"יואל שווארץ" נייע טעיפ: הוא בורא ומנהיג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

"יואל שווארץ" נייע טעיפ: הוא בורא ומנהיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

גוד עפטער נון, דיס איז וויכי וויט ריפארט אן נגינה.. עט די ק.נ.א. נעטווארק..

זייענדיג ביי מיכאל אינדערהיים, זעמער אונז געווארן אפגעהאקט אפאר מאל צוליב געוויסע סיבות, איין מאל איז געווען, אז דער אלעמען באקאנטער חסידישער זינגער ר' יואל שווארץ האט אריינגערופן מיכאל און גערעדט מיט עם, אפשר איזעס נישט קיין שיינע זאך, אבער זייענדיג א נייגעריגע מענטש, האב איך מיך אביסל צוגעהערט צו זייער שמיעס, וואס איך האב ארויסגענומען דערפון איז געווען, אז יואלי שווארץ גרייט זיך ארויסצוקומען מיט א נייע טעיפ...

נו, וואס טוט וויכי?.. איך האב גענומען מיין סקעדזשעל בוכל, און אויפגעזוכט ווען ס'דא א ליידיגע צייט עוועילעבל, און אויפגעשריבן אז יענעם טאג יענע צייט, גיי איך מיך פארבינדן מיר יואל שווארץ, און פראבירן ארויסצונאשן אינפערמעשן פארן ציבור דא..

היינט צופרי קלינגט מיין קאלענדער, איך גיב א קוק, ס'שטייט דארט "ק.נ.א. אינטערוויא יואלי שווארץ".. איך קוק אויפן זייגער און איך מאך מיינע חשבונות, קיצר, אלעס איז גרייט, און נאכן דאווענען זעץ איך מיך ארין אין מיין יוקאן און מ'פארט צו ר' יואל אין אפיס..

אריינקומענדיג איז ער געזיצן אין געלערנט, (אליין, זיין חברותא איז נישט געווען היינט צוליב די קאנטרי..) איך האב געדארפט ווארטן 15 מינוט ער זאל ענדיגן, און איך בין צוגעגאנגען גראד צום ענין..

איך האב מיך קודם אינטרעדוסט, איך בין וויכי פון ק.נ.א., ער האט אבער נישט געוויסט וואס דאס איז, ער קען נישט די אלע וועבסייט'ס, איך האב עם געזאגט וואס דאס איז, (די נעקסטע פאר טאג גייט דא זיין א נייע ניק.. העטעץ זעהן.. ס'איז יואל שווארץ.. חחחח...) און איך האב עם געזאגט אז איך וויל אביסל הערן וועגן זיין נייע טעיפ.. וואס??!!.. ער איז געווען אזוי געשאק'ד.. ווער האט דיר שוין פארציילט, איך האב נאך נישט גערעדט דערפון מיט קיינעם אין די עפענטליכקייט דערוועגן, האטער געפרעגט האלב דערשראקן.. איך האב עם בארואיגט אז איך בין נישט קיין עפ בי איי אגענט, איך בין פשוט געווען ביי מיכאל אינדערהיים ווען ער האט אריינגערופן, איך האב עם געזאגט אז ער מעג שוין רעדן דערפון, ס'איז נישט קיין בושה...

עעענדליך האט ער זיך געבראכן, און אנגעפאנגען ארויסצוגעבן די אינפערמאציע וואס איך האלט דער עולם דא וועט זייער הנאה האבן צו הערן.. די ערשטע זאך איז, אז דא גייט זיין א שטארקע דורכברוך אין די נגינה וועלט, אויזער די פאקט אז ס'איז די ערשטע אלבוים פון "יואלי שווארץ", גייטעס זיין די ערשטע אלבוים וואס די מוזיק איז ארעינדזש'ד ביי "מענדי הערשקאוויטש" און געשפילט דורך זיין -וועלט בארוהמטע- "פרייליך ארקעסטרא".. די גאנצע אלבוים, חוץ צוויי ניגונים ארעידזש'ד ביי 'יושע פריד', איז ערעידזשד ביי מענדי, און פאר די אלע וואס זענען אביסל באקאנט אין נגינה, ווייסן אז דאס איז א שטארקע זאך... ער האט צוגעלייגט, מיין נישט אז ווייל איך האב מענדי, האב איך נישט גענומען די בעסטע שפילער'ס, איך האב אויך 'אבי סינגאלדע' פאר גיטאר, די אלע טאפ שפילער'ס.. נאר מענדי איז די ארעינדזשער, און אברמי שרייבער איז די דראממער..

