רבי יצחק טווערסקי מסקווירא זצ"ל - י"ז ניסן תרמ"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

רבי יצחק טווערסקי מסקווירא זצ"ל - י"ז ניסן תרמ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אדמו"ר הרה"ק ר' יצחק מסקווירא זצוק"ל (געבוירן אין יאר תקע"ה – נסתלק י"ז ניסן תרמ"ה)
כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' איציק'ל סקווירא'ר זצ"ל, איז געבוירן אין יאר תקע"ה, אלס דער זיבעטער זון פון דעם טשערנאבלער מגיד. זיין מאמע איז געווען הרבנית הצדיקת פייגא ע"ה די טאכטער פון הרה"ק ר' דוד לייקעס זצ"ל.
איבער די גרויסקייט און הויכקייט פון זיין הייליגע נשמה, האט דער פאטער דער טשערנאבלער מגיד מעיד געווען, אז ער האט די נשמה פון "רבי ישמעאל כהן גדול!"
זיין ברודער דער טוריסק'ער מגיד זצ"ל האט זיך אמאל אויסגעדריקט אויף אים: "איך קען עדות זאגן אויף מיין ברודער רבי יצחק אז ער איז א 'קָדוֹשׁ מִרֶחֶם אִמוֹ' [הייליג פון געבורט אן]".
נאך אלס קינד איז ער א חתן געווארן מיט הרבנית רחל ע"ה די טאכטער פון הרה"ק ר' דן מראדוויל זצ"ל, דער זון פון הרה"ק ר' יצחק מראדוויל זצ"ל, און איידעם פונעם הייליגן אפט'ער רב זצ"ל. די חתונה איז פארגעקומען ווען ער איז געווען אין עלטער פון קוים צוועלף מיט א האלב יאר, א האלבע יאר פאר זיין בר מצוה. (פון דעם זיווג זענען ביי אים געבוירן געווארן צוויי זין, הרה"ק ר' אברהם יהושע העשיל מסקווירא זצ"ל און הרה"ק ר' מנחם נחום משפיקוב זצ"ל).
נאך דעם וואס זיין ערשטע רביצין איז ל"ע אוועק פון די וועלט (צווישן די יארן תקצ"ד – תקצ"ז), האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצדיקת חיה מלכה ע"ה, די טאכטער פון דעם הייליגן רוזינער זצ"ל.
נאך א קורצע צייט פון בלויז עטליכע יאר איז די רביצין ל"ע אוועק פון די וועלט. ווען דער רוזינער זצ"ל האט געהערט די ביטערע בשורה, אז זיין טאכטער איז אוועק פון דער וועלט, האט ער זיך אויסגעדריקט: - "עס טוט מיר נישט אזוי באנק אויף דער 'מלכה' ווי אויף דעם 'מלך'!..." מיט דעם חשוב'ן טיטל "מלך" האט ער געמיינט זיין באליבטן איידעם רבי איציק'ל סקווירא'ר, און מיט דאס ווארט "מלכה" האט ער געמיינט די טאכטער זיינע - די רביצין פון רבי איציק'ל - וועלכע האט געהייסן "חיה מלכה". (ד.מ. אז עס איז אים א גרעסערער צער און עגמת נפש דאס וואס דער רבי ר' איציק'ל זצ"ל וועט מער נישט זיין ביי אים אן איידעם, ווי דער צער אז זיין טאכטער איז אזוי פריצייטיג אוועק גענומען געווארן פון דער וועלט, נישט איבערלאזנדיג נאך זיך קיין קינדער!)
בזיווג שלישי האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצדיקת חנה סימא ע"ה, די טאכטער פון הרה"ק ר' הערש'לע סקווירא'ר זצ"ל, א זון פון רבי אהר'לע טיטיוב'ער זצ"ל, א זון פון רבי הערש'לע זצ"ל, דער זון פונעם הייליגן בעל שם טוב זצ"ל.
פאר'ן שליסן דעם שידוך, איז רבי איציק'ל סקווירא'ר זצ"ל צוגעגאנגען צום ציון פון זיין צוקונפטיגן שווער רבי הערש'לע, און האט דארטן מתפלל געווען, און דאן געזאגט: "איך האב נישט קיין שום אנדערע כוונה מיט'ן טון דעם שידוך, ווי למשל פאר כבוד אדער געלט א.ד.ג., איך וויל נאר ממשיך זיין דורות בעל שם'סקער אייניקלעך". (פון דעם זיווג זענען געבוירן די צוויי זון הרה"ק ר' ישראל מסקווירא זצ"ל, און אדמו"ר הרה"ק ר' דוד'ל מסקווירא זצ"ל).
כ' אייר תקצ"ז, איז דער הייליגער טשערנאבלער מגיד נסתלק געווארן, איבערלאזנדיג נאך זיך, זיינע הייליגע אכט זון. אלע פון זיי האבן זיך באזעצט אין פארשידענע שטעט איבער גאנץ אוקריינא - רוסלאנד, און דארטן אויפגעשטעלט זייערע רבי'שע הויפן, אריינצושיינען אין אידישע הערצער א ליכטיגקייט פון קדושה, א ברען צו תורה און עבודה, און זיי דערנענטערן צום פאטער אין הימל.
עטליכע יאר נאכן טאטנס הסתלקות, האט זיך רבי איציק'ל זצ"ל אוועק געצויגן פון טשערנאביל, און זיך באזעצט אינעם שטאט "סקווירא". דארט האט ער אנגעהויבן פירן זיין רבי'סטיווע און געשטעלט דעם גרונדשטיין פון די סקווירא חסידות. בליץ שנעל איז זיין נאמען נתפרסם געווארן אלס גאר גרויסער צדיק און מנהיג ישראל. ער האט אויפגעשטעלט א פראכטפולער רבי'שער הויף, און א ריזן בית המדרש, וואו אהין זענען געקומען צו פארן טויזענטער חסידים פון אלע עקן רוסלאנד, אויף שבתים און ימים טובים, און אפילו אויף סתם א וואכעדיגן טאג, נהנה צו זיין מזיו השכינה, און זיך אנצואווארעמען אין עבודת השם יתברך, ווי אויך געהאלפן צו ווערן מיט רפואות און ישועות און אלעס גוטס. (איבער דעם גרויסן עולם וואס פלעגט קומען צופארן קיין סקווירא, איז באקאנט, אז אין ראש השנה האט מען אויסגעטיילט ביים סעודה "דריי טויזענט קויליטשלעך" פאר די חסידים וואס זענען געקומען צו פארן פון דער פרעמד).
צווישן דעם עולם חסידים וועלכע פלעגן פארן קיין סקווירא, האבן זיך אויך געפונען עטליכע רבי'ס וועלכע האבן אליין געפירט שיינע רבי'שע הויפן, ווי למשל רבי שלום קאידינאוו'ער זצ"ל, [דער מחבר פונעם ספר "משמרת שלום" און נאך ספרים, וואס אין זיינע ספרים דערמאנט ער טאקע עטליכע מאל דעם רבי'ן ר' איציק'ל זצ"ל], און רבי ירחמיאל משה קאזניצ'ער זצ"ל, און נאך.
אויך איז באוואוסט אז דער שינאוו'ער רב "דער דברי יחזקאל" זצ"ל איז אמאל געפארן אויף א שבת קיין סקווירא צום רבי'ן ר' איציק'ל סקווירא'ר זצ"ל, מיט די כוונה אים מקבל צו זיין אויף זיך פאר א רבי, און במשך אלע זיינע יארן פלעגט ער שטארק רעדן וועגן די גרויסקייט פונעם רבי'ן ר' איציק'ל סקווירא'ר זצ"ל.
אזוי אויך זענען געווען אריינגערעכנט צווישן די "געהויבענע סקווירא חסידים" פיל צענדליגע פון די חשוב'סטע רבנים און מורי הוראות פון אוקריינא, וועלכע זענען געווען מקושר צום רבי'ן ר' איציק'ל סקווירא'ר. ווי עס ווערט דערציילט, פלעגן קומען צו פארן אויף שבועות איבער פופציג רבנים פון פארשידענע שטעט אין אוקריינא, [די אנדערע ימים טובים איז געווען שווער פאר זיי איבערצולאזן זייערע שטעט, צוליב די פילע שאלות וועלכע קומען אונטער במשך דעם יום טוב, פלעגן זיי דעריבער קומען אויף שבועות, וואס דעמאלט מאכן זיך ווייניגער שאלות ווי אין די אנדערע ימים טובים].
א תקופה פון איבער פערציג יאר האט רבי איציק'ל אנגעפירט די הייליגע מלוכה אין דער שטאט סקווירא, ביז צום טאג פון זיין הסתלקות, י"ז ניסן - דעם ערשטן טאג חול המועד פסח - שנת תרמ"ה. ער ליגט באהאלטן אינעם בית החיים אין שטאט סקווירא.

