מיין נייע ניק און מיין נייע רעזעלוציע

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קאלטע ביר
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:06 pm

מיין נייע ניק און מיין נייע רעזעלוציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלטע ביר »

לכבוד מיינע טייערע ידידים.

איך וויל מיט אייך מיט-טיילן אן ענין וואס דריקט מיר שוין לאנג.

א גרויסע טייל פון די עולם וואס דרייט זיך דא קענען מיר גאר גוט, אפשר נישט ביים נאמען אבער יא ביים ניק, איך פלעג זיין א אפטע גאסט דא אין קרעטשמע וואו איך האב פארברענגט טעגליך אין די פארשידינע קארידארן פון די קרעטשמע, איך האב גאר שטארק געגליכן די מצב דא, איך האב א גרויס הנאה פון זאכליכע שמועסן און אמאל אפילו פון א פארברענגען אשכול, אבער מער פון אלעם האב איך הנאה פון פאליטישע שמועסן, איך בין זייער קלאר מיט מיינע מיינונגען, און איך האב ליב צו הערן די צווייטע צד פון די מטבע.

אט דער תכונה פון זיין קלאר מיט די אייגענע מיינונגען און ליב האבן צו הערן די צווייטע צד פון די מטבע, פלעגט אמאל זיין רעספעקטירט דא אין קרעטשמע, די עולם האט צו דעם פארשטאנען און הנאה געהאט דערפון, און דעריבער האב איך דא קונה שביתה געווען, אין האב זיך געזעצט מיט מיין קיבארד און געזעצט תגובות, איך האב הנאה געהאט און די עולם האט הנאה געהאט.

די צייטן האבן זיך אבער געביטן, די קרעטשמע האט צובאקומען נייע ניק'ס ניט נייע אגענדע'ס, זיי האבן נישט געזוכט צו שמועסן נאר צו טראולן, זיי האבן נישט געזוכט צו איבערווייזן נאר צו שרייען, מיט די צייט בין איך נשפע געווארן פון די נייע רוח, איך האב אויך אנגעהויבן שרייבן שארף, איך האב זיך אליין נישט געכאפט ווי מיאוס טייל פון מיינע תגובות זענען געווען, ביז א געטרייע חבר האט מיר גע'מוסר'ט דערויף אין אישי. און דאן איז געקומען די באשלוס, איך פארלאז די קרעטשמע. פארשטייט זיך אז ס'איז נישט געגאנגען אזוי גרינג ווי ס'שרייבט זיך, און עד היום דריי איך זיך נאך דא למחצה לשליש ולרביע. אבער ס'איז בכלל נישט אויפן אמאליגן פארנעם.

מיין נייע ניק און מיין נייע רעזעלוציע.

אויף די נאכאנאנדע פארלאנג פון עטליכע חברים טו איך זיך היינט צוריק-קערן מיט א נייע ניק, [א ניק וואס איך האב גע'ירש'נט פון א חבר מיינער, און די פעסווארד איז היינט אריבער צו מיין רשות (יענער האט נאך 15 תגובות מחליט געווען אז ער דארף א בעסערע נאמען).] און מיט דער נייע ניק קומט א נייע רעזעלוציע, צו שרייבן בלויז תוכנ'דיגע תגובות, תגובות וואס וועלן קיינעם נישט וויי טון, תגובות וואס וועלן זיך באציען מיט א רעספעקט צו יעדעם, תגובות וואס איך וועל זיך מיט זיי נישט שעמען אויב מ'זאל זיך אמאל דערוויסן ווער ס'פארשלייערט זיך אונטערן ניק 'קאלטע ביר'.

ומכאן הקריאה יוצאת צו מיינע טייערע קרעטשמע מיטגלידער, נעמט אנטייל אין מיין מיסיע צו מאכן די קרעטשמע א בעסערע ארט.

ידידכם המכונה 'קאלטע ביר'.

