א בריוועלע פון א מאמע צו א מנהל

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מקץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 5:18 pm

א בריוועלע פון א מאמע צו א מנהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקץ »

דאס איז אן אמת'ע בריוו וואס א צעבראכענע אידישע מאמע האט אפגעשריבן אין די טעג.

די בריוו איז למעשה נישט געשיקט געווארן צו איר אדרעסע צוליב פארשטענדליכע סיבות, אבער כ'לייג עס ארויף כאטש דא, הלואי ס'זאל עפעס אויפטון.

לכבוד דעם חשוב'ן מנהל שליט"א

באמת וואלט זיך געפאסט צו שיקן דעם בריוו מיט א טאץ לעקעך און א פלעשל בראנפן.

איר קענט טרונקן לחיים, כבוד המנהל, איר האט געזיגט! איר האט ערפאלגרייך פארקלאפט די טיר, טראץ די נאכאנאנדע תחנונים פון פארווייטאגטע צובראכענע עלטערן און זיי געלאזט אויפ'ן וואסער מיט זייער אנטוישטער, צעקלאפטער בחור'ל, פארשעמט און פארפלייצט מיט טרערן.

ניין, מיר זענען נישט קיין פארמעגליכע מענטשן וואס קענען אריינברענגען שווערע טויזנטער אין די ישיבה קאסעס יערליך. ווי האט יענער געזאגט ? – מעות, דאס האבן מיר נישט, אבער דמעות האבן מיר גאנצע קוועלער, אויפ'ן צוקונפט פון אונזער אוצר'ל וועמען איר האט הארצלאז געוויזן דעם וועג.

חשוב'ער מנהל, איר האט אפשר היינט אינדערפרי באגלייט אייער אינגעלע צום באס, מיט א שמייכל פון נחת, אריינשטיפנדיג אין זיין טעשל א מצוה צעטל ווי שיין ער האט זיך אויפגעפירט דעם שבת ?

אויך מיר האבן אזוי געטון פאר 10 יאר צוריק, טרוימענדיג א בילד פון אן עתיד מלא תורה ויראת שמים, זעהנדיג א בילד פון א בחור א תכשיט באגלייט מיט תעודות און הרמנות. איר זענט יונג, כבוד המנהל, און איר ווייסט נאך נישט וואס ס'ערווארט אייך מיט אייערע קינדער. במדה שאדם מודד מודדין לו. אפשר אויב השי"ת, וועט זעהן אייער עמפינדליכקייט צו זיינע קינדער וועט ער אייך באגליקן מיט נחת פון אייערע. און ווען נישט ?

אמת. איר קענט נישט שטעלן קיין רעקלאמעס אין צייטונגען מיט אונזער קינד'ס נאמען אין די רשימה פון די וואס האבן זיך פארהערט ד' חלקי שלחן ערוך. איר קענט דערווייל נישט שטאלצירן אז דער וואס איז געווארן אן איידעם ביים פראמינענטן ראש ישיבה, איז א תלמיד פון אייער ישיבה. אבער אי"ה ווען אונזער בחור'ל וועט אויפשטעלן א שיינע ערליכע שטוב, א בית נאמן בישראל, קענט איר מיט איין שטרעכעלע ביים "לא נתקבל" אוועק מאכן וואס פאר נחת רוח דאס איז ביים רבוש"ע ?

פון וואנעט דארף א קינד שעפן קופערנע כוחות נאך אזעלכע חרפות און בושות זיך צאמצוקלויבן ווען ער שטייט ישיבה – לאָז נאכדעם וואס זיין ישיבה וואו ער איז טאקע נישט געווען קיין מציון, אבער אויך נישט קיין שטערער און רודערער, האט אים קאלטבלוטיג געוויזן דעם וועג ?

מיר האבן אייך געשיקט שלוחים, מיר האבן מתפלל געווען, אבער איר זענט שטארק כבוד המנהל. איר זענט נישט עפעס א מעקעלע וואס בייגט זיך פאר די געוויינען פון עפעס א "אידענע". לחיים מנהל, איר האט געזיגט.

ווי זאגט דער חכם מכל אדם שלמה המלך ? שמח בחור בילדותך... ב"ה איר האט א בכבוד'יגן פאסטן, וייטיב לבך... ודע כי על כל אלה יביאך אלקים במשפט.


Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: א בריוועלע פון א מאמע צו א מנהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

מקץ האט געשריבן:דאס איז אן אמת'ע בריוו וואס א צעבראכענע אידישע מאמע האט אפגעשריבן אין די טעג.

די בריוו איז למעשה נישט געשיקט געווארן צו איר אדרעסע צוליב פארשטענדליכע סיבות, אבער כ'לייג עס ארויף כאטש דא, הלואי ס'זאל עפעס אויפטון.