איך בין אבער נישט געבליבן דא, עקשעלי בין איך צוריגגעגאנגען אביסל, איך האב עם געפרעגט וועגן די ניגונים, לויט ווי ער זאגט, סעלעקט ער שוין פאר איבער צוויי יאר ניגונים, ער זאגט אז כאטש וואס ער איז די פיינעל דיסיזשען מעיקער, האט ער אפאר ידידים, גרויסע מבינים, ספעציעל 'יודל ווערדיגער', וואס ער האט עם געגעבן ראט וועלעכע ניגונים צו נעמען.. ער זאגט דא ליגט צוויי יאר מיט א שיינע פאר קעפ מיט ארבעט, נאר צו סעלעקטן ניגונים..

די ניגונים זענען קאופאוזד דורך די באקאנטע קאופזער'ס וואס מ'זעהט היינט איבעראל, פנחס מרדכי (פינקי) וועבער, דוד קויפמאן, (3 ניגונים) יואלי פאלאטשעק, (2 ניגונים) משולם גרינבערגער, (2 ניגונים) וואלווי ליכטענשטיין, אברמי בערקוי, יואלי קאללער, א טאטעל פון 12 ניגונים, (איינס פעילט פון די חשבון דא.. ווער ס'טרעפטעס, זאלעס ביטע אהערברענגען..)


די טעיפ גייט זיין א געהעריגע טעיפ, נישט קיין יודישע ניגונים, נאר איין ניגון פון "מאטי אילאוויטש", א ניגון וואס דער קעניג פון יודיש מוזיק 'מרדכי ווערדיגער' האט געזאגט א ס'איז א הערליכע ניגון.. אויך איז דא איין ניגון, א שטייטע הערליכע ניגון, יואלי זאגט מיר, איך האב געהערט די ניגון, ס'איז געווען זייער שיין, אבער איך האב געוויסט אז דאס איז נישט פאר מיר, דאס איז א קווייער ניגון, אבער כאדעך דאך געוואלט האבן די ניגון, האב איך גענומען חברת 'שירה' זיי זאלן דאס זינגען, און וויכי, ס'איז הערליך...

איך האב עם געפרעגט צו שירה מאכט אויך די קווייער אויפן טעיפ, זאגטער אז שירה זינגער'ס זינגען אין די קווייער, אבער די קווייער ווערט אנגעפיהרט דורך 'זאבי פריעד'.. און ארעידזש'ד דורך... יאפ!! איר האט צוגעטראפן 'נפתלי משה'.. (איך דארף נאך שרייבן א לעצטע נאמען?..) ער ארעידזש'ד די קווייער.. וויכי, איך מוז דיר זאגן, ער איז מעידזשער!! פיהרט יואלי אויס..

אויף מיין פראגע וועגן מיקסן וכד', זאגטער איך האב פולי טראסט אין נפתלי משה, איך לאז עם אלעס מאכן.. ער גייט מאכן די קווייער, די מוזיק איז שוין פארטיג, איך זינג יעצט ביי עם, און ער גייטעס מיקסן.. איך האב עם געפרעגט ווען ער מיינט ער גייט זיין פארטיג, זאגטער, אז ער האפט אז אלול וועט ער שוין קענען זיין אין די סטאר'ס, און די דיסטריביוטער גייט זיין 'ניגון דיסטריביוטער'ס'..

אויף די נאמען פון די טעיפ, האט ער נאכנישט געוואלט ענטפערן, און ער האט צוגעלייגט, אז די דעקל גייט זיין א סורפרייז, א זאך וואס איז נאך נישט געווען ביפאר..

און יעצט, מורא ורבותי, עניבאדי ווייסט נאך עפעס?.. עני קוועשטענס?.. ביטע, נישט זיך שעמען..

טענקס פאר ליסענינג, דיס איז וויכי עט די ק.נ.א. נעטווארק נגינה דיפארטמענט, העוו עי וואנדערפול דעי...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

וויכי; איך בין נישט קיין זינגער, אבער א ליינער בין איך א גרויסער, דיינע באריכטן שטעקן איין ביידע טווינטאווערס ליגעדיגערהייט... סארי, קיין אנדערע וועג פון שקויעך ווייס איך נישט וויאזוי איך קען דיר געבן, נוץ דאס, און מאך דערפון עפעס א סאָנג.. עטליסס א אינטערוויו.

