ברעיקינג: (אינסייד אינפארמעישאן) נייע היימישע שטאט

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

געדולד
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 8:01 pm

תגובהדורך געדולד » דאנארשטאג יולי 16, 2009 5:05 pm

ר' לעבדיגער ברענג שוין פליז די לינק...

מעכיל
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2009 10:37 am

תגובהדורך מעכיל » דאנארשטאג יולי 16, 2009 5:10 pm

lebediger berel האט געשריבן:
און דאס איז די איינציגע צוריק האלט פון מפרסם זיין די זאך ברבים, ווייל מ'וויל קומען צום ציבור מיט עפעס א מהלך.

אז די שרבייסט עס אריין און קרעטשמע עס שוין מפורסם געווארען פאר די גאנצע שטאט

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » דאנארשטאג יולי 16, 2009 5:14 pm

לכה"פ א לינק צו גוגעל מעפס אוואו דער בילד איז...
קאמענטארן זענען איבריג

למדן
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2008 6:58 pm

תגובהדורך למדן » דאנארשטאג יולי 16, 2009 5:18 pm

חברה, איך האף אז איך בין נישט גערעכט, אבער עס קוקט אויס "טו גוד טו בי טרו"!!!!

פאר ווער ס'איז גרייט צו געבן דעם טויזנטער, האב איך אייך א בריק צו פארקויפן דא אין ברוקלין...
לעצט פאראכטן דורך למדן אום דאנארשטאג יולי 16, 2009 5:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג יולי 16, 2009 5:19 pm

עס איז א שטאט אדער אין א שטאט?

פונעם בילד קוקט נישט אויס אז דאס איז דער ישועה, ווייל ס'קוקט אויס ווי עסטליכע הונדערט דירות, עטליכע געסלעך אין איין גרויסער צירקל און דאס איז עס.

איז דא דארט פלאץ פאר אויסשפרייטונג? פון וויפיל דירות רעדט מען דארט, בערך?

*

למדן, די רבנים זענען זייער קעגן קויפן דעם בריק צוליב די פילע ארטיסטן וואס דרייען זיך דארט..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » דאנארשטאג יולי 16, 2009 5:26 pm

אין אמת'ן וואלט איך זייער נישט געוואלט רעדן אזויווי 'די פאקט' ברענגט זייער גוט ארויס, אבער כ'טראכט אז אפשר וועלן מיינע (מעגליך גרייזיגע) ווערטער אנקומען צו די עסקנים, און זיי וועלן דאס אין באטראכט נעמען.

ווי איך פארשטיי איז שטארק מעגליך אז ס'וועט זיך מיטן אויבערשטענס הילף יא אויסארבייטן אזא שטאט אפילו אן קיין שום רוחניות'דיגן מנהיג, אבער - ווי איך פארשטיי - וועט דאס געדארן יארן זוך אויסצוארבייטן.

קוקענדיג אויף צוריק ווי אזוי מ'האט זיך געפלאגט מיט די 'עפארדעבל' חתונה פלאן, און וואנעט ס'איז אנגעקומען, קען מען זייער אסאך אראפלערנען.

מען קען רעדן און רעדן צו מענטשן, זיי וועלן דיר אויסהערן, און זיי וועלן דיר אפילו פארשטיין, און נישט נאר דאס, זיי וועלן אפילו האלטן אז דאס איז א 'מוז', און אויב מ'וועט דאס נישט טון איז קאטאסטראפעל. אבער ווען ס'קומט למעשה, וועט יעדער זאגן "נישט מיר מיינט מען".

געדענק איך ווען די עפארדעבל חתונה איז געווען א הייסן אישו, האב איך גערעדט מיט מיין חבר, האב איך אים דעמאלס געזאגט, אז ווילאנג ס'וועט נישט גיין מיט א שטעקן קען מען חלום'ען ביז מארגן, און מענטשן וועלן זיך טינקען אין בלוט. וכך הוה, רעסט איז היסטערי.

דאס זעלבע קען איך דיר זאגן דא אויך. ס'איז זייער מעגליך אז אידן וועלן יא גרייט זיין פון די אייגענעם ווילן ארויסצומופן אין אן אנדערן געגנט, האלוואי. אבער איך האלט, אז ווילאנג ס'וועט נישט זיין א רב וואס זאל אפמאכן אז ס'גייט מיר גארנישט אן, און מ'גייט איבערדרייען א וועלט, און ס'גייט זיין א שטעטל, נישט קיין חילוק וויפיל חסידים איך גיי פארלירן - וועט דאס גיין 10 מאל אזוי שווער.

איין זאך קען איך דיר זאגן. דער מצב איז אומדערטרעגליך, און די אלע וואס זאגן דאס נאכנישט איז דאס בלויז ווייל זיי ווילן נישט איינזעהן דעם פאקט אדער זענען זיי צו שטארק אינעם פראבלעם. אבער יענער רב וואס גייט זיך אוועקגעבן זיין עולם הזה און גייט זיך אריינלייגן, און זיך נעמען שמייסן מיט שטעקענעס, וואס זיין שכר וועט זיין אויף יענעם וועלט איז נישט מעגליך צו משיג זיין, אבער אויף דעם עולם וועט מען געדענקן זיין שריט לדורי דורות, און יעדער איינציגער חסיד'ישער איד וועט דאס דאנקבאר זיין עד ביאת הגואל בב"א.

אויב איינער האלט אז איך בין גרייזיג, זאל דאס ביטע ארינשיקן אינעם אשכול.

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 610
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » דאנארשטאג יולי 16, 2009 5:33 pm

ווען מיר קומען מיט א פרישקייט צו אן אשכול פון א נייע שטעטל, איז אונזער פאסיגער אויסדרוק גענוי ווי הרב פאקט האט געשריבן:

והאיש משתאה לה מחריש לדעת ההצליח ד' דרכו

יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיהם.

ר' בערל ברענגט נאך אינפראמאציע, מיר דארפן האבן וואס צו קייען די וואך אין קאנטרי אונטער'ן בוים.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג יולי 16, 2009 5:34 pm

איבער דעם טויזענטער האב איך נישט אזא גוטע נייעס זיי שרייבן ווי פאלגענד.
$1,000
* Down offer subject to approved credit and provisions of Down Payment Assistance programs.
עכ"פ מ'גיבט נישט סתם אזוי א הויז פאר טויזענט אראפ לייגן, מ'דארף האבן צו דעם א געוויסע קרעדיט און מ'דארף זיין עלידזשיבל צו געוויסע פראגראמען,
מ'דארף אבער נעמען אין באטראכט אז מ'רעדט פון געהעריגע ליגעל דאון פעימענט'ס מיט א לאיער, אן קיין שום קונצן און פשעטליך די געלט גייט אין עסקראוי ביז צום קלאויזן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
join us
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 6:05 pm
לאקאציע: און מיין שיך

תגובהדורך join us » דאנארשטאג יולי 16, 2009 5:36 pm

איך זעה אז רוחנוית (גשמיות...) איז שוין צוגעשטעלט
עס גייט זיין צוויי שווים באסיין (איך האף איך זאג עס גוט ..) עקסטער פאר מענער אין עקסטער פאר פרויען

למדן
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2008 6:58 pm

תגובהדורך למדן » דאנארשטאג יולי 16, 2009 5:38 pm

למדן האט געשריבן:חברה, איך האף אז איך בין נישט גערעכט, אבער עס קוקט אויס "טו גוד טו בי טרו"!!!!

פאר ווער ס'איז גרייט צו געבן דעם טויזנטער, האב איך אייך א בריק צו פארקויפן דא אין ברוקלין...


צייטליך האט געשריבן:למדן, די רבנים זענען זייער קעגן קויפן דעם בריק צוליב די פילע ארטיסטן וואס דרייען זיך דארט..


צייטליך,

קענסט די מעשה מיט דעם וועגעלע פון נאדלן וואס האט זיך "געדרייט" [געפליפט, בלע"ז] פון האנט צו האנט ביים זיידן אין שטעטל, און יעדער האט געמאכט געלט... ביז ס'איז געקומען איין "חכם" וואס האט באקוקט די נאדלן און באמערקט אז עס האט ניטאמאל א לאך וואו מ'קען איינפעדימען א פאדעם דערין... און ער איז צוריקגעלאפן מיט א ויצקעו צו דעם וואס האט אים עס פארקויפט, הלמאי ער האט אים אפגענארט מ'קען דאך נישט נייען מיט די נאדלן? האט אים יענער געענטפערט: איך האב דיר דען פארקויפן נאדלן צו נייען דערמיט, איך האב דיר פארקויפט נאדלן צו האנדלן דערמיט...!

סאו, דאונט ווארי, אויף צום 'האנדלען' איז די בריק אויך גוט... מיר עמיר זיך נישט צופיל ארומדרייען דארטן, עס איז נאר פאר ביזנעס...

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » דאנארשטאג יולי 16, 2009 5:45 pm

רב לעבעדיגער, אפשר פארשאפסטו א לינק פון גוגל מעפס?

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11493
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג יולי 16, 2009 5:55 pm

דער עולם איז זייער עקסיידעט

אבער איך זאג שוין יעצט שרייטס מיך נישט אן

א מכה גייט זיך עס אויסארבעטן...
סאיז עטליסט צוויי אהאלב שעה פון די היימישע געגענטער און דריי אדער פיר שעה פון די קאנטריס

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג יולי 16, 2009 6:00 pm

כ'האב נישט געקענט ארויף לייגן דעם גאנצן בילד וועגן די עטעשמענט איז געווען צו גרויס און די קרעטשמע האט פארלאנגט צו שניידן צו זעקס הונדערט פיקסלס,
על כל פנים
ס'איז בסך הכל ארום צען פופצן גאסן, מיט טויזענט צוויי הונדערט זעקס און צוואנציג דירות,
איך זע אז דזשוין אס האט גוט געקוקט, ס'איז אפראווד "פאבליק באנוץ" אין סענטער, פארשטייט זיך מיר קענען מאכן מקואות אנשטאט סווימינג פולס און אפשר ביידע
אויך איז דא גענוג שטח ארום וואס מ'קען אפקויפן הייזלעך און פראפערטי פארן שפעטערדיגן באנוץ און וואוקס
כ'האף צו באקומען רשות צו לייגן דעם לינק נאך פאר שבת
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דאנארשטאג יולי 16, 2009 6:06 pm

כ'האב גארנישט צו קאמענטירן בלויז דריי ווערטער
ונזכה, ונחיה, ונראה, ע"כ.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
ידען
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 6:35 pm

תגובהדורך ידען » דאנארשטאג יולי 16, 2009 6:41 pm

............Hey you never know
דע מה שתשיב

שיכור
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 15, 2007 1:52 pm

תגובהדורך שיכור » דאנארשטאג יולי 16, 2009 6:43 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-
איך ווייס נישט אויב אין די דריי וואכן מעג מען זיך אזוי פרייען
דעס אליין אז סאיז נאך דא אידן וואס טיען דאס אליין איז א שמחה

לענ"ד ווענדט זיך דאס אבער אסאך אין די פרייז
(אוודאי דארפ'ן אלע אנדערע דיטעילס אויך שטימען)

אויב וועט דאס זיין נאר אביסעל ביליגער ווי קרית יואל פער סקווער פיס וועט זיך דאס לענ"ד נישט אויסארייבטן
אויב וועט דאס אבער זיין גענוג ביליג למשל אונטער 100 דאלער א סקווער פיס לייג איך שוין יא ערנסטע האפענונג

איך האב גערעדט צו אסאך אינגעלייט וועגן מינסינג און סוואן לעיק און דאס איז מיין סך הכל

