די 'גרינ'ע חתונה..

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

די 'גרינ'ע חתונה..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

א גוט יאר, דיס איז וויכי וויט ספעשעל קאווערידזש אן נגינה... פאר די ק.נ.א. נעטווארק..

דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט, פרשת קרח, איז פארגעקומען די גרויסארטיגע חתונה ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה די זוהן פון איינע פון די גרעסטע (אויב נישט די גרעסטע) קאמפאוזער אין יודישע נגינה, 'יוסי גרין', עב"ג תחי'..

נו, אז ס'קומט פאר אזא חתונה! טאר מען דאך דאס נישט פארפאסן, האט ק.נ.א. אראפגעשיקט איינע פון אונזערע קארעספעדאנטן אז ער זאל אפשרייבן א באריכט, און גלייכצייטיג אויך ברענגען אביסל ווידיאו דערפון, און טאמער מיינטעץ אז ער איז געווען סוקסעספול, האבעך פאר ענק נייעס, אז כך הוי, ער האט געברענגט א זאפטיגע ריפארט, און נאך ווידיאו דערפון אויך..

אט הערט וואס ער זאגט;

א גוט יאר, מ'הערט מיך?.. יא מ'הערט קלאר, דו רעד.. לאמעך הערן, אה, וויכי, דו ווייסט נישט וואס דא איז געווען.. איך שטעל מיך פאר, לאמער הערן, הייב אן פון אנפאנג..

אקעי, די חתונה איז געווען אין א זאל, ס'הייסט 'די סענד'ס'.. דאס איז אין אטלאנטיק ביעטש, ס'האצעך אנגעפאנגען ביי די חופה, ווי די וועלט בארוהמטע 'שירה' קווייער האבן געזונגען ווארימע מעלעדי'ס.. איך דארף זאגן אז ס'איז געווען שיין?.. איך מיין אז נישט, איך גיי עס זאגן אין קורצן.. ס'איז געווען א 'שירה דזשאב'.. זיי האבן געזינגען אלטע ווארימע ניגונים, ווערענדיג אונטערגעשפיהלט דורך א 'סימפאני' סעקשען.. דערנאך האט זיך צו זיי צוגעשטעלט 'שלמה טוסיג', וועלעכער איז געווען איינע פון די מעין זינגער א גאנצע נאכט.. ער האט געזינגען א ניגון וואס 'יוסי גרין' האט קאמפאוזט פאר 'מרדכי'ס' (לאמעך זעהן ווער ס'ווייסט וועלעכע 'מרדכי' איך רעד פון..) נייע אלבוים..

דערנאך איז ארויפגעקומען א ספעשעל גאסט 'שמעון קרעמער', ער האט געזינגען 'מי אדיר', און 'שלמה שמחה' האט געזינגען 'מי בן שיח'.. ווען זיי ווערן אינטערגעזינגען דורך 'שירה'.. און די 'סימפאני גרופע'... ס'איז געווען זייער ווארעם און הארציג..

מיט גרויס אינטערעסע האט זיך דער עולם צוגעהערט ווי 'אברהם פריד' זינגט 'ענווים'... ס'איז געווען שא שטיל, ווען 'יוסי' אליין, האט געזינגען א ניגון 'זכור ה'' וואס ער האט פארפאסט פאר 'אברהם'ס' נעקסטע אלבוים..

ווער ס'איז געווען מסדר קידושין, וויל איינער וויסן?.. מזל טוב.. מזל טוב..

אריינקומענדיג אין זאל, איז מען געווארן אויפגענומען דורך שיינע מעלעדיעס געשפיהלט דורך די באקאנטע 'פרייליך' ארקעסטרא, מענדי הערשקאוויטש-קיבארד, אברמי שרייבער-דראם, נחמן דרייער-גיטאר, (א נייער שטערן, פון א"י..) שלומי כהן-סעקסעפאון, יאסי פארקאש-טראמבאון, און נאך אפאר, א בעיס-גיטאר, און א טראמפעט.. דער עולם האט זיך געזעצט אויף די פלעצער, און זיך צוגעהערט צו די 'סימפאני גרופע' וועלעכע האבן ארומשפאצירט אין זאל..