נ. ב. סיי וועלעכע תגובות בנוגע מיין אלטע ניק וועלן איגנארירט ווערן, ביטע נישט פארדרייען די נושא. א דאנק. ידידכם הנ"ל.
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

Re: מיין נייע ניק און מיין נייע רעזעלוציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

קאלטע ביר האט געשריבן:און מיט דער נייע ניק קומט א נייע רעזעלוציע, צו שרייבן בלויז תוכנ'דיגע תגובות, תגובות וואס וועלן קיינעם נישט וויי טון, תגובות וואס וועלן זיך באציען מיט א רעספעקט צו יעדעם, תגובות וואס איך וועל זיך מיט זיי נישט שעמען אויב מ'זאל זיך אמאל דערוויסן ווער ס'פארשלייערט זיך אונטערן ניק 'קאלטע ביר'.

;l;p- ;l;p- ;l;p-
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אוועטאר
קאלטע ביר
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:06 pm

Re: מיין נייע ניק און מיין נייע רעזעלוציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלטע ביר »

קיטשי האט געשריבן:

קיטשי, כ'האב הנאה פון דיין חתימה. ס'וואלט געמעגט זיין זעלבסטפארשטענדליך.
לעצט פארראכטן דורך קאלטע ביר אום מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 11:01 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: מיין נייע ניק און מיין נייע רעזעלוציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

קאלטע ביר האט געשריבן:לכבוד מיינע טייערע ידידים.

איך וויל מיט אייך מיט-טיילן אן ענין וואס דריקט מיר שוין לאנג.

ומכאן הקריאה יוצאת צו מיינע טייערע קרעטשמע מיטגלידער, נעמט אנטייל אין מיין מיסיע צו מאכן די קרעטשמע א בעסערע ארט.

ידידכם המכונה 'קאלטע ביר'.

נ. ב. סיי וועלעכע תגובות בנוגע מיין אלטע ניק וועלן איגנארירט ווערן, ביטע נישט פארדרייען די נושא. א דאנק. ידידכם הנ"ל.

ברוך הבא בשם ה' יהא בואכם לברכה והרמת קרן התורה והחסידות!!
אוועטאר
קאלטע ביר
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:06 pm

Re: מיין נייע ניק און מיין נייע רעזעלוציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלטע ביר »

קאנטרי מאוד האט געשריבן:ברוך הבא בשם ה' יהא בואכם לברכה והרמת קרן התורה והחסידות!!

א דאנק פאר אייער שיינע אויפנאמע.
אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

Re: מיין נייע ניק און מיין נייע רעזעלוציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק ניק »

קאלטע ביר האט געשריבן:מיין נייע ניק און מיין נייע רעזעלוציע.

אויף די נאכאנאנדע פארלאנג פון עטליכע חברים טו איך זיך היינט צוריק-קערן מיט א נייע ניק, [א ניק וואס איך האב גע'ירש'נט פון א חבר מיינער, און די פעסווארד איז היינט אריבער צו מיין רשות (יענער האט נאך 15 תגובות מחליט געווען אז ער דארף א בעסערע נאמען).] און מיט דער נייע ניק קומט א נייע רעזעלוציע, צו שרייבן בלויז תוכנ'דיגע תגובות, תגובות וואס וועלן קיינעם נישט וויי טון, תגובות וואס וועלן זיך באציען מיט א רעספעקט צו יעדעם, תגובות וואס איך וועל זיך מיט זיי נישט שעמען אויב מ'זאל זיך אמאל דערוויסן ווער ס'פארשלייערט זיך אונטערן ניק 'קאלטע ביר'.

ומכאן הקריאה יוצאת צו מיינע טייערע קרעטשמע מיטגלידער, נעמט אנטייל אין מיין מיסיע צו מאכן די קרעטשמע א בעסערע ארט.

ידידכם המכונה 'קאלטע ביר'.

נ. ב. סיי וועלעכע תגובות בנוגע מיין אלטע ניק וועלן איגנארירט ווערן, ביטע נישט פארדרייען די נושא. א דאנק. ידידכם הנ"ל.

אשריך! כמותך ירבו!

