאנים - נח איז אריין דערמיט אין תיבה.
ט)והכהנים - חב"ד - די כהנים האבן דאס געזינגען ווען דער כהן-גדול האט זיך געפינען אין קדשי-קדשים.
י) נאדבורנער ניגון - דערמיט האט מען באגלייט דער כהן-גדול בצאתו מן הקודש, מוצאי יום הכיפורים.
יא) בעלזער ניגון (דוכט זיך וואס מען זינגט אין סאטמאר אויף אדון-עולם אין די ימים נוראים) - לויים געזינגען אין בית-המקדש בעת הקרבת קרבנות, כדאי מעורר צו זיין דער בעל הקרבן בתשובה.
יב) גלות גלות מהרה"ק מקאליב זי"ע - לויים געזינגען אין בית-המקדש.
יג) חי ה' - סיגעט - לויים געזינגען אין בית-המקדש.

שונות:
יד) משיח ניגון - הרה"ק מסטראפקוב זי"ע האט געזאגט אז מיט דער ניגון וועט מען מקבל זיין פני משיח צדקינו.

לאמיר הערן וואס נאך דער עולם קען צוגעבן, און אפשר וועט נאך ארויסקומען א קאסעטע מיט אלע הימלישע ניגונים... ס'וואלט געווען גאנץ א שיינער איינפאל...
לעצט פארראכטן דורך זיס אום פרייטאג יולי 24, 2009 8:22 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”