כאניש וואס צו טון האט געשריבן:ווער שטייט אויס צו האבן קאנטראל? ביידע הייזער
די הויז איז מער ווייניגער פארזיכערט פאר די דעמאקראטן, און עס הייסט אז זיי וועלן גאר געינען עני וועיר צווישן 5 ביז 20 זיצן.
הגם איך האלט אז אויב טראמפ געווינט למעשה וועלן די דעמאקראטן דערלייגן מאסן זיצן, אבער מען האלט דאך נישט דארט.
דער סענאט זענען די דעמאקראטן היפש פעיווארד צו האבן קאנטראל, אבער נישט אזא שטארקע טשענס ווי ביידן, און אויך איז גאר א גרויסע חילוק אויב זיי האבן 50 אדער 51-52, וואס אין אזויפיל זיצן זענען זיי פעווארד, ווי אויב זיי זאלן יא באקומען אפאר טאסאפס און האבן מער אין די 55-54 געגענט.
די רעפאבליקאנער זענען יא העווי פעווארד ארויסצוווארפן דעם דעמאקראטישן סענאטאר דאג דזשאונס פון אלאבאמע, און ארום פינעף דעמאקראטישע קאנגרעסלייט זענען אין גאר שווערע פארמעסטן, דאס רעכנט אריין מעקס ראוז פון סטעטן איילענד וואס האט זיך אלץ צוגעשטעלט און ארויסגעהאלפן אונזער קאמיוניטי, אזוי ווי ר' משה מארגארעטן ברענגט ארויס אין זיין אינטערוויו ווי ער בעהט צו שטימען פאר טראמפ.
(איך האב געהאט געשריבן וויסקאנסין אנשטאט אלאבאמע, ישר כח פאר די אישי..)--------------
צוויי יאר צוריק האט פאקס ניו דערקלערט זייער פרי, דאכציך נאך פאר 10 אזייגער, ווען ממש נאר צענדליגער פון די זיצן זענען געווען געקאלט, אז די דעמאקראטן האבן געווינען די הויז, פון איין זייט האט עס געוויזן אויף ווי גוט זייערע חברה קענען די מאפע, און עס איז געווען א שטארקע זאך פאר זײ.
אבער פון די אנדערע זייט האלטן רעפאליקאנער אז עס איז שטארק מעגליך אז וועגן דעם זענען אסאך רעפאליקאנער אין די מערב שטאטן, בעיקר קאליפארניע, געבליבן אין דער היים, און עס האט זיי געקאסט אפאר זיצן.
ממילא ווילן זיי אז מען זאל דאס מער נישט טון.
און זײ זענען לכאורה נאך מער ווי גערעכט, ווייל אפילו א פרעזידענט פארמעסט, וואס עס מאכט דאך נישט עכט אויס ווי שטארק מען געווינט מער ווי 270, קאלט מען קיינמאל נישט כאטש בעפאר מען האט געקאלט פאר איינעם 270, אפילו אויב מען האט שוין אסאך מער ווי דעם צווישן סטעיטס וואס ער האט געווינען פלאס סטעיטס וואס איז פארזיכערט, אזוי ווי אבאמע אין 08 האט מען ערשט געקאלט נאכן ענדיגן שטימען אין קאליפארניע, הגם עס איז נאך געווען עניטיים אזוי קלאר אז אבאמע האט געווינען די סטעיט,ווי אז די דעמאקראטן האבן געווינען די הויז אין 2018 ווען פאקס האט געקאלט.
קעווין מעקארטי דער רעפאליקאנער הויז מינאריטעט פירער האט נעכטן געשיקט א בריוו צו אלע גרויסע מידיע סטאנציעס, ווי ער בעט אז מען זאל דאס נישט מער טון, מען זאל נישט רופן קיין פארמעסטן פאר מען פארמאכט אלע שטום בודקעס, ווייל מען דארף לאזן אלע וויילער שטימען.
געוויסע נעמען ארויס פון דעם אז ער רישט זיך אויף א שווערע נאכט.
דערווייל האב איך נישט געזען קיין רעספאנס פון די מידיע.
- מערקט ווי אלע אדרעסן ענדיגן זיך ניו יארק ניו יארק
- IMG_20201029_031652.jpg (201.15 KiB) געזען 1229 מאל