כאפן א צווייטע מאל (נישט צווייטע כוואליע)

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ווייסטו פון איינער וואס האט געהאט אנטי-באדיס אבער האט לעצטענסט באקומען די סימפטאמען צום צווייטן מאל?

איך ווייס ערשטהאנטיג
12
31%
איך האב נאר געהערט פון אנדערע, איך ווייס נישט אליינס
27
69%
 
סך הכל שטימען: 39

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

כאפן א צווייטע מאל (נישט צווייטע כוואליע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איך הייב אן צו באמערקן אז מענטשען באקומען סימפטאמען אפילו די וואס האבן שוין געהאט אנטי-באדיס!
איך רעד נישט פון "די צווייטע כוואליע" וואס מיינט בעיקר נייע פאציענטן.
דאס איז זייער זארגפול. דאס מיינט אז אדער די אימיוניטי וועפט אויס , אדער גייט דער וויירוס אדורך א 'מיוטעישון' און קען איבערקלוגן די אנטי-באדיס.
דאס באאומרואיגט אונז אלע, בפרט עלטערע יידן אדער מענטשן מיט געוויסע געזונטהייט אישוס.
ה' ירחם.
אויב ווייסט איר ערשטהאנטיג פון אזא פאל, ביטע קומט דא אריין און טיילט מיט אייערע ידיעות.
וואס איך שרייב, איז נישט בגדר וודאי, אבער יא בגדר ספק.
לעצט פארראכטן דורך יידישע קהילות אום זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:09 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: כאפן א צווייטע מאל (נישט צווייטע כוואליע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

מען דארף אויך וויסן צו די מענטשן האבן עס ערנסט אדער נישט.

ווי איך פארשטיי, קען זיין אז מען זאל קענען באקומען דעם וויירוס אבער דער קערפער קען שוין פראדוצירן אנטיבאדיס סאך שנעלער אזוי אז דער וויירוס זאל זיין גרינגער.
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

Re: כאפן א צווייטע מאל (נישט צווייטע כוואליע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

אויב קען מען עס באקומען א צווייטע מאל, איז נישט די וואקסין ווערדלאז?
לעקישבער
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 6:29 am

Re: כאפן א צווייטע מאל (נישט צווייטע כוואליע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקישבער »

שאהן הענניטי האט געשריבן:אויב קען מען עס באקומען א צווייטע מאל, איז נישט די וואקסין ווערדלאז?

לפענ"ד: א וואקסין געט נישט קיין אנטי באדיס, עס טרעינט די מענטש, און מהאי טעמא איז מסתבר אז צווייטע מאל סימפטאמס מיינט נישט צווייטע מאל זיי קראנק, ווייל אפי' מהאט מער נישט די אנטי באדיס און מקען נאך קריגן די סימפטאמס איז די גוף שוין געטרעינט צו פייטן דערמיט. נאכאמאל, לפענ"ד.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: כאפן א צווייטע מאל (נישט צווייטע כוואליע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

שאהן הענניטי האט געשריבן:אויב קען מען עס באקומען א צווייטע מאל, איז נישט די וואקסין ווערדלאז?

לכאורה יא.
אויב איז דאס צוליב א מיוטעישון, דאן וועט דער וואקסין ארבעטן נאר אויף א געוויסער סארט פון דער וויירוס, נישט אויף אלע. ממילא וועט עס נישט אפהיטן %100, גענוי אזוי ווי די פלו-וואקסין וואס ארבעט נישט 100% נאר בערך %60-%70.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: כאפן א צווייטע מאל (נישט צווייטע כוואליע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

יידישע קהילות האט געשריבן:איך הייב אן צו באמערקן אז מענטשען באקומען סימפטאמען אפילו די וואס האבן שוין געהאט אנטי-באדיס!
איך רעד נישט פון "די צווייטע כוואליע" וואס מיינט בעיקר נייע פאציענטן.
דאס איז זייער זארגפול. דאס מיינט אז אדער די אימיוניטי וועפט אויס , אדער גייט דער וויירוס אדורך א 'מיוטעישון' און קען איבערקלוגן די אנטי-באדיס.
דאס באאומרואיגט אונז אלע, בפרט עלטערע יידן אדער מענטשן מיט געוויסע געזונטהייט אישוס.
ה' ירחם.
אויב ווייסט איר ערשטהאנטיג פון אזא פאל, ביטע קומט דא אריין און טיילט מיט אייערע ידיעות.
וואס איך שרייב, איז נישט בגדר וודאי, אבער יא בגדר ספק.

דער היימישער עולם איז אסאך מער באהאוונט אין דעם וויירוס ווי די דאקטוירים. מיר האבן געוואוסט אסאך פריער איבער דעם פארלירן פון טעם וריח. ועוד ועוד.
על כן קען זיין אז מיר ווייסן דאס אויך פריער. איבערדעם לייג איך צו "וואלן", פשוט צו נעמען א געוויסע רעפארט פון "דעם עולם", און דורך דעם וועלן די היימישע דאקטוירים קענען באקומען א שטיקל באגריף און דאס איבערגעבן ווייטער.
ביטע גייט צוריק צום ערשטן הודעה און לייגט אריין אייער שטימע אויב האט איר עפעס אינפארמאציע.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: כאפן א צווייטע מאל (נישט צווייטע כוואליע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

די וואס האט געוועלט אז ער ווייסט ערשטהאנטיג זאל אריינקומען קלארער וואס ער ווייסט.
וויאזוי האט ער געהאט די וויירוס די ערשטע מאל, פון ווי האט ער געוויסט אז ער האט אנטי באדיס, און צו ער האט פארלוירן די חוש הריח די ערשטע מאל
און וויאזוי האט ער עס די צווייטע מאל און פון ווי ווייסט ער אז סאיז די וויירוס

סאיז זייער א ערנסטע נושא, ביטע נאר שרייבן עכט קראנטע מעשיות יעדע דיטעל, נאר דיטעלס וואס איר ווייסט 100% קראנט
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: כאפן א צווייטע מאל (נישט צווייטע כוואליע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

נישטא קיין אפציע פון לא היה ולא יהיה?
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: כאפן א צווייטע מאל (נישט צווייטע כוואליע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

יידישע קהילות האט געשריבן:איך הייב אן צו באמערקן אז מענטשען באקומען סימפטאמען אפילו די וואס האבן שוין געהאט אנטי-באדיס!.

וואו באמערקט מען די זאכן?

מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: כאפן א צווייטע מאל (נישט צווייטע כוואליע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

איך האב געשטימט אויף די צווייטע אפציע

איך זעה אבער אז די פראגע איז אויב איך ווייס איינער וואס האט געהאט אנטי באדיס, אויף דעם ווייס איך נישט איך האב נאר געהערט אויף איינעם אז ער האט עס געהאט און נאכאמאל באקומען איך האב אבער נישט געהערט אויב יענער האט זיך געטעסט פאר אנטי באדיס
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: כאפן א צווייטע מאל (נישט צווייטע כוואליע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

לעקישבער האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:אויב קען מען עס באקומען א צווייטע מאל, איז נישט די וואקסין ווערדלאז?

לפענ"ד: א וואקסין געט נישט קיין אנטי באדיס, עס טרעינט די מענטש, און מהאי טעמא איז מסתבר אז צווייטע מאל סימפטאמס מיינט נישט צווייטע מאל זיי קראנק, ווייל אפי' מהאט מער נישט די אנטי באדיס און מקען נאך קריגן די סימפטאמס איז די גוף שוין געטרעינט צו פייטן דערמיט. נאכאמאל, לפענ"ד.

נישט ריכטיג, א וואקסין געבט יא אנטיבאדיס. די פראצעס וואס די ביסט מסביר, איז ווען די מעמערי סעלס וועקן זיך אויף צו מאכן אנטיבאדיס, וואס דאס איז סיי ביי נאטורליכע אנטיבאדיס, און סיי ביי וואקסין אנטיבאדיס

יידישע קהילות האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:אויב קען מען עס באקומען א צווייטע מאל, איז נישט די וואקסין ווערדלאז?

לכאורה יא.
אויב איז דאס צוליב א מיוטעישון, דאן וועט דער וואקסין ארבעטן נאר אויף א געוויסער סארט פון דער וויירוס, נישט אויף אלע. ממילא וועט עס נישט אפהיטן %100, גענוי אזוי ווי די פלו-וואקסין וואס ארבעט נישט 100% נאר בערך %60-%70.

צוויי זאכן, אויב וועפט עס, איז די עצה צו געבן בוסטער שאטס (אזוי ווי טעטנוס, ווי מען דארף נעמען יעדער 10 יאר א בוסטער), די שאלה איז ווי שנעל עס וועפט, איך גלייב שווער איז מענטשען וועלען גיין צו א דאקטער יעדער 6 חדשים צו נעמען א בוסטער שאט (אפשר היי-ריסק וועלען יא נעמען), די שאלה איז אויך אויב די סטרעין פון די וואקסין וועט אויך וועפען אזוי שנעל.

אויב עס מיוטעט, דאן ווענדט זיך אויף די סארט וואקסין, אינטרעסאנט אז די כאפסט אן פלו, ס'איז דא א קאמיפיני וואס הייסט בייענד וועקס, וואס האט נארוואס געענדיגט א פעיז 3 קליניקעל טרייעל אויף א נייע סארט פלו וואקסין, וואס מען נעמט דאס איין מאל, און עס העלפט קעגן אלע סטרעינס פון פלו, אפילו פון די קומענדיגע יארן, מען ערווארט אז די רעזולטאטען זאלן זיין אוועליביל ביז סוף 2020. די קאראנא וואקסינען זענען א חלק mRNA וואקסינען, און א חלק protein וואקסינען (בייענד וועקס'ס וואקסין איז אויך א פראטיען וואקסין), ביידע פון די סארט וואקסינען קענען טעאריטיש צושטעלען אנטיבאדיס וואס ווירקען אפילו נאך מיוטעשענס.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: כאפן א צווייטע מאל (נישט צווייטע כוואליע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

איך פארשטיי נישט דעם איבערקערעניש, אלעמאל ווען מען נעמט א פלו שאט זאגן די דאקטוירים קלאר אז עס העלפט אז מען זאל אדער בכלל נישט באקומען, און אויב יא, וועט עס זיין אויף א לייכטערן פארנעם.

וה"ה והוא הטעם מיט קאוויד 19, אייגן פראדוצירטע - אדער דורך א וואקסין - אנטיבאדי'ס האבן די זעלבע אפעקט
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
נעה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: כאפן א צווייטע מאל (נישט צווייטע כוואליע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעה »

איך קען אסאך וואס האבן געהאט די פלו וואס קומט ווען די וועטער טוישט זיך נישט קיין קראנע איי זיי זאגן יעצט אז דעמאלטס האבן זיי געהאט אנטיי באדיס
איז נישט קיין קשיא ווייל א גרויסע פארצענט מענטשן אין אמעריקע האבן א געוויסע נאטירליכע שיץ אנטקעגן די אלע וויירעסעס
די וואך איז געווען א גאנצע באשרייבונג אין דער איד וואס סמיינט
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: כאפן א צווייטע מאל (נישט צווייטע כוואליע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:איך הייב אן צו באמערקן אז מענטשען באקומען סימפטאמען אפילו די וואס האבן שוין געהאט אנטי-באדיס!.

וואו באמערקט מען די זאכן?

כ'הער פון דעם און פון יענעם, פון א הצלה מעמבער, פון א דאקטאר, ביז עס שטעלט זיך צוזאם א בילד.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: כאפן א צווייטע מאל (נישט צווייטע כוואליע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

יידישע קהילות האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:איך הייב אן צו באמערקן אז מענטשען באקומען סימפטאמען אפילו די וואס האבן שוין געהאט אנטי-באדיס!.

וואו באמערקט מען די זאכן?

כ'הער פון דעם און פון יענעם, פון א הצלה מעמבער, פון א דאקטאר, ביז עס שטעלט זיך צוזאם א בילד.