זיין ערשטע רביצין איז געווען הרבנית הצדיקת רחל ע"ה (טאכטער פון הרה"ק ר' דן מראדוויל זצ"ל)
די קינדער פון דעם זיווג זענען געווען:
הרה"ק ר' אברהם יהושע העשיל מסקווירא זצ"ל (בזיוו"ר איידעם פון הרה"ק ר' שמואל אשכנזי זצ"ל, דער איידעם פון הרה"ק ר' יצחק מאיר מזינקוב זצ"ל. בזיוו"ש איידעם פון הגה"צ ר' יוסף זילבערפארב זצ"ל, דער איידעם פון הרה"ק ר' שלמה מסאווראן זצ"ל).
הרה"ק ר' מנחם נחום משפיקוב זצ"ל (איידעם פון הרה"ק ר' דוד מטאלנא זצ"ל).
די צווייטע רביצין איז געווען: הרבנית הצדיקת חיה מלכה ע"ה (טאכטער פון הרה"ק ר' ישראל מרוזין זצ"ל)
די דריטע רביצין איז געווען: הרבנית הצדיקת חנה סימא ע"ה (טאכטער פון הרה"ק ר' צבי מסקווירא זצ"ל) איר יארצייט: י"ח טבת
די קינדער פון דעם זיווג זענען געווען:
הרה"ק ר' ישראל מסקווירא זצ"ל (איידעם פון הרה"ק המגיד מטוריסק זצ"ל).
כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' דוד מסקווירא זצ"ל (בזיוו"ר איידעם פון הרה"ק ר' שלמה מסאווראן זצ"ל. בזיוו"ש איידעם פון הרה"ק ר' אליקים געצל מאוסטראה זצ"ל).
אוועטאר
יש תקווה
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 04, 2013 2:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש תקווה »

פון בחצר הקודש
סיפורי קודש ואמרות טהורות מכ"ק מרן מהר"י מסקווירא זיע"א אשר השמיע כ"ק מרן אדמו"ר מסקווירא שליט"א לפני קהל אנשי שלומינו הע"י בהיכל השולחנות, במסיבת לחיים לרגל יומא דהילולא דיליה במוצאי יו"ט ראשון ליל א' דחוהמ"פ שנת תשע"ה העעל"ט:


כ'האב געהערט פונעם טאטן ז"ל אז זקה"ק רבי איציקל סקווערער זי"ע האט אמאל געזאגט: "בימי הרה"ק רבי פינחס קוריצער זי"ע איז ער געווען דער פילוזוף אלוקי, און היינט מ'שטיינס געזאגט זעמיר אונז דער פילוזוף אלוקי".

*

בחייו פון הרה"ק רבי אהרן טשערנאבלער זי"ע האבן אלע ברידער געשיקט אן "התקשרות קוויטל" פאר ראש השנה צו רבי אהרן טשערנאבלער, און נאכ'ן הסתלקות פון רבי אהרן האבן די ברידער געשיקט אן "התקשרות קוויטל" צו זקה"ק רבי איציקל סקווערער זי"ע.

ווען מ'האט איהם איבערגעגיבן דאס קוויטל האט ער בענוותנותו זיך געגיבן א רוף אהן: "זיי שיקן מיר דאס קוויטל? דער מהרי"ל האט מקשר געווען די גאנצע וועלט צו זיין בית המדרש און זיין ביהמ"ד האט ער מקשר געווען צו זיך, און ממילא האט ער געקענט מעלה זיין די גאנצע וועלט צום אייבירשטן. אבער איך בין דען דער מהרי"ל? איך קען דאס דען? אפשר אין ארצות המערב איז דא איינער וואס קען דאס - אבער וואס שיקן זיי צו מיר? איך קען דאס דען?"...

*

דער מאהלובער רב [הגה"ח ר' חיים יעקב זצ"ל] איז געווען פון די משפחה פון 'ביק' וועלכע זענען געווען סקווערער חסידים, איז ער געפארן אמאל א נסיעה צו זקה"ק רבי איציקל סקווערער זי"ע. כ'ווייס נישט אין וועלכע זמן ס'געווען, אבער דער טאטע ז"ל האט מיר געזאגט אמאל וועגן א סיפור וואס איז געווען אום שבועות אז אין דעם שבועות זענען געווען אין סקווירא "פופציג רבנים" גדולי תורה פון שטעט, ווייל אויף ר"ה און יוה"כ איז זיי געווען שווער אוועקצופארן וועגן די שאלות און פסח אויך - זענען זיי געפארן אויף שבועות.

איז ער געפארן צו רבי איציקל סקווערער און ס'איז מיטגעקומען מיט איהם עמיצער פון שטאט וועלכער איז געווען פון די בערשידער חסידים. אין בערשיד איז מען דאך געוואוינט געווען אז מ'האט אלץ גערעדט נאר וועגן "שקר" און וועגן "גיאות": ווי ווייט מ'דארף זיך דערווייטערן פון "שקר" און ווי ווייט מ'דארף זיך דערנענטערן צום "אמת", די גאנצע עבודה איז דאך געווען אלץ אז מ'זאל זיך דערווייטערן פון "שקר" און מיט "אמת". א שטיקל זמן זענען זיי געווען אין סקווירא, און בשעת'ן אוועקפארן האט ער געגיבן א פרעג אז ער האט נישט געהערט דא רעדן אזוי פון דעם דרך...

