משוגעת'ן

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

משוגעת'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

קרעמער שרייבט דא
עס זענען פאראן נאך אזויפיל משוגעת'ן, ביי מיר און ביי אנדערע, אבער איך לאז איבער אביסל פאר אייך.

איך האב א משוגעת, אז ווען איך טרינק די לעצטע גלעזל פון א באטל, רייס איך אראפ די סטיקער. עד כדי כך, אז שבת האב בין איך מקפיד נישט צו האלטן לעבן מיר קיין באטלעך וואס זענען כמעט (אדער שיעור...) ליידיג, ווייל אפשר וועל איך מיר נישט קענען איינהאלטן און ח"ו אראפרייסן די סטיקער דערפון.

(די הקפדה איז סתם א ליגענט)


אויך שרייבט דארט קרעמער,
אין וועלכע שוהל איך גיי וועל איך אלץ אנטרעפן א נודניק אדער צוויי (געווענליך ממש נעבן מיין זיץ פלאץ)...

ליינענדיג איז מיר ארויפגעקומען אויפן געדאנק די משנה פון איזהו חכם, המכיר את מקומו. איך ווייס נישט פארוואס, אבער אזויווי ליינענדיג דיין תגובה האב איך מיר עס דערמאנט, האב איך געטראכט אז איך וועל דיר לאזן וויסן אז די האסט מיר דערמאנט פון א משנה...
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

היינט האט מיר אנגעכאפט א משוגעת צו אפליידיגן די שטרם נענו וויפיל עס גייט.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

א שיינעם דאנק.
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

די אשכול דערמאנט מיך א פאקט, ווען א אינגערמאן האט א משוגע'ת ריפט מען עס אן משיגע'ת, ווען א עלטערע אינגערמאן האט א משוגע'ת ריפט מען עס א געוואוינהייט, און ווען א ת"ח/אדם גדול האט א משוגע'ת ריפט מען עס א ענין
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אוי זאגסטו גוט, קאנאו...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

;l;p- נאדיר קנאי
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב די וואך מיטגעהאלטן א משוגעת רח"ל ביי א איד, און עס איז כדאי איבערצוגעבן פארן עולם, כדי דער עולם זאל וויסן ווי ווייט מען קען פארקריכן ווען מען לאזט זיך אריין אין די פעלד פון שגעונות (ארויסגעזאגט: שגיונות, וואס איז א טעות, ווייל שגיון באדייט א גרייז).

עס ליגט זיך א אידל אויפן שפיטאל בעטל, חרוב ונחרב, דורכגעמאכט א שווערן קאר עקסידענט, מען האט אים אויפגעמאכט דעם קדקוד (קאפ ביין) און אפערירט דעם מח, ב"ה ער ערהוילט זיך גאנץ פיין, השי"ת ישלח לו רפואה שלימה במהרה בתושח"י.

גייט א אידעלע אים באזוכן, אלץ הדבק בדרכיו - מה הוא מבקר חולים אף אתה - און כדי ארויסצוהעלפן דעם איד אנטאן תפילין.

דער באזוכער טוהט אן פארן פאציענט די תפילין של יד, נאכגעפאלגט מיטן תפילין של ראש (מען קען עס ליידער נישט געהעריג מהדק זיין, ווייל די קאפ פארמאגט נאך א גרויסן באנדאזש, האלט מען עס אן מיט די האנט במקום המח), דער איד זאגט ברכות השחר והתורה און ליינט קריאת שמע מיט גרויס כוונה (עס האט זיך געלוינט די גאנצע מוטשעניש, מיטצוהאלטן דעם קריאת שמע ליינען פון אזא איד, בכל לבבו ובכל נפשו).

ביים אויסטאן די תפילין האבן זיך אבער אנגעהויבן די פראבלעמען.

דער איד ווערט אנגעצויגן און נערוועז, ווייל ער לייגט צוזאם זיינע תפילין אויף א ספעציפישן מאדנעם אופן, שלא כדרך העולם, און דער באזוכער וועט דאס בשום אופן נישט קענען מאכן אויף דעם זעלבן סיסטעם, און ער וועט נאר פאר'הרג'נען די קנייטשן אויף די רצועות, אזוי ארום ווען ער וועט אי"ה אהיימגיין און ווערן געזונט כאחד האדם, וועט ער שוין אליין נישט געדענקן און קענען צוזאמלייגן אויפן אלטן וועג זיינעם.