דערנאך האט 'לוי יצחק פאלקאוויטש' אינאיינעם מיט 'שירה' געזינגען אפאר ניגונים, דאן האבן 'שלומי טוסיג' מיט 'ישראלי ווערדיגער' איבער גענומען די זאך, זיי האבן געזינגען די 'מודים אנחנו' פון שלומי'ס טעיפ...

(מ'בעיט דער עולם זאל זיך נישט זארגן, קיינער האט נישט געהונגערט, מ'האט סערווירט א רייכע מאלצייט.. אונז רעד מער אבער נישט פון דעם חלק..)

האלאו!! די חתן קומט.. פאראם פאראם פאראם.. דא האט מען אנגעהויבן די נייע אינטראו וואס פרייליך ארקעסטרא האט געמאכט ספעציעל לכבוד די שמחה.. איינס צוויי דריי פיר... עוד ישמע... געזינגען דורך "די צוויי" (שלומי-ישראלי) מ'האט געטאנצן די ערשטע טאנץ... דערנאך האט מען געמאכט א שטיקל ברעיק, מ'האט סערווירט די פלייש.. דערווייל האט שלומי טוסיג געזינגען די 'שטר התנאים'.. דערנאך האט מען זיך צוגעהערט צום אלעמען באקאנטן 'דודו פישער' ווי ער האט אראפגעלייגט 'ברענג עם אהיים'...

רבותי, הייבטס ענק!!.. מ'גייט טאנצן הארא.. 'די צוויי' האבן געזינגען א גאנצן צייט, ווען יעדע מינוט איז א צווייטע זינגער געקומען זינגען א ניגון.. נישט זיך שטיפן.. די ערשטע איז געווען 'ישראלי וויליגער', ער האט געזינגען 'הגומל'.. דערנאך איז געקומען א לאאאנגע ליין, איך גיי נישט אויסרעכענען יעדעם, ווייל ניטאמאל קענעך אלע נעמען, אבער 'מרדכי' מיט 'יודל' די צוויי נעמען קענעך נישט אויסלאזן.. 'די צוויי' האבן ווייטער געזינגען ביז מ'האט געענדיגט טאנצן, און איך מוז דיר זאגן, ס'איז געווען א הערליכע חתונה, ספעציעל פונעם מוזיקאלישן שטאנדפונקט..

אויסער די אלע וואס האבן געזינגען, איז אויך געווען א גרויסע אודיענץ פון זינגער'ס, חזנים, און אנדערע פון די מוזיק ליין וואס האבן זיך סתם באטייליגט ביי די שמחה לכבוד 'יוסי'ן'.. די באקאנטע צווישן זיי זענען, גדעון לעווין, חזן העלפגאט, בערי וועבער, ישראל לאאם, יושע מענדלאוויטש, מענדי ווערדיגער, חנוך ווינדערבוים, (א"י) און נאך אסאאך, וואס איך קען ניטאמאל זייערע נעמען..

א גרויסן יישר כח פאר די ריפארט, וואס טוצעך מיט די ווידיאו?..

אה, די מעשה איז אזוי, די ווידיאו אנטהאלט צופיהל, למשל, די נייע ניגונים וואס 'יוסי' האט געמאכט פאר 'אברהם' און 'מרדכי'.. אויפן פארלאנג פונעם מחותן 'יוסי', גיי איך אויסמעקן געוויסע חלקים וואס ער וויל אז ס'זאל נאכנישט זיין אויף די גאס.. ווי נאר ס'וועט זיין גרייט, וועל איך דיר עס שיקן..

אקעי, א דאנק, אבער זעה ווי פריער, ווייל דער עולם ווארט..

מיר האפן אז די ווידיאו וועט זיין שפעטער אויף אונזער וועבסייט, דאבעליו דאבעליו דאבעליו פינטעלע יודישעוועלט פינטעלע קאם סלעש פארום'ס סלעש היכל הנגינה..

ריפארטינג לייוו פראם די נגינה דעסק, דיס איז וויכי.. אן די ק.נ.א. נעטווארק..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

וויכי! גיט גוט.. איך האב מיר געפילט ווי ביי די חתונה, איך ווארט שוין אויפן קליפ!
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

גם אני מצטרף
1X1
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

וויכי, טאמער מאכסטו נישט קיין ביזנעס פון דיין שרייבן, ביסטע א פלעינער נאר. (און אויב יא?...)

יישר כחכם, כאב שטארק הנאה געהאט.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

וויכי איך האב היינט גערעדט צי א שירה מעמבער, ס'קען נישט בעסער ווערען אראפגעלייגט...
איינער דארט איז הייזעריג געוועהן ניין?
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

וויכי, שיין..
כאניש יעצט קיין צייט צו טאנצן אויפן חתונה
כמיין צו ליינען די תגובה..
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

וויכי נעקסט טיים ווען ס'קומט פאר אזא חתונה נישט נאר פאר דיין ק.נ.א. ריפארטער טוה עס באריכטן, נאר לאז דא יעדן און קרעטשמע דערפון וויסן, אזוי אויב איינער איז אינטערעסירט זאל ער קענען מיט די אייגענע אויגן מיטהאלטן אזא איווענט,

עניוועי ווי איך זעה איז לעצטענס שלומיטויסיג מיט שראלי ווערדיגער געווארן די זאך, זיי זענען פיין,
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

שכוח וויכי
Liberalism is a mental disorder
תמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמים »

ווכי איך האב טאקע מיטגעהאלטן די ריפארט גראד ווען עס איז אריין געקומען און ק.נא. (דורך א טעקס מעסעטשס סיסטעם וואס איז איינגעשטעלט און די גאר פארגעשריטנע סאפיסטיקערעט מאשין וואס איז איינגעפלאנצט אינעם קאמפיוטער סיסטעם) איך האב אבער נישט געחלומט אז עס גייט אזוי גוט אויסקוקן. נאך א מזל אז איך האב דיר איבער געגבן די ווארט בא דוד קויפמאנס אינטערוויו
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

שכוח וויכי, ווען עמיר קענען זעהן די קליפס?
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

פאר די ווידיאו, קליקט דא...

איך וויל מיך באדאנקן, בשמי, און בשם אלע חשובע ליינער, פאר אונזער קארעספאנדענט, (וואס האט צוליב געוויסע סיבות צו באשלאסן צו זיין אנאנאמיס דאס מאל) פארן צושטעלן די רייכע ריפארט, און די ווידיאו..

איך האב נישט קיין פראבלעם אז איינער קאפי'ט די לינק, אבער ביטע שרייבן אז דאס איז קרעדיט פאר היכל הנגינה פון היימישע קרעטשמע, איי וועלט דאט קאם..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
למדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן »

פאר די קרעטשמע אידן וואלט אפשר אינטערסאנט געווען צו וויסן אז יוסי גרין איז אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג!

זיין טאטע האט געוואוינט אויף היוז סטריט ביי בעדפארד עוועניו, דוכט זיך אז ער פלעגט דאווענען אין סאטמאר בית מדרש אויף ראדני סטריט [ער לעבט שוין נישט א שיינע פאר יארן] ער פלעגט ארבייטן ביי גרינבוים'ס בוטשער אויף ליע עוועניו.
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

וויכי שכוח עקסטער פאר די ריקעדיגע אינפארמאציע
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארום »

אויף דעם פויקער "שרייבער" איז ווערט א אשכול, ער איז א טאלאנטפולע בחור'ל!
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

איך האב שוין אמאל אנגעהויבן אן אשכול אויף פרייליך ארקעסטרא, קענסט עס אפיר ברענגען.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

אלץ איינער וואס קוקט אסאך אויף אלע מוזיק וועבסייט, איז אינטערסאנט צו באמערקן אז אונז אין קרעטשמע זענען געוועהן די ערשטע, און זענען אדערווייל די איינמיגסטע וואס האבן געזעהן א קליפ פון די 'גרין' חתונה.
חברי הקרעטשמע חזק ואמץ, קיפ איט אפ...
טענקס וויכי, און שיק א פערזענליכע שכוח פאר אנאנמיס.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

ווארום האט געשריבן:אויף דעם פויקער "שרייבער" איז ווערט א אשכול, ער איז א טאלאנטפולע בחור'ל!