האט זיך רבי איציקל סקווערער אנגערופן אלס א דבר פשוט: "שקר? ווייסט דען נישט יעדער איינער אז שקר איז אזא מדה מגונה? ס'איז נישט שייך אזא מדה מגונה ווי שקר! - גיאות? ווי איז שייך צו האבן גיאות? יעדער איינער אז ער קוקט זיך גוט ארום דארף ער פילן אז יענער איז חשוב'ער פון איהם, אויב ער קוקט זיך גוט ארום טרעפט ער דאך מעלות ביי דעם און ביי יענעם וואס ער האט נישט, דארף ער דאך וויסן אז יענער איז חשוב'ער פון איהם! נו קומט דאך אויס אז בשעת איינער איז א בעל גאוה איז דאך עס בעצם א שילוב פון ביידע זאכן, ס'איז א שילוב פון "שקר" מיט "גיאות"... איז דאך עס א דבר פשוט אז ס'טויג נישט!".

ער האט געפרעגט פארוואס מ'רעדט נישט דערפון, האט ער געזאגט אז ס'איז דאך א דבר פשוט...

*

מ'האט שוין דערמאנט כמ"פ אז זקה"ק רבי איציקל סקווערער זי"ע האט געהאט אביסל א שארפע הנהגה אויך.

אין שטאט קאמינקא-פאדולסק איז געווען א משפחה פון רבנים 'ליפסאן' וואס דער סאווראנער רב זי"ע האט נאך ממנה געווען דעם ערשטן פון די משפחה אלס רב פון די שטאט, און די קינדער האבן אלע געהאט א חזקה אויף דאס רבנות אין שטאט.

אפאר דורות איז געווען אזוי, און דער לעצטער רב פאר די מעשה האט אויך געהאט חשוב'ע קינדער אבער וויבאלד זיי זענען געווען חשוב'ע רבנים און מיוחסים און יעדער האט זיך געוואלט מיט זיי משדך זיין, האבן זיי אלע באקומען גרויסע נדנ'ס און זיי האבן אריינגעלייגט דאס געלט ביי סוחרים און זיי האבן פארדינט גרויסע רווחים, און ממילא זענען זיי נישט געבליבן קיין רבנים.

איינער פון זיי איז געווען א חשוב'ער און ער האט געקענט גוט לערנען, און ער האט אויך אריינגעלייגט דאס געלט ביי א סוחר און דער סוחר האט באנקראטירט און ער האט אנגעוואוירן אלעס, און ער איז געווארן בעירום ובחוסר כל. ער איז געווען א זוהן פונעם פריערדיגן רב און זיי זענען געווען סקווערער חסידים - איז ער געקומען צו רבי איציקל סקווערער און ער האט זיך באקלאגט אז ער איז בעירום ובחוסר כל און ער האט נישט גארנישט. האט איהם רבי איציקל סקווערער געזאגט: "אחרי ככלות הכל ביסטו דאך א תלמיד חכם און האסט גענומען הוראה פון אסאך רבנים גדולי תורה, דו קענסט דאך לערנען און דו האסט דאך נאך א חזקה פונעם טאטן, זאלסטו ווערן רב דארט אין שטאט אלס חזקה פונעם טאטן".

האט ער זיך אנגערופן אז ער איז פון די "יראי הוראה" און ער האט מורא, ער וויל נישט פסק'נען... האט איהם רבי איציקל סקווערער געענטפערט: "דו זעהסט דאך אז ס'איז מן השמים אזוי: דיינע ברידער האבן אלע שטארק מצליח געווען און דו האסט אלעס פארלוירן, און דו ביסט דאך ראוי לאותה איצטלא, האסט דאך גענומען הוראה פון אסאך רבנים - זעהט מען דאך אז ס'איז מן השמים אז מ'וויל אז דו זאלסט איבערנעמען דאס רבנות". רבי איציקל סקווערער האט איהם צוגעלייגט אז כאטש ער האט שוין גענומען הוראה, זאל ער אבער נאך אהיימפארן און דריי חדשים זאל ער גוט איבער'חזר'ן אלעס, און נאכ'ן איבער'חזר'ן וועט רבי איציקל סקווערער שרייבן א בריוו אין שטאט וועלכע איז געווען פון די סקווערער 'מגידות' אז מ'זאל איהם אויפנעמען פאר רב. כך הוה, ער האט איבערגע'חזר'ט און רבי איציקל סקווערער האט געשריבן א בריוו דארט אז מ'זאל איהם אויפנעמען אויף דאס רבנות דארט.

זענען געווען דארט יחידים וואס די זאך איז זיי נישט אזוי געפעלן, ווייל וויבאלד אלע ברידער האבן געטוהן ]רייכע[ שידוכים און זיי האבן מצליח געווען אין געלט, האט איינער פון די ברידער געבויט דעם ביהמ"ד און דער צווייטער האט געבויט די מקוה, און דא האט מען געזעהן אז ער ווערט רב - זענען געווען אפאר יחידים וואס האבן דאס נישט געוואלט אזוי ווייט, זיי האבן נישט געהאט קיין חשק אז "די משפחה זאל איבערנעמען די גאנצע שטאט"... ס'איז געווען דארט א דיין אויך וואס ער האט געוואלט ווערן רב - און כאטש רבי איציקל סקווערער האט געשריבן דעם בריוו זענען זיי געקומען צו פארן צו רבי איציקל סקווערער.

זענען זיי געקומען טענה'ן אז ס'דא יחידים וואס ווילן נישט און פארוואס ער הייסט אז יענער זאל ווערן רב. האט רבי איציקל געענטפערט: "וואס הייסט פארוואס? ער איז א בעל הוראה און ער קען גוט און ער האט חזקת אבהתא פונעם פאטער, און מ'זעהט אז מן השמים וויל מען אזוי". מרן מהר"י האט זיך געהאלטן ביי זיינס אז ער וויל אז ער זאל ווערן רב.

רבי איציקל סקווערער איז נאך געווען דעמאלס א יונגערמאן און דער דיין איז שוין ווייזט-אויס געווען א זקן מופלג, האט דער דיין זיך אנגערופן אז ס'זענען דא יחידים וואס ווילן נישט, פארוואס וויל ער "ארויפצוואונגען" אויף די יחידים אז יענער זאל זיין רב?.. האט רבי איציקל סקווערער אביסל מקפיד געווען אויף דעם אז נאכ'ן מסביר זיין אז ער איז ראוי און ער האט א חזקה מיט אלעמען האט ער זיך נאכאלץ מתווכח געווען, האט רבי איציקל איהם געזאגט: "דו רעדסט דאך ווי א חסר דעה... פארוואס ביסטו געקומען? אויב דו ביסט געקומען ווילסטו פאלגן, און אויב דו ווילסט נישט פאלגן פארוואס ביסטו אינגאנצן געקומען.?!" די אנדערע פאָר יחידים האבן זיך אויך גענומען אביסל אהין, האט זיי רבי איציקל סקווערער געזאגט: "כ'מיין אז איהר זאלט מיר פאלגן, ווייל אויב איהר וועט מיר נישט פאלגן וועט אייך באנג טוהן"...