ס'איז דא צוויי סארט מענטשן
די ערשטע סארט: די באקוועמערע סארט וואס זוכן א שיינע גרויסע הויז מיט ביימער ס'זאל זיין א דירה נאה מיט אלע מפרשים
די צווייטע סארט: אינגעלייט וואס זענען ממש דערשטיקט זיי האבן ממש נישט קיין לחם לאכול, פיר וואכן וועיזשעס דעקט קוים זייער רענט

די באקוועמע סארט מענטשן קענען טאקע באשטיין צו צאלן איבסעל מער פאר א גרויסע רחבות'דיגע דירה,
אין די שטאט איז טאקע נישט מעגליך, אבער איבסעל ווייטער פון די שטאט קענען זיי נאך יא עפארדן
אבער די סארט מענטשן גייען נאך סוף כל סוף בדוחק אן מיט זייער לעבן דא אין די שטאט
פאר זיי דארף מען אבער צושטעלן פון אלעם גוטן אז נישט וועלן זיי נישט גיין

די צווייטע סארט אינגעלייט וואס זענען ממש דערשטיקט
פאר זיי דארף מען נישט צושטעלן אלעס הונדערט און איינס פארצענט
דעי אינגעלייט קוקן די עיקר אויף די פרייז

לענ"ד האט זיך די ערשטע צוויי שטעטלעך זיך די עיקר קאנצעטרירט צופרידען צושטעלן די באקוועמע סארט אינגעלייט
ממילא יעדע שוועריקייט האט געוואיגן דאפעלט

אבער אויב וועט מען זיך מער קאנצעטרירן אויף די דערשטיקטע אינגעלייט וואס קענען קוים דעקן זייער רענט
און מ'וועט דאס מאכן גענוג ביליג מוז נישט זיין אזוי רייך צוגעשטעלט וועלן זיי זיך שנעלער צוכאפן דערצי אי"ה

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג יולי 16, 2009 7:30 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:סאיז עטליסט צוויי אהאלב שעה פון די היימישע געגענטער און דריי אדער פיר שעה פון די קאנטריס

א. כ'האב געהערט אז פון בארא פארק איז עס היבש ווייניגער ווי צוויי שעה
ב. וויליאמסבורג, כמעט צוויי שעה
ג. מאנסי נאך ווייטער, מאנרא נאך ווייטער,
ד. און פון מאנטריאל און טאראנטא איז עס אויך זייער ווייט
ה. פון די מאנטריאלע קאנטרי איז עס נאך ווייטער
אנטשולדיגט פאטאקי, אבער ווען דו האסט געשריבן אינעם אנדערן אשכול אז אין קרית יואל בעט מען שוין 1500 דאללער פאר א חתן כלה דירה, דעמאלט האב איך געזאגט פאר די עסקנים אז די נייע שטאט וועט זיך זיכער "יא" אויסארבעטן ווייל פאר פופצן מאות קען מען האבן אין די נייע שטאט כמעט "צוויי הייזער"
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג יולי 16, 2009 8:14 pm

כ'בין שוין מסיים מיין אינפארמאציע אויף די וואך
כ'האב געליינט שיכור'ס קאמענטארן,
די ענטפער איז אז דא איז דא פלאץ פאר אלעם, ס'איז 1226 יוניטס אפראווד, וואסער, סוער, עלעקטערציטעט, געז, איז שוין געצויגן צו אלע גאסן, און וויפיל קאנטראקט'ס ס'קומט אריין אזויפיל וועט די קאמפאני בויען,
לויט די ארגינעלע פלענער וויל די שטאט בויען
טאון הייזער 472
טריפלעקס 220
מענאר 84
קאנדא יוניט 201
רענטעלס 245
עס עף די 4
איך ווייס נישט פונקטליך די חילוק פון אלע מינים, אבער דער עיקר איז אז ס'איז דא ווי די ברכה זאל חל זיין
קאמערשאל סקווער פיס איז אפראווד
57,200
און א ריזיגע קאמיוניטי צענטער.
מער פרטים ווארשיינליך נאך שבת, (חוץ אויב כ'וועל שאפן א קאמפיוטער אין פאלסבורג)
למעשה אידן זייט מתפלל, כולי האי ואולי

