פארוואס פרעזידענט טראמפ גייט געוואונען

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

פארוואס פרעזידענט טראמפ גייט געוואונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותיק וחסיד »

אקדמות מילין.

די מטרה פון דעם אשכול איז צוברענגן דא ענינים, דאטא און מראה מקומות וועלכע ווייזן אויף א טראמפ וויקטארי ליל דינסטאג פרשת וירא הבעל"ט.

מיר בעטן זייער שטארק נאר צו ברענגן זאכן וואס צייגן אויף א טראמפ וויקטארי, אזוי אז די חרדישע ציבור וועלכע איז 83% לטובת טראמפ, לפי די פאויל פון די עמי מאגיזין, זאל קענען דא ליינען באקוועם אהן קיין שטערונגען, איינס נאכן צווייטן.

ווער סע וויל הערן די אנדערע צד קען גיין אין די אלגעמיינע וואלן אשכול, דארט ווערט שטארק אויסגעשמועסט פארוואס טראמפ איז פארטיג.

איך וועל אי"ה אנפאנגען מיט א לענגערע אנאליז פון כמה נקודות פארוואס איך שפיר אז טראמפ וועט געוואונען.

יעדער זאל זיך פילן פריי און באקוועם צוברענגן מראי מקומות און ראיות וואס צייגן אהן אויף א טראמפ געוואונס.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פארוואס פרעזידענט טראמפ גייט געוואונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

וועלקאם בעק @ותיק

לאקינג פארווערד פאר דיין אנאליז
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: פארוואס פרעזידענט טראמפ גייט געוואונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

נקדימון האט געשריבן:וועלקאם בעק @ותיק

לאקינג פארווערד פאר דיין אנאליז
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: פארוואס פרעזידענט טראמפ גייט געוואונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

איך האלט אז טראמפ גייט געווינען מסברא

איך זעה נישט א שטארקע סיבה אז איינער וואס האט געוואוט פאר אים 4 יאר צוריק זאל היי יאר נישט וואוטן פאר אים

4 יאר צוריק איז ער געווען א קלאון ער האט נישט געהאט קיין שום רעקארד אויף וואס ער איז געלאפן, ער האט געהאט די מערסטע נעגעטיוו מידיא דעקונג שייך און מיט דעם אלעם האט ער געווינען

יעצט 4 יאר שפעטער האט ער א רעקארד אויף וואס ער לויפט, אלע קאמפיין צוזאגונגען האט ער אדער אינגאנצן אויסגעפירט אדער האלב

ממילא זעה איך נישט קיין סיבה אז איינער וואס האט אים געטראסט 4 יאר צוריק זאל יעצט נישט וואוטן פאר אים

אויזער דעם וועט ער זיכער צו באקומען אסאך נייע שטימען פון מענטשן וואס האבן נישט געוואוט פאר אים 4 יאר צוריק אבער יעצט נאכן זעהן זיינע אויפטונגען זענען זיי אים גרייט צו געבן נאך 4 יאר

-----

אז מען קוקט אויף אנקעטעס סיי נאציאנאל און אזוי אויך אין סווינג סטעיטס זעהט מען אז 4 יאר צוריק אזא צייט זענען די פאולס געווען גאנץ אייניג וויאזוי עס זעהט יעצט אויס און דאך האט טראמפ געווינען

ממילא איז נישט דא וואס צו זיין באזארגט ווען מען קוקט אויף אנקעטעס
balkishron
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 04, 2011 2:05 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: פארוואס פרעזידענט טראמפ גייט געוואונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך balkishron »

בעצם איז די אלע טענות אמת ער האט טאקע צוגעקומען אסאך נייע פלאס כמעט אלע פון 2016

די בראך איז נאר אז די אנדערע זייט ברענגט דאס מאל ארויס אלע זייער שטימען וואס אין 16 האבן זיי עס נישט געטון און זיי פארמאגן א סאך אסאך פלייש
איך בין טאקע א בעל כשרון, אבער מיינט נאך נישט אז איך פארשטיי אלעס...
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: פארוואס פרעזידענט טראמפ גייט געוואונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

אויב געוואונט ער גיי איך קרעדיטען די פשוטע בירגער וואס האבען טאקע שטארק געליטען פון קאוויד אבער האבען צום סוף באשלאסען אז האלטען די סקולס און ביזנעסער אפען זענען וויכטיגער ווי אלעם.

