איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

צ/ק
וויבאלד איך זע אז דאס איז די לעיטעסט טרענד און איך האב קיין נערווען דאס צוצישרייבן צו יעדע תגובה מיינער,האב איך עס אריינגעלייגט אין מיין חתימה און שוין...
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

הייסט עס דאס זאגסטו אויך נאר פאר דיין פרענד??


#עסקינג_פאר_עי_פרענד
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כ'גיי נישט אריין צו מ'דארף זיך לעקן צו די באהערדע אדער באווארפן מיט שניי באללס אדער אפשר גאר ביידע ביינעזאם, אבער דאס איז אמאל זיכער אז די ניקים צווישן זעך דארפן רעדן מיט דרך ארץ, איידל, רואיג, נישט בייסיג, איינער צום אנדערן ווי עס פאסט פאר אידישע קינדער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

צ.ק.
לעצטענס זענען כמעט אלע נייעס ברעקינג ניוס......

סאיז שוין כמעט נישט דא קיין פשוטע נייעס
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

ברעיקינג ניוס איז שוין לאנג נישט ברעיקינג.

איך מיין מען דארף שוין אויפקומען מיט 'סמעישינג ניוס', 'באסטינג ניוס', אדער 'קראכינג ניוס'.

כל הזכיות שמורות.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
פרעה'ס בארד
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2020 2:40 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעה'ס בארד »

אדמיראל האט געשריבן:געטראפן א פרעה סמיילי פאר נעקסטע וואכעדיגע פרשה.

בילד

אמטשולדיגס, אבער דעס האט נישט מיט מיר קיין שייכות.

ואתך הסליחה.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

פרעה'ס בארד האט געשריבן:
אדמיראל האט געשריבן:געטראפן א פרעה סמיילי פאר נעקסטע וואכעדיגע פרשה.

בילד

אמטשולדיגס, אבער דעס האט נישט מיט מיר קיין שייכות.

ואתך הסליחה.

דער האט זיך ווי יאר יערליך אויפגעוועקט פון זיין לאנגע שלאף אינעם פיראמיד צו טיילן צרות פאר אונזער אבות.

האסטעך נאכנישט אויסגעלערנט? עס גייט זיך נישט גוט ענדיגן פאר דיר. לויף שנעל צוריק שלאפן!
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

סטיטשינער האט געשריבן:
פרעה'ס בארד האט געשריבן:
אדמיראל האט געשריבן:געטראפן א פרעה סמיילי פאר נעקסטע וואכעדיגע פרשה.

בילד

אמטשולדיגס, אבער דעס האט נישט מיט מיר קיין שייכות.

ואתך הסליחה.

דער האט זיך ווי יאר יערליך אויפגעוועקט פון זיין לאנגע שלאף אינעם פיראמיד צו טיילן צרות פאר אונזער אבות.

האסטעך נאכנישט אויסגעלערנט? עס גייט זיך נישט גוט ענדיגן פאר דיר. לויף שנעל צוריק שלאפן!

כי כאביד לב פרעה.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9222
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

סטיטשינער האט געשריבן:
פרעה'ס בארד האט געשריבן:
אדמיראל האט געשריבן:געטראפן א פרעה סמיילי פאר נעקסטע וואכעדיגע פרשה.

בילד

אמטשולדיגס, אבער דעס האט נישט מיט מיר קיין שייכות.

ואתך הסליחה.

דער האט זיך ווי יאר יערליך אויפגעוועקט פון זיין לאנגע שלאף אינעם פיראמיד צו טיילן צרות פאר אונזער אבות.

האסטעך נאכנישט אויסגעלערנט? עס גייט זיך נישט גוט ענדיגן פאר דיר. לויף שנעל צוריק שלאפן!


:smile:

איינער דארף נאר דאס איינמעלדן פאר די עגיפטישע ארכעאלאגישע אגענטור אז עפעס שאקעלט זיך דער פרעה דארט טיף אינעווייניג אין די מצרי'שע פיראמידן.

ס'קען ווען שטארק הייבן זייער טוריזם יעצט אין די שווערע צייטן...
---
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

צק
דאס וואס מהערט אפט מאנכע אוועקמאכן די היינטיגע מחנכים און מען לייגט צו אז מיט א קלייניגקייט קענען זיי אפ'הרג'ענען דורות.
דאס איז א טו וועי סטריט סגייט אויף ביידע וועגן סיי לטב און סיי למוטב. סווארט זיי א גרויסע גן עדן פארן ראטעווען אזויפיל דורות און ארייברענגען אין אזויפיל בחורים א ווארעמקייט צו עבדות ד'
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
א צווייטער
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטער »

סיז מסודר האט געשריבן:צק
דאס וואס מהערט אפט מאנכע אוועקמאכן די היינטיגע מחנכים און מען לייגט צו אז מיט א קלייניגקייט קענען זיי אפ'הרג'ענען דורות.
דאס איז א טו וועי סטריט סגייט אויף ביידע וועגן סיי לטב און סיי למוטב. סווארט זיי א גרויסע גן עדן פארן ראטעווען אזויפיל דורות און ארייברענגען אין אזויפיל בחורים א ווארעמקייט צו עבדות ד'

קענסט שוין טאקע עפענען א ביהמ"ד.
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

א צווייטער האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:צק
דאס וואס מהערט אפט מאנכע אוועקמאכן די היינטיגע מחנכים און מען לייגט צו אז מיט א קלייניגקייט קענען זיי אפ'הרג'ענען דורות.
דאס איז א טו וועי סטריט סגייט אויף ביידע וועגן סיי לטב און סיי למוטב. סווארט זיי א גרויסע גן עדן פארן ראטעווען אזויפיל דורות און ארייברענגען אין אזויפיל בחורים א ווארעמקייט צו עבדות ד'

קענסט שוין טאקע עפענען א ביהמ"ד.

א צווייטער האב איך שוין. דארף איך נאך אכט און סיז מסודר
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

לעצטענס האט דער עולם גאר שטארק פארלוירען די חוש צו קענען שמעקן סארקאזם. קען זיין מען פארלירט עס צוזאמען מיט די חוש הריח.

עס ווערט דרינגענט געזוכט איינער מיט עפעס א קארס דאס צו קענען צוריק אויסלערנען פארן עולם.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

סיז מסודר האט געשריבן:
א צווייטער האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:צק
דאס וואס מהערט אפט מאנכע אוועקמאכן די היינטיגע מחנכים און מען לייגט צו אז מיט א קלייניגקייט קענען זיי אפ'הרג'ענען דורות.
דאס איז א טו וועי סטריט סגייט אויף ביידע וועגן סיי לטב און סיי למוטב. סווארט זיי א גרויסע גן עדן פארן ראטעווען אזויפיל דורות און ארייברענגען אין אזויפיל בחורים א ווארעמקייט צו עבדות ד'

קענסט שוין טאקע עפענען א ביהמ"ד.

א צווייטער האב איך שוין. דארף איך נאך אכט און סיז מסודר

איך פרעג נישט פון דו ווייסט, ווייל ס'איז א פאקט.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

סיז מסודר האט געשריבן:צק
דאס וואס מהערט אפט מאנכע אוועקמאכן די היינטיגע מחנכים און מען לייגט צו אז מיט א קלייניגקייט קענען זיי אפ'הרג'ענען דורות.
דאס איז א טו וועי סטריט סגייט אויף ביידע וועגן סיי לטב און סיי למוטב. סווארט זיי א גרויסע גן עדן פארן ראטעווען אזויפיל דורות און ארייברענגען אין אזויפיל בחורים א ווארעמקייט צו עבדות ד'

נישט פונקטליך איינס ווייל עס איז גרינגער קליא צו לייגן ווי פארקערט
און צוויי אויב א מחנך האט נישט אויפגעבויט א קינד קען עס געשען דורך די נעקסט מחנך צו אפילו דורך אנדערע וועגן מה שאין כן ווען א מחנך הארגעט אוועק א קינד קען אסאך מאל זיין אומעגליך אדער גאר שווער צו פארעכטען
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

צ''ק, אז אונזערע זיידעס וואלטן זיך געווינטשן פאר אזא דיקטאטורשאפט און שלעכטיגקייט ווי אונזער קאומא און דיבלאזיא...