לכבוד דעם חשוב'ן מנהל שליט"א


זייער זייער ווייטאגליך :cry:
לעצט פארראכטן דורך Goodmorning אום דינסטאג אקטאבער 20, 2020 11:57 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: א בריוועלע פון א מאמע צו א מנהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

וויין מאמע וויין!

נישט פשוט!

אגב; דעי מאמע קוקט אויס צו זיין א היבשע מלומדת..
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9979
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: א בריוועלע פון א מאמע צו א מנהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

טרערן רינען בשעת'ן ליינען דעם בריוו!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7809
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: א בריוועלע פון א מאמע צו א מנהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שיינט א פראפעסיאנאלע ארבייט, אבער די פוינט ווערט גוט ארויסגעברענגט
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
מקץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 5:18 pm

Re: א בריוועלע פון א מאמע צו א מנהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקץ »

אמת, די מאמע איז א שרייבערן פון פאך אויס. דאס איז הונדערט פראצענט נאטורליך געשריבן.
בפשיטות
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: א בריוועלע פון א מאמע צו א מנהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בפשיטות »

שרעקליך!
עס איז 2020 אין די מצב אין עולם הישיבות האט זיך גארנישט געטוישט די לעצטע צוויי צענדליג יארן.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7809
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: א בריוועלע פון א מאמע צו א מנהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

מקץ האט געשריבן:אמת, די מאמע איז א שרייבערן פון פאך אויס. דאס איז הונדערט פראצענט נאטורליך געשריבן.

Wow
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
פנחס זיסקינד
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 1:59 am

Re: א בריוועלע פון א מאמע צו א מנהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס זיסקינד »

שטארק,

אבער איך וואלט געזאגט פאר די מאמע זי זאל עס צוטיילן און נעמען חיזוק:

"לא", דער מנהל וועט נישט זיגן, נאר "נתקבל", דער בחורל וועט ווערן אנגענומען צום סוף בעז"ה.

*

דיסקלעמער: איך רעדט נישט אריין איבער דער עצם אומרעכט פונעם מנהל אין דעם פאל, נאכדעם וואס איך האב נאר געליינט פון איין זייט, פון דער מאמע וואס האט א נגיעה צו איר קינד.
נישט אז איך האלט אז זי איז נישט גערעכט, אבער אפשר וועט דער מנהל אונז מגלה זיין עפעס וואס מיר ווייסן נישט.
איין טריט פאר יענעם, שפארט 1000 טריט פאר זיך.
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: א בריוועלע פון א מאמע צו א מנהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

בפשיטות האט געשריבן:שרעקליך!
עס איז 2020 אין די מצב אין עולם הישיבות האט זיך גארנישט געטוישט די לעצטע צוויי צענדליג יארן.


מי יודע פארוואס די מוסדות מאכן ליידער יעצט מיט שוין די צווייטע מאהל

אפשר דארף מען איינמאל פאר אלעמאל סטאפן די שפיכות דמים תרתי משמע!
צי פאר שכר לימוד צי פאר אנדערע סיבות, א אידיש נפש טאר נישט מער זיין הפקר!
ווי לאנג נאך וועלן די מינארעטי פון שווערע בעלי מדות (שיין געזאגט) דייקא זיין די וואס שטייען ביים רעדל ביי אסאך מוסדות און ישיבות און קהילות און פירן אין באד אריין 90 פארצענט כלל ישראל אנע שום געפיל פאר א צווייטן איד?
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7809
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: א בריוועלע פון א מאמע צו א מנהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

נקודה למחשבה.
ווען עס האנדעלט פון א בחור א מושחת׳ל ומשחית׳ל און די מאמאע איז נישט ביכולת צו הענדלן די סיטואישאן. וואס מיינסטו זאגט מען איר... ער קושט די בעק ציצית ביי כגוונא... און דער מנהל בלייבט דער שיגץ ווייל ער וויל די מאמען נישט צוברעכן.

מעשים בכל יום
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: א בריוועלע פון א מאמע צו א מנהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

שטארק זיך האט געשריבן:נקודה למחשבה.
ווען עס האנדעלט פון א בחור א מושחת׳ל ומשחית׳ל און די מאמאע איז נישט ביכולת צו הענדלן די סיטואישאן. וואס מיינסטו זאגט מען איר... ער קושט די בעק ציצית ביי כגוונא... און דער מנהל בלייבט דער שיגץ ווייל ער וויל די מאמען נישט צוברעכן.

