דינא דמלכותא דינא (לאור המצב קאראנא)
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
-
- שר מאה
- תגובות: 196
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 1:23 pm
דינא דמלכותא דינא (לאור המצב קאראנא)
שבת בשבתו קרח - לאנדאן
דער אפטייטש פון דינא דמלכותא דינא ווערט אפט אפגעטייטשט כאילו עס איז דא א חיוב פאר א איד
אויסצופאלגען די גוי'אישע געזעצן, און מאנכע האבן געוואלט גיין אזוי ווייט אז עס איז גאר א דאורייתא,
צוצייכענענדיג דעם תשובות חתם סופר יו"ד סי' שי"ד
זעה אטעטשט

- אטעטשמענטס
-
- SB 296 HR1.pdf
- (245.35 KiB) געווארן דאונלאודעד 105 מאל
- ספרים שטוב
- שר חמש מאות
- תגובות: 796
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm
Re: דינא דמלכותא דינא (לאור המצב קאראנא)
יצח וועבערמאן האט געשריבן:שבת בשבתו קרח - לאנדאן
דער אפטייטש פון דינא דמלכותא דינא ווערט אפט אפגעטייטשט כאילו עס איז דא א חיוב פאר א איד
אויסצופאלגען די גוי'אישע געזעצן, און מאנכע האבן געוואלט גיין אזוי ווייט אז עס איז גאר א דאורייתא,
צוצייכענענדיג דעם תשובות חתם סופר יו"ד סי' שי"ד
זעה אטעטשט
ווער האט עס געשריבן?
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
-
- שר מאה
- תגובות: 196
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 1:23 pm
Re: דינא דמלכותא דינא (לאור המצב קאראנא)
ספרים שטוב האט געשריבן:יצח וועבערמאן האט געשריבן:שבת בשבתו קרח - לאנדאן
דער אפטייטש פון דינא דמלכותא דינא ווערט אפט אפגעטייטשט כאילו עס איז דא א חיוב פאר א איד
אויסצופאלגען די גוי'אישע געזעצן, און מאנכע האבן געוואלט גיין אזוי ווייט אז עס איז גאר א דאורייתא,
צוצייכענענדיג דעם תשובות חתם סופר יו"ד סי' שי"ד
זעה אטעטשט
ווער האט עס געשריבן?
- אטעטשמענטס
-
- Capture.PNG (92.76 KiB) געזען 1843 מאל
Re: דינא דמלכותא דינא (לאור המצב קאראנא)
די מציאות איז געווען
אז אין א גראסערי איז געווען סאשעל דיסטענג און 80 פערצענט מענטשען האבן אנגעהאט א מאסק פון ווען מען איז אריין אין געשעפט ביז מען איז ארויס
אין די בתי מדרשים וואס זענען געווען אפען זענען נישט געווען קיין סאשעל דיסטענג (אין בית המדרש הגדול אין קרית יואל, די ערשטע וואך נאכן עפענען, איז געשטנען א שומר ביים טיהר און באלד נאכן אריין קומען האט מען אויס געטוהן די מאסק)
פון אלע סארט מענטשען אנגעהויבען ביי די וואס האבן אכטונג געגעבען אויפ א שטארק פארנעם און גענדיגט ביי די וואס האבן זיך בכלל נישט אכטונג געגעבען, זענען געווען וואס זענען ליידער נישט דא און וואס זענען יא דא
נאר מיר דארפן טוהן וואס אינזער דאקטורים הייסען אלס השתדלות און מתפלל זיין צום באשעפער אז אלעס זאל דורך גיין בשלום

To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

- לוי יצחק
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4362
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
- לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...
Re: דינא דמלכותא דינא (לאור המצב קאראנא)
יצח וועבערמאן האט געשריבן:שבת בשבתו קרח - לאנדאן
דער אפטייטש פון דינא דמלכותא דינא ווערט אפט אפגעטייטשט כאילו עס איז דא א חיוב פאר א איד
אויסצופאלגען די גוי'אישע געזעצן, און מאנכע האבן געוואלט גיין אזוי ווייט אז עס איז גאר א דאורייתא,
צוצייכענענדיג דעם תשובות חתם סופר יו"ד סי' שי"ד
זעה אטעטשט
אלעס וואס ער ברענגט איז בנוגע דיני ממונות, וואס איז בנוגע סתם חוקי המדינה נישט אין דיני ממונות?
