סיז מסודר האט געשריבן:סאיז באקאנט א מעשה. א מאשקע וואס איז געווען היבש א מגושם'דיגער מענטש, קיין גרויסער עובד איז ער נישט געווען, אבער ער פלעגט זיך אייביג אינטערזינגען "אתה בחרתנו מכל העמים" זיך פרייענדיג אז ער איז א איד.
איך וועל מודה זיין. ביז היינט האב איך געקווענקעלט, און אפילו צוגעקוקט פון די זייט מיט שפאס. פון מאל צו צאל האט זיך א קליינע שמייכעלע געטראפן אויף מיינע ליפן. און ווען איך האב געזען ווי די קעלבעלעך קויפן עס אפ אויף אלע באקן האב איך מיך געהאלטן ביי די זייטן פון געלעכטער. דער איז נעריש געווארן? וואס פונקטלעך טראכט ער?
אבער יעצט אודה ולא אבוש - טעיתי. יאך האב מיך טועה געווען. ובגדול בלע"ז. דעריבער טוה איך בפני כל קהל ועדה עפענטלעך צוריק ציען פון מיין קווענקעלישן, שפאס, קליינע שמייכעלעך און זייטן פון געלעכטער, און איך טוה געבען מיין פולסטע הסכמה:
סיז מסודר איז ראוי לאותו איצטלא און קען בסייעתא דשמיא ובשעה טובה ומוצלחת עפענען זיין לאנג געפלאנטע שול. נאך אזא שיינעם דרשה - א מעשה נאך דערצו - בין איך זיכער בזכות אבותי אז דיין סמעדריש וועט האבן פיל הצלחה. עלי והצלח
שרייטס אלע מזל טוב מזל טוב מזל טוב.
נ.ב. כדאי צו פארזיכערען זיין הצלחה וואלט איך דיר געצה'ט אז קומעדיגע מאל זאלסטו מאכן דיין מעשה אביסל לענגער און די נמשל אביסל קערצער..
נ.ב.ב. די אלע קעלבעלעך וואס איך האב אויסגעלאכט בעט איך נישט איבער. ממילא נאך מיין הסכמה קענט עץ גלייבן אין אים. אבער פאר דעם? פשוטע קעלבעלך!