מעשים בכל יום

א אידיש נפש טאר נישט זיין הפקר אפילו אויב ער קושט די בעק ציצית.. פון דעם רעדט מען טאקע!
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: א בריוועלע פון א מאמע צו א מנהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

ואגב האט דער גרויסער מחמיר דער סאקמיר רב זצוק"ל נישט געלאזט ווארפן קיין מושחת נאר א משחית
און עס איז דא א מעשה אז דער רבי ז"ל האט אמאל געזאגט אז ער האט נאך א לאך אין הארץ פארן ווארפן א בחור אינדערהיים וועלכער איז דערנאך אפגעפארן אינגאנצן ל"ע
און אפילו פאר א משחית ל"ע איז דא היינט א וועג פון דאקטוירים און פיסכעלאגן וכו'
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4270
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: א בריוועלע פון א מאמע צו א מנהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איך נעם מיך אייביג אהן פאר די מלמדים, מוסדות, מנהלים, וכו'. איך שרייב אייביג איז מיר האבן היימישע נשים וואס גייען נישט אהנגעטוהן ווי מען דארף, אינגעלייט מגולחים למחצה ולשליש ולרביע, אבער זיי ווילן זייערע קינדער דווקא אין א ספעציעלע ישיבה. אויב ווילט איהר די ישיבה, דאן שטעל זיך צו! אפילו אויב איר זענט נישט מסכים צו זייערע עקסטרעמע זאכן.

דאס איז נאר די הקדמה.

זאל מען וויסן אז מיטן נושא פון בחורים נעם איך מיך יא אהן פאר די עלטערן! איך האב אליינס מיטגעהאלטן ליידער ווי מען ווארפט זיך מיט אידישע נשמות! און נישט נאר ביי די פרייוועט מצויינים ישיבות, נאר ביי גרויסע קהילה ישיבות. איך רעד נישט פון א בחור א משחית. איך רעד בחורים וואס זענען בינונים אדער אפילו שוואכע. די גאנצע ישיבה סיסטעם האט מען דאך געמאכט פאר די בחורים! מצויינים פלעגן זיצן אין קלויז 24 שעה א טאג. די שוואכע פלעגען גיין האקן פלייש ביים קצב, און זענען אויפגעוואקסן פראסטע אידן. האט מען געמאכט א ישיבה פאר זיי. אויב פארשטייט ער נישט קצות מיט ר' חיים'ס, לערן מיט איהם חק לישראל!!! יא! ראטעווע דורות! און למען השם, לאז אים שפילען אביסעלע באל זיך אויסגעבען די צירידערטע נערווען און הארמאונס.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
פאלקאוויטש123
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:38 am

Re: א בריוועלע פון א מאמע צו א מנהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש123 »

ודע כי על כל אלה יביאך אלקים במשפט.
קלוגע חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

Re: א בריוועלע פון א מאמע צו א מנהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגע חכם »

געוואלדיג, עס איז באמת א רחמנות אויף די מאמע, אבער איינער האט שוין גערעדט צו די מנהל?

מען רעדט דא פון א בחור וואס איז געווען אין א ישיבה, און מען האט עם נישט צוריקגענומען, נישט אזא איינער וואס מען האט נישט אנגענומען

אפשר איז דא צווייטע זייט מטבע, און יא אפילו די מעשיות וואס די ווייסט ערשט האנטיג, ווייל דיין ברודער'ס זין האט מען ארויסגעווארפן, ווייסטו נישט אלעס, און קען זיין אפילו די טאטע און די מאמע פון די בחור ווייסט נישט אלעס, ווייל די מנהל האט נישט די שטארקקיט אזוי שטארק צו צוברעכן די עלטערן, און זאגן די אמת אין פנים

איך אפשר אפילו די בחור איז נישט געווען שלעכט, און ער איז געווען א וואויל אינגל, אבער די ישיבה ווי ער האט געלערענט איז באמת נישט געמאכט פאר עם, צו ווייל זיינע כשרונות זענען נישט גענוג שטארק מיטצוהאלטן, און די ישיבה האט א דרך הלימוד, און אויב האלט ער עס נישט מיט איז באמת נישט גוט פאר די בחור דארט צו זיין, און די מנהל האט עס מסביר געווען פאר די עלטערן, און זיי ווילן עס נישט פארשטיין, ווייל עס איז זיי גרינגער אז די בחור זאל דארט בלייבן, ווי זיי זאלן יעצט אנהייבן זוכן א צווייטע ישיבה. יא אסאך מאל איז אויב מען טראכט די טובה פון די בחור א לא נתקבל א טובה פארן בחור

און אפשר איז די בחור א גוטע בחור מיט גוטע כשרונות, און ער דאווענט אפילו גאר ערליך, און ער האלט מיט די שיעורים טויזנט פראצענט, און ער איז א מתמיד גאר, אבער איינער אן א טראפ הכנעה, און ער שלעפט נאך מיט אנדערע בחורים צו פירן מערכות אקעגין די הנהלת הישיבה

א ישיבה האט א רעכט אפצומאכן וועלכע מהלך ער וויל לערנען, און ער מעג פארשטיין אז א שיעור עיון דארף זיין שטארק, און דאס גיבט א חשק פאר א בחור צו לערנען, די ווייסט ווי שווער עס איז פאר בחור צו לערנען שיעור פשוט א גאנצן טאג, עס איז זייער באורינג, און מען דארף זיין באמת א מתמיד צו דאס קענען באווייזן. איך האב א נעפיו גאר גאר א חשובער אינגערמאן, ער האט געלערענט און קווינס, און דארט איז געווען א חבורה וואס האט אפגעמאכט מען גייט לערנען גפ"ת, האקן בלעטער, ער זאגט מיר די ווייסט ווי שווער דאס איז געווען, מען דארף זיין א וועלטס עקשן דאס צו קענען באווייזן