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
Re: דינא דמלכותא דינא (לאור המצב קאראנא)
לוי יצחק האט געשריבן:יצח וועבערמאן האט געשריבן:שבת בשבתו קרח - לאנדאן
דער אפטייטש פון דינא דמלכותא דינא ווערט אפט אפגעטייטשט כאילו עס איז דא א חיוב פאר א איד
אויסצופאלגען די גוי'אישע געזעצן, און מאנכע האבן געוואלט גיין אזוי ווייט אז עס איז גאר א דאורייתא,
צוצייכענענדיג דעם תשובות חתם סופר יו"ד סי' שי"ד
זעה אטעטשט
אלעס וואס ער ברענגט איז בנוגע דיני ממונות, וואס איז בנוגע סתם חוקי המדינה נישט אין דיני ממונות?
דאכצעך אז דינא דמלכותא דינא ווערט נאר דערמאנט אין מסכת בבא בתרא ביי דיני ממנות אין אזוי ווערט טאקע גע'פסקענט אין שו"ע הלכות חושן משפט, דענק איך נישט די פונטקליכע מ"מ, אויב ס'איז אייך נוגע קען איך נאכקוקן.
Re: דינא דמלכותא דינא (לאור המצב קאראנא)
לוי יצחק האט געשריבן:יצח וועבערמאן האט געשריבן:שבת בשבתו קרח - לאנדאן
דער אפטייטש פון דינא דמלכותא דינא ווערט אפט אפגעטייטשט כאילו עס איז דא א חיוב פאר א איד
אויסצופאלגען די גוי'אישע געזעצן, און מאנכע האבן געוואלט גיין אזוי ווייט אז עס איז גאר א דאורייתא,
צוצייכענענדיג דעם תשובות חתם סופר יו"ד סי' שי"ד
זעה אטעטשט
אלעס וואס ער ברענגט איז בנוגע דיני ממונות, וואס איז בנוגע סתם חוקי המדינה נישט אין דיני ממונות?
קען גאר זיין אז אויב זאל מען דורכטוהן דעם סוגיא על בוריו, וועט ארויסקומען אז צו נעמען דעם אונ-ענפלוימענט בענעפיטן (שטייצעך איינער וואס מאכט דריידלעך) איז שטארקע חששות פון עובר זיין אויף דינא דמלכותא דינא, משא"כ עובר זיין אויף סאשעל דיסטענסינג געזעצען איז נישט דא קיין שום פראבלעם מיט דינא דמלכותא דינא. (ונשמרתם פארשטייט זיך איז א עקסטערע שאלה).
#עולם הפוך
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24332
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
Re: דינא דמלכותא דינא (לאור המצב קאראנא)
מען האט שוין דערמאנט אין אנדערע אשכולות, אז דינא דמלכותא גייט נאר אן ביי דיני ממונות אין דאס א
אפענע רמב"ם הל' זכיה ומתנה פ"א יעו"ש
וז"ל
טו) במה דברים אמורים במקום שאין משפט למלך אבל אם דין אותו המלך ומשפטו שלא מי שכותב בשטר או הנותן דמים וכיוצא עושין כפי משפט המלך שכל דיני המלך בממון על פיהן דנין ראשון למלך חזקת שכולן בדדך אלא אלו בקרקע בדברים זכה ידוע יזכה

מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
Re: דינא דמלכותא דינא (לאור המצב קאראנא)
מומחה יוחס האט געשריבן:מען האט שוין דערמאנט אין אנדערע אשכולות, אז דינא דמלכותא גייט נאר אן ביי דיני ממונות אין דאס א
אפענע רמב"ם הל' זכיה ומתנה פ"א יעו"ש
וז"ל
טו) במה דברים אמורים במקום שאין משפט למלך אבל אם דין אותו המלך ומשפטו שלא מי שכותב בשטר או הנותן דמים וכיוצא עושין כפי משפט המלך שכל דיני המלך בממון על פיהן דנין ראשון למלך חזקת שכולן בדדך אלא אלו בקרקע בדברים זכה ידוע יזכה
ישר כח, נישט באמערקט.