די וואס האבן דאס נאך געדענקט האבן דערציילט אז למעשה האט זייער נישט געטויגט דארט ר"ל: דער דיין איז ביז אפאר טעג געווען נעבעך יצא מדעתו ל"ע, און מיט די אנדערע זענען געווען פחדימ'דיגע זאכן דא מיט א שניר און דא מיט א טאכטער: אויף איינע איז ארויפגעפאלן א באנק און איינע איז אראפגעפאלן ל"ע וכו'. פון די אלע איז גארנישט געבליבן ר"ל דער אייבירשטער זאל אפהיטן!

ער האט זיי געזאגט: "ממה נפשך... אויב איהר זענט געקומען ווילט איהר דאך פאלגן, און אויב איהר ווילט נישט פאלגן פארוואס זענט איהר געקומען?!"...

*

זקה"ק רבי איציקל סקווערער זי"ע האט אמאל געשמועסט פון עניינים און אינמיטן האט ער זיך אנגערופן: "כ'וועל אייך זאגן א מופת פון מיר אליין אויך... עה, נישט קיין 'מופת' נאר אן ענין פון 'הצלת נפשות'!".

האט מרן מהר"י אליין דערציילט אז אין א דארף האט געוואוינט א איד א סקווערער חסיד און איינמאל ווען ער איז געקומען אויף א נסיעה האט איהם רבי איציקל געזאגט אז ער מיינט אז ער זאל זיך ארויסציען פונעם דארט צום שטאט. האט דער איד געזאגט אז ער איז זייער מצליח דארט און ער האט שיין פרנסה, אבער רבי איציקל האט איהם געזאגט: "עם כל זה". ווען ער איז אהיימגעפארן האט דער מסחר ביי איהם אנגעהויבן צו גיין פי כמה וכמה בעסער ווי פריער, ממילא האט ער מיט די בני בית דאס אלץ אפגעשטיפט און זיי האבן נישט געהאט קיין חשק זיך אוועקצוציען.

ווען ער איז געקומען א צווייטע נסיעה האט רבי איציקל סקווערער געפרעגט וואס ס'טוהט זיך, האט ער געזאגט: "כ'וועל זאגן דעם אמת, ווען כ'בין אהיימגעקומען האב איך געזעהן אז כ'בין אזוי מצליח און ס'איז מיר זייער שווער זיך אוועקצוציען".

אבער רבי איציקל סקווערער האט איהם געזאגט: :כ'זאג דיר אז דו זאלסט זיך ארויסציען פון דארט". ווען ער איז צוריקגעפארן האט ער ווייטער געהאט א נסיון: דער מסחר האט אנגעהויבן צו גיין פי כמה וכמה בעסער ווי ביז יעצט אויך... נו, האט עס איהם געמאכט דעם נסיון נאך שווערער און זי די בני בית מיט איהם האבן נישט געהאט קיין חשק: פונקט ווען דער מסחר האט אזוי מצליח געווען, יעצט זאל מען זיך אויפהייבן און אוועקפארן? האבן זיי דאס אלץ אפגעשטיפט ווייטער.

די דריטע מאל איז ער נאכאמאל אנגעקומען צו רבי איציקל סקווערער און רבי איציקל האט איהם געפרעגט וואס טוהט זיך דארט, האט ער אנגעהויבן זיך פארענטפערן אז ער איז מצליח און ס'איז איהם באמת אזוי שווער וכו'. האט רבי איציקל סקווערער איהם שוין געזאגט אויף א שארפן אופן: "כ'זאג דיר אהן קיין תירוצים, דו זאלסט זיך אריבערציען פון דארט און זאלסט אריינפארן אין שטאט!".

ער איז געווען א סקווערער חסיד און ער האט געזעהן נאך די אלע מעשיות אז ער האט נישט קיין ברירה, נאר וויבאלד ס'איז געווען דעמאלס סוף ווינטער פאר פסח האט ער געזאגט אז ווינטער איז איהם שווער און ער האט געבעטן רשות צי ער קען ווארטן ביז נאך פסח. האט רבי איציקל סקווערער געזאגט: "אבער נאר ביז נאך פסח!". דאנערשטאג איז געווען דעמאלס דעם ערשטן טאג פסח און אסרו חג איז אויסגעפאלן פרייטאג, און וויבאלד ער האט געזעהן אז רבי איציקל סקווערער הייסט איהם אזוי שטארק האט ער צוגעזאגט אז כאטש אסרו חג איז פרייטאג וועט ער זיך נאך יענעם טאג ארויסציען פונעם הויז צום שטאט.

כך הוה: פרייטאג אסרו חג האט ער זיך ארויסגעצויגן, און ער האט שוין געהאט פארדינגען זיין הויז פון פריער פאר להבדיל א גוי און דער גוי מיט די משפחה איז אריינגעקומען פרייטאג דארט וואוינען - און ער האט זיך אריבערגעצויגן אין שטאט אריין. יענע פרייטאג צונאכטס די זעלבע נאכט זענען אנגעקומען גויים שיכורים און זיי האבן נעבעך אויסגע'הרג'ט די גאנצע משפחה מיט אלעמען דער אייבירשטער זאל אפהיטן.

אין די שפעטער'דיגע יארן פלעגט רבי איציקל סקווערער כסדר זאגן מיט א חיות און מיט א שמחה אז ווען ער דערמאנט זיך פון דעם איז דאס ביי איהם כסדר א גרויסע שמחה ווייל ער זעהט אויף זיין חשבון "הצלת נפשות ממש", ער האט מציל געווען א גאנצע משפחה וואס פרייטאג איז ער ארויס און פרייטאג איז יענער אריין וכו'...

*

מ'זאגט נאך פון זקה"ק רבי איציקל סקווערער זי"ע אז ער האט געזאגט: "צו יעדע זאך דארף מען זיך דאך צוגעוויינען. ווען ס'וועט קומען די גאולה וועט דאך זיין א גרויסע לעכטיגקייט מיט גרויסע השפעות טובות, ממילא כדי אידן זאלן זיך קענען צוגעוויינען צו דעם און ס'זאל נישט קומען אויף איינמאל - דארף שוין פאר די גאולה אויך אראפקומען א גרויסע לעכטיגקייט מיט אלע השפעות טובות!".
יש תקוה, אין די לופטן זיך אויפהייבן...
אוועטאר
יש תקווה
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 04, 2013 2:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש תקווה »

משנת תשע"ד

כ׳האב געהערט נאכזאגן אז ווען הרה"ק רבי יוסף מאיר׳ל [ממאכנוכקא] זי"ע איז געווען א קליין קינד, איז ער געווען נישט געזונט דער אייבירשטער זאל אפהיטן מיט די מחלה וואס האט געהייסן טיפוס ר"ל. דאס איז געווען א מחלה וואס אויב מ׳איז קראנק געווען מיט דעם ר"ל איז געווען סכנת נפשות ממש, מ'האט נעבעך כסדר געהערט אהן א שיעור מענטשן וואס זענען געגאנגען פון די וועלט ל"ע. איז ער אלס קינד שטארק נישט געזונט געווען ר"ל, ס'האבן זיך איהם ממש געווארפן אלע איברים און ער האט געברענט פון די מחלה. ער איז געווען מורא'דיגע אפגעשוואכט, ער איז ממש כמעט נישט געווען ביי זיך.