דיס איז יגר'ל, בעקינג אט פראם דע קאנפרענץ. מ'קען מיך שוין הערן בעקן: אי. אי. אי. (קרעדיט לייבל וויינשטאק..)
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

איך האב פונקט נעכטן ביינאכט (נעפשר איז עס געוועהן א טאג פריער) אז מענדי וואלט געמעגט אנהייבן מאכן ארעינדשמענטס אויף אלבום'ס, ער האט דאך אזאנע גוטע איידיעס. עניוועיס ב"ה מיין חלום איז פארווירקליכט געווארן.
טענקס וויכי פאר די ריפארט.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
תמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמים »

און איך האב פונקט געטראכט היינט אינדערפרי אז יעדע נייע זינגער געט שוין היינט ארויס א טעפ פארוואס געט נישט אונזער אלעמען באקאנטע זינגער יואלי שווארטץ ארויס א טעפ ברוך השם אז עס עס האלט אויף א וועג אלעס האט זיין צייט
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

וועלכער יואלי שווארץ איז דאס? ר' שיימע'ס אייניקל פון מאנטריאל?
מ'רופט אים "מיני מיכאל..)

איך ווארט אז שלמה זלמן הורוויץ זאל ארויסגעבן א טעיפ, ער איז מיין פעוואריט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

יאפוס ער איז א ילוד מאנטריאל, וועלצער רב (ר' שמעי'ס) אן אייניקעל.

אויף א טעיפ פון שלמה זלמן קענסטו ווארטן...

ער איז א גראפיגער, ב"ה לעטלי זע איך אסאך עד'ס פון אים... ארויס געבן א טעיפ נעמט א באנטש א באנטש צייט, אזוי מיין איך.
טיטאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיטאניק »

וויכטיג,זייער א שיינע רעפארט
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

שכוח וויכי פאר די ריפארט
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך נעם גערן אן די שכח'ס.. אבער קיינער האט נישט דא קיין אינסייד'ס?..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
תמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמים »

ווכי דרך אגב האסט אראפ געלייגט א שיינע ארבעט. איך האלט אז די זאלסט אויסלערנען וויאזוי דערגייט מען אינסייד אינפארמעישן און וויאזוי מען פארשאפט אזאלכע קנעקשאן'ס.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אריינקומענדיג איז ער געזיצן אין געלערנט, (אליין, זיין חברותא איז נישט געווען היינט צוליב די קאנטרי..) איך האב געדארפט ווארטן 15 מינוט ער זאל ענדיגן, און איך בין צוגעגאנגען גראד צום ענין..

אן אנדערס מאל ווען די כאפסט אים יא מיט זיין חברותא מעגסטו דיך צוזעצן לערנען, זיין חבר וועט אודאי נישט זיין ברוגז.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

סורפרייזעס....באמבעס..... אזאנס איז נאך נישט געווען..... אויסגעלאפן פון די שעלפס...איך קען שוין נישט מער ווארטן.....

די אלע זאכן זאגן פאר מיר גארנישט, איך בין עביוזט דערצו, אבער וויכי איין זאך קען איך דיר זאגן, אז יואלי שווארץ איז א חשוב'ע יונגעמאן וואס איך זעה אים טאקע אסאך לערנען אין שול, אין ער גייט אונז לכאו' נישט ברענגען קיין סורפרייזעס, יעדער ווייסט שוין היינט אז ער זינגט מורא'דיג שיין, גאר א באטעם'טע שטימע, היבש ענליך צו מיכאל'ס, ער איז נישט ניי אויף די מארקעט, אונז האמיר שוין אסאך הנאה געהאט פון אים, סיי ביי חתונות און סיי אויף פריערדיגע טעיפ'ס א שטייגער ווי ''להגדיל'' איך געדענק שוין נישט יעצט ווי נאך, אזויפיל קען איך דיר זאגן וויכי, זאג אים אין מיין נאמען אז אונז ווארט מיר אויף די טעיפ, יא יא אונז קען מיר ווארטן... אבער אונז ווארט מיר!!!

נאך אפאר קליינע פוינטס, דער מענדי דאכט זיך האט ארויסגעגעבן פאר פורים די טעיפ ''א גאנץ יאר פרייליך'' ס'איז דא דא א אשכול דערוועגן, דעמאלט האב איך שוין געשריבן אז די מוזיק איז דארט זייער שיין.