עס איז דא ישיבות וואס לערנען נישט אזוי שטארק, און מען מוז נישט אזוי פללייסג לערנען, אבער דארט וויל די עלטערן פון די בחור נישט שיקן, זיי ווילן שיקן נאר אין א גוטע ישיבה

איך האב בחורים אין ישיבות, און איך קען עולם הישיבות, עס איז טאקע דא אפאר ישיבות וואס נעמען נאר מצויינים, אבער עס איז דא אסאך ישיבות וואס נעמען פלעינע בחורים אויך, און מען ווארפט נישט סתם אזוי א בחור, יא עס איז שווער אנצונעמען בחורים, ישיבות האבן פילע כתות, און א מנהל דארף אויך קאנטראלירן וויאזוי אויסצושטעלן א כתה, אקעגין יעדע בינוני דארף זיין א גוטע בחור וכו' וכו'

איין שטארקע פראבלעים אז די פאר מצויינים ישיבות נעמען אלע מצויינים, מילא די פלעינע ישיבות האבן א פראבלעים דערמיט, ווייל ווי וויניגער גוטע בחורים עס קומען, אלץ ווייניגער עוורעדזש וואילע בחורים קען ער נעמען

און צום ענד, ווען יעדע טאטע זאל קוקן באמת אויפן צכלית פון זייער קינד, און פארשטיין אז געוויסע קינדער קענען אנקומען און נישט אזעלכע מורא'דיגע ישיבות, וואלטן מער אזלכע ישיבות געווען היינט אפן
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א בריוועלע פון א מאמע צו א מנהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

לאמיר עס דא ארויפלייגן viewtopic.php?f=21&t=43086&start=100
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

Re: א בריוועלע פון א מאמע צו א מנהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

ווער דא האלט אז פון אויסגיסן זיין ווייטאג דא גייט מען ערגעץ אנקומען.?

די מציאות כהיום איז אז א יעדע קלענער ישיבות האט 30 אפליקאנטן פאר יעדע אפענע סלאט, און קיינער פון זיי וויל נישט וואקסן גרעסער.

די גרעסערע עפ"י רוב טראגן יא א אחריות אויב ס'איז זייערס א תלמיד און פראבירן אים צו האלטן, אבער דאס באלאנגט אויסשליסליך צום מנהל, און די הנהלה רוחנית, גשמית, רבי זז"ג מישט זיך נישט אריין, און איך האב שוין געזעהן שפיכת דמים פון מנהלים פאר באמת קינדערישע סיבות, אבער ס'איז שווער צו זאגן אז דאס איז די כלל.
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1143
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: א בריוועלע פון א מאמע צו א מנהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

ליידער זענען דא יעדע יאר הונדערטער אזעלכע צובראכענע טאטעס און מאמעס, דאס איז נישט קיין בריוועלע פון איין צובראכענע אידישע מאמע, נישט א פריוואטע טעמע פון א טאטע וואס דעקט זיך איבער דעם טלית איבער'ן פנים אז מ'זאל נישט זען די פלייץ פון טרערן וואס האט זיך געעפנט אומגערישט, נישט איין נאסע קושן פון א טאטע און / אדער מאמע וואס זענען טיף פארווייטאגט און באזארגט צוליב די פארקלעמנדע שיקזאל פון זייער קינד, דא רעדט מען פון א ים מיט טרערן וואס ווערט יאר יערליך פארגאסן דורך צענדליגער און הונדערטער טאטעס און מאמעס, צובראכענע בחורים'לעך, לעכטיגע נשמה'לעך וואס האבן נישט געהאט די זכיה צו זיין פון די מצויינים, אדער אפילו אזעלכע וואס זענען פארכאפט געווארן אין א.ג. "טראבל", אבער דעם גביר'ס זון וואס איז גראדע געווען דער אנפירער פון די "טראבל" האט מען שיין צוריק גענומען, און דעם ראש ישיבה'ס נעפיו וואס איז סתם א צרה לייט האט מען בכלל נישט געמאכט קיין פראבלעמען, נאר דעם אומגליקליכן בחור'ל, און זיינע נעבעכ'דיגע עלטערן, וואס וויינען אפ די טעג און די נעכט, די "שלימזל'עך", די הונדערטער פארווייטאגטע בחורים וואס שטייען פארקלעמט און פארלוירן ערב ר"ח חשון אן קיין ישיבה עפענען זייערע צובראכענע הערצער צום טאטן אין הימל, טייכן און ימים פון אידישע טרערן פון לבבות נשברות, ירחם ה' אויף די אלע, און אויף די מנהלים וואס מאכן זייערע הערצער ווי א שטיין אויך..
שמעון ראזענבערג
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 5:52 pm