מיט יסורי איוב מוטשעט ער זיך מסביר צו זיין פארן ארויסהעלפער זיינעם: נוץ דיין קאפ, לויף נאך די קנייטשן, ציה נישט אריבער די רצועות העכערן קשר, לייג נישט דאס אויף דעם, און אזוי ווייטער און ווייטער פארשידענע אנווייזונגען, אבער דער באזוכער הייבט ליידער נישט אן צו כאפן וויאזוי מען לייגט צוזאם די תפילין לויט דעם מאדנעם מנהג.

דער מצב ווערט אנגעצויגן, דער איד ווערט פארשטייפט, נעמט זיך קרעכצן און פארפירן, אזש ביזן באוואשן דעם ארויסהעלפער: דו קענסט נישט, דו טויגסט נישט, ביסט דאך אן ערוואקסענער מענטש, טראכט אריין וויאזוי דאס צו מאכן...

דער באזוכער זעהט כי כלתה אליו הרעה, רופט ער זיך אן צו דעם איד: איז דאס ארגער ווי נישט לייגן תפילין ח"ו? (אין אנדערע ווערטער: אויב איר וועט אזוי פארפירן יעדע מאל, נעמט איר מיר אוועק דעם אפעטיט פון קומען אייך אנטאן די תפילין!) דאן האט דער איד זיך געבראכן, און זיך פארענטפערט אז ווען עס האנדלט זיך פון פארשידענע סארטן קפידות און דקדוקים אין אידישקייט, ווערט ער ממש אויס מענטש אויב דאס ווערט נישט געטאן א מיליאן פראצענט לויט ווי ער וויל עס.

און דאס האט מיר געברענגט צו באשרייבן די מעשה, טאקע אין דעם משוגעת אשכול.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

מורא'דיג צו וואס א משוגעת קען צוברענגען.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יישר כוח קרעמער פאר די מאנסע, ס'קען מיר פול צוניץ קומען.

א פחד און א שרעק, אויב ארבעט נישט אויף די מדות, קומט אמאל א צייט וואס מ'עסט זיך ממש אויף צוליב שטותים און הבלים.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

וואס האבן שגיונות מיט אומאויסגעארבעטע מדות? האסט שוין געהערט פון OCD? אויך זענען ליידער היינט דא מענטשן וואס ליידן אויף פארשידענע פאוביעס, ברויכן זיי דען ארבעטן אויף תיקון המדות?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אקוראט!!! פונקט דאס וואלט איך דיר געוואלט זאגן, די אלע ווען זיי ארבעטן אויף זייערע מידות, וואלטן זיי אויף קיין OCD און פאוביעס נישט געליטן.

ווילסטו לדוגמא הערן אויף דעם איד פון שפיטאל, וואס פאר א מדה וואלט ער געדארפט הארעווען אז ער זאל זיך אליינס נישט אויפעסן?!

די מדה/מחלה פון פערפעקשאניזעם, קומט פון די שלעכטע מדה וואס הייסט גאווה, אויסגעמישט פון חוסר בטחון, א מענטש וואס האט נישט קיין גאווה, דארף ביי איהם 'פערפעקט' נישט זיין, ער דארף נישט אז אלעס זאל ביי 'איהם' קלאפן, נישט אלעס וואס ער האט זיך אויסג'משל'ט אין זיין קאפ דארף אויסגעפירט ווערן, און ווען 'איהם' איז אריין אין קאפ אז די תפילין דארף זיין אזוי צו אזוי צוזאמענגעלייגט, מהיכי תיתי, אבער צו וואס זיך אויפעסן אויף דעם? וואס וועט דען פאסירן אז נישט אלעס פירט זיך לויט וויאזוי דו האסט זיך אויסגעשטעלט דיין לעבן? איז שוין נישט דא קיין גאט וואס גיבט אכט אויף דיר בהשגחה פרטי פרטית? וואס ביסטו אזוי צונומען?
און אזוי קען מען אויפצייגן כמעט אויף יעדע מדה רעה וואס האט היינט באקומען א צונאמען פון א מחלה, -וואס דאס גיבט דעם מושחת א בארעכטיגונג צו זיינע עוולות, און ווען מ'גט זיך אן אויפהער כאפט מען נישט וואס איז געשעהן מיט אונזער דור וואס איז לכאורה אכשר דרי- פון וואנעט די השחתה האט זיך אנגעהויבן, און וויאזוי עס איז שוין מבואר אין די ספרי מוסר וואס מ'וואלט ווען געדארפט טוהן. נאר היות די פסיכאלאגן למיניהם דארפן דאך פארט מאכן געלט, נו אויב וועט מען אנהויבן לערנען מוסר מיט די פציענטן וואלט מען קיין געלט נישט געמאכט, און קיינער וואלט נישט געדארפט צוריק קומען א 150 מאל זיך אויסצורעדן דאס הארץ ביז ווילאנג די שעה לויפט אויס, און קיינער וואלט נישט ערווארטעט זייער שמייכל, אלזא אז עס האט א נאמען או סי די מיט בלאו סי שמי, דעמאלט איז עס פשוט א קראנקהייט וואס דארף טריטמענטס, נו וואס איז ער דען שולדיג אז ס'האט נאך נישט גע'פועל'ט, ער האט זיך באלד פון אנפאנג אויסגענומען אז מ'דארף איהם באצאלן אפילו ס'וועט נישט העלפן....