ווען דער זיידע [אבי אביו הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל מסקווירא] מרן רבי איציקל סקווערער זי"ע האט דאס געהערט, איז ער אריבערגעגאנגען איהם מבקר חולה זיין. ווען ער איז אריינגעקומען איז רבי יוסף מאיר'ל אזוי שוואך געווען און ער האט זיך אנגערופן: "ס'איז דא א ווארט פונעם ר"ר ברוך [ממעזיבוז] זי"ע אויף דעם וואס מ'זאגט [בזמירות ליל שב"ק] 'מודה אני לפניך על כל החסד אשר עשית עמדי ואשר אתה עתיד לעשות עמי', דאנקט מען אויפ'ן חסד 'אשר עשית' וואס ער האט שוין געטוהן און מ'דאנקט אויך פאראויס אויפ'ן חסד 'אשר אתה עתיד לעשות עמי'. האט דער ר"ר ברוך זיך געשטעלט: בשלמא אויפ'ן חסד וואס איז שוין געווען דארף מען דאנקען דעם אייבירשטן, אבער אויפ'ן חסד וואס דער אייבירשטער וועט טוהן - בשעת דער אייבירשטער טוהט איהם די זאך וועט ער דאך דעמאלס דאנקען דעם אייבירשטן!

"נאר ווייזט אויס אז ס'איז דא אמאל א זמן וואס אפילו ס'געשעהט א חסד איז מען אבער דעמאלס נישט ביי זיך אז מ׳זאל קענען דאנקען דעם אייבירשטן. דאנקט מען דעם אייבירשטן פאראויס אויך אפילו אויף די זאכן 'אשר אתה עתיד לעשות עמי', אז כאטש דעמאלס וועט ער אפילו נישט זיין בכח צו דאנקען דעם אייבירשטן - דאנקט ער שוין פון פאראויס אויף שפעטער".

איז רבי איציקל סקווערער שטארק נתרגש געווארן, ער האט זיך געגיבן א הייב אויף און ער האט געגיבן א זאג: "'לית תפיס"א ביה כלל', ס'איז אינגאנצן נישט קיין טיפוס". ווען ער איז ארויסגעגאנגען האט רבי יוסף מאיר'ל אנגעהויבן צו שוויצן און באלד איז איהם בעסער געווארן און ער איז ארויס פון די גאנצע מחלה.

*

ס'איז אמאל געווען וואס רוסלאנד האט געהאט א מלחמה מיט'ן שונא, און ס'איז געווען דער סדר אז ס'געווען א זמן וואס זקה"ק רבי איציקל סקווערער זי"ע האט געטרונקען טיי און דעמאלס האט מען איהם דערציילט וואס ס'טוהט זיך אויף די וועלט. ווען ס'געווען אינמיטן די מלחמה דארט האט מען איהם דערציילט א בשורה טובה אז פונעם שונא זענען שוין גע'הרג'ט געווארן פופציג סאלדאטן. האט רבי איציקל סקווערער זיך אנגערופן: "אה, מ'האט שוין גע'הרג'ט פינעף הונדערט סאלדאטן?!". האט דער איד געזאגט אז ער האט געהערט פון 'פופציג' סאלדאטן, ער האט נישט געהערט פון קיין 'פינעף הונדערט'...

האט רבי איציקל סקווערער זיך אנגערופן: "מ'זאגט ביי ראש חודש בענטשן 'לשמועות טובות לבשורות טובות'. לכאורה זענען דאך 'שמועות טובות' און 'בשורות טובות' די זעלבע זאך? נאר וואס דען, דער פשט אין דעם איז אזוי: 'לשמועות טובות' ווען מיר זענען משמיע די טובות, שפעטער קומט מען אונז מבשר זיין 'לבשורות טובות' אז ס'איז טאקע אזוי געווען". באלד איז מען טאקע געקומען מודיע זיין אז "פינעף הונדערט סאלדאטן" זענען אוועק..!

*

נאכ'ן הסתלקות פון הרה"ק רבי שמואל קאמינקער זי"ע זענען חסידים געקומען צו זקה"ק רבי איציקל סקווערער זי"ע. בשעת זיי זענען אריינגעקומען און מ'האט געשמועסט האבן זיי געבעטן אז ער זאל זאגן א דבר תורה. אבער רבי איציקל סקווערער האט תופס געווען אז ס'איז נישט דער פשט אז זיי ווילן הערן א דבר תורה, נאר זיי ווילן זעהן און אויספרואוון וואספארא דבר תורה ער וועט זאגן...

האט ער געזאגט: "דער פסוק (מלאכי ב, ז) זאגט כי שפתי כהן ישמרו דעת ותורה יבקשו מפיהו כי מלאך ה' צבאות הוא, זאגט די גמרא (מו"ק יז.) אם הרב דומה למלאך ה' צבאות יבקשו תורה מפיהו ואם לאו אל יבקשו. וואס איז דער פשט 'אם הרב דומה למלאך השם צבאות'? ווער האט געזעהן א מלאך אז ער זאל דאס קענען מדמה זיין? און פארוואס שטייט נישט 'תורה ילמדו ממנו' נאר ס'שטייט 'תורה יבקשו מפיהו'?".

האט רבי איציקל סקווערער זיך אנגערופן צו זיי: "נאר ס'שטייט דאך אין זוה"ק (ח"א קא:) אז א מלאך איז נישט תופס קיין מחשבה. וזהו 'אם הרב דומה למלאך השם צבאות' אויב ער איז נישט תופס קיין מחשבה, 'תורה יבקשו מפיהו' איהם קען מען בעטן צו זאגן תורה ווייל ער וועט נישט כאפן צי מ'מיינט עס מיט אן אמת אויך... אבער 'ואם לאו' טאמער ער איז נישט ווי א מלאך נאר ער איז יא תופס די מחשבה און ער ווייסט אז מ'מיינט עס נישט מיט קיין ערנסטקייט, איז 'אל יבקשו תורה מפיהו' זאל מען איהם נישט בעטן!"...

האט זיי אנגעכאפט א ציטער און זיי האבן זיך באלד מקשר געווען צו רבי איציקל סקווערער.

*

בכלל איז געווען ביי איהם א שארפע הנהגה. ס'איז אמאל געווען א איד וואס האט אמאל געזאגט אויף די מקוה אז "די מקוה האט א ריח". האט זקה"ק רבי איציקל סקווערער זי"ע איהם געפרעגט: "ווער זאגט אז די מקוה האט א ריח? אפשר דו"... און דער אייבירשטער זאל אפהיטן האט מען נישט געקענט שטיין נעבן איהם ר"ל.