#טראמפ פארשטייט אונז
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: פארוואס פרעזידענט טראמפ גייט געוואונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

די ריפאבליקען פארטי האבן רעדזשעסטירד גאר אסאך וויילער אין די לעצטע תקופה.
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: פארוואס פרעזידענט טראמפ גייט געוואונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

פון הימל גייט מען אים באצאלן פאר די טובות וואס ער האט געטון פאר יודן, אפילו בדרך הטבע האט ער שוואכע שאנסן
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

Re: פארוואס פרעזידענט טראמפ גייט געוואונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך'בין שוין גרויס »

ער גייט געווינען

ווייל די ענטוזיאזים לעוועל ביי טראמפ סאפורטערס איז סאך שטערעקער ווי 2016

אין 2016 האבן די רעכטע נישט געהאלטן אז טראמפ מאכט עס און אסאך זענען געבליבן אינדערהיים משא״כ 2020

די Shy voters איז נאך שטערקער יעצט נאך אזויפיל נעגעטיוויטי פון די לינקע און די מידיע
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: פארוואס פרעזידענט טראמפ גייט געוואונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

ותיק אונז ווארט מיר מיט שפאנונג.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
מגדים
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:58 pm

Re: פארוואס פרעזידענט טראמפ גייט געוואונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגדים »

balkishron האט געשריבן:בעצם איז די אלע טענות אמת ער האט טאקע צוגעקומען אסאך נייע פלאס כמעט אלע פון 2016

די בראך איז נאר אז די אנדערע זייט ברענגט דאס מאל ארויס אלע זייער שטימען וואס אין 16 האבן זיי עס נישט געטון און זיי פארמאגן א סאך אסאך פלייש

ביטע זיך האלטן צום קעפל ייש"כ
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: פארוואס פרעזידענט טראמפ גייט געוואונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

איך האלט אז טראמפ גייט געווינען ווייל איך האב גערעדט צו א איד וואס איז א באקאנטע ת"ח און איז אויך בקי אין די קליינע אותיות, און איז בארימט אלץ איינער וואס רעדט נישט אין די וועלט אריין, און ער האט מיר היינט צופרי געזאגט אז לויט ווי ער זעט אין קבלה מאכט עס קלאר טראמפ, און נאך שטערקער ווי פאריגע מאל.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: פארוואס פרעזידענט טראמפ גייט געוואונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

עכט היימיש האט געשריבן:איך האלט אז טראמפ גייט געווינען ווייל איך האב גערעדט צו א איד וואס איז א באקאנטע ת"ח און איז אויך בקי אין די קליינע אותיות, און איז בארימט אלץ איינער וואס רעדט נישט אין די וועלט אריין, און ער האט מיר היינט צופרי געזאגט אז לויט ווי ער זעט אין קבלה מאכט עס קלאר טראמפ, און נאך שטערקער ווי פאריגע מאל.


אפשר פרעגסטו עהם צו די סטאק מארקעט גייט מארגן ארויפגיין אדער אראפגיין?
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: פארוואס פרעזידענט טראמפ גייט געוואונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך IMBZ »

91D73E93-2D1D-4D0C-9238-B4A7481FD58A.jpeg
91D73E93-2D1D-4D0C-9238-B4A7481FD58A.jpeg (294.17 KiB) געזען 3078 מאל
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

Re: פארוואס פרעזידענט טראמפ גייט געוואונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

די נאמען צום סוף איז גענצליך איבריג ווען די גאנצע דרשה שרייט ארויס ווער דער דרשן איז...
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: פארוואס פרעזידענט טראמפ גייט געוואונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

IMBZ האט געשריבן:
91D73E93-2D1D-4D0C-9238-B4A7481FD58A.jpeg

און אז מ'האט מפנה געווען רבי נחמן'ען... און נאך אפאר שיינע לעגענדעס.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2682
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: פארוואס פרעזידענט טראמפ גייט געוואונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