ער האט א אינגערע ברידער וואס וואקסט עם נאך זיי האבן געוואלדיגע טאלאנט זיי שפילן זייער פינקטליך אין מיט טעם
Liberalism is a mental disorder
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

וואלוועלע האט געשריבן:וויכי נעקסט טיים ווען ס'קומט פאר אזא חתונה נישט נאר פאר דיין ק.נ.א. ריפארטער טוה עס באריכטן, נאר לאז דא יעדן און קרעטשמע דערפון וויסן, אזוי אויב איינער איז אינטערעסירט זאל ער קענען מיט די אייגענע אויגן מיטהאלטן אזא איווענט,

עניוועי ווי איך זעה איז לעצטענס שלומיטויסיג מיט שראלי ווערדיגער געווארן די זאך, זיי זענען פיין,


האניש קיין טענות אז מען האטיר נישט מודיע געוועהן.

ליינט דא איבער די קומענדיגע קומזיץ אן די האדסאן.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

וויכי דיינע ריפארטס זענען געוואלדיג, אבער ס'אינטערעסירט מיר גאנץ ווייניג יוסי גרין'ס חתונה ס'קען איך טון?
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

נאך די 18 תגיבות דא האב איך שוין נישט וואס צוציליייגן חוץ אז אויך איך - ווי די אנדערע דא - האב שטארק הנאה געהאט פון וויכי'ס רעפארט.

וויכי, שיק א שכויעך פאר דעם אנאנעמיס קראספעדאנט. מ'גיימער באלד קוקן די ווידיאו.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
join us
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 6:05 pm
לאקאציע: און מיין שיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך join us »

שעכויעח וויכי פאר די וואנדערפאל ריפארט

3X0 אפשר קענסטו ארויף לייגן די ווידיאו געהעריג דא .

איך ווייס נישט דער ץ ( ענדער צדיק פאר ווער עס ווייסט נישט וואס דאס מיינט ...) לאט מיך נישט אריין צו די גרינע חתונה .... זעהט אויס אז ער האלט נישט פון געלויבל ווארמינג .... :lol: :lol:
אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

וואַ וואִו אזא גרינער בינעך טאקע?
קיינמאל נישט געוואוסט אז יאסל גרין איז געווען א בחור?

ווער עס ווייסט זיין באגארעפיע זאל עס ביטע אהערשטעלן דאנקע. 
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

וויכי, האסט נאכנישט אן אפפוינטמענט ביי גרין?!
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

וויכי, זייער שיין און א גרויסע יישר כוח.

ביזנעס קאפ, כ'פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט, איך האף אז דו יא.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ווי געווענדליך, קומען צוריק גריסן פון איבער די גאנצע וועלט.. יא יא, איר ליינט גוט, די גאנצע וועלט, אמאל איבער א גוטן ארטיקל, אמאל איזער א זאפטיגע נייעס'ל און אמאל איבער א נייע טעיפ..

היינט האב איך געהאט די זכי', אז ערעב 'יוסי גרין' אליין האט אריינגערופן צו די ק.נ.א. הויפטקוואטיר און געזאגט אז ער האט זייער הנאה געהאט פון די שיינע ריפארט, ער זאגט אז דער עולם אזוי ווייט ווי אין א"י האט הנאה געהאט דערפון..

פאר מער פרטים, וועט איר מוזן ווארטן אביסל.. מיין פינגערס טוהען שוין וויי..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”