Re: א בריוועלע פון א מאמע צו א מנהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ראזענבערג »

טייערע מאמע


איך קען גראדע איין מנהל הישיבה, וואס האט דעם זמן אפגעזאגט 30/40 בחורים, לאו דוקא שלעכטע, נאר אביסל עלטערע, בחורים האבן געוויינט, וכו' אבער סאיז א שאד יעדעס ווארט ! דער מנהל איז נישט 100 פראצענט מיט אלעמען ! איך קען אים ! ער האט א קרומע מוח, אפשר נאר וועגן דעם טויג ער צו זיין א מנהל, אבער שפארט אייערע טרערן, אייער בריוו ווערט געליינט דורך א סייקאו !

נעקסט טיים האלט אייער קינד אין די גרויסע לאקאלע ישיבה, אדער פרעגט אייך נאך אויפן מנהל צו ער ליידט נישט אויף געוויסע abc'ס.

טייערע מאמע, שיקט אייערע בריוון צו די מגידי שיעורים, אדער צום ראש הישיבה אויב סאיז דא, אז זיי העלפען און ערמעגליכן די רשעות, בפרט שרייבט בריוו צו עשירים און נגידימ'ס ווייבער און טעכטער וואס איר קלערט אז זיי העלפן די ישיבה, וויינט זיך אויס צו זיי, לאזט ארויס דעם מנהל וואס איז אפטמאל א נישט געזונטע מוח.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: א בריוועלע פון א מאמע צו א מנהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

Kosher Travel האט געשריבן:איך נעם מיך אייביג אהן פאר די מלמדים, מוסדות, מנהלים, וכו'. איך שרייב אייביג איז מיר האבן היימישע נשים וואס גייען נישט אהנגעטוהן ווי מען דארף, אינגעלייט מגולחים למחצה ולשליש ולרביע, אבער זיי ווילן זייערע קינדער דווקא אין א ספעציעלע ישיבה. אויב ווילט איהר די ישיבה, דאן שטעל זיך צו! אפילו אויב איר זענט נישט מסכים צו זייערע עקסטרעמע זאכן.

דאס איז נאר די הקדמה.

זאל מען וויסן אז מיטן נושא פון בחורים נעם איך מיך יא אהן פאר די עלטערן! איך האב אליינס מיטגעהאלטן ליידער ווי מען ווארפט זיך מיט אידישע נשמות! און נישט נאר ביי די פרייוועט מצויינים ישיבות, נאר ביי גרויסע קהילה ישיבות. איך רעד נישט פון א בחור א משחית. איך רעד בחורים וואס זענען בינונים אדער אפילו שוואכע. די גאנצע ישיבה סיסטעם האט מען דאך געמאכט פאר די בחורים! מצויינים פלעגן זיצן אין קלויז 24 שעה א טאג. די שוואכע פלעגען גיין האקן פלייש ביים קצב, און זענען אויפגעוואקסן פראסטע אידן. האט מען געמאכט א ישיבה פאר זיי. אויב פארשטייט ער נישט קצות מיט ר' חיים'ס, לערן מיט איהם חק לישראל!!! יא! ראטעווע דורות! און למען השם, לאז אים שפילען אביסעלע באל זיך אויסגעבען די צירידערטע נערווען און הארמאונס.

דאס איז אן אנדערע פראבלעם. און א גרויסער פראבלעם.

וואס דא איז דער מעשה ווייס איך נישט. אבער דו בארירסט אן אנדערע נקודה, און דאס איז אז "די ישיבות זענען אויסגעשטעלט אויף אן אופן אז א גרויס חלק זאל בהכרח ארויספאלן!" עס איז א פאקט אז עס זענען דא גענוג בחורים וואס עס איז פאר זיי נישט געמאכט צו לערנען בבא קמא, זיי האבן נישט קיין חשק דערצו, זיי זעהן נישט קיין שום ציל דערין. דאס איז א פאקט. זיי זענען נישט אינטערעסירט צו אויסוואקסן "לומדים", און מעגליך זענען זיי גערעכט אויך. זיי ווילן קענען הלכות יום יום. וויסן וואס צו טוען אלס איד, און דעטס איט. דאס טוען זייערע עלטערן, און דאס ווילן זיי. זענען דען נישט געווען אזעלכע אידן אלע דורות?

ס'זענען פארהאן בחורים וואס דער גאנצער חסידישער שפראך פון "קאכן" אין א דאווענען, און אלע פרומקייטן, רעדט נישט צו זיי, זיי זענען נישט אינטערעסירט דערין. זיי ווילן זיי פלעינע פשוט'ע אידן, וואס היטן תורה ומצוות און ברענגען פרנסה. עס רעדט נישט צו זיי דער גאנצער שפראך.