*

מ'זאגט נאך אז זקה"ק רבי איציקל סקווערער זי"ע האט אמאל געזאגט אז ער פילט נישט גוט ל"ע, האט מען איהם געוואלט גיבן אן עלייה. ווען מ'האט איהם געוואלט גיבן אום פרשת בשלח וואס ס'שטייט דארט (שמות טו, כו) והיה אם שמוע תשמע בקול ה' אלוקיך והישר בעיניו תעשה והאזנת למצוותיו ושמרת כל חוקיו, און דעמאלס 'כל המחלה אשר שמת במצרים לא אשים עליך'. האט ער געזאגט: "דאס איז צי א שארפע רעצעפט", ס'שטייען דארט אסאך תנאים... האט מען איהם געוואלט גיבן פרשת יתרו וואס דארט שטייט דאך אז ביי קבלת התורה איז מען נתרפא געווארן, האט ער אויך געזאגט אז ס'האט תנאים, דוקא אויב מ'איז מקבל די תורה.

שפעטער ווען מ'האט איהם געוואלט גיבן אום פרשת משפטים, האט ער געזאגט אז יא, משפטים זאל מען איהם גיבן אן עלייה ווייל דארט שטייט: "'רק שבת"ו יתן' ווען א איד היט נאר שבת, קומט איהם שוין 'ורפא ירפא' אז דער אייבירשטער זאל איהם שיקן א רפואה".

*

מ'זאגט נאך אז זקה"ק רבי איציקל סקווערער זי"ע האט געזאגט אויף די פרשה (קדושים) וואס מ'האט שוין געליינט ביי מנחה (ב'שבת הגדול' פ' אחרי): 'דמיהם בם (ויקרא כ, כז)'. ווי קומט זיך עפעס אז דער סיום פון א פרשה זאל זיך ענדיגן מיט אזא לשון פון 'דמיהם בם'? נאר דער פשט איז אנדערש: דמיה"ם איז א לשון פון געלט און השפעות טובות. די פרשה איז מסיים 'דמיהם בם', אז דער אייבירשטער וועט העלפן און אידן וועלן זוכה זיין וועלן זיי האבן השפעות טובות פון פרנסה און פון אלע השפעות טובות מיט חסדים ורחמים.
יש תקוה, אין די לופטן זיך אויפהייבן...
אוועטאר
יש תקווה
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 04, 2013 2:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש תקווה »

משנת תשע"ג

כ׳האג געהערט אמאל אז יום כיפור ביינאכט בשעת זקה”ק רבי איציקל סקווערער זי”ע האט גענומען קוויטלעך נאך 'כל נדרי׳ איז געווען דארט דער חזן הרה”ח ר׳ אהרן באטשטיין ע”ה וועלכער איז געווען דער בעל תפילה אין סקווירא און מ׳האט איהם גערופן ׳רבי אהרן חזן׳. בשעת ער איז געשטאנען און געקוקט ווי רבי איציקל סקווערער שטייט און נעמט קוויטלעך און ער האט געזעהן אז די פנים האט אזוי געלאכטן, האט ער געטראכט אז מסתמא האט דער ”כהן גדול” אום יום כיפור געהאט אזא צורה.

בשעת ער האט דאס אזוי געטראכט האט איהם רבי איציקל סקווערער צוגערופן און האט איהם געזאגט: ”ס׳איז אמת אז דער טאטע [דער טשערנאבלער מגיד זי”ע] האט געזאגט פאר׳ן שווער [דער רוז׳ינער זי”ע] אז ער האט איהם געגיבן [פאר׳ן זוהן רבי איציקל] די נשמה פון א ׳כהן גדול׳!”. אבער רבי איציקל סקווערער האט געענדיגט: ”עה, כ׳ווייס אבער נישט צי כ׳בין ווערד צו דעם”...

*

כ׳האב געהערט אז אמאל פאר א חתונה איז א שליח געפארן נעמען ׳מעמדות׳ פאר זקה”ק רבי איציקל סקווערער זי”ע. אין א מקום איז ער געקומען צו א גביר און מ׳האט איהם געזאגט אז ער שלאפט און מ׳קען נישט אריינגיין צו איהם. איז ער דערווייל געשטאנען אינדרויסן און בשעת ער איז געווען אינדרויסן האט ער געעפענט א ספר, איז איהם אנגעקומען דער ׳אור החיים הקדוש׳ אין פרשת שלח וואו ער זאגט דארט אז בעצם זענען דאך די מרגלים געווען צדיקים נאר וויבאלד דער משלח [כלל ישראל] האט נישט געהאט אזא גוטע כוונה, ממילא ווערט דער משלח נתלבש ממש אינגאנצן אינעם שליח און דער שליח ווערט א חלק פונעם משלח יעו”ש.

בשעת ער האט געקוקט אין דעם אוהחה”ק האט ער זיך מיישב געווען אז סוף כל סוף איז ער דאך א שליח פון רבי איציקל סקווערער, וואס הייסט מ׳זאגט איהם ער זאל ווארטן? אז ער האט דער כח פונעם משלח איז דאך כאילו רבי איציקל סקווערער שטייט דארט איז דאך נישט שייך צו לאזן ווארטן, האט ער געהאלטן אז מ׳דארף איהם אויפוועקן..! האט ער יענעם אויפגעוועקט און ער האט איהם מקבל געווען זייער וואויל בסבר פנים יפות און געגיבן א גרעסערן סכום.

בשעת ער איז אהיימגעקומען צו רבי איציקל סקווערער, האט איהם מרן מהר"י געפרעגט: "געדענקסט דעם אור החיים הקדוש אין פרשת שלח פון 'שלוחו של אדם כמותו' אז דאס מיינט אז ער ווערט ממש א חלק פונעם משלח?!"... ווען ער איז אנגעקומען האט איהם רבי איציקל סקווערער מיט דעם מקבל געווען...

*

ס׳געווען א שטאט ליפאוויץ וואו דעם תשואות חנ׳ס אן אייניקל איז געווען דארט א רב, הג"ר אלתר אליהו זצ"ל האט ער געהייסן. שפעטער ווען ער איז נסתלק געווארן ל"ע האט מען געהאלטן ביים אויפנעמען דעם איידעם פאר רב, הג"ר מרדכי לאנדא זצ"ל האט ער געהייסן. באמת איז ער געווען גאר יונג, אינגאנצן זיבעצן יאר, און ער האט בשום אופן נישט געוואלט אננעמען דאס רבנות - און די שטאט האט זייער געוואלט.