אגב, האסט א פיינעם פעדער.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: מיין נייע ניק און מיין נייע רעזעלוציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

קאלטע ביר האט געשריבן:לכבוד מיינע טייערע ידידים.

איך וויל מיט אייך מיט-טיילן אן ענין וואס דריקט מיר שוין לאנג.

א גרויסע טייל פון די עולם וואס דרייט זיך דא קענען מיר גאר גוט, אפשר נישט ביים נאמען אבער יא ביים ניק, איך פלעג זיין א אפטע גאסט דא אין קרעטשמע וואו איך האב פארברענגט טעגליך אין די פארשידינע קארידארן פון די קרעטשמע, איך האב גאר שטארק געגליכן די מצב דא, איך האב א גרויס הנאה פון זאכליכע שמועסן און אמאל אפילו פון א פארברענגען אשכול, אבער מער פון אלעם האב איך הנאה פון פאליטישע שמועסן, איך בין זייער קלאר מיט מיינע מיינונגען, און איך האב ליב צו הערן די צווייטע צד פון די מטבע.

אט דער תכונה פון זיין קלאר מיט די אייגענע מיינונגען און ליב האבן צו הערן די צווייטע צד פון די מטבע, פלעגט אמאל זיין רעספעקטירט דא אין קרעטשמע, די עולם האט צו דעם פארשטאנען און הנאה געהאט דערפון, און דעריבער האב איך דא קונה שביתה געווען, אין האב זיך געזעצט מיט מיין קיבארד און געזעצט תגובות, איך האב הנאה געהאט און די עולם האט הנאה געהאט.

די צייטן האבן זיך אבער געביטן, די קרעטשמע האט צובאקומען נייע ניק'ס ניט נייע אגענדע'ס, זיי האבן נישט געזוכט צו שמועסן נאר צו טראולן, זיי האבן נישט געזוכט צו איבערווייזן נאר צו שרייען, מיט די צייט בין איך נשפע געווארן פון די נייע רוח, איך האב אויך אנגעהויבן שרייבן שארף, איך האב זיך אליין נישט געכאפט ווי מיאוס טייל פון מיינע תגובות זענען געווען, ביז א געטרייע חבר האט מיר גע'מוסר'ט דערויף אין אישי. און דאן איז געקומען די באשלוס, איך פארלאז די קרעטשמע. פארשטייט זיך אז ס'איז נישט געגאנגען אזוי גרינג ווי ס'שרייבט זיך, און עד היום דריי איך זיך נאך דא למחצה לשליש ולרביע. אבער ס'איז בכלל נישט אויפן אמאליגן פארנעם.

מיין נייע ניק און מיין נייע רעזעלוציע.

אויף די נאכאנאנדע פארלאנג פון עטליכע חברים טו איך זיך היינט צוריק-קערן מיט א נייע ניק, [א ניק וואס איך האב גע'ירש'נט פון א חבר מיינער, און די פעסווארד איז היינט אריבער צו מיין רשות (יענער האט נאך 15 תגובות מחליט געווען אז ער דארף א בעסערע נאמען).] און מיט דער נייע ניק קומט א נייע רעזעלוציע, צו שרייבן בלויז תוכנ'דיגע תגובות, תגובות וואס וועלן קיינעם נישט וויי טון, תגובות וואס וועלן זיך באציען מיט א רעספעקט צו יעדעם, תגובות וואס איך וועל זיך מיט זיי נישט שעמען אויב מ'זאל זיך אמאל דערוויסן ווער ס'פארשלייערט זיך אונטערן ניק 'קאלטע ביר'.

ומכאן הקריאה יוצאת צו מיינע טייערע קרעטשמע מיטגלידער, נעמט אנטייל אין מיין מיסיע צו מאכן די קרעטשמע א בעסערע ארט.

ידידכם המכונה 'קאלטע ביר'.

נ. ב. סיי וועלעכע תגובות בנוגע מיין אלטע ניק וועלן איגנארירט ווערן, ביטע נישט פארדרייען די נושא. א דאנק. ