וואו איז דער מקור?....
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35437
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35437
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
ר' שמחה, איך זע נישט אז ער זאל בכלל דערמאנען אין די תשובה "עצמות" אדער "דזשעלאטין", קאן זיין אז אזוי דורכבליקענדיג האב איך עס פארפאסט, איר קאנט מיר אפשר זיין אזוי גוט און צוצייכענען קלארער פון וועלכען פאראגראף איר רעדט? איך וואלט עס עכט אפרישיעיטעד.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35437
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
א שיינעם דאנק ר' שמחה, היינט פארטאגס האבן מיר טאקע אדורכגעבליקט און געקומען צו די החלטה אז נאר דעם שטיקל קען זיין נוגע צו דשעלעטין.
מיר איז עפעס געלעגן אין קאפ אז ער דינגט זיך איבערן עצם האיסור פון עצמות, קאן זיין איך בין מיך טועה.
מיר איז עפעס געלעגן אין קאפ אז ער דינגט זיך איבערן עצם האיסור פון עצמות, קאן זיין איך בין מיך טועה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- משה קארנפעלד
- שר האלף
- תגובות: 1689
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm
ווי עס שיינט, איז דיזע וואך שבת געווען די מקור צום אנדערן האלב ראד.... אזא זון, קיין וואלקן אין די ספערן, בלייבט נאר איבער צו זוכן א מקור אויףן דעם דריי טאגיגן משיח רעגן (מיסטער קארנפעלד, לויט ווי איך האב עס געהערט פון מיין בעיביסיטער אישה מפי אישה ביז די באבע פון אלע נעניס, מיינט עס רעגענען 3 טעג אין איין ציה אן אויפהער, נישט דריי טעג און יעדן טאג אביסל.
משה קאפויער האט געשריבן:קרעמער האט געשריבן:עזרת נשים שע"י מחנה רב טוב
הייסט אז דאס שטאמט אויך פונעם האלבן ראד אונטער די ביימער
איך האב נעכטן אביסל נאכגעזוכט דעם ענין, האב איך געפינען אז ר' ישראל דוד הארפענעס ברענגט עס אין זיין קונטרס לימי בין המצרים [יצא לאור בשנת תשס"א], ער שרייבט טאקע דארט אז ס'האט נישט קיין שום מקור אין די פוסקים, אבער ער פירט דארט אויס, אז היות ס'איז אזוי מקובל פון די באבעס, זאל מען חושש זיין דערויף.
האבן מיר שוין א מחלוקת הפוסקים, ווייל אין נטעי גבריאל שרייבט ער אז וויבאלד דאס האט נישט קיין מקור דארף מען נישט חושש זיין דערצו.
- פארצייטישע
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 377
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 21, 2009 1:47 pm
- לאקאציע: אין די אלטע היים
אויפריכטיג האט געשריבן:וואו איז דער מקור אז פרויען טארן נישט טרינקען מוצש"ק די הבדלה וויין?
מיינט עס סתם וויין אויך, אדער בלויז אויף די וואס מען האט געמאכט הבדלה?
עס איז דא א שיינע מעשה פון די מוטער פון ראפשיצער רב זי"ע, המכונה "די שווארצע ביילא", וואס איז געווען א אשה מחוכמת מאוד.
ס'האט זיך אמאל געמאכט אז זי האט געדארפט אליינס מאכן הבדלה, האט זי גענומען צוויי כוסות פון וויין, אויף איינס האט זי געמאכט הבדלה, אבער געטרינקען האט זי פון די אנדערע כוס. קומט אויס אז זי האט נישט געהאט די פראבלעם פון טרינקען הבדלה וויין, און אויך נישט מאכן א ברכה לבטלה.
לפי זה האסט דו שוין די תירוץ אויף דיין קשיא.
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12438
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
דא האט ער שוין אויך די תירוץ, עס שטייט דאך קלאר מכוס ההבדלה.
סאדע_באטל האט געשריבן:עס האט איינער די וואך אנגעפרעגט דערויף אין איינע פון די צייטונגען.
וואס איז די מקור אז זיין א קוואטער ביי א ברית איז א סגולה פאר קינדער ?
איך מיין אז עס איז א בפירוש'ער מדרש, ווער האט צוגעשטעלט דעם מדרש ווייס איך נישט, אבער עס איז זיכער מער צושטעל ווי 13 מענטשן זאגן 13 מאל 13 טאג קאפיטאל יג, און נאכדעם מפרסם זיין און מעלות.
דער מדרש זאגט אין פרשת נשא ביום השביעי מי הקדימנו ואשלם, טייטשט דער מדרש אז ווער אז איז מיר מקדים באצאל איך, מי שאין לו נכסים ועושה צדקה וגמילת חסדים, מי שאין לו בנים ונותן שכר סופרים ומשנים, מי שאין לו בית ועושה מזוזה, מי שאין לו טלית ועושה ציצית, מי שאין לו בנים ומוהל וכו', אמר הקב"ה זה הקדים וקים מצותי עד שלא נתתי לו במה לקיימן, צריך אני לשלם ליתן לו ממון ובנים שיהיו קוראים בספרים, הוי מי הקדימני לעשות מצוה ואשלם לו שכרו. (ועין מדרש אמור כ"ז ב'),
שטייט אין מדרש, אז מל'ן פאר מען האט א קינדער איז א סגולה פאר קינדער, א מוהל איז נישט יעדער, (בפרט קינדערלאזע, ווייל געווענליך איז דער ערשטע אן אייגענס), א סנדק איז א שיינע איד אדער א זיידע, בלייבט איבער א התעסקות במילה, וואס דער פרוי קען זיך משתתף זיין, קוואטערשאפט. לכאורה ה"ה ווער עס צאלט א ברית פאר רוסישע וכדו'.
אגב שטייט דא אז צאלן שכר לימוד איז אויך א סגולה, עס איז אויך דא א מדרש אין די פתיחה אויף איכה אז דער חורבן ביהמ"ק איז געקומען ווייל מען האט נישט געהעריג געצאלט שכר לימוד.
למה זה תשאל לשמי...
קרעמער האט געשריבן:איז דא עפעס א מקור צו דעם וואס די "לוחות" ווערן איבעראל אהערגעשטעלט מיט א רינדעכיגן קעפל? זענען נישט די לוחות געווען פירקאנטיג?
דער ליבאוויטשער רבי האט איבערגעקערט די וועלט וועגן דעם, און גע'טענה'ט אז עס קומט פון דא ווינסי'ס בילד, פארשטייט זיך אז די ליטווישע האבען ממילא געטראפן תירוצים און מקורות, אבער עס איז א אויסגעדראשענע סוגי' כמעט ווי די שיפע אדער רינדיכיגע מנורה.
למה זה תשאל לשמי...
שוועמל האט געשריבן:איך זוך א מקור אויף דעם מנהג העולם אנצושמירן די אויגן "ברעמען" מיט הבדלה וויין.
אין שו"ע שטייט דוכט זיך אין רמ"א כדי לחחב המצוה איז א מנהג אנצושמירן די אויגן, און נישט די ברעמען.
דער לשון אין די פוסקים איז לרחוץ העינים, אבער אין פרקי דר"א וואס איז דער מקור, רעט ער פון די וואסער וואס מען גיסט אריין אינם כוס, און ער זאגט מעבירו על גבי עיניו,
וזיל בתר טעמא עס איז אן ענין סגולי, אלס חיבוב שיורי מצוה, וי"א לרחוץ הפנים, ממילא מוז מען עס נישט אריינלייגען און די אויגן ווי איי-דראפס, עס איז נאר לסימנא
למה זה תשאל לשמי...
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
http://www.chabad.org.il/Magazines/Arti ... icleID=717
קרעמער, וועסט דיך מחיה זיין דארטן.
בתוך הדברים שרייבט דער רבי:
וועמען מיינט ער?
קרעמער, וועסט דיך מחיה זיין דארטן.
בתוך הדברים שרייבט דער רבי:
ולכן עשו רעש (מאחורי הפרגוד) שישנו זאת על נייר המכתבים ("סטיישאנערי") של מוסד פלוני, ששם נדפס הציור של החלק העליון של הלוחות כחצי כדור
וועמען מיינט ער?
לעצט פארראכטן דורך שוועמל אום מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 10:23 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35437
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
קרעמער האט געשריבן:איז דא עפעס א מקור צו דעם וואס די "לוחות" ווערן איבעראל אהערגעשטעלט מיט א רינדעכיגן קעפל? זענען נישט די לוחות געווען פירקאנטיג?
ערשט טרעף בכלל א מקור צו די מנהג, כידוע איז מונקאטשער רב געווען שטארק דערקעגן, ולפלא אז הרב לפלא האט עס נישט אנגעצייכענט.
איידער מיין בר מצוה האט מיך מיין זיידע ע"ה אנגעזאגט אז איך זאל נישט לייגן קיין לוחות אויפן תפלין בייטל מטעם זה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]