שמועות פורחות באויר. מ'הערט שוין די פאניק רודערייען זייט פסח, אין די גאנצע וועלט איז נאכנישט באשטעטיגט קיין איין קעיס פון איינער וואס האט עס צוויי מאל. צוויי מאל מיינט געטעסטעד פאזיטיוו, נעגאטיוו, און דערנאך צוריק פאזיטיוו. פונקט הצלה ווייסט בעסער??
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
א צווייטער
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: כאפן א צווייטע מאל (נישט צווייטע כוואליע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטער »

יידישע קהילות האט געשריבן:דער היימישער עולם איז אסאך מער באהאוונט אין דעם וויירוס ווי די דאקטוירים. מיר האבן געוואוסט אסאך פריער איבער דעם פארלירן פון טעם וריח. ועוד ועוד.
על כן קען זיין אז מיר ווייסן דאס אויך פריער. איבערדעם לייג איך צו "וואלן", פשוט צו נעמען א געוויסע רעפארט פון "דעם עולם", און דורך דעם וועלן די היימישע דאקטוירים קענען באקומען א שטיקל באגריף און דאס איבערגעבן ווייטער.
ביטע גייט צוריק צום ערשטן הודעה און לייגט אריין אייער שטימע אויב האט איר עפעס אינפארמאציע.

טאקע צוליב דעם ווייסן מיר שוין אז די גאנצע פאניק איז בעלאני, און מ'באקומט עס נישט נאכאמאל.
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: כאפן א צווייטע מאל (נישט צווייטע כוואליע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

א צווייטער האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:דער היימישער עולם איז אסאך מער באהאוונט אין דעם וויירוס ווי די דאקטוירים. מיר האבן געוואוסט אסאך פריער איבער דעם פארלירן פון טעם וריח. ועוד ועוד.
על כן קען זיין אז מיר ווייסן דאס אויך פריער. איבערדעם לייג איך צו "וואלן", פשוט צו נעמען א געוויסע רעפארט פון "דעם עולם", און דורך דעם וועלן די היימישע דאקטוירים קענען באקומען א שטיקל באגריף און דאס איבערגעבן ווייטער.
ביטע גייט צוריק צום ערשטן הודעה און לייגט אריין אייער שטימע אויב האט איר עפעס אינפארמאציע.

טאקע צוליב דעם ווייסן מיר שוין אז די גאנצע פאניק איז בעלאני, און מ'באקומט עס נישט נאכאמאל.

איך האב געוואוסט איבער דעם סימפטאם פון פארלירן טעם וריח נאך אסאך פאר "גרויסע מומחים" פון די מעדיצינישע וועלט האבן זיך דערוואוסט דערפון. וואס איז נישט קלאר?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: כאפן א צווייטע מאל (נישט צווייטע כוואליע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

למעשה האבן מיר דא שוין 5 מענטשן וועלכע ווייסן ערשטהאנטיג פון איינער וואס האט געהאט אנטי-באדיס און האט נאכאמאל באקומען די סימפטאמען.
ווארט נאר ווארט, אין א צוויי חדשים ארום גייען די אלגעמיינע דאקטוירים אויסגעפונען דערפון...
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
חיש נישט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 17, 2018 10:30 am

Re: כאפן א צווייטע מאל (נישט צווייטע כוואליע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיש נישט »

איך ווייס נישט וואס פאלט אייך איין אז די אלגעמיינע דאקטורים ווייסן נישט דערפון. מ'האט שוין גערעדט דערפון חדשים לאנג. דא האט איר א לעצטיגע ארטיקל

https://www.statnews.com/2020/08/28/cov ... lications/
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: כאפן א צווייטע מאל (נישט צווייטע כוואליע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

יידישע קהילות האט געשריבן:למעשה האבן מיר דא שוין 5 מענטשן וועלכע ווייסן ערשטהאנטיג פון איינער וואס האט געהאט אנטי-באדיס און האט נאכאמאל באקומען די סימפטאמען.
ווארט נאר ווארט, אין א צוויי חדשים ארום גייען די אלגעמיינע דאקטוירים אויסגעפונען דערפון...

שוין חדשים לאנג שרייען זיי אז מ'גייט עס קענען באקומען נאכאמאל
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: כאפן א צווייטע מאל (נישט צווייטע כוואליע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

יידישע קהילות האט געשריבן:למעשה האבן מיר דא שוין 5 מענטשן וועלכע ווייסן ערשטהאנטיג פון איינער וואס האט געהאט אנטי-באדיס און האט נאכאמאל באקומען די סימפטאמען.
ווארט נאר ווארט, אין א צוויי חדשים ארום גייען די אלגעמיינע דאקטוירים אויסגעפונען דערפון...

הייסט אז דו רעכנסט די אנקעטע דא אלס א קראנטע מקור? :lol:

איך וועל נישט זיין סורפרייזד אז די מידיע וועט אהער לינקן צום דעם אייוועלט שטודיע, אלס מקור אז מ'קען עס כאפן צוויי מאל...

גרויסע פראפעסארן שרייען שוין לאנג אז ס'דא אזא מעגליכקייט, אבער אזא פאל האט נאכנישט פאסירט.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: כאפן א צווייטע מאל (נישט צווייטע כוואליע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:למעשה האבן מיר דא שוין 5 מענטשן וועלכע ווייסן ערשטהאנטיג פון איינער וואס האט געהאט אנטי-באדיס און האט נאכאמאל באקומען די סימפטאמען.
ווארט נאר ווארט, אין א צוויי חדשים ארום גייען די אלגעמיינע דאקטוירים אויסגעפונען דערפון...

הייסט אז דו רעכנסט די אנקעטע דא אלס א קראנטע מקור? :lol:

איך וועל נישט זיין סורפרייזד אז די מידיע וועט אהער לינקן צום דעם אייוועלט שטודיע, אלס מקור אז מ'קען עס כאפן צוויי מאל...

גרויסע פראפעסארן שרייען שוין לאנג אז ס'דא אזא מעגליכקייט, אבער אזא פאל האט נאכנישט פאסירט.

מחשב האט געשריבן:א מאן אין נעוואדע איז געווארן ריאינפעקטעד מיט די וויירוס.

דער 25 יעריגער מאן איז געווארן דיאגנאזירט מיט די וויירוס אין אפריל 18 מיט די געווענליכע סימפטאמען, נאך 10 טאג איז ער ארויסגעקראכן דערפון. ער האט געטעסטעד נעגאטיוו צוויי מאל, און שפעטער אין מאי 31 איז ער געווארן נאכאמאל דיאגנאזירט מיט קאראנא.

אנדערש ווי די אנדערע באריכטעטע קעיסעס אין האנג קאנג און אין אייראפע, ווי די מענטשן האבן צום צווייטן מאל געהאט גאר לייכטע סימפטאמען אדער בכלל נישט קיין סימפטאמען, האט דער מענטש געהאט דעם צווייטן מאל מער ערנסטע סימפטאמען, ער האט געדארפט ווערן האספאטאליזירט און באקומען אקסיזשען הילף.

לויט די פארשער איז די וויירוס זעלבסט געווען אנדערש די ערשטע מאל ווי די צווייטע, צוליב א מיוטעישן.

https://papers.ssrn.com/sol3/papers.cfm ... id=3681489

viewtopic.php?p=2370087#p2370087
חיש נישט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 17, 2018 10:30 am

Re: כאפן א צווייטע מאל (נישט צווייטע כוואליע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיש נישט »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:למעשה האבן מיר דא שוין 5 מענטשן וועלכע ווייסן ערשטהאנטיג פון איינער וואס האט געהאט אנטי-באדיס און האט נאכאמאל באקומען די סימפטאמען.
ווארט נאר ווארט, אין א צוויי חדשים ארום גייען די אלגעמיינע דאקטוירים אויסגעפונען דערפון...

הייסט אז דו רעכנסט די אנקעטע דא אלס א קראנטע מקור? :lol:

איך וועל נישט זיין סורפרייזד אז די מידיע וועט אהער לינקן צום דעם אייוועלט שטודיע, אלס מקור אז מ'קען עס כאפן צוויי מאל...

גרויסע פראפעסארן שרייען שוין לאנג אז ס'דא אזא מעגליכקייט, אבער אזא פאל האט נאכנישט פאסירט.

א שורה פריער ווערט געברענגט א לינק אז עס האט יא פאסירט
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: כאפן א צווייטע מאל (נישט צווייטע כוואליע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

פיין, געטראפן א פאל. פון די מיליאנען וואס האבן עס געהאט אין די גאנצע וועלט, האט עס איינער באקומען 2 מאל. מזל טוב.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: כאפן א צווייטע מאל (נישט צווייטע כוואליע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

דאקטוירים זאגן/האפן אז אויב כאפט מען עס א צווייטע מאל וועלן די סימפטאמען -האפענטליך- זיין לייכטערע
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”