ראטערי טעלעפאנען - אמאליגע טעלעפאן נומערן
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
- יאנאש
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15470
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: וואו בינעך טאקע?
ראטערי טעלעפאנען - אמאליגע טעלעפאן נומערן
איך האב קיינמאל פארשטאנען דעם סיסטעם מיט די אותיות ביים אנהייב נומער, למשל EV7 איז 387 און אזוי איז עס טאקע היינט.
ווער איז אויפגעקומען מיטן אלטן סיסטעם, און פארוואס האט מען דאס געטוישט?

- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6806
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
יאנאש האט געשריבן:איך האב קיינמאל פארשטאנען דעם סיסטעם מיט די אותיות ביים אנהייב נומער, למשל EV7 איז 387 און אזוי איז עס טאקע היינט.
ווער איז אויפגעקומען מיטן אלטן סיסטעם, און פארוואס האט מען דאס געטוישט?
הרב יאנאש
דער אלטער סיסטעם איז געווען געשטעלט אויף ווערטער. דער EV האט געמיינט EVERGREEN
פון וואס איך געדענק איז געווען
EVergreen
ULster
GEdney
TRiangle
ORegon
HYacinth
וכו'
א טעלעפאן נומער וואס האט געהאט נומערען וואס האט נישט באדייט עפעס א ווארט איז נישט געווען. ממילא איז די קאמבינעישענס פון נומערען געווען באגרעיניצט
דאס איז גיט געווען ווילאנג עס האט נישט אויסגעפעלט נאך נומערען. אזוי וויא די פאפיולעישען האט זיך פארמערט און מען האט געדארפט מער נומערען האט מען דיסיידעט צי גיין צי נומערען. אזוי וועט מען קענען האבען מערערע קאמבינעישענס פון עקסטשעינדש'ס
EV איז געווארען 38
UL איז געווארען 85
GE איז געווארען 43
TR איז געווארען 87
וכו'
יעצט אז מען איז אוועק פון ווערטער האט מען שוין געקענט מאכען קאמבינעישענס פון נומערען וואס זענען נישט קיין עבריוויעישענס.
און 1965 האבען שוין אלע טעלעפאן נומערען געהאט נומערען און נישט קיין לעטערס.
דערווייל זענען נאך אלע עריא קאודס געווען דריי נומערן מיט די מיטעלסטע אלטץ געווען א איינסער '1'.
(אלע פינף באראס זענען געווען 212. ברוקלין סטעטען איילענד, מיט קווינס האבען ערשט געקרוגען 718 און 1984 .)
ווען מען האט איינעם געריפען האט מען נאר געשטעלט די טעלעפאן נומער. די עריא קאוד האט מען נאר געדארפט ווען מען האט ארויס געריפען צי אן אנדערע עריא קאוד. ווען ברוקלין האט געקריגען דער 718, געדענק איך וויא דער עולם האט זיך אפגערעדט אז פון ברוקלין אויף מענהעטען וועלען זיי טשארדשען אוויא א לאנג דיסטענס קאלל.
דערווייל האט מען נישט געקענט האבען א טעלעפאן נומער וואס האט איין איינסער און מיטען פון די ערשטע דריי נומערען ווייל דאס האט אויסגעזעהן אוויא אן עריא קאוד.
ווען עס איז נאכאמאל געווארען א מאנגעל מיט טעלעפאן נומערען האט מען דיסיידעט אז אלעמאל דארף מען דיילען די עריא קאוד. אזוי האט מען שוין געקענט מאכען אז סיי די עריא קאודס און סיי די ערשטע דריי נומערען פון דעם טעלעפאן נומער קען האבען אן איינסער
the SCY is the limit
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6806
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
מען איז א ביסעל פארפארען פונעם נושא פון אשכול, אבער יא, עס איז געווען אותיות אויפען טעלעפאן
די פאוש באטען טעלעפאן איז געקומען שפעטער. ווען איך בין געווען יונג איז נאר געווען ראטערי
דא האט איר א בילד פון א טיפיקעל דעסק ראטערי טעלעפאן. באמערק די אותיות איבער די נומערען.
ווען מעהאט אהנגעפאנגען מיט די פאוש באטענס איז אויך געווען אותיות אויף די באטענס, היינט קען מען אויך זעהן אויף טעלעפאנס ענגלישע אותיות.

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
יאנאש, דו געדענקסט מער נישט די ראוטערי פאונס? מיר געדענקען זיי גוט, די פענסיעסט פיעטשור וואס עס האט געהאט איז געווען די קאלירן, די מערסטע זענען געווען אייווארי, אויסערדעם איז געווען ברוינע, שווארצע, פינקע, דער פינגער מיינער האט גוט וויי געטאן נאכן דיילן א לאנג דיסטענס נאמבער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6806
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
אה! כ'האב נישט געכאפט וואס באדערט
אקעי. היער וויא גאו
די נעמען אדער אותיות זענען געקומען פריערט, דערנאך איז מען געגאנגען צי נומערען.
ווען מען האט געשטעלט דעם סיסטעם פון אותיות, זעהט אויס, אז זיי זענען נישט געווען צי גרויסע חכמים און זעהן אויף פאראויס אז עס וועט זיך אויסלאזען, אוויא די משנה זאגט, אזהו חכם הרואה את הנולד.
ווען די גאנצע טעלעפאן סיסטעם האט זיך אהנגעפאנגען האט מען נישט געקענט אליינס ריפען א צווייטען. מען האט אויפגעהויבען דעם טעלעפאן און גערעדט מיט אן אפערעיטער. (אפילו ווען עס איז שוין געווען די מעגליכקייט צי דיילען און שטוב, איז נאך אלטץ געווען גרויסע שטחים און אמעריקא וויא מעהאט נאך אלטס געדארפט רעדען מיט אן אפערעיטאר, און אזוי איז נאך געווען און די גאנצע קעטסקילס ווען איך בין געפארען און די קאנטרי נאך אלטס יונגעל)
דער אפערעטאר האט געמאכט דעם קאנעקשען צי די אנדערע טעלעפאן וויא די האסט געוואלט ריפען. געגאנגען איז דאס אויף א סוויטש בארד, און א יעדע עקסטשענש האט געהאט זיין בילדינג וויא די סוויטשינג עקוויפמענט איז געווען.
די לאקעישענס פון די עקסטשענשעס האט מען גיגעבען נעמען, און דאס איז די EVergreen, ULster, TRiangle ווערטער. דאס זענען געווען נעמען וואס מען האט געגעבען פאר די בילדינגס וויא די סוויטשינג איז געטוהן געווארען פאר די טעלעפאנס אינטער זייער אויפזיכט.
למשל, ווען איינער פון וויליאמסבורג וויא דער EVergreen עקסטשענש איז געווען לאקעיטעט האט געריפען איינעם און באראפארק וויא למשל די TRiangle עקסטשענש איז געווען, האט ער אויפגעהויבען דעם טעלעפאן, דער אפערעיטאר, ווער עס איז געזעצען און דעם בילדינג וויא עס איז געווען די EVergreen עקסטשענש האט באמערקט אויף א סוויטש בארד דורך א לעמפעל אז איינער ריפט אוהם, האט ער גענטפערט און די האסט געזאגט אז די ווילסט זיין קענעקטעט צי TRiangle 5-1234 , דער אפערעיטאר האט געריפען דעם אפערעיטאר און דעם TRINAGLE עקסטשענש, זיי האבען געמאכט דעם קאנעקשען און די האסט גערעדט צי דיין חבר.
אלטץ גאר יונג אין די איסטסייד געדענק איך נאך אינז האמער געהאט אזא פאון, וואס מען האט געדארפט רעדען צי אן אפערעיטאר צי מאכען א פאון קאל
דערנאך ווען עס איז שוין געווען די ראטערי, האט זיך דאס אלעס אפגעשפילט אטאמאטיש. אבער די עקסטשענש בילדינגס זענען נאך אלטץ געווען. און די עקסטשענש נעמען זענען נאך אלטץ געווען.
און וויא איך האב געשריבען און מיין פריערדיגע תגובה, עס איז געווען א באגרעניצטע צאל פון טעלעפאן נומבערס ווייל נישט מיט א יעדע קאמבינעישען נומערען קען מען מאכען ווערטער. (דארפסט געדענקען אז די אותיות וואס זענען געווען עסאסיעיטעד מיט די נומערען זענען געווען אוויא אויף דעם בילד וואס איך האב געשטעלט)
ווען מען האט געדארפט מער נומערען אלטץ דאס געוויקס פון די פאפיולעישען, איז נישט געווען מער די ברירה מיט ריפען די עקסטשענשעס מיט נעמען. מען האט געמיזט אוועק גיין פון דעם סיסטעם און גיין צי א סיסטעם פון נאר נומערען, און אזוי איז דא מער קאמבינעישענס.
איך האף אז איך האב געענטפערט דיין שוועריקייט

גראדער האט געשריבן:ביז נישט לאנג צוריק האבן די ענסערינג מאשינען פון די גרויסע קאמפאניס געזאגט, איף יא אר קאלינג פראם א טאטש טאון טעלעפאן פרעס 1, אדערווייס סטעי אן די ליין...
קוקט אויס אז מענטשן פלעגן נאך קאלן פון ראוטערי פאונס.
טאטשטאון פלעגט צי קאסטען געלט.
קדם איז געווען פאלס דיילינג. די ראטערי פאונס האבען אלע געארבעט מיט שיקען פאלסעס.
ווען בעל טעלעפאון (אזוי האט די קאמפעני געהייסען איידער עס איז דורך געגאנגען פארשידענע גלגולים ביז וויא עס הייסט היינט ווערייזאן) האט אהנגעפאנגען צי אפערען טאטש טאון, האט מען געדארפט צאלען פאר די סערוויס. טאטש טאון האט געדיילט אסאך שנעלער וויא ראטערי.
היינט קומט טאטש טאון אטאמאטיש, אהן צאלען עקסטרע. אויף א סאך פאונס קען מען נאך זעהן א קליינטשיגע סוויטש pulse און touchtone.
the SCY is the limit
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6806
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
עס האט נישט ציטוהן מיטען נושא פונעם אשכול, אבער, מען מעג אויסזאגען סודות פון חדר?
עס איז געווען א וועג וויא צי פארשפארען א ראטערי פאון, אז מען זאל עס נישט קענען ניצען.
אויב א פאון איז געווען און א פאבליק פלאטץ, און דער אייגענטימער האט נישט געוואלט אז א פרעמדער זאל ניצען די פאון, איז געווען א קליין שלעסעל וואס מען האט ארויף געלייגט אויפען דייל און דעם לעכעל פון דער איינסער, און אזוי איז די דייל נישט געגאנגען ווייטער פון איינס, און מען האט נישט געקענט מאכען א קאל.
האט מען אויסגעפונען א וועג צי בייפעסען דער שלאס.
בחורים און קעמף און אויך און ישיבה האבען געוויסט דערפון אבער געהאלטען בסוד אז די הנהלה זאל נישט וויסען דערפון.
די פאלסעס וואס דער טעלעפאון האט געשיקט ווען די דייל האט זיך געדרייט, האט מען געקענט דאפליקעיטען מיט האלטען און איין אראף שטיפען דאס קנעפעל וואס איז געווען דארט וויא מען הענגט אויף דאס הענטעל.
אזוי, אז מען האט געוואלט מאכען א קאל אויף א פארשפארטען טעלעפאון, האט מען אויף געהויבען דאס הענטעל און געהאלטען און איין שטיפען דאס קנעפעל לויט די טעלעפאון נומבער וואס מען האט געוואלט ריפען. א קליינע הפסק האט מען געדארפט מאכען צווישען א יעדע נומבער.
דער מיטעל איז ספעציעל צוניץ געקומען ווען מיר זענען געווען און קעמף און מען האט זיך אריין געכאפט און אפיס מאכען טעלעפאון קאלס, אדער אפילו און אפיס און ישיבה ווען דער סטעף איז געגאנגען אויף לאנטש און פארשפארט דאר טעלעפאון אז קיינער זאל נישט מאכען קאלס.
בחורים זענען אלטץ געווען איין סטעף עהעד פון די הנהלה

איי ר' שמחה, היו ימים, איר זאגט מיר אז איר געדענגט נאך די בחורישע-שטיקעס פון 40 יאר צוריק, איך האב געמיינט אז ביי-דען וועל איך עס שוין פארגעסן.
אייער איידיע זערמאנט מיר פון א חסר מיינער וועלכער האט געקענט די טענער פון די טאטש-טאון פאונס אזוי אז אויב האט ער געהערט איינעם דייעלען אויף ספיקער-פאון האט ער געוואוסט דעם טעלעפאון נאמבער אפי' ער האט נישט געזעהן וויאזוי יענער דייעלט (ספעציעל צוניץ געדומען צו גנב'ענען קאלינג-קארד ציפערן אדער פעסווארדס).
אדער פונעם שטיקל וואס מיר האבן געטאן אין קעמפ רופענדיג קאללעקט, און פווען דער אפעריעיטאר האט געפרעגט די מוטער צו זי וויל אקצעפטירען דעם קאל האט מען א שריי געטאן דעם פאבליק-טעלעפאון נאמבער ווי צוריקצורופען.

- באנקיר
- שר חמש מאות
- תגובות: 692
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2008 11:24 am
- לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק
כ'האב פונקט געהערט פון א איד וואס איז געווען מיט זיין חבר ביי די "ניו יארק ווארלד'ס פעיר" אין קווינס, תשכ"ד, וואו עס איז היינט די פלאשינג מעדאו קאראנע פארק, און מען האט שוין דעמאלסט געוויזן די חלום פון א טאטש טאון פאון, זאגט זיין חבר, דעס וועט קיינמאל נישט ארבעטן, פון וואו וועט די מאשין וויסן א חילוק וועלכע נומבער ער דרוקט.
-
- שר מאה
- תגובות: 198
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 5:08 pm
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6806
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
מיללער האט געשריבן:וועלכער האט געקענט די טענער פון די טאטש-טאון פאונס אזוי אז אויב האט ער געהערט איינעם דייעלען אויף ספיקער-פאון האט ער געוואוסט דעם טעלעפאון נאמבער אפי' ער האט נישט געזעהן וויאזוי יענער דייעלט
עס איז געווען נאך א חילוק פון ראטערי (פאלס) און טאטש טאון.
אז איינער האט געהאט עטליכע עקסטענשענס און שטוב, און ער האט געהאט ראטערי,
אויב ער האט אהנגעפאנגען דיילען און אן אנדערע האט אויף געהויבען א טעלעפאן און אן אנדערע שטוב, האט עס אפגעהאקט דאס שיקען פון די פאלסעס, און מען האט געדארפט אהנפאנגען פריש.
נאר איין טעלעפאן האט געמעגט זיין אויפגעהויבען בשעת דעם דיילען. ווען מען איז שוין געווען פארטיג מיטען דיילען, האט מען שוין געקענט אויפהייבען אנדערע עקסטענשענס און שטוב און מיטהאלטען מיט געשפרעך.
ווען טאטשטאון איז געקומען, איז שוין מער נישט געווען דער באגרעניצינג.
וויבאלד אז דער טאון איז וואס מאכט דעם קאל, מעג זיין נאך אן עקסטענשען אויפגעהויבען בשעת'ען דיילען.
און וויא מיללער זאגט.
דער ווער עס האט געוואלט האט געקענט זיך אויסלערנען פינטליך וויסען וועליכע טאון גייט פאר וועליכע נומער.
the SCY is the limit