Re: דינא דמלכותא דינא (לאור המצב קאראנא)
פון ר''ן מסכת נדרים כח ע''א איז לכאורה משמע אז הוא הדין בכל ענין. יעיי''ש
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24332
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
Re: דינא דמלכותא דינא (לאור המצב קאראנא)
אבער להלכה איז אנגענומען אז נאר ביי דיני ממונות זאגט מען דאס..
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
Re: דינא דמלכותא דינא (לאור המצב קאראנא)
הלכות נזקי שכנים איז אויך ממונות. טאמער דער ציבור וויל זיך היטן דורך סאושעל דיסטענצינג, גיין מאסקעס אא"וו, איז דער וואס פארלעצט די געזעצן א מזיק, אפגעזען צו ער האלט אז די מעדיצינישע אינסטאנצן האבן זיך פארגרייזט. ווייל די ציבור איז די קובע די נזקי ציבור.
וכן אויך ביי דרייוון געזעצן. אה"נ אז זיי האבן נישט מתנה געווען דאס נוצן די גאס אויף האלטן די געזעץ, אבער דער וואס גייט צו שנעל וכדו', לייגט אנדערע אין געפאר. אפילו ווען ער ווייסט בידיעה אז ער וועט נישט מזיק זיין, און למעשה איז ער נישט מזיק, פון דעסטוועגן האבן זיי די רעכט צו זיין פארזיכערט לויט זייער פארשריפטן.
דאס איז די סברא פון דינא דמלכותא אין דער פאל. א ראיה ווילסטו? דער חתם סופר אין דער תשובה איז דאך מסביר די דינא דמלכותא פון די גמרא אין ב"ב (נישט ב"ק) אויף אזא אופן, אז די מלכות איז נישט נאר בעלים, נאר זיי זענען קובע פאר די ציבור.

When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22317
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
Re: דינא דמלכותא דינא (לאור המצב קאראנא)
מ'רעדט דאך דא ווען רוב ציבור איז נישט אינטערעסירט אין גיין מיט מאסקעס
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
Re: דינא דמלכותא דינא (לאור המצב קאראנא)
'רוב ציבור'?! רוב ציבור אין ברוקלין גייט יא מיט מאסקעס, נאר די אידן גיין נישט. און דאס שרייב איך אז להלכה זענען זיי נישט גערעכט, די ברייטע ציבור פון גוים האבן א רעכט צו פארלאנגן אז מיר זאלן זיך און זיי היטן פון די מחלה.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22317
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
Re: דינא דמלכותא דינא (לאור המצב קאראנא)
אהא,
איך האב גערעדט פון קרית יואל וכדו' ווי דער רוב ציבור זענען יודן און ווילן נישט מאסקעס
איך האב גערעדט פון קרית יואל וכדו' ווי דער רוב ציבור זענען יודן און ווילן נישט מאסקעס
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
Re: דינא דמלכותא דינא (לאור המצב קאראנא)
איך ווייס נישט צו מ'האט אזא רעכט. קרית יואל איז אין אמעריקא, נ.י.. און די גוים ארום האבן אויך א רעכט צו זיין באשיצט. מיר לעבן מיט זיי, מאכן ביזנעס מיט זיי, און אונזער געזונט האט א השפעה אויף זיי און קען זיי שאטן. מיר נוצן שפיטעלער מיט זיי און נאך און נאך. ממילא איז די ציבור געמאסטן לויט יעדער אין די אומגעגענט וואס קען באטראפן ווערן מיט זייער אויפפירונג.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19773
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: דינא דמלכותא דינא (לאור המצב קאראנא)
איישישאק ווי איז דיין מקור אז די גוימ'ס החלטות באטראכט מען ווי א רוב?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9222
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
Re: דינא דמלכותא דינא (לאור המצב קאראנא)
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:איישישאק ווי איז דיין מקור אז די גוימ'ס החלטות באטראכט מען ווי א רוב?