פוילער האט געשריבן:ותיק אונז ווארט מיר מיט שפאנונג.
אוועטאר
מי שברך
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: פארוואס פרעזידענט טראמפ גייט געוואונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי שברך »

איינער זאגט מיר אז טראמפ וועט עס מאכן ווייל ווען ר' שלום ווייס איז אריין האט טאהשע רבי זצ"ל געזאגט אז טראמפ וועט עם נאך ארויס נעמען.... איינער האט געהערט דערפון?!
אין עוד מלבדו
אוסף אמרים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:09 pm

Re: פארוואס פרעזידענט טראמפ גייט געוואונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוסף אמרים »

לו יהא ס'אמת קען אים טראמפ פארדענען נאך די אלעקשענס אפי' ער פארלירט
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

Re: פארוואס פרעזידענט טראמפ גייט געוואונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

נא, איך וויל אויך אז טראמפ זאל געווינען, נישט ווייל איך דארף אים פערזענליך, נאר איך האלט אז א ליבעראלע פירערשאפט/פאליסיס וועט סוכ"ס נאר שפילן פאר כינע און רוסלאנד, משא"כ טראמפ, וואס האט עטליכע שטארקע פאליסיס וואס ער האט גענומען אין די הענט כפי יכלתו, ע"כ האלט איך אז ער דארף געווינען.

איך גיב אים האפענונג, נאך אלע מעשיות איז ער א בר מזל, טאקע מיט די נשמה אין די הענט, אבער פארט איז ער א בר מזל, סא גיב איך אים א שאנס.

מזאגט נאך פון משה רייכמאן ע"ה אז ווען ער איז געווען ביים שפיץ פון זיין עשירות האט אים איינער געזאגט אז סאיז נאר 10 פראצענט זיין חכמה, און ניינציג פראצענט בלויז מזל, האט ער גענטפערט אז ווען ער קען וואלט ער די 10 פראצענט אויך פארטוישט אויף מזל.....
אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

Re: פארוואס פרעזידענט טראמפ גייט געוואונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגעלע »

אביסל חיוזק פאר די טראמפ שטיצער
די טאג וואס די וואלן וועלן זיין אי"ה איז ט"ז חשון תשפ"א
טז-16 חשון-364 תשפ"א-781=1161

דאנאלד-90 דזשעי-391 טראמפ- 330 מנצח- 188
הזקן-162=1161
טראמפ-330יהיה-30שמונה-401שנים-400=1161
העם-115 בוחר-216 טראמפ-330לנשיא-391מדינה-109=1161

ויהי אחרי...
יז חשון תשפ"א=1162
טראמפ-330 שוב -308בבית-442
לבן-82=1162
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: פארוואס פרעזידענט טראמפ גייט געוואונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:ותיק אונז ווארט מיר מיט שפאנונג.
#איך-פארק-מענטשליך
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: פארוואס פרעזידענט טראמפ גייט געוואונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

ותיק וחסיד האט געשריבן:אקדמות מילין...



איך וועל אי"ה אנפאנגען מיט א לענגערע אנאליז פון כמה נקודות פארוואס איך שפיר אז טראמפ וועט געוואונען.
.

ביטע שיין, קום אריין מיט דיין לענגערע אנאליז. שכח
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: פארוואס פרעזידענט טראמפ גייט געוואונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

בעסער אזוי האט געשריבן:פון הימל גייט מען אים באצאלן פאר די טובות וואס ער האט געטון פאר יודן,

דעס געוואלט שרייבן נאכן ענדיגן ליינען אבער איינער האט אויסגעכאפט,
א גוי באקומט שכר אויף די וועלט
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: פארוואס פרעזידענט טראמפ גייט געוואונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

ווייל ער איז א מין שרעקליכע בר מזל וואס די וועלט האט נישט געזעהן. סימפל. ער האט זיך ארויס געדרייט פון יעדער פלאנטער וואס ער האט נאר אמאל געהאט.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”