ואסביר את דברי.

איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די אלע נושאים, איך וויל נאר ארויסברענגען אז אונז זענען היינט ממש געספוילט מיט אזא מלכות של חסד און פרייהייט פון רעליגיע אין אלע הינזיכטן, אז די רגע מען רירט אונז אן אונזער פינקי פינגער ווערן אונז שוין ווילד וכו'.

אבער אונזערע זיידעס האט מען גערצח'ט אינמיטן גאס טאג טעגליך, די פריצים האבן געטון כל מה שעלה על לבם, געווארפן צו די הינט, געשאסן פאר שוואויל טאג, מען האט פארברענט אויף שייטער הויפנ'ס, געשינדן די הויט אינמיטן העלן טאג, און נאך און נאך וואס יעדער וואס ליינט נאר אביסל היסטאריע, און אפילו ווער נישט, ווייסט וואס עס האט זיך אלס געטון, פחד פחדים.

אבער ב''ה אונז האבן היינט אזא רואיגקייט און מנוחה, די ערגסטע איז אז א גוי האט נאכגעשריגן א איד אין די טיפע נאכט שעה'ן אויף די גאסן פון וויליאמסבורג מיט נידריגע לאזונגען...
אז אונז האבן שוין פארגעסן וואס עס מיינט ריכטיגע יסורים און רדיפות, און אז עס קומט אביסל רדיפות פון קאומא צו איך ווייס ווער, ווערט מען ווילד און צוהיצט.
איך מאך עס נישט אוועק, עס איז טאקע געפערליך, אבער איך מיין אז דער אייבערשטער וועקט נאר אביסל אויף אז מען איז אין גלות און די וועלט איז נישט אונזער'ס.

איך בעט עס זאל נישט ווערן קיין סענזאציע און קריגערייען אויף דער פשוטע נקודה למחשבה, איך טוה נישט אין פאליטיק און אין נייעס, איך האב נאר געזאגט א געוויסע געדאנק און שוין.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

צק
אז די רעבע איז ארויסגעגאנגען פון חיידער צו שמועסן מיט די מנהל אפאר מינוט, און ס'געווארן הויעך יום טוב אין קלאס.
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

סטיטשינער האט געשריבן:לעצטענס האט דער עולם גאר שטארק פארלוירען די חוש צו קענען שמעקן סארקאזם. קען זיין מען פארלירט עס צוזאמען מיט די חוש הריח.

עס ווערט דרינגענט געזוכט איינער מיט עפעס א קארס דאס צו קענען צוריק אויסלערנען פארן עולם.

סטיטשי, דו ביסט דאך דער עקספערט אין דעם, נעפשער גיבסטו א שיעור דערין?


דערוילעם וועט זיך באלעקן די פינגער פון די פיס!..
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

צק

אויסהערנדיג ר' יו"ט עהרליכן'ס 'משיח קומט' אויף 'תשובה' האב איך אויפגעכאפט א טעות,
'מען קליידעט זיך ווי אין דור המדבר, מען פליעט צום הימל ווי אין דור הפלגה'
וואהרשיינליך ט'ער געוואלט זאגן 'דור המבול' במקום 'דור המדבר'...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

האסט אים כאטש געשריבן אין אישי איבער דעם?
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

מאטעכעם שוין לאאאנג חוסם געוועזן
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:צק

אויסהערנדיג ר' יו"ט עהרליכן'ס 'משיח קומט' אויף 'תשובה' האב איך אויפגעכאפט א טעות,
'מען קליידעט זיך ווי אין דור המדבר, מען פליעט צום הימל ווי אין דור הפלגה'
וואהרשיינליך ט'ער געוואלט זאגן 'דור המבול' במקום 'דור המדבר'...