פארהאן גענוג בחורים וואס זעהן דער מציאות פון זיצן און לערנען 7-8 שעה א טאג, ווי עפעס וואס האט בכלל נישט מיט זיי. זיי גייען דאס קיינמאל נישט טוען. זייערע עלטערן טוען דאס נישט, און זיי זעהן נישט קיין שום סיבה דאס צו טוען. זיי ווילן האבן שיעורי תורה אזוי ווי אן ערליכער איד. קביעת עתים לתורה. אבער נישט מער פון דעם.

יעצט, מ'פאקט אים אריין אין א פלאץ וואס דער גאנצער הלוך ילך איז "ממנו והלאה". ס'אפיעלט נישט צו אים דער גאנצער זאך. זיי ווייסן נישט וואס מ'וויל פון זיי האבן. נעמען זיי זיך הערן מוזיק... באכעט אוועק די סענסעס מיט אלע צעדרייטע שטאף... ווען דעיס וועפט אויס, נעמט מען זיך צו... און ביותר, וואס קען מען שוין אויב אזוי ערווארטן זיין הרגשה זאל זיין צו אידישקייט בכלל? עפעס אן אומפארשטענדליכע ווערטשאפט. כמאן דשדי אחוריה כתפיה. לאמיר אפ און לאז לעבן. און ווער עס ווייסט אביסל וואס טוט זיך אין ישיבות, ווייסט אז רבים חללים הפילה דער פאקט.

אינדערהיים אין אייראפע זענען די קינדער געווארן שוסטער אינגלעך. מ'האט געלערנט עין יעקב צו וואס, און מ'האט אריינגעברענגט אפאר טאללער פאר די עלטערן ארויסצוהעלפן מיט די שטוב ווערטשאפט. היינט צווינגט מען אים צו פארברענגען א גוטע פאר יאר אין א פלאץ על אפו וחמתו. ער הייבט נישט אן צו וויסן וואס מ'וויל פון אים.

וואס איז דער עצה? כ'ווייס נישט. מ'קען טראכטן פארשידענס.
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: א בריוועלע פון א מאמע צו א מנהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

מיין מאמע האט מיר פארציילט פאריגע וואך איבער א משפחה (אין א היימישע שטאט דא אין נ.י) וואוילע מענטשן וואס אלע מוסדות'ן ווארפן זיך מיט זייערע קינדער ווייל די זיידע און די פעטער זענען כו'. זי פארציילט מיר די טרערן און בזיונות וואס זיי גייען אריבער על לא עוול בכפם און פירט אויס "אפשר איז דאס די סיבה פארוואס די מוסדות התורה מאכן אזויפיל מיט יעצט, ווייל מען ווארפט זיך מיט נשמות טהורות"!

ליידער עפענט מען נישט די אויגן און די שפיכת דמים גייט ווייטער אן.
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4213
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: א בריוועלע פון א מאמע צו א מנהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

ממוצע האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:איך נעם מיך אייביג אהן פאר די מלמדים, מוסדות, מנהלים, וכו'. איך שרייב אייביג איז מיר האבן היימישע נשים וואס גייען נישט אהנגעטוהן ווי מען דארף, אינגעלייט מגולחים למחצה ולשליש ולרביע, אבער זיי ווילן זייערע קינדער דווקא אין א ספעציעלע ישיבה. אויב ווילט איהר די ישיבה, דאן שטעל זיך צו! אפילו אויב איר זענט נישט מסכים צו זייערע עקסטרעמע זאכן.

דאס איז נאר די הקדמה.

זאל מען וויסן אז מיטן נושא פון בחורים נעם איך מיך יא אהן פאר די עלטערן! איך האב אליינס מיטגעהאלטן ליידער ווי מען ווארפט זיך מיט אידישע נשמות! און נישט נאר ביי די פרייוועט מצויינים ישיבות, נאר ביי גרויסע קהילה ישיבות. איך רעד נישט פון א בחור א משחית. איך רעד בחורים וואס זענען בינונים אדער אפילו שוואכע. די גאנצע ישיבה סיסטעם האט מען דאך געמאכט פאר די בחורים! מצויינים פלעגן זיצן אין קלויז 24 שעה א טאג. די שוואכע פלעגען גיין האקן פלייש ביים קצב, און זענען אויפגעוואקסן פראסטע אידן. האט מען געמאכט א ישיבה פאר זיי. אויב פארשטייט ער נישט קצות מיט ר' חיים'ס, לערן מיט איהם חק לישראל!!! יא! ראטעווע דורות! און למען השם, לאז אים שפילען אביסעלע באל זיך אויסגעבען די צירידערטע נערווען און הארמאונס.

דאס איז אן אנדערע פראבלעם. און א גרויסער פראבלעם.

