זיכערהייט אויג (איי) סיסטעם פאר די ביזנעס

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

בעטלער

זיכערהייט אויג (איי) סיסטעם פאר די ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעטלער »

איך האב א פראגע, אפשר וועט מיר דא איינע פון די חשובע ליינער מיר קענען ארויסהעלפן.

איך פלעג שטענדיג האבן אן "איי" סיסטעם אין די ביזנעס וועלעכע א סעקיוריטי קאמפעני האט מיר נאך אינסטאלירט מיט יארן צוריק, אבער מיט די יארן איז דער סיסטעם געווארן שטארק פארנאכלעסיגט (ווארשיינליך צוליב דעם וואס מ'האט ב"ה קיינמאל נישט געברויכט צוקומען דערצו). איך האב שוין צענדליגע מאל זיך געוואלט נעמען דערצו, אבער קיין צייט האב איך נישט געקענט געפונען.

כהיום, ווען איך וויל מיר שוין ענדליך ערנסט נעמען דערצו, שטיי איך דא פאר א צובראכענע סיסטעם וואס איך גלייב שווער אז מ'קען דאס בכלל צוריק אויפלעבן. און אפילו אויב מ'קען דאס יא אויפלעבן ווייס איך נישט אויב ס'לוינט זיך צו נוצן די אלטע בלעק ענד ווייט קאמערעס.

וויל איך יעצט אריינשטעלן א גענצליך פרישן סיסטעם. דאס רעכנט אריין סיי דעם 'איי' סיסטעם מיט בערך פיר קאמארעס, און אזוי אויך אן 'אלארעם' סיסטעם מיט אפאר טיר/ווינדאו סענסערס.

איז מיין פראגע אויב איינער דא האט עקספיריענס אין וועלעכן ריכטונג ס'איז די בעסטע צו גיין.

מוז איך ווידעראמאל נעמען א סעקיוריטי קאמפעני וואס וועט מיר אריינקאסטן אין די טויזענטערס, אדער קען איך דאס מעגליך אליין באשטעלן און אינסטאלירן.

א גרויסן דאנק פון פאראויס פאר אלע וואס וועלן מיר פרובירן ארויסצוהעלפן.


בברכת ברכה והצלחה באנאזאם מיט הרחבת הדעת.
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

CISCO איז די בעסט.

(אז ס'איז גוט פאר באוער איז עס גוט פאר דיר ואכמ"ל...)
קאמענטארן זענען איבריג
בעטלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעטלער »

א גוטן הרב קאמענטירער.

צום ערשט א גרויסן דאנק פארן מיר פרובירן ארויסצוהעלפן.

איז מיין פראגע, וואס שטעלט דער קיסקאו צו. איז דאס א פירמע וואס פארקויפט בלויז די אויבן דערמאנטע סיסטעם, אדער טוען זיי אויך אינסטאלירן.

און וואס איז דיין עקספיריענס מיט זיי?
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

Sales and Installation
קאמענטארן זענען איבריג
ליהודים
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 10:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליהודים »

איך פארשטיי נישט די ענטפער.....

Cisco [אין אידיש: סיסקאו] איז א פאבריצירער פון IP טעכנעלאגיע, ווי ראוטערס, סוויטשעס וכדו' און אגב מאכן זיי אויך IP video conferencing, אבער פון דעם ביז א "איי" אינעם אפיס?! מאן דכר שמי'....

איך גלויב אז דו מיינסט castco. ווי איך הער קען מען דארט קויפן פאר גאר ביליג דעם גאנצן סיסטעם אבער מ'ברויך עס אליין אינסטאלירן.

איך האב געהערט אז ס'איז דא א קאמפעני וואס האט יעצט פאבריצירט א פרישער אויפטו, ווי א hosted camera system, ענליך צו וואס Teleroad האט געמאכט מיט טעלעפאן סיסטעמ'ס. נעמליך אז מ'מוז מער נישט קויפן די גאנצע טייערע סיסטעם אליין, נאר מ'הוקט זיך אן צו זיי דורך אינטערנעט טעלעפאנ'ס [אין יעצטיגן פאל, אינטערנעט קאמערעס] און אלעס ווערט געפירט ביי זיי.... אלע פיטשערס און טעלעפאן ליינס, און אין דעם פאל וועט דער רעקארדער ליגן ביי זיי און מ'קען דאס watchen פון עני אינטערנעט עקספלארער. דאס איז אויך זייער וויכטיג פאר סעקיוריטי ווייל צומאל קען דער רעקארדער [DVR] ווערן גע'גנב'עט און מאי הועילי חכמים בתקנתן....

איך האף בקרוב צו האבן מער אינפארמאציע איבער דעם.
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”