ביים אריינפיהר מיינסטו, איבערגעהערט, האסט רעכט, ולא עוד אלא אינעם ביכל שטייט טאקע "דור המבול".
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

עציץ נקוב האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:צק
דאס וואס מהערט אפט מאנכע אוועקמאכן די היינטיגע מחנכים און מען לייגט צו אז מיט א קלייניגקייט קענען זיי אפ'הרג'ענען דורות.
דאס איז א טו וועי סטריט סגייט אויף ביידע וועגן סיי לטב און סיי למוטב. סווארט זיי א גרויסע גן עדן פארן ראטעווען אזויפיל דורות און ארייברענגען אין אזויפיל בחורים א ווארעמקייט צו עבדות ד'

נישט פונקטליך איינס ווייל עס איז גרינגער קליא צו לייגן ווי פארקערט
און צוויי אויב א מחנך האט נישט אויפגעבויט א קינד קען עס געשען דורך די נעקסט מחנך צו אפילו דורך אנדערע וועגן מה שאין כן ווען א מחנך הארגעט אוועק א קינד קען אסאך מאל זיין אומעגליך אדער גאר שווער צו פארעכטען

סאיז באקאנט א מעשה. א מאשקע וואס איז געווען היבש א מגושם'דיגער מענטש, קיין גרויסער עובד איז ער נישט געווען, אבער ער פלעגט זיך אייביג אינטערזינגען "אתה בחרתנו מכל העמים" זיך פרייענדיג אז ער איז א איד. דער פריץ פלעגט אים כסדר טשעפענען און זאגן, קוק דיך און וויאזוי דו זעהסט אויס! ווען דו וועסט ארויפקומען אויף יענע וועלט וועסטו באקומען גיהנם פאר דיינע אלע עבירות, ווידעראום איך בין דאך א גוי און איך האב נישט קיין תרי"ג מצות, א וואוילער בין איך, איך העלף אפילו אידן, איך וועל אנקומען אין גן עדן! איז מיט וואס ביסטו מער אויסדערוועלט אלס איד ווי מיר???

די יארן זענען געלאפן, און ביידע האבן זיך געזעגנט פון דער וועלט כדרך כל האדם. דער פריץ איז ארויפגעקומען אויף יענע וועלט, און מען הייבט אים אן משפט'ן, אקוראט ווי ער האט זיך פארגעשטעלט. מעשים טובים האט ער געטוהן, געהאלפן אידן, אין אנדערע ווערטער ער האט אויפגעטוהן וואס ער האט געהאט צו טוהן אויף דער וועלט. ער הערט א שריי פונעם שופט "מלאכים, טראגטס אים אין גן עדן!" מען כאפט אים אן און מען פירט אים צו א גן עדן ווי די ערליכע גוים זענען.

נאכדעם קומט דער מאשקע אין די רייע. מהייבט אן אויספאקען זיינע עבירות, סווערט ביטער, ער באגראבט זיך פאר בושה... דער שופט פרעגט, עפעס מצוות איז אויך דא? סקראצען זיך צאם עטליכע מלאכים ברענגען די מצוות וואס ער האט געטוהן. די וואגשאהל האט איבערגעוואויגן אויף די עבירות און מען האט אים געפירט אין.... גיהנם. דער פריץ ווארפט אים פונדערווייטנס דער לעצטער בליק... "אתה בחרתנו?!..." און דער מאשקע דרייט זיך אוועק מיט בושות.