נאך איין וויכטיגע נקודה, ס'ליגט דא נישט קיין פלאץ צו מאכן גרויס געלט פאר די עסקנים אפשר אביסל שכר טירחה אבער נישט ארויפצולייגן רוחים אויף די פראפערטי אדער אויף די דירות, אלעס איז קאנטראלירט דורך די רעגירונג, דורך נאציאנאלע בילדערס און דעוועלאפערס, וואס לויט מיין אינפארמאציע מוזן זיי זיך צושטעלן ביי דעם פראיעקט צו העלפן די רעגירונג פון וועם זיי האבן געמאכט א לעבן אין אנדערע פלעצער אין די גוטע צייטן, אדער האפן זיי אויף אן אבאמא בעילאוט.
בדרך אגב. כ'האב יעצט געהערט אז די לאקאלע רעגירונג דארט פרובירט טאקע אפצונעמען עפעס געלט פון די "סטימולוס ביל" אויף דעם פראיעקט
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24571
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג יולי 17, 2009 2:48 am

ר' בערל, א גרויסן יישר כח פארן מעלדן די נייעס, מיר ווארטן צו הערן נאך...

די פאקט, פארשלאפן, ביידע האטעץ שיינע גראמען..

צייטליך, כאגעלאכט..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » פרייטאג יולי 17, 2009 12:43 pm

און אויב וויל איך קויפן צוויי און עס פליפן פאר דרייפאכיג?
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג יולי 17, 2009 12:57 pm

איז עס שוין געבויט?
וואו איז עס? איך וויל אהינפארן דעם זונטאג אלס אן אויספלוג באטראכטן די דירות.

אין מיינע אויגן זאל דאס זיין ווי ווייטער פון וויליאמסבורג, דאס איז א געוואלדיגע מעלה..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

תגובהדורך קאר אינשורענס » פרייטאג יולי 17, 2009 1:23 pm

wow!! no words
here you have my down payment
hope it works out

(סארי כאב נאר יענע שפראך אין מיין אפיס קאמפיאטער {געשריבן פון מיין בלעק טשערי} ווינדאס וויסטע)
לעצט פאראכטן דורך קאר אינשורענס אום זונטאג יולי 19, 2009 12:34 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
וואלדעק
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 5:20 pm
לאקאציע: דא ערגעץ

תגובהדורך וואלדעק » פרייטאג יולי 17, 2009 1:41 pm

זייענדיג שטארק נייגעריג פאר אביסל מער אינפארמעישאן, האב איך אביסל געסירטשט אויף גוגל, און כהאב געטראפן די לינק.

מעג איך עס ארויפלייגן? אדער דארף מען ווארטן ביז בערל קומט צוריק נאך שבת?

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1676
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » פרייטאג יולי 17, 2009 3:10 pm

א שנעלע אנקעטע גענומען פון אלע תגובות דא צייגט איבער, אז די קאנסומער קאנפידענס אין א נייע שטעטל איז זייער שוואך, און ווי עקאנאמיסן זאגן שוין איז עס פון די וויכטיגטסע זאכן פאר א גוטע עקאנאמיע.

ליצנות אין א זייט, ווי אלע האבן שוין געזאגט, דארף מען בעטן און האפן אז די ישועה זאל שוין קומען.

שיכור, די נקודה וואס דו האסט ארויס געברענגט איז זייער א שטארקע נקודה, און עס ליגט אסאך אמת דערין.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

פייער
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 11:00 pm

תגובהדורך פייער » זונטאג יולי 19, 2009 11:53 pm

;l;p-
לעצט פאראכטן דורך פייער אום דאנארשטאג אוגוסט 06, 2009 5:58 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט