סופרים שטיבל האט געשריבן:
איך ווייס נישט האב דא איז די פלאץ צו רעדן וועגן פאמיליע
אבער לעצטע יאר איז געווען דארט א קאלום פון א חשובע פרוי וואס האט אויסגעטון איר שייטל (וואס איז פריצות לפי דעת רביה"ק מסאטמטא ורביה"ק מצאנז זי"ע)
און אנגעטון א שפיצל
זי האט יעדע חודש ארויסגעברענגט א מעשה'לע מיט א געדאנק פון די צייט וואס זי האט געטוישט איר לבוש.
יא, עס האט פיין געשטאכן די אלע וואס אלטן זיך גרויס מיט די שייטלעך
אבער עס האט געגעבן אסאך חיזוק פאר פיל פרויען וואס האבן דוקא יעצט ביי די קאראנע תקופה געטוישט זייער לבוש צו א פרומערע
אבער אויסער דעם איז אלעס וואו אמאל, די מספר עמודים איז שוין ארום 80 עמודים פאר א גוטע פאר יאר
אז די מיינסט אז ס'איז קלענער געוואןר מסתמא קויפסטו נישט די ריכטיגע פאמיליע
קען זיין ביסט גערעכט און עס איז נאר איין ארטיקל. איך ליין עס נישט. אבער למעשה פלעגט עס מיין ווייב ליינען זייער אפט ביז זי האט מיר געזאגט אז אמאל פלעגט עס זיין געשמאק ליינען, יענטיש און פרויעניש, ביז זיי האבן אנגעפאנגען האקן אויף אלע פירצות (גראדע הערט מיין ווייב די אלע ליינס וועגן צניעות וכדומה, ווי טל של תחיה און די אנדערע, אבער און א אויסגאבע וויל זי ליינען אנדערע זאכן, זי פלעגט ליינען פאמיליע און בינה און יעצט איז נאר בינה)
וועגן די דיקיקייט, מיר דאכט זיך זיי זענען געווארן סאך דינער, ספעציעל ביי די יו"ט אויסגאבעס אבער קען טאקע זיין די סיבה איז טאקע וואס די זאגסט, זיי זענען די זעלבע דיק די לעצטע גוטע פאר יאר און אלע אנדערע אויסגאבעס האבן זיך פארטריפעלט און דעי צייט