ויהי היום, סאיז דורך צוועלף חדשים, און דער פריץ זיצט באקוועם אין גן עדן, ווען אינמיטן הערט ער א גערויש. מען פירט איינעם אין די הייעך אויף א גאר שיינער שטוהל ארויף ערגעץ גאר הויעך. ער שטופט זיך דורך צו זעהן וועם טראגט מען דא, און סווערט אים שווארץ פאר די אויגן, דער מאשקע!!! ער לויפט צו און פרעגט אים וואס גייט דא פאר???? זאגט דער מאשקע, זייער פשוט דו ביסט טאקע אנגעקומען אין גן עדן אזויווי דו האסט דיך פארגעשטעלט, אבער וואספארא גן עדן קען דען א גוי באקומען וואס האט נישט קיין תרי"ג מצוות און האט נישט די נסיונות פון א איד? איך האב טאקע געהאט מער עבירות און איך האב געדארפט ברענען אין גיהנם צוועלף חדשים דערפאר, אבער יעצט נאכדעם וואס איך בין שוין אויסגעלייטערט פון מיינע אלע עבירות, דו ווייסט וואספארא שכר סווארט אויף מיר פאר מיינע מצוות וואס איך האב געטוהן??!!

די מוסר השכל דעפון איז פאר יעדן איינעם. אונז זעמיר אלע דא פאר א תפקיד. אבער שלמה המלך האט שוין געזאגט אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא. אונז זיך מיר אבער צו זיין גוט און אפילו מען פאלט דורך ווייסן מיר אז מיר ווערן נישט פארפאלן. און סאיז אמת אז מען באקומט עונשים אויף יעדע עבירה, אבער די שכר וואס קומט נאכדעם אויף די מצוות ומעשים טובים איז עין לא ראתה אלקים זולתיך.

---

קיינער ווערט נישט קיין מגיד שיעור ווייל ער וויל רייך ווערן, אדער ווייל ער איז נאך אנגעווייטאגט אויף זיינע מגידי שיעורים און ער וויל זיך יעצט נוקם זיין אין זיינע תלמידים. ווען איינער ווערט א מגיד שיעור מיינט ער גוטס און ער פריידט זיך ווען ער זעהט א תלמיד מצליח זיין, פונקט ווי איך פריי מיך ווען איך מאך א גוטע סעיל אין ביזנעס, אדער אסאך מער.

יעדער קען מאכן טעותים אין לעבן און נישט גוט באהאנדלען זאכן. און צומאל קען זיין מענטשן זאלן ווערן פארלוירן און טוהן אומדורכגעטראכטע זאכן און נאך האלטן אז מאיז גערעכט. די חילוק צווישן מיר און א מגיד שיעור איז, אז ווען איך מאך א טעות קען איך דורכדעם דערלייגן א סעיל און ווען א מגיד שיעור מאכט א טעות קען עס מיינען דורות ה"י.

טראכט אבער אריין, נאך וואס ער גייט באשטראפט ווערן אויף די אלע וואס ער האט חרוב געמאכט וועל איך זיצן אין גן עדן און קוקן ווי מען פירט איינעם גאר הויער, ווייל ער טראגט מיט זיך זכותים פון דורות וואס ער האט אנגעווארעמט אידישע קינדער און זיי מקרב געווען לאביהם שבשמים און צומאל געראטעוועט דורות פון אינטערגאנג.
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

;l;p- זייער גוט געזאגט.
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18799
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

און מקען נאר צולייגן אז די מעשה איז נאר א משל למעשה האט מען דעם פריץ אריינגעשליידערט אין גהינום אריין אין דעם מחנך גראד אריינגעפירט אין גן עדן...

אפילו נניח זיי טוען טאקע טעותים
עיין רמב''ם
וכן הרב המכה את תלמידו או שליח בית דין שהכה את בעל דין הנמנע מלבוא לדין והמיתו בשגגה פטור מגלות שנאמר לחטוב עצים לדברי הרשות יצא האב המכה את בנו והרב הרודה את תלמידו ושליח בית דין שהרי שגגו והרגו בשעת עשות המצות.

אויב איז ער איינער וואס טראכט נישט און פירט אריין תלמידים אין באד אריין, איז ער דאך קיין מחנך ניט, אפשר א פריץ...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”