וואס דא איז דער מעשה ווייס איך נישט. אבער דו בארירסט אן אנדערע נקודה, און דאס איז אז "די ישיבות זענען אויסגעשטעלט אויף אן אופן אז א גרויס חלק זאל בהכרח ארויספאלן!" עס איז א פאקט אז עס זענען דא גענוג בחורים וואס עס איז פאר זיי נישט געמאכט צו לערנען בבא קמא, זיי האבן נישט קיין חשק דערצו, זיי זעהן נישט קיין שום ציל דערין. דאס איז א פאקט. זיי זענען נישט אינטערעסירט צו אויסוואקסן "לומדים", און מעגליך זענען זיי גערעכט אויך. זיי ווילן קענען הלכות יום יום. וויסן וואס צו טוען אלס איד, און דעטס איט. דאס טוען זייערע עלטערן, און דאס ווילן זיי. זענען דען נישט געווען אזעלכע אידן אלע דורות?

ס'זענען פארהאן בחורים וואס דער גאנצער חסידישער שפראך פון "קאכן" אין א דאווענען, און אלע פרומקייטן, רעדט נישט צו זיי, זיי זענען נישט אינטערעסירט דערין. זיי ווילן זיי פלעינע פשוט'ע אידן, וואס היטן תורה ומצוות און ברענגען פרנסה. עס רעדט נישט צו זיי דער גאנצער שפראך.

פארהאן גענוג בחורים וואס זעהן דער מציאות פון זיצן און לערנען 7-8 שעה א טאג, ווי עפעס וואס האט בכלל נישט מיט זיי. זיי גייען דאס קיינמאל נישט טוען. זייערע עלטערן טוען דאס נישט, און זיי זעהן נישט קיין שום סיבה דאס צו טוען. זיי ווילן האבן שיעורי תורה אזוי ווי אן ערליכער איד. קביעת עתים לתורה. אבער נישט מער פון דעם.

יעצט, מ'פאקט אים אריין אין א פלאץ וואס דער גאנצער הלוך ילך איז "ממנו והלאה". ס'אפיעלט נישט צו אים דער גאנצער זאך. זיי ווייסן נישט וואס מ'וויל פון זיי האבן. נעמען זיי זיך הערן מוזיק... באכעט אוועק די סענסעס מיט אלע צעדרייטע שטאף... ווען דעיס וועפט אויס, נעמט מען זיך צו... און ביותר, וואס קען מען שוין אויב אזוי ערווארטן זיין הרגשה זאל זיין צו אידישקייט בכלל? עפעס אן אומפארשטענדליכע ווערטשאפט. כמאן דשדי אחוריה כתפיה. לאמיר אפ און לאז לעבן. און ווער עס ווייסט אביסל וואס טוט זיך אין ישיבות, ווייסט אז רבים חללים הפילה דער פאקט.

אינדערהיים אין אייראפע זענען די קינדער געווארן שוסטער אינגלעך. מ'האט געלערנט עין יעקב צו וואס, און מ'האט אריינגעברענגט אפאר טאללער פאר די עלטערן ארויסצוהעלפן מיט די שטוב ווערטשאפט. היינט צווינגט מען אים צו פארברענגען א גוטע פאר יאר אין א פלאץ על אפו וחמתו. ער הייבט נישט אן צו וויסן וואס מ'וויל פון אים.

וואס איז דער עצה? כ'ווייס נישט. מ'קען טראכטן פארשידענס.


א געפערליכע ווייטאגליכע פראבלעם, ס׳איז נישט דא קיין מיטל וועג,
א בחור וואס קען נישט אדער האט נישט די חשק מיטצוהאלטן פאלט ארויס אינגאנצן,
@ממוצע זייער גוט ארויסגעברענגט.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3634
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

מקץ האט געשריבן:דאס איז אן אמת'ע בריוו וואס א צעבראכענע אידישע מאמע האט אפגעשריבן אין די טעג.

די בריוו איז למעשה נישט געשיקט געווארן צו איר אדרעסע צוליב פארשטענדליכע סיבות, אבער כ'לייג עס ארויף כאטש דא, הלואי ס'זאל עפעס אויפטון.

לכבוד דעם חשוב'ן מנהל שליט"א

באמת וואלט זיך געפאסט צו שיקן דעם בריוו מיט א טאץ לעקעך און א פלעשל בראנפן.

איר קענט טרונקן לחיים, כבוד המנהל, איר האט געזיגט! איר האט ערפאלגרייך פארקלאפט די טיר, טראץ די נאכאנאנדע תחנונים פון פארווייטאגטע צובראכענע עלטערן און זיי געלאזט אויפ'ן וואסער מיט זייער אנטוישטער, צעקלאפטער בחור'ל, פארשעמט און פארפלייצט מיט טרערן.

ניין, מיר זענען נישט קיין פארמעגליכע מענטשן וואס קענען אריינברענגען שווערע טויזנטער אין די ישיבה קאסעס יערליך. ווי האט יענער געזאגט ? – מעות, דאס האבן מיר נישט, אבער דמעות האבן מיר גאנצע קוועלער, אויפ'ן צוקונפט פון אונזער אוצר'ל וועמען איר האט הארצלאז געוויזן דעם וועג.

