טייערע מנהל אייוועלט: אינדארסיר א קאנדידאט

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

טייערע מנהל אייוועלט: אינדארסיר א קאנדידאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איך ווענד זיך דא ברבים צו אונזער מנהל ראשי.
איר זענט עומד בראש דער גרעסטער יידישער נייעס זייטל.
הונדערטער אדער טויזענטער היימישע יידן האבן הנאה פון דאס פלאץ און האבן רעספעקט פאר אייך.
אזוי ווי יעדע אפיציעלע צייטונג פירט זיך פאר א גענעראלע וואל-טאג צו אינדארסירן א קאנדידאט, דעריבער בעט איך אייך אז איר זאלט נישט אנדערש זיין.
דער מנהל אדער עדיטאריעל פון אייוועלט ווערט געבעטן: ביטע אינדארסיר איין קאנדידאט.
ערקרלער פארוואס דער קאנדידאט האט פארדינט דיין אינדארסירונג.
צו עס וועט שמעקן דעם עולם צו נישט? זאל דער עולם זיך מתווכח זיין. צו ער וועט געוואונען צו נישט, איז אויך נישט וויכטיג.
דער עיקר: אינדארסיר!!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

Re: טייערע מנהל אייוועלט: אינדארסיר א קאנדידאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

יידישע קהילות האט געשריבן:איך ווענד זיך דא ברבים צו אונזער מנהל ראשי.
איר זענט עומד בראש דער גרעסטער יידישער נייעס זייטל.
הונדערטער אדער טויזענטער היימישע יידן האבן הנאה פון דאס פלאץ און האבן רעספעקט פאר אייך.
אזוי ווי יעדע אפיציעלע צייטונג פירט זיך פאר א גענעראלע וואל-טאג צו אינדארסירן א קאנדידאט, דעריבער בעט איך אייך אז איר זאלט נישט אנדערש זיין.
דער מנהל אדער עדיטאריעל פון אייוועלט ווערט געבעטן: ביטע אינדארסיר איין קאנדידאט.
ערקרלער פארוואס דער קאנדידאט האט פארדינט דיין אינדארסירונג.
צו עס וועט שמעקן דעם עולם צו נישט? זאל דער עולם זיך מתווכח זיין. צו ער וועט געוואונען צו נישט, איז אויך נישט וויכטיג.
דער עיקר: אינדארסיר!!

דאכצעך אז יעדער ווייסט לכאורה וועמען ער אינדאסירט.
ודי
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: טייערע מנהל אייוועלט: אינדארסיר א קאנדידאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

עס איז דא נאך מנהלים אויסער לכאורה, איך פארשטיי אז דאס איז געמאכט פאר אלע מנהלים
The Divided States Of America
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: טייערע מנהל אייוועלט: אינדארסיר א קאנדידאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

דא איז וויכי'ס

viewtopic.php?p=2449690#top
אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:51 am

Re: טייערע מנהל אייוועלט: אינדארסיר א קאנדידאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעחדך קאפ »

די עולם זאל זיך מתווכח זיין? ספעלט אשכולות דא אויף איי וועלט?
אני ישנה ולבי ער
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4217
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: טייערע מנהל אייוועלט: אינדארסיר א קאנדידאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

יידישע קהילות האט געשריבן:איך ווענד זיך דא ברבים צו אונזער מנהל ראשי.
איר זענט עומד בראש דער גרעסטער יידישער נייעס זייטל.
הונדערטער אדער טויזענטער אדער הונדערטער טויזענטער היימישע יידן האבן הנאה פון דאס פלאץ און האבן רעספעקט פאר אייך.
אזוי ווי יעדע אפיציעלע צייטונג פירט זיך פאר א גענעראלע וואל-טאג צו אינדארסירן א קאנדידאט, דעריבער בעט איך אייך אז איר זאלט נישט אנדערש זיין.
דער מנהל אדער עדיטאריעל פון אייוועלט ווערט געבעטן: ביטע אינדארסיר איין קאנדידאט.
ערקרלער פארוואס דער קאנדידאט האט פארדינט דיין אינדארסירונג.
צו עס וועט שמעקן דעם עולם צו נישט? זאל דער עולם זיך מתווכח זיין. צו ער וועט געוואונען צו נישט, איז אויך נישט וויכטיג.
דער עיקר: אינדארסיר!!

און איך, אני הקטן, איך טו אונדארסען אונזער פרעזידענט ירום הורו, דאנאלד טרומפ. ווייל...