איך וואלט געפרעגט נאך פריער, ווי איז זיין מקור אז רוב גוים ווילן גיין מיט מאסקעס?..
---
Re: דינא דמלכותא דינא (לאור המצב קאראנא)
דער חתם סופר שרייבט אין זיין תשובה אז דינא דמלכותא דינא נעמט זיך פון דעם אז די מלכות פירט דער לאנד און איז קובע די ענייני ציבור וויאזוי די ציבור דארף לעבן צוזאמן. נישט רוב, נאר ציבור.
עס דארף נישט קיין רוב, עס דארף נישט קיין דעמאקראטיא. פונקט היינט איז עס עפ"י דעמאקראטיא, און דער רעגירונג ווערט געוויילט דורך די בירגער. די רעגירונג איז די שלוחים פון די ציבור אוועק צו שטעלן די געזעצן, און ווען די געזעץ איז געמאכט געווארן צו היטן די געזונט פון די ציבור, ווערט עס א רעכט וואס יעדער בירגער האט באשיצט צו ווערן פון די היסן און באצילן פון דער יחיד. די מאס באשיצן וואס עס קומט זיך זיי איז פונקט לויט די געזעץ, ד.ה. גיין א מאסק, נישט קיין hazmat אנצאג. נישט מאכן קיין פארזאמלונגן אא"וו.

- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8296
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע: אין מאה שערים
Re: דינא דמלכותא דינא (לאור המצב קאראנא)
בשבילי נברא האט געשריבן:סטאוו יא פיטא האט געשריבן:איישישאק ווי איז דיין מקור אז די גוימ'ס החלטות באטראכט מען ווי א רוב?
איך וואלט געפרעגט נאך פריער, ווי איז זיין מקור אז רוב גוים ווילן גיין מיט מאסקעס?..
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
Re: דינא דמלכותא דינא (לאור המצב קאראנא)
דער אמת איז, צו פארשטיין די סוגיא דארף מען זיך זעצן לערנן (ווועלכע סוגיא נישט?). דער סוגיא אין ב"ק רעדט פון די רעכטן וואס א קעניג האט אויף די פאלק, וואס ער מעג נעמן פון זיי פאר זיך. דארט רעדט זיך אויך פון א מושג פון 'חמסנותא דמלכא', וואס דאס מיינט ווען דער מלך נעמט מער ווי דאס וואס צו דעם איז ער בארעכטיגט. דאס פאסט בכלל נישט ביי א דעמאקראטיא, ווייל עס איז נישט דא קיין מלך וואס נעמט פאר זיך (אפיציעל).
דער גמרא אין ב"ב רעדט פון די קניינים צווישן מענטשן, ווי דער קעניגס רעכטן קומן נישט אריין. דארט זאגט דער רשב"ם א נוסח אז דער ציבור נעמט אן די חוקים פון די מלך, און ממילא איז ער דער קובע. דער חתם סופר איז מסביר אז דאס איז ענליך צו הלכות ציבור, אז דער ציבור איז דער קובע אין זאכן נישט דער יחיד. נאר ביי קהלות בישראל גייט עס עפ"י רוב, און דער מיעוט איז נגרר בתר רוב. ביי דינא דמלכותא גייט עס לויט דער מלך. אין די צייטן פון מלוכות אין יוראפ, האט דער מלך, פריץ, גובערנאטור אדער שטאטראט צו וואס געהאט א געזונט אנשטאלט וואס זיי האבן געפירט די ציבורס געזונט עניינים, אזוי ווי מגיפות וכדו'. היינט וויילט מען אריין די פירערס לויט די רוב, אבער נישט די געזעצן. די געזעצן און אויפפירונגן זענען באשטימט לויט די עקספערטן וואס דער איינגעוויילטע רעגירונג באשטימט.
אפילו א יחיד האט א רעכט צו מאנן מ'זאל זיך פירן מיט די געזעצן פון פירן א קאר, הגם אז רוב ציבור וואלט געוואלט פארן שנעלער, וויבאלד די ציבור - ד.ה. די וואס רוב ציבור האבן באשטימט - האבן אוועק געשטעלט די געזעצן אזוי. ודון מינה ואוקי באתרה.