חשוב'ער מנהל, איר האט אפשר היינט אינדערפרי באגלייט אייער אינגעלע צום באס, מיט א שמייכל פון נחת, אריינשטיפנדיג אין זיין טעשל א מצוה צעטל ווי שיין ער האט זיך אויפגעפירט דעם שבת ?

אויך מיר האבן אזוי געטון פאר 10 יאר צוריק, טרוימענדיג א בילד פון אן עתיד מלא תורה ויראת שמים, זעהנדיג א בילד פון א בחור א תכשיט באגלייט מיט תעודות און הרמנות. איר זענט יונג, כבוד המנהל, און איר ווייסט נאך נישט וואס ס'ערווארט אייך מיט אייערע קינדער. במדה שאדם מודד מודדין לו. אפשר אויב השי"ת, וועט זעהן אייער עמפינדליכקייט צו זיינע קינדער וועט ער אייך באגליקן מיט נחת פון אייערע. און ווען נישט ?

אמת. איר קענט נישט שטעלן קיין רעקלאמעס אין צייטונגען מיט אונזער קינד'ס נאמען אין די רשימה פון די וואס האבן זיך פארהערט ד' חלקי שלחן ערוך. איר קענט דערווייל נישט שטאלצירן אז דער וואס איז געווארן אן איידעם ביים פראמינענטן ראש ישיבה, איז א תלמיד פון אייער ישיבה. אבער אי"ה ווען אונזער בחור'ל וועט אויפשטעלן א שיינע ערליכע שטוב, א בית נאמן בישראל, קענט איר מיט איין שטרעכעלע ביים "לא נתקבל" אוועק מאכן וואס פאר נחת רוח דאס איז ביים רבוש"ע ?

פון וואנעט דארף א קינד שעפן קופערנע כוחות נאך אזעלכע חרפות און בושות זיך צאמצוקלויבן ווען ער שטייט ישיבה – לאָז נאכדעם וואס זיין ישיבה וואו ער איז טאקע נישט געווען קיין מציון, אבער אויך נישט קיין שטערער און רודערער, האט אים קאלטבלוטיג געוויזן דעם וועג ?

מיר האבן אייך געשיקט שלוחים, מיר האבן מתפלל געווען, אבער איר זענט שטארק כבוד המנהל. איר זענט נישט עפעס א מעקעלע וואס בייגט זיך פאר די געוויינען פון עפעס א "אידענע". לחיים מנהל, איר האט געזיגט.

ווי זאגט דער חכם מכל אדם שלמה המלך ? שמח בחור בילדותך... ב"ה איר האט א בכבוד'יגן פאסטן, וייטיב לבך... ודע כי על כל אלה יביאך אלקים במשפט.




ביי יעדע גט איז דא 3 זייטן
זיין זייט, איר זייט, די אמת
ווען די הערסט א מעשה פרעגט דיר גוט נאך פון אלע זייטן פאר די מאכסט דיין באשלאס

און די זעלבע איז מיט די נושא פון ישיבות, ליידער איז אמת אז מען ווארפט זיך מיט בחרים, און עס איז אמת אז עס איז דא פון די וואס מען קען נישט האלטן צליב פארשטענטליכע סיבות, יעצט נישט און יעדע פאל קען מען זאגן די אמת, און אסאך פעלער פארקויפט מען כאילו דאס איז די מציעות כדי צו בארעכטיגן די רשעות פון די מנהלים, און צומאל איז די מנהל בסך הכל א שליח פינעם די הנהלת המוסד וואס זיין גורל איז צי זיין דער רשע

איז פאר מען קימט צו א מסקנה דארף מען וויסן די אמת און יא דאס איז א שווערע עסק

אזוי צי אזוי איז נישט צי מקנא זיין דער וואס זיצט אויף דעם פאסטן
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: א בריוועלע פון א מאמע צו א מנהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

געוואלטיג האט געשריבן:ואגב האט דער גרויסער מחמיר דער סאקמיר רב זצוק"ל נישט געלאזט ווארפן קיין מושחת נאר א משחית
און עס איז דא א מעשה אז דער רבי ז"ל האט אמאל געזאגט אז ער האט נאך א לאך אין הארץ פארן ווארפן א בחור אינדערהיים וועלכער איז דערנאך אפגעפארן אינגאנצן ל"ע
און אפילו פאר א משחית ל"ע איז דא היינט א וועג פון דאקטוירים און פיסכעלאגן וכו'

זיין ממלא מקום דער ברך משה האט געזאגט אז דאס האט נאר דער פעטער געקענט ווייל זיין קדושה האט מגין געווען אויף די ישיבה אבער ער קען נישט
איך נעם נישט קיין שטעלונג נאר אז איינער האט געברענגט א מעשה פון רבי'ן ז"ל זאג איך נאר
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”