    ער זאגט וואס ער טראכט (נישט אזוי גוט), אבער ער טוט וואס ער זאגט
    ער שטוצט טראדישענעל אמעריקען וועליוס, ווי פאמיליע לייף, פרא לייף, וכו'.
    ער האט געהאלפן אידן, קומט זיך אביסעלע הכרת הטוב
    ער איז גוט פאר קליינע ביזענס, ווייניגער ביואקראסי, און פרא ביזנעס.
    ער איז גוט פאר די working class, פרא ווייניג טעקסעס

משא"כ א שטימע פאר ביידען איז א שטומע פאר ת-ועבה, פאר הפקרות, פאר ביג גאווערמענט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: טייערע מנהל אייוועלט: אינדארסיר א קאנדידאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

פאראייגן וואל אינטערווענץ אלערט.
למעלה.
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: טייערע מנהל אייוועלט: אינדארסיר א קאנדידאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

אגב דער געדאנק האט מיר אביסל צישאקלט, יא עס איז דא אסאך וואס נעמען נאר די נייעס פון דא, אבער דאס איז נישט די תכלית און גאול פון דער סייט, עס איז א פלאץ זיך אויסציבלאזן און אלע הינזיכטן אויך פאליטיק , אבער מאכן די מנהל זאל זאגן א מיינונג ווייל דער עולם וויל הערן וואס זיי האלטן איז אפגאטיש , און דעם פראבלעם האבן מיר יעצט מיט טוויטער פעיסבוק וכדומה מען הערט זייער מיינונג און דערנאך גייט עס א שטאפל ווייטער אז מען עקט שוין אויף זיין מיינונג . און נאך בהיתר ווייל ס'איז זיין פלאטפארמע.

אלזא מיינעך ס'איז געזונטער און בעסער אז מ'ווייסט נישט און דער וואס מ'ווייסט יא זאלן טוהן וואס אונזערע טייערע מנהל לכאורה האט געטוהן די לעצטע שטיק צייט איבערגעלאזט די בייעס ביים טיר , און נישט דאס זאל ווערן די נושא.

יישר כחכם פארן ליינען.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טייערע מנהל אייוועלט: אינדארסיר א קאנדידאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח יידישע קהילות פארן שענקן דאס ווארט

איך גיי נישט אינדארסירן קיין קאנדידאט, זינט איך האב דאס נישט געזען ביי מיינע פארגייער...

אזויפיל קען איך זאגן: מאכט נישט אייער באשלוס באזירט אויף אנאנימע באצאלטע אנאנסן אין די טעגליכע און ערב שבת בלעטער אדער צעטלעך האלב ארויפגעקלעבט אויף די וואנט

צומאל שטאמען די לאזונגען און דערקלערונגען פון קטני קטנים שלא שימשו כל צרכן און אויסער א שיינע שטיקל גראפיק מיט א גרויסע ציענדע פראז קענען זיי גארנישט, אויסער טאקע רעדן אויף א האטליין אדער דאס אויסהערן און מפרסם זיין

אויב איר זענט צומישט פאר וועמען צו שטימען, רעדט אייך דורך מיט מענטשן וועמען איר קענט אלס ערליכע און קלוגע אידן, אבער מאכט זיכער נישט צו פארפעלן דעם רעכט און פריוויליגיע פון אויסקלויבן אייער פארטרעטער סיי לאקאל און סיי פעדעראל.

האט מיר אלע א גוטן שבת
הק' לכאורה
בלויז אין מיין אייגענע נאמען
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: טייערע מנהל אייוועלט: אינדארסיר א קאנדידאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

יידישע קהילות האט געשריבן:
אזוי ווי יעדע אפיציעלע צייטונג פירט זיך פאר א גענעראלע וואל-טאג צו אינדארסירן א קאנדידאט, דעריבער בעט איך אייך אז איר זאלט נישט אנדערש זיין.

אייוועלט איז נישט קיין צייטונג, ס'איז א פלאטפארמע פאר יעדער וואס האט וואס צו שרייבן.
דער סי.אי.או. פון טוויטער טוט אינדארסירן א קאנדידאט?
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
מר. טראָנק
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 2:35 pm

Re: טייערע מנהל אייוועלט: אינדארסיר א קאנדידאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. טראָנק »

לכאורה האט געשריבן:אזויפיל קען איך זאגן: מאכט נישט אייער באשלוס באזירט אויף אנאנימע באצאלטע אנאנסן אין די טעגליכע און ערב שבת בלעטער אדער צעטלעך האלב ארויפגעקלעבט אויף די וואנט

ס'איז ריכטיג אז גאר אסאך קאמפיינס זענען פון מענשטן ווי די באשרייבסט זיי... זיי האבן נאך נישט טועם געווען קיין עסקנות וכו'. אבער מ'דארף יא קוקן וואס עכטע רבנים און עסקנים זאגן
מראי מקומות: ר' שמואל, ר' חיים, הרב דונער, ר' יצחק זילבערשטיין, קהילת סאטמאר ק"י, קהילת סקווירא, העסקן ר' משה מארגרעטן.
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: טייערע מנהל אייוועלט: אינדארסיר א קאנדידאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
אזוי ווי יעדע אפיציעלע צייטונג פירט זיך פאר א גענעראלע וואל-טאג צו אינדארסירן א קאנדידאט, דעריבער בעט איך אייך אז איר זאלט נישט אנדערש זיין.

אייוועלט איז נישט קיין צייטונג, ס'איז א פלאטפארמע פאר יעדער וואס האט וואס צו שרייבן.
דער סי.אי.או. פון טוויטער טוט אינדארסירן א קאנדידאט?

יא, אבער נישט ברבים. רמזים שיקט ער יא און גרויסן.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”