פונקט איז זקה"ק רבי איציקל סקווערער זי"ע דעמאלס דורכגעפארן דארט, און ווען ער איז אנגעקומען אין שטאט האט די שטאט זיך באקלאגט אז ס׳איז דא א רב וואס זיי פילן אז ער איז מוכשר און זיי ווילן איהם אויפנעמען אלס רב אפילו ער איז נאר זיבעצן יאר, און ער וויל בשום אופן נישט אננעמען דאס רבנות. האט רבי איציקל סקווערער געהייסן אז ער זאל קומען. ווען ער איז געקומען האט ער איהם געפרעגט פארוואס ער וויל נישט אננעמען דאס רבנות, האט ער געזאגט אז אלע שאלות זענען דאך שווער אבער במיוחד "די פסח׳דיגע שאלות" - פאר דעם האט ער מורא. דער פשט איז אז פארצייטנס האט מען נישט געקענט אזוי מדקדק זיין און ס׳איז זייער שכיח געווען אז אינמיטן פסח זענען ר"ל נולד געווארן מכשולות דער אייבירשטער זאל אפהיטן. האט ער געזאגט אז ער איז יונג און ער האט מורא פאר די פסח׳דיגע שאלות. האט איהם רבי איציקל סקווערער געזאגט אז ער זאל אננעמען דאס רבנות און ער איז איהם מבטיח אז די גאנצע צייט וואס ער וועט זיין רב וועלן איהם נישט פארקומען קיין פסח׳דיגע שאלות!

די וואס געדענקען האבן דערציילט אז כך הוה: ער איז געווען רב אלע יארן און די גאנצע צייט איז קיין איינמאל נישט אויסגעקומען אום פסח די שאלות וואס זענען געווען שכיח יענע צייטן.

*

כ׳האב געהערט פונעם טאטן ז"ל אז ס׳איז געווען א איד וואס זיין פאטער איז נישט געווען פון די סקווערער חסידים און דער זוהן איז געווען פון די סקווערער חסידים, און דער פאטער האט מורא געהאט אז ביי 'קדיש' וועט ער זאגן ׳קץ׳... האט ער פאר די פטירה איהם געזאגט אז ער בעהט איהם אז נאך די פטירה זאל ער נישט זאגן קיין 'קץ'.

נאכדעם איז ער געווען אובד עצות, ער האט נישט געוואוסט וואס צו טוהן, איז ער אריין צום זקה"ק רבי איציקל סקווערער זי"ע. האט איהם מרן מהר"י געזאגט: "עה, דיין טאטע איז דאך שוין אויפ'ן עולם האמת, ער ווייסט שוין אויך מסכים צו זיין אז דו מעגסט זאגן 'קץ'!"...

*

זקה"ק רבי איציקל סקווערער זי"ע האט אמאל נאכגעזאגט אז דער שווער דער רוז'ינער זי"ע איז דאך געזעצן אין תפיסה און ער האט דאך געהאט די רדיפות מיט אלעמען ר"ל, האט דער רוז'ינער זיך אמאל אנגערופן: "ווען כ'טראכט אריין אין די זאכן פאלט מיר אביסל א פחד ווייל באמת שטייט דאך (שבת נה.)'אין יסורין בלא עוון'!". האט דער רוז'ינער אויסגעפירט: "נאר וואס דען? אז כ'דערמאן זיך אין דוד המלך וואס ביי איהם שטייט דאך אויך די אלע רדיפות וואס ער איז דורכגעגאנגען ר"ל און פונדעסטוועגן פירט די גמרא (שם נו.) אויס: 'כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה', ממילא גיבט דאס מיר שוין חיזוק אויף דעם".

האט רבי איציקל סקווערער אויסגעפירט אויף זיינע יסורים: "אבער איך דארף נישט אנקומען ביז דוד המלך, אויב כ'קוק אויפ'ן שווער [וואס ער איז געווען אהן א חטא אינגאנצן] און כ'זעה אז פונדעסטוועגן האט ער געהאט יסורים, איז עס שוין ממילא פאר מיר אויך פארענטפערט".

*

מ'פלעגט נאכזאגן פון זקה"ק רבי איציקל סקווערער זי"ע אז ער האט געזאגט אז פאר ביאת הגואל וועט מסתמא אראפקומען א גרויסע שפע אויף די וועלט, וויבאלד מ'זעהט דאך אז פאר 'תקע בשופר' איז דא די ברכה פון 'ברך עלינו' און דארט שטייט דאך ׳ותן ברכה וכו' ושבעינו מטובה׳ מיט די אלע השפעות וואס קומען, און נאכדעם שטייט ׳תקע בשופר גדול לחירותינו׳ - איז פון דעם א ראיה אז אפילו פאר די גאולה וועט אראפקומען א גרויסע השפעה פון חסדים ורחמים.
יש תקוה, אין די לופטן זיך אויפהייבן...
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

יש תקווה האט געשריבן:דער מאהלובער רב [הגה"ח ר' חיים יעקב זצ"ל] איז געווען פון די משפחה פון 'ביק' וועלכע זענען געווען סקווערער חסידים, .

זיי זענען געווען זינקובער חסידים, נישט קיין סקווערער חסידים. נאר דא אין אמעריקא האבן זיי געהאט שייכות מיט סקווירא (מיט אלע סקווירא חצירות).
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

חיימ'ל האט געשריבן:
יש תקווה האט געשריבן:דער מאהלובער רב [הגה"ח ר' חיים יעקב זצ"ל] איז געווען פון די משפחה פון 'ביק' וועלכע זענען געווען סקווערער חסידים, .

זיי זענען געווען זינקובער חסידים, נישט קיין סקווערער חסידים. נאר דא אין אמעריקא האבן זיי געהאט שייכות מיט סקווירא (מיט אלע סקווירא חצירות).

קוקט אויס איר האט נישט קיין אנונג איבער משפחת ביק...
רבי חיים יעקב ביק אב"ד מאהלוב איז געווען א זון פון רבי שמחה ביק אב"ד מעזיבוז.
רבי משה צבי אריה ביק איז געווען א זון פון רבי חיים יחיאל מיכל השני זון פון רבי חיים יחיאל מיכל זון פון רבי צבי אריה ברודער פון רבי שמחה ביק.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

נחוניא האט געשריבן:נאך דעם וואס זיין ערשטע רביצין איז ל"ע אוועק פון די וועלט (צווישן די יארן תקצ"ד – תקצ"ז), האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצדיקת חיה מלכה ע"ה, די טאכטער פון דעם הייליגן רוזינער זצ"ל.
נאך א קורצע צייט פון בלויז עטליכע יאר איז די רביצין ל"ע אוועק פון די וועלט. ווען דער רוזינער זצ"ל האט געהערט די ביטערע בשורה, אז זיין טאכטער איז אוועק פון דער וועלט, האט ער זיך אויסגעדריקט: - "עס טוט מיר נישט אזוי באנק אויף דער 'מלכה' ווי אויף דעם 'מלך'!..." מיט דעם חשוב'ן טיטל "מלך" האט ער געמיינט זיין באליבטן איידעם רבי איציק'ל סקווירא'ר, און מיט דאס ווארט "מלכה" האט ער געמיינט די טאכטער זיינע - די רביצין פון רבי איציק'ל - וועלכע האט געהייסן "חיה מלכה". (ד.מ. אז עס איז אים א גרעסערער צער און עגמת נפש דאס וואס דער רבי ר' איציק'ל זצ"ל וועט מער נישט זיין ביי אים אן איידעם, ווי דער צער אז זיין טאכטער איז אזוי פריצייטיג אוועק גענומען געווארן פון דער וועלט, נישט איבערלאזנדיג נאך זיך קיין קינדער!)

