ווער האט מחבר געווען דעם ניגון?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
ווער האט מחבר געווען דעם ניגון?
ס'איז נפוץ ביי כלל ישראל צענדליגע ניגונים וואס יעדער זינגט מיט א התלהבות ביי פארשידענע געלעגענהייטן אבער נישט יעדער ווייסט מבטן מי יצא זה? אשר על כן עפן איך אויף די אשכול ווי מ'קען אנפרעגן איבער אלע ניגונים וואס מ'וויל וויסן ווער די מחבר איז געווען.
איך וועל אנהייבן:
מ'האלט מיר יעצט פאר פסח, ווער איז די מחבר פון די באקאנטע והיא שעמדה?
און ווער איז די מחבר פון די באקאנטע חסל סידור פסח? (וואס מ'זינגט אין סאטמאר אויך שביעי של פסח אויף ויושע ה')
איך וועל אנהייבן:
מ'האלט מיר יעצט פאר פסח, ווער איז די מחבר פון די באקאנטע והיא שעמדה?
און ווער איז די מחבר פון די באקאנטע חסל סידור פסח? (וואס מ'זינגט אין סאטמאר אויך שביעי של פסח אויף ויושע ה')
מען זינגט עס נישט נאר אין בעלזא, נאר אין 'אלע תפוצות ישראל' אריינגערעכנט אויך אין סאטמאר!, לכאורה איז עס אין די קאטעגאריע פון וועלכן ס'ווערט גערופן 'סקארבאווע ניגונים' וואס אין דעם איז די נוסחאות פון ימים נוראים וואס איז נהוג אין אלע תפוצות ישראל, ווי המלך ביי שחרית, ברכת אבות, נוסח קדיש, וכו' און לויט די מסורה שטאמט עס פון דעם מהר"ל מפראג (אדער מהרי"ל דאכצעך).
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3031
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
חוקר האט געשריבן:ווייסט אפשר איינער פיו ווי עס שטאמט אין ווער איז דער בעל מחבר פון דער באוויסטער אדון עולם וואס מען זינגט אין בעלז ימים נוראים (ירמיהו דמן זינגט עס אויף
איינער פין די טעיפס,יונתן שווארץ זינגט עס מיט אידישע ווערטער אויף א גיטע בשורה )
יישר כח פין פאראויס
מיין זיידע ז"ל פלעגט זאגן אז ער האט בקבלה אז מיט דעם ניגון האט יע"א געפאשעט די שאף,
זאגנדיג אז אזוי האט דער בעש"ט מגלה געוועהן, איך האב אים נישט דא לייוו, ממילא קען איך אים נישט איבער פרעגן,
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
חוקר האט געשריבן:יישר כח יהיה כן
אפשר האט איר א פינקטלעכער מקור?
געזעהן האב איך עס דא:
און פון דא:
(דער צישטעל פון אדון עולם צו סקארבאווע נוסחאות איז מיין אייגענע השערה, ווייל דער מנהג פון זינגען אדון עולם איז א אור-אלטער, עס ווערט דערמאנט אין מהרי"ל הל ' יוה"כ, און לבוש סי' תרי"ט ס"ד מט"א סי' תרי"ט סי"ח, מנהגים וורמיישא ובס' מקור חיים (או"ח ס" מ"ו) אדון עולם מנגן אותה הש"ץ והקהל עמו נעימה בפתיחת ארון הקודש:
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2554
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע: אונטער'ן נעץ
יהיה כן האט געשריבן:און לויט די מסורה שטאמט עס פון דעם מהר"ל מפראג (אדער מהרי"ל דאכצעך).