אקיצער דאס איז די געשמאקע עקבתא דמשיחא דור.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

סארי ערעב סאכדעס, אבער איך בין אויסדרוקליך מחולק מיט דיר אין דעם הינזיכט. דער איד ליידט ליידער פון א אידישקייט פראבלעם, ער איז צו שטארק מדקדק במצות, אזש כאילו ניתנה תורה למלאכי השרת, און דערפאר וויל ער זיין פערפעקט פערפעקט פערפעקט, טראצדעם וואס זיין מצב הבריאות ערלויבט דאס נישט.

אגב, וויל איך זאלסט מיר מסביר זיין וואס קלאסטער-פאוביע למשל (שרעק צו זיין אין א פארמאכטע שטוב, ווי אן עלעוועיטאר וכדומה) האט מיט אומאויסגעארבעטע מדות.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

קרעמער, איך גלייב אז די קלאסטערפאביק ענין וועט אריינגיין אין א טיפערן שמועס, אבער פאר סטארדערס, עס האט מיט א לעעק אין בטחון.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

קרעמער, אויף דיין צווייטע שאלה, האט שוין יאנאש אנגעהויבן ענפערן.

אויף דיין ערשטע שאלה, וואס איז א נפקא מינה צו עמיציר איז פרומער פונעם אנדערן אדער עמיציר איז שוואכער פונעם אנדערן, הצד השוה שבהן, את אשר החמרת הקלתי, ואת אשר הקלת החמרתי, דאס זאגט מען אינעם זעלביגן ווידוי, און א אידישיקייט פראבלעם איז נישט ווייניגער א מדות פראבלעם ווי א גויאישקייט פראבלעם, ביידע איז: אוועק פונעם חי החיים, אוועק פונעם רבוש"ע.

אאריך למחר. (ווער געדענקט דעם שוץ שוץ פון קרעמער? היינט איז די זעלבע בחינה)
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אזויפיל נארישקייטן אין איין תגובה, איך פארשטיי נישט פארוואס דו פארשטייסט נישט אז א מענטש איז איבערגעפרומט און ער מיינט נעבעך דעם אייבערשטן דערמיט.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

על ראשון ראשון ועל אחרון שנית (מאמר החכם: 'מאשקע')

וויפיל נארישקייטן האסטו דא געזעהן? דזשאסט קידינג.

אז א מענטש קומט אריין ביי דיר אין שטוב, און ער מאכט סדר דארט, ער פאקט די ספרים כרצונו, ער נעמט ארויס די זאכן פון די קאבינעטן, און ער איז עס מסדר אקוראט אזוי ווי ער וויל, וועסטו איהם פרעגן: העי וואס טוסטו דא? וועט ער דיר זאגן, אז ער וויל דיר צופרידן שטעלן, און צוליב דעם מאכט ער סדר אז דו זאלסט זיין צופרידן, און היות ער וויל נישט סתם אזוי אלעס מסדר זיין, ער איז גאר פרום, מאכט ער גאר א גוטן סדר, נעמט ער אלעס ארויס פון די שאפקעס, און ער וועט אלעס מסדר זיין על צד היותר טוב, דער מענטש איז איבערגעפרומט און ער מיינט נעבעך נאר דיר דערמיט, וואס וואלסטו געטוהן מיט עמען?

יאך וואלט איהם אדער גענומען צו א דאקטאר, אדער איהם פשוט און פראסט ארויסגעטראסקעט פון מיין שטוב, זיי מיך נישט מהנה, טוה מיר נישט קיין טובות, און לאז אלעס אזוי ווי 'איך' וויל.