כ'האב געהערט אמאל אז פאר זי (הרבנית חיה מלכה) איז אוועק האט זי גאר שטארק געוואלט באזוכן איר טאטע וואס איז דאן געזעצן אין תפיסה, אבער איר טאטע האט איר געזאגט אז זי זאל נישט קומען ווייל ס'וועט איר נישט גוט זיין, אבער זי האט זיך נישט געקענט צוריקהאלטן און זי איז יא געקומען צו איר טאטע אין תפיסה, און טאקע נאכדעם איז זי אוועק.
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

ייש"כ נחוניא פארן באשרייבונג
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יום זה מכובד »

טריסקער האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:נאך דעם וואס זיין ערשטע רביצין איז ל"ע אוועק פון די וועלט (צווישן די יארן תקצ"ד – תקצ"ז), האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצדיקת חיה מלכה ע"ה, די טאכטער פון דעם הייליגן רוזינער זצ"ל.
נאך א קורצע צייט פון בלויז עטליכע יאר איז די רביצין ל"ע אוועק פון די וועלט. ווען דער רוזינער זצ"ל האט געהערט די ביטערע בשורה, אז זיין טאכטער איז אוועק פון דער וועלט, האט ער זיך אויסגעדריקט: - "עס טוט מיר נישט אזוי באנק אויף דער 'מלכה' ווי אויף דעם 'מלך'!..." מיט דעם חשוב'ן טיטל "מלך" האט ער געמיינט זיין באליבטן איידעם רבי איציק'ל סקווירא'ר, און מיט דאס ווארט "מלכה" האט ער געמיינט די טאכטער זיינע - די רביצין פון רבי איציק'ל - וועלכע האט געהייסן "חיה מלכה". (ד.מ. אז עס איז אים א גרעסערער צער און עגמת נפש דאס וואס דער רבי ר' איציק'ל זצ"ל וועט מער נישט זיין ביי אים אן איידעם, ווי דער צער אז זיין טאכטער איז אזוי פריצייטיג אוועק גענומען געווארן פון דער וועלט, נישט איבערלאזנדיג נאך זיך קיין קינדער!)

כ'האב געהערט אמאל אז פאר זי (הרבנית חיה מלכה) איז אוועק האט זי גאר שטארק געוואלט באזוכן איר טאטע וואס איז דאן געזעצן אין תפיסה, אבער איר טאטע האט איר געזאגט אז זי זאל נישט קומען ווייל ס'וועט איר נישט גוט זיין, אבער זי האט זיך נישט געקענט צוריקהאלטן און זי איז יא געקומען צו איר טאטע אין תפיסה, און טאקע נאכדעם איז זי אוועק.

מקור?
חמרא
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2016 8:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא »

אפשר ווייסט איינער ווער איז געווען דער ערשטער זיווג פון הרבנית חי׳ מלכה בת הרה׳ק מרוזין זצ״ל? עס דארף זיין ערגעץ א תשובה וועגן איר חליצה
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

חמרא האט געשריבן:אפשר ווייסט איינער ווער איז געווען דער ערשטער זיווג פון הרבנית חי׳ מלכה בת הרה׳ק מרוזין זצ״ל? עס דארף זיין ערגעץ א תשובה וועגן איר חליצה

רבי מנחם מענדל בן רבי יצחק מאיר מזינקוב.
זה מוזכר בספרו של רבי יוסף לאנדא אב"ד ליטין.
חמרא
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2016 8:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא »

יישר כח נחוניא פאר אזא שנעלע תשובה (איך האב עס הערשט יעצט באמערקט)
א חסיד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4629
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חסיד »

רבי משולם זוסיא מזינקוב האט חולץ געווען הרבנית חיה מלכה בת קדוש ישראל מרוז'ין.
בנן של קדושים
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:33 pm

ציון הרה"ק מסקוירא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנן של קדושים »

איך בין געווען מיט א יאהר צוריק אין סקוירא ביים אוהל פון הרה"ק ר' יצחק מסקוירא און זיינע צויי זיהן, אפשר קין איינער מיר מסביר זיין ווי קען זיין אז ס'איז אזוי נאכגעלאזן, נישט קיין עלקטרי, די שויבן פון די פענסטערס זיינען צובראכן, נישט קיין נארמאלע געסל ביזן אוהל. קיין ארט אין אוקראינע וואס איך בין ארום געפארן קוקט נישט אויס אזוי. וואו זענען סקוירא חסידים צו דאגה'ן אופ'ן כבוד פון ערשטן רעב'ן פון זייער שושלת???
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

א בילד פונעם אוהל האט איינער?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:א בילד פונעם אוהל האט איינער?

Ohel Skvira.jpg
Ohel Skvira.jpg (158.61 KiB) געזען 3042 מאל
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

וואס איז די אדרעס פונעם בית החיים אין שטאט סקווירא אוקריינא
און וואס איז די אדרעס פונעם בית המדרש?


(אויף אוקרייניש כמובן)
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:וואס איז די אדרעס פונעם בית החיים אין שטאט סקווירא אוקריינא
און וואס איז די אדרעס פונעם בית המדרש?)

בית המדרש
49.73170, 29.66899

אוהל
49.738945, 29.660229
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

ייש"כ
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי יצחק טווערסקי מסקווירא זצ"ל - י"ז ניסן תרמ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

א בריוו געשריבן אינגאנצן בכתי"ק פון מרן רבי יצחק מסקווירא צום ברודער רבי אהרן מטשערנאביל.
(אלע אנדערע בריווען וואס זענען היינט דא, איז נאר די חתימה מיט א שורה צוויי פריער בכתי"ק).
מכתב רבי יצחק מסקווירא לאחיו רבי אהרן מטשערנאביל.jpg
מכתב רבי יצחק מסקווירא לאחיו רבי אהרן מטשערנאביל.jpg (73.96 KiB) געזען 1396 מאל
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9618
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי יצחק טווערסקי מסקווירא זצ"ל - י"ז ניסן תרמ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

מכתב מנכדו נושא שמו
אטעטשמענטס
TVERSKY.jpg
TVERSKY.jpg (149.55 KiB) געזען 1257 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי יצחק טווערסקי מסקווירא זצ"ל - י"ז ניסן תרמ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

א זון פון רבי דוד׳ל?
דביה תחדי נפשא
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9618
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי יצחק טווערסקי מסקווירא זצ"ל - י"ז ניסן תרמ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

חמרא טבא האט געשריבן:א זון פון רבי דוד׳ל?

בן רבי מרדכי בן רבי דוד בן רבי יצחק מסקווירא זי"ע
בניו היו האדמורי"ם מסקווירא ב"פ - סקווירא פלעטבוש
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי יצחק טווערסקי מסקווירא זצ"ל - י"ז ניסן תרמ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

וויפיל זון האט רבי דוד׳ל געהאט?
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1740
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

Re: רבי יצחק טווערסקי מסקווירא זצ"ל - י"ז ניסן תרמ"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

dovidal האט געשריבן:מכתב מנכדו נושא שמו


אוודאי האט איהר באמערקט דארט אויפ’ן אקשען דעם טעות צו וועמען זיי זענען מייחס דעם בריוו
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”