כ'בין זיכער אז דו מיינסט דער מהרי"ל, ווארום פונעם מהר"ל האב איך קיינמאל נישט געהערט איבער נוסחאות. אבער אפילו דער מהרי"ל איז אויך א טעות, ווייל ער האט געווען אין צרפת (פראנקרייך), און זיינע מנהגים זענען נאר געבליבן פאר די דארטיגע אידן, די אשכנזים (מער פונקטליכער: יעקערס). אונזער נוסח קומט פון די חסידי'שע רביים, ווי דער רבי ר' הערש מרימנוב זי"ע.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3031
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
לחיים ולברכה:
אפי' די חסידישע נוסח וואס דו זאגסט אז ס'שטאמט פון רימינוב איז אבער מיוסד אויף אשכנזישע נוסח,
צב"ש די נוסח פון קבלת שבת, זאגט מען סיי ביי חסידי און סיי ביי די יעקעס די זעלבע,
שעפטיל:
ס'איז נישטא אזא זאך נוסח מהר"ל, ס'איז דא נוסח מהרי"ל, מיט א יוד
.
אפי' די חסידישע נוסח וואס דו זאגסט אז ס'שטאמט פון רימינוב איז אבער מיוסד אויף אשכנזישע נוסח,
צב"ש די נוסח פון קבלת שבת, זאגט מען סיי ביי חסידי און סיי ביי די יעקעס די זעלבע,
שעפטיל:
ס'איז נישטא אזא זאך נוסח מהר"ל, ס'איז דא נוסח מהרי"ל, מיט א יוד
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
רבי לחיים
דער מהרי"ל איז געווען אבי מנהגי אשכנז, וואס אונז (אויך חסידישע אידן) פירן זיך, און דאס וואס דו שרייבסט מיט רבין ר' הערש מרימאנוב, כ'ווייסט נישט וואס דו ווילסט, דער רבי ר' הערש איז געווען מיט א שיינע פאר הונדערט יאר נאכן מהרי"ל, און ער האט זיך אויך געפירט לויט די מנהגי מהרי"ל....... (כ'מיין אז ביי עם איז אויך געווען דער מגן אברהם אנגענומען, ווי ציטירט כסדר פון מהרי"ל און זיינע מנהגים). אן א שיעור מנהגים וואס איז פירן מיר זיך שטאמט פון מהרי"ל
דער נוסח פון זינגען אדון עולם שטאמט במקורו פון מנהגי אשכנז, וואס איז פארבליבן טאקע ביי זייער אסאך חסידישע הויפן אבער עס איז אדאפטירט פון די 'יעקישע' (ווי דו רופסט עס) מנהגי אשכנז, כהאב דערויף פארשידענע מקורות, ולא עת האסף פה.
דער מהרי"ל איז געווען אבי מנהגי אשכנז, וואס אונז (אויך חסידישע אידן) פירן זיך, און דאס וואס דו שרייבסט מיט רבין ר' הערש מרימאנוב, כ'ווייסט נישט וואס דו ווילסט, דער רבי ר' הערש איז געווען מיט א שיינע פאר הונדערט יאר נאכן מהרי"ל, און ער האט זיך אויך געפירט לויט די מנהגי מהרי"ל....... (כ'מיין אז ביי עם איז אויך געווען דער מגן אברהם אנגענומען, ווי ציטירט כסדר פון מהרי"ל און זיינע מנהגים). אן א שיעור מנהגים וואס איז פירן מיר זיך שטאמט פון מהרי"ל
דער נוסח פון זינגען אדון עולם שטאמט במקורו פון מנהגי אשכנז, וואס איז פארבליבן טאקע ביי זייער אסאך חסידישע הויפן אבער עס איז אדאפטירט פון די 'יעקישע' (ווי דו רופסט עס) מנהגי אשכנז, כהאב דערויף פארשידענע מקורות, ולא עת האסף פה.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2554
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע: אונטער'ן נעץ
אין די מנהגים איז אריינגערעכנט נוסחאות התפלה, ווי כהאב דערמאנט אז די נוסחאות וואס איז אנגענומען בכל תפוצות ישראל שטאמט פון מהרי"ל אבי מנהגי אשכנז, (אויב דו האסט געלעזט די העתקות וואס כהאב דא אויבן געשטעלט).
איך ווייס נישט וואס דו האסט געוואלט פון ר"ר הערש מרימינוב, קיינמאל נישט געהערט אז ער האט עפעס מתקן געווען נוסחאות בתפלה, אדרבא פרעג עני חזן צי ער ווייסט א נוסח פון רבין ר' הערש, (אויסער די סאטמערע גשם און טל און בבואו מאדום)

שאץ מאץ האט געשריבן:חוקר האט געשריבן:ווייסט אפשר איינער פיו ווי עס שטאמט אין ווער איז דער בעל מחבר פון דער באוויסטער אדון עולם וואס מען זינגט אין בעלז ימים נוראים (ירמיהו דמן זינגט עס אויף
איינער פין די טעיפס,יונתן שווארץ זינגט עס מיט אידישע ווערטער אויף א גיטע בשורה )
יישר כח פין פאראויס
מיין זיידע ז"ל פלעגט זאגן אז ער האט בקבלה אז מיט דעם ניגון האט יע"א געפאשעט די שאף,
זאגנדיג אז אזוי האט דער בעש"ט מגלה געוועהן, איך האב אים נישט דא לייוו, ממילא קען איך אים נישט איבער פרעגן,
.
איך האב געהערט פון אן אדם גדול, א באקאנטער מספר מעשיות בדורינו, וואס דרך כלל האבן זיינע מעשיות א מקור, אז דער ריזשינער פלעגט זינגען ביי נעילת החג דער ניגון וואס אין ויז'ניץ זינגט מען אויף קה-ריבון, און אויך זינגט מען עס אין אנדערע הויפן ווי אין סלאנים און נאך, דער ריזשינער פלעגט עס פארזינגען שטיקל ביי שטיקל שעות לאנג, בשעת דער עולם פלעגט נאכזינגען, און ער פלעגט זאגן אז מיט דער ניגון האט יעקב אבינו ע"ה געפאשעט די שאף בבית לבן...
עס קען זיין אז איך בין זיך טועה, אבער עפעס ליגט מיר אין קאפ אז דער בעלזער אדון-עולם, וואס אנדערע זינגען אויך אויף דרור-יקרא, איז מקובל אז מיט דער ניגון איז אברהם ארויף צו די עקידה...
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3031
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
דער ניגון וואס דער רוזינער האט געזינגען ביי נעילה, איז א אנדערע נישט די וויזניצע ק'ה רבון עלם, נאר א אומבאקאנע ניגגון, ס'איז דא אין ס' דעת קדושים די נאטן פון דעם ניגון דארט ברענגט ער די מעשה אז די רוזינער האט געזינגען דעם ניגון ביי נעילה,
דער ניגון ווערט געזינגען דורך ליפא אויף לעילא ולעילא, ס'איז שוין באהאנדל געווארן דא אויף א אשכול (דאכט זיך ביי ירמי' דמן'ס חנוכה טעיפ)
.
דער ניגון ווערט געזינגען דורך ליפא אויף לעילא ולעילא, ס'איז שוין באהאנדל געווארן דא אויף א אשכול (דאכט זיך ביי ירמי' דמן'ס חנוכה טעיפ)
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 339
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 8:28 pm
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 339
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 8:28 pm
- חושים בן דן
- שר חמש מאות
- תגובות: 607
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm
הקשיבה אל רנתי וואס מבד זינגט אויף די דאבעל אלבום? הא? עפעס האב איך געהערט אז עס איז עלטער ווי אים...
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 339
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 8:28 pm
א נייע מעשה האט געשריבן:ווער איז דער מחבר פון דעם ניגון:
אין א ווינקעלע שטייט, א איד אין וויינט, ווייל זיין קינד אין מלחמה גייט.
אין די טרערן ווי וואסער גיסן, ער שטייט אין ער בעהט, צו זיין טאטען אין הימעל
אוי טאטע טאטע...
א נייע מעשה האט געשריבן:ישר כח, עפעס מער פרטים איבער דעם ניגון.
דער ניגון , ווי אזוי איך קען עס האט עס נאר 2 פעלער, עס איז זייער א הארציעג וויינעדיגע ניגון, עס האט נישט נאך פעלער?
נו! איינער ווייסט מער איבער דעם ניגון? מאן יימר בוזט דא?