ביי די נמשל איז עס אסאך געפערליכער, ווייל מ'רעדט פון נצחיות. ווער זאגט פאר א מענטש וואס פרום מיינט אז נישט גאט אליין? זאל ער זיימוחל פרעגן גאט וואס ער האט צו טוהן, און ער זאל נישט נאכגיין דעם אייגענעם נארישן קאפ. און יעמאלט וועט ער נישט ליידן פון זיינע אייגענע ביטערע מדות.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

צוערשט יישר כח ארענדער פארן צוריקברענגן אלע נעכטיגע אשכולות!

יעצט א ווארט צו סאכדעס;

נאך איין מזל אז דו ביסט נישט דער באשעפער! דו ביסט דן קראנקע אידן, אידן וואס ליידן אויף גייסטישע קרענק וואס באגרעניצט זייער טראכטן און טאן, און ביסט זיי חושד אויפן ערגסטן (ביטערע מדות וכו' וכו'). גאט זאל דיר באהיטן, און קיין שום אידיש קינד זאל נישט געפרואווט ווערן מיט איינע פון די מאדנע קוריאזע פאביעס אדער משוגעת'ן וואס קענען רח"ל באפאלן א מענטש און ער קען זיך נישט אליין ארויסזען דערפון. וויסן זאלסטו אז גדולים וטובים, די העכסט נארמאלסטע קלוגסטע און באזעסנסטע "בעלי מדות" קענען חלילה באטראפן ווערן פון איין סארט פאוביע אדער נערוועזיטעט אדער א צווייטע, און אן קיין הילף מבית אדער מבחוץ קען ער זיך נישט קיין עצה געבן (דיין עצה פון: "זאל ער זיי מוחל פרעגן גאט וואס ער האט צו טוהן".. אויב דאס מיינט תפילה - יא, די אידן זענען ווארשיינליך מתפלל צו קענען ארויסקריכן פון זייער מצב. און אויב מיינט דאס עפעס א מיסטישע כח וואס דו פארמאגסט און דאדורך קענסטו זיך דירעקט פארשטענדיגן און הערן באפעלן פון אויבן - כאפ א היטש מיט זיי צום נאנטסטן טעראפיסט).

אנטשולדיגט פארן זיין אזוי שטרענג, אבער איך רעד דא בשם אלע באטראפענע אידן, וואס קלאמערן זיך אויף גראדע ווענט, און זוכן א וועג ארויס פון זייערע משוגעת'ן, און זענען בשום אופן נישט מחוייב צו הערן פון דיר אז זיי ליידן גאר פון גאות, חוסר אמונה/בטחון, אדער "ביטערע מדות".
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

דא האט דער דאיען געשריבן א ביאור אויף או.סי.די. כעל ברענגן די שאלה אויף וועמען ער באציהט זיך, און דאן די תשובה.

... האט געשריבן:קודם כל שלום עליכם טייערע אידן!
איך וויל דא אויסשמועסן מיין פראבלעם, אולי וועט איינער קענען ארויסהעלפן א אידיש קינד.
איך בין באשאנקען געווארן פון הימל מיט א פרוי וואס "ליידט" אויף אידישקייט. איך וויל דא באטאנען אז איך בין בכלל נישט קיין קל, איך האב מיך מיינע גדרים וואס ווען און וואו, אבער ווייט נישט ווי זי - א פרוי, וועלכע איז באפוילן בלויז מיט א קליינע טייל מצות - טוט.
ס'איז נישט בלויז אז זי איז אפגעהיטן, נאר זי האט ממש אידישקייט "פרעשור", אלץ פארנומען מיט ברכות, דאווענען, זיך וואשן, וכו' וכו' אשר אין כאן המקום להאריך... און דער גרעסטער פראבלעם איז אז זי לייגט דאס ווייטער אין די קינדער, זי איז תמיד פארנומען צי זיי האבן געמאכט א ברכה, זיך געוושאן די הענט און נאך סאך מער, אפילו די קליינע וואס ווייסן נאך קוים וויאזוי זיי הייסן.
דער פראבלעם עסט פון מיר שטיקער פון מיין געזונט אבער איך האב נישט די גאטס דאס אפצושטעלן. איינער, צו וועמען איך האב זיך אמאל אפגערעדט, האט מיר געזאגט איך זאל איר פארקויפן לאקשען אויף יעדע זאך אז עס שטייט אין יענעם און יענעם ספר פונקט פארקערט, און איר אפקילן פון יעדן דבר שבקדושה. איך ווייס נישט צי דאס איז אויסגעהאלטן און בכלל שפיר איך זיך נישט באקוועם דערמיט.
איך וויל שטארק באטאנען אז איך בין בכלל נישט קיין ליידאק, אבער איך בין דערווייל נישט אויף אירע השגות און עס קרענקט מיר ממש וואס זי טוט, און אויך קען איך נישט פארנעמען ווי זי איז פרומער ווי איך בין.


jid613 האט געשריבן: דאס איז א מעדיקעל קאנדישען וואס הייסט

obsessive-compulsive disorder



gishmoker האט געשריבן: איך מיין א זשיד איז גערעכט, דאס איז א אבסעסיע פרבלעם. איך האב געהאט צוויי קוזינס מיט א ענליכע פרבלעם , אבער ווען זיי האבן חתונה געהאט -ד"ה זענען געווארן אביסל אויפגעקלערט - האבן זיי נאכגעגעבן..

אבער ח"ו איך נישט אפקילן דיין שלום בית, לאמיר זיך שטארקן מיט א זוהר הק', אז די מענטשן וואס וואשן זיך כסדר מיט אסך וואסער זענען גרויסע נשמות. איך געדענק נישט וואו ס'שטייט, ווער ס'אט בר אילן קען זוכן.

איך וואללט אפשר גע'עצה'ט אויב איז דאס טאקע א אבסעשאן, דו זאלסט אויך טון עפעס אפאר מאדנע זאכן וואס זאל איר ארויסנעמען פון די כלים, ווען זי וועט פארהאלטן וועסטו זאגן אז אויב זי געט אויף איינמאל א טאג זיך וואשן וועסטו אויך אויפגעבן דיין משוגעת,

איך מיין ס'עט העלפן.



התאחדות האט געשריבן:..... און איצט צום ענין, פון ..., (אויב ליינט ער און שרייבט נאך דא) דאס איז אמת אז דאס איז א מחלה, אבער די מקור פון דעם איז נישט קיין מחלה, דאס הייסט אזוי, דאס האט זיך אנגעהויבן פון א מדה מגונה, און דאס האט זיך פארוויקלט צו א מחלה.

אסאך אסאך עקספרימעננטן זענען שוין געזיצן אויף די מחלה, און איך (ארבעטנדיג מיט מענטשן וואס ליידן אויף דעם) האב נאך נישט געטראפן דעם פערזאן וואס האט פארהיילט א פאציענט פון די מחלה, און די סיבה אויף דעם איז פשוט, א מדה טריט מען נישט ווי א מחלה, א מדה לערנט מען פון די תורה וויאזוי דאס צו טוישן, און א מחלה, פארהיילט מען, צו נאטורליך צו דורך א מעדיצין.

די מדה וואס איז די מקור פון די אלע סארט מחלות, או סי די, וכל שמותיו הנרדפים, הייסט עזות, ווען גאט האט אונז מגלה געווען בעקבתא דמשיחא חוצפה יסגי, איז דאס א פאקט וואס גייט פאסירן, און האט שוין ליידער פאסירט, אוודאי אז אמאל איז אויך געווען די מדה, אבער היינטיגע צייטן איז דאס געווארן פארמערט, כ'מיין אז דאס איז די טייטש פון יסגי.

די מדה פון עזות, איז מדה וואס מאכט פון א נישט ווייסער א ווייסער, פון א שוואכער א שטארקער, פון א עם הארץ א תלמיד חכם, וכו' כו' אלעס וואס א מענטש האט נישט, באקומט ער, אלעס וואס א מענטש איז 'נישט', איז ער 'יא', און פון דעם קומען די אלע השלכות וואס שטייט אין די משנה, בן קם באביו, איך געדענק נישט פונקט אלע לשונות, אבער דאס איז קלאר אז די גאנצע משנה האט שייכות מיט די התחלה פון חוצפה יסגי.

אמאל פאר עקובתא דמשיחא, זענען געווען אידן, עמי הארצים, קלענערע לערנערס, אביסל מער לערנערס, תלמידי חכמים, און גאונים, יעדער האט געהאט זיין פלאץ און זיין מעמד, דער עם הארץ, אף על פי וואס ער האט פיינט געהאט דעם תלמיד חכם, האט ער אבער געוואוסט אז ער איז אן עם הארץ, און די ביסל יראת שמים און הכנעה וואס ער האט געהאט, האט איהם געברענגט אז ווען דער גדול, דער וואס איז מער פון איהם, האט געזאגט א ווארט איז דאס געווען הייליג ביי איהם, און ער האט נישט אליין'ס פארשטאנען גארנישט, און ווען מ'האט איהם געזאגט אז מיט אפגיסן די הענט צופרי איז ער ריין, האט ער געגלייבט און געטראסט, ער האט נישט געהאט קיין ספיקות, ווייל ער האט נישט געהאט קיין עזות, ער האט געגלייבט אז וואס דער תלמיד חכם זאגט איז תורה מסיני, וואס משה רבינו האט מקבל געווען ומסרה וכו' כו' ביז אונזער דור.

היינט ליידער איז דאס נישט אזוי, צוליב וואס די עזות איז געשטיגן, ממילא טראסט מען נישט קיין העכערע אוטעריטעט, און ממילא ליידט מען פון ספיקות, און אלע מחלות קומט פון די מדה, ווי אויבנדערמאנט געזאגט, אויב גלייבט מען נישט, צוליב עזות, דאן איז דער מענטש נישט אויפן פלאץ, למשל אז א מענטש זאל גיין אין שניי אן קיין בגדים, וועט ער זיך זיכער פארקילן, און דאס וועט איהם אפשוואכן זיין גאנצע אימיון סיסטעם, און דאן קענען אלע מחלות האבן פלאץ ביי איהם, די זעלביגע זאך ווען א מענטש האט נישט די צודעק פון טראסט און נאמנות צו זיין מוח און הארץ, דאן וועט ער זיך זייער גיך פארוויקלן מיט מחלות, פון פחדים און די אלע משוגעת'ן און מחלות, וואס די אלע ליידן.

איצט איז אזוי, איידער מ'נעמט זיך ארבעטן מיט סיי וועמען איבער די מדה, דארף מען וויסן וואו פונקטליך מ'שטייט אליינס מיט די מדה, און דערויף קען מען ארבעטן מיט אדער אויף אנדערע, דאס טייטש אזוי, אויב ליידסטו אויף עזות, און סאום האו האט דאס נישט אויסגעקלאפט אויף די אלע משוגעת'ן וואס דער פאציענט ליידט, וועסטו לכאורה אין דיין לעבן איהם נישט קענען בייהילפיג זיין.
פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פענסטער »

סאכדעס:

וואו איז מיין שכויח?
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

פענסטער, דו ביסט עס? דו ביסט דא? דאס איז דאס גרעסטע (היימישע קרעטשמע ->) משוגעת וואס איך האב מיך נאר אמאל געקענט פארשטעלן אויף דיר
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יא סארי רבותי, כאב פארגעסן זיך צו באדאנקן, כאב געבעטן פענסטער'ן וואס איז באוואוסט מיטן גלארייכען טיפען זכרון, אז ער זאל מיר ארויפברענגן דעם פארשטופטן תגובה פון בחחמ"א

יישר כוח פענסטער יישר כוח.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך פאק איין, סאכדעס איז גערעכט מיט אלע זיינע אילוזיעס איבער די "מחלה" OCD, ווייל - והא ראיה - עס איז דא א בפירוש'ע "התאחדות" אויף היידפארק וואס האלט אויך אזוי ווי אים.

פשיהא. וואס איז מיר נישט בייגעפאלן אהערצוברענגן מיינע ארגומענטן פון דארטן?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

שעפעלע, כהאב דאס געבראכט נאר כדי דער עולם זאל דאס ליינען און באשטעטיגן ווער סיז גערעכט, כ'דארף פון דיר קיין תשובה אויף דעם, און שנית, דארט בין איך געבליבן מיט די צונג אינדרויסן, קיינער האט נישט גענפערט אויף דעם.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פענסטער »

א שכויח פאר די שכויח.

לולא דמסתפינא, וואלט איך געזאגט אז דו ביסט געבליבען דארט מיט דיין צונג אינדרויסען, פשוט ווייל (כמעט) קיינער האט עס נישט געליינט.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

קרעמער, לאמיר דיר פרעגן. לויט דיר קומט אויס, אז די אלע משוגעת'ן זענען מחלות. אלזא איז מיין פראגע, וואס פאר א סארט מחלות זענען דאס? איז דאס גלייך צו א סטרעפט? איז דא אנטי-ביאטיק פאר די סארט מחלות? אדער גאר אנדערע סארט פילן? אויב יא, אפשר קענסטו עמיצין וואס האט זיך אויסגעהיילט פון די מחלה דורך די פילן? אזוי ווי איך און יעדער קען מענטשן וואס האבן זיך ערהוילט פון סטרעפט דורך פילן.

אדרבה לאמיר הערן אייער מיינונג.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”