די בריוו איז למעשה נישט געשיקט געווארן צו איר אדרעסע צוליב פארשטענדליכע סיבות, אבער כ'לייג עס ארויף כאטש דא, הלואי ס'זאל עפעס אויפטון.
לכבוד דעם חשוב'ן מנהל שליט"א
באמת וואלט זיך געפאסט צו שיקן דעם בריוו מיט א טאץ לעקעך און א פלעשל בראנפן.
איר קענט טרונקן לחיים, כבוד המנהל, איר האט געזיגט! איר האט ערפאלגרייך פארקלאפט די טיר, טראץ די נאכאנאנדע תחנונים פון פארווייטאגטע צובראכענע עלטערן און זיי געלאזט אויפ'ן וואסער מיט זייער אנטוישטער, צעקלאפטער בחור'ל, פארשעמט און פארפלייצט מיט טרערן.
ניין, מיר זענען נישט קיין פארמעגליכע מענטשן וואס קענען אריינברענגען שווערע טויזנטער אין די ישיבה קאסעס יערליך. ווי האט יענער געזאגט ? – מעות, דאס האבן מיר נישט, אבער דמעות האבן מיר גאנצע קוועלער, אויפ'ן צוקונפט פון אונזער אוצר'ל וועמען איר האט הארצלאז געוויזן דעם וועג.
חשוב'ער מנהל, איר האט אפשר היינט אינדערפרי באגלייט אייער אינגעלע צום באס, מיט א שמייכל פון נחת, אריינשטיפנדיג אין זיין טעשל א מצוה צעטל ווי שיין ער האט זיך אויפגעפירט דעם שבת ?
אויך מיר האבן אזוי געטון פאר 10 יאר צוריק, טרוימענדיג א בילד פון אן עתיד מלא תורה ויראת שמים, זעהנדיג א בילד פון א בחור א תכשיט באגלייט מיט תעודות און הרמנות. איר זענט יונג, כבוד המנהל, און איר ווייסט נאך נישט וואס ס'ערווארט אייך מיט אייערע קינדער. במדה שאדם מודד מודדין לו. אפשר אויב השי"ת, וועט זעהן אייער עמפינדליכקייט צו זיינע קינדער וועט ער אייך באגליקן מיט נחת פון אייערע. און ווען נישט ?
אמת. איר קענט נישט שטעלן קיין רעקלאמעס אין צייטונגען מיט אונזער קינד'ס נאמען אין די רשימה פון די וואס האבן זיך פארהערט ד' חלקי שלחן ערוך. איר קענט דערווייל נישט שטאלצירן אז דער וואס איז געווארן אן איידעם ביים פראמינענטן ראש ישיבה, איז א תלמיד פון אייער ישיבה. אבער אי"ה ווען אונזער בחור'ל וועט אויפשטעלן א שיינע ערליכע שטוב, א בית נאמן בישראל, קענט איר מיט איין שטרעכעלע ביים "לא נתקבל" אוועק מאכן וואס פאר נחת רוח דאס איז ביים רבוש"ע ?
פון וואנעט דארף א קינד שעפן קופערנע כוחות נאך אזעלכע חרפות און בושות זיך צאמצוקלויבן ווען ער שטייט ישיבה – לאָז נאכדעם וואס זיין ישיבה וואו ער איז טאקע נישט געווען קיין מציון, אבער אויך נישט קיין שטערער און רודערער, האט אים קאלטבלוטיג געוויזן דעם וועג ?
מיר האבן אייך געשיקט שלוחים, מיר האבן מתפלל געווען, אבער איר זענט שטארק כבוד המנהל. איר זענט נישט עפעס א מעקעלע וואס בייגט זיך פאר די געוויינען פון עפעס א "אידענע". לחיים מנהל, איר האט געזיגט.
ווי זאגט דער חכם מכל אדם שלמה המלך ? שמח בחור בילדותך... ב"ה איר האט א בכבוד'יגן פאסטן, וייטיב לבך... ודע כי על כל אלה יביאך אלקים במשפט.