גיב איבער פאר ר' יואל אז ער דארף זיך נישט ארומשפילן מיט זיין שטימע ביים מיקסן, דער עולם האט ליב אריגינעל. ער האט גארנישט וואס צו פארבעסערן.
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

שלמה זלמן האוויץ מאכט עדס, יגר איזפאר די ליידיגע טווין טאוערס, פארשלאפען ארבעט פאר התאחדות אברכים, מענדל גרשון מאכט פורים'דיגע מוזיק.

וויכי וועלכע אינסייד אינפארמעשאן האסטו נאכנישט??
לעצט פארראכטן דורך cano אום פרייטאג יוני 26, 2009 3:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

cano האט געשריבן:שלמה זלמן האוויץ מאכט די עדס פאר די ליידיגע טווין טאוערס,
דעס כאפ איך נישט :(
cano האט געשריבן:,פארשלאפען ארבעט פאר התאחדות אברכים

חחח
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

לאז געמאכט: איך האב אנגעפיפען דיין ניק אין איך האב פאראכטען מיין תגובה נאר פאר דיינעט וועגן.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין נומ 1 »

יואלי שווארץ' אלבום ליגט יעצט אונטער די געלונגענע הענט פון נפתלי משה שניצלער, נאכדעם וואס מענדי האט דאס אררענדשט און רעקארדירט איז אריבערגעפירט געווארן די פראדוקציע צו נפתלי משה'ן און ער האט צוגעלייגט די הערליכע גיטאר ליינס דורך "אבי סינגולדה" יעצט רעקארדירט מען דעם אלבום ביי נפתלי משה'ן, און דער וועלט בארימטער חעזקי בריסק שטייט בראש און גיט מבינות אויף יואלי'ס זינגען (דאס זעלבע האט ער געטון ביי אייזיק האניג) סאיז ממש לא ימלט אז ווען אזעלכע געלונגענע הענט זענען פארמישט דערין זאל דער טעיפ נישט זיין א קנאק פון א טעיפ
ימים ידברו
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מבין, איך וויל נאר צולייגן איין קלייניקייט, אז לויט די אינערויא וואס ק.נ.א. האט געהאט מיט דוד קויפמאן, האט יואלי שווארץ מעכטיגע ניגונים פון עם.. סאו ס'קוקט אויס גוט..

דיסקלעימער: איך בין נישט קיין סעילסמאן, אדער איך גיי נישט מאכן קיין געלט אויף קיין שום וועג פון די טעיפ... אדער פריוואט פון איינער וואס איז אינוואלוו'ד אין די טעיפ.. קיינער זאל נישט קויפן די טעיפ נאר ווייל איך זאג ס'איז שיין, איך מעלד נאר פאקטן וואס איך הער, און מיין מבינית איז לויט מיין טעיסט... יעדער קען מאכן אייגענע באשלוסן צו ער זאל יא אדער נישט קויפן א סידי..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

וויכי קענסט לייגן די דיסקלעמער אין דיין חתימה... חוץ אויב ס'איז נאר נוגע די טעיפ...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

לאזי, איך האב עס יעצט געסעיוו'ד, ווייל דאס איז נאר נוגע ווען איך רעד פון א טעיפ, ס'איז נישט נוגע ווען איך רעד פון א זינגער, אדער קאמפאוזער, און אוודאי נישט פון שפיטאל.. סאו איך וועל עס אי"ה לייגן ביי יעדע טעיפ וואס איך מעלד, אנלעס איך גיי יא מאכן געלט..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

;l;p-
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אקעי.. גיימער ווייטער..

פריער קריג איך א רוף פון 'יואלי שווארץ'.. ער זאגט מיר אז דער עולם האט עם אנגעפאנגען צו פרעגן קשיות וועגן די נייע אלבוים, וויפיל מענטשען ליינען דארט ביי ענק?.. פרעגטער..

אויך זאגטער, אז דער עולם האט געוואלט וויסן ווער וויכי איז, (און איך וויל מוחה זיין דערויף...) אבער לויט ווי ער זאגט, האט ער נישט געענטפערט פאר קיינעם, ביז צייטליך איז אנגעקומען, און ווען ער האט געזעהן אז צייטליך איז פון אונזערע, האט ער געפרעגט צייטליך צו ער האט געזעהן די ארטיקל, ווייל יעדער פרעגטעם דערוועגן... וואס טוט צייטליך?.. ער רוקט ארויס זיין לעפטאפ פון די האלטער, און ער מישט אויף די היכל הנגינה, און צייגט פאר 'יואלי'ן' די אשכול..

יואלי זאגט מיר ווייטער, דו ווייסט נישט ווי גוט דו האסטעס אראפגעלייגט, ס'איז הערליך.. נאר איין קליינע הערה וואס איך האב צוצולייגן, איבער די שטייטע ניגון וואס שירה גייט זינגען, די מעשה איז געווען אביסל אנדערש...

איך האב באקומען די ניגון, זאגטער, איך האב עס זייער געוואלט האבן, אבער איך האב גוט געוויסט אז דאס איז נישט פאר מיר, האב איך עס ווייטער געשיקט.. אזוי ווי איינע פון די מענטשען וואס העלפן מיר איז 'חזקי בריסק', ער האט געהאט געהערט די ניגון, ער האט נישט געוואלט ארויסלאזן די ניגון פון זיין הענט, איזער אריבער צו זיין ידיד 'שרגא פייוויל' פון שירה, און ער האט עם אנגעצינדען די ניגון, און ער האט עם געפרעגט צו ער האט א עיצה וואס מ'קען טוהן אז די ניגון זאל זיין אויפן טעיפ..

האט 'שרגא' באלד געזאגט, אז ער איז גרייט צו זינגען די ניגון מיט זיין קאפעליע אויפן טעיפ, ער זאגט ווייטער, איך האב נישט געהאט קיין חשק פון אנפאנג דערצו, צוליב געוויסע סיבות, אבער איך האב נישט געקענט אפזאגן 'חזקי'ן', ער האט אריינגעלייגט אזויפיל ארבעט אין די אלבוים, און ער שרייט חי וקיים אז ס'גייט נאר העכערען די וועליו פון די אלבוים, האבעך נישט געהאט קיין ברירה, אבער צום סוף, האב איך נישט קיין חרטה דערויף, און איך בין זייער דאנקבאר פאר 'יחזקי'ן' דערפאר..

און ער זאגט נאכמאל, וויכי, דו ווייסט נישט וואסערע פידבעק די ארטיקל האט געהאט.. איך האב פריער באקומען א קאלל פון נפתלי משה שניצלער, א מענטשען פרעגן עם וועגן די סידי, און ער ווייל וויסן וואס ער מעג יא זאגן און וואס נישט..

ער האט צוגעלייגט, אי"ה ווען די דעקל אדער די פריוויא וועט זיין גרייט, וועל איך עס שיקן גראד פאר ק.נ.א...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2008 3:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך reb yid »

עני פריוויו?
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

יאפ. וויכי, די ביסט אייזן גוט! (כ'מיין, וויפיל מאל מיינסטו גיי איך דיר דאס זאגן? מיינסט אז ביי יעדער ארטיקל וואס די גייסט שרייבן וועל איך דיר געהעריג קענען ענטפערן? איך בין עפעס וויכי מיינסטו?..)

געווען איז דאס פארגאנגענעם ערב שב"ק ווען איך האב זיך געטראפן אין קאנטרי מיט יואלי שווארץ אינטער א פיינער ליפטל און איבער א טעללער פאטעטא קיגל (ער האט געגסן נאך עפעס, ס'האט אויסגעקוקט ווי געפילטע פיש, איך האבנישט קיין אנונג וואס דאס איז, ביים קימענדיגער אינטערוויו וועל איך אום אי"ה פרעגן..) און איך האב אנגעהויבן מיט א שמועס איבערן נייעם טעיפ.

יואלי איז שוין געווארן נייגעריג, "פון וואנעט ווייסט יעדער איבער דעם?" וויל ער וויסן. נישט טראכטענדיג קיין מינוט האב איך אום ארויסגענומען דעם ארטיקל און געלאזט ליינען ערשט האנטיג.

דער האט נישט אויפגעהערט צו לאכן דורכאויס דעם גאנצן ארטיקל. (בעיקר איבער זיין חברותא..) ער האט מורא'דיג הנאה געהאט.

די איינצעלהייטן איבערן טעיפ וואס ער האט געזאגט דארף איך שוין נישט שרייבן זינט וויכי האט שוין אלעס אויסגעזאגט דא.

וויכי. קיפ איט אפ!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

וויכי, צייטליך, איינער בעסער פון... נע קיינער אינישט בעסער, עטס זענטס ביידע גוט, יישר כח פאר ענקערע הערליכע באריכטן.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך האב באקומען די ניגון, זאגטער, איך האב עס זייער געוואלט האבן, אבער איך האב גוט געוויסט אז דאס איז נישט פאר מיר, האב איך עס ווייטער געשיקט..


איך האב נישט געוויסט אז ביי ניגונים קען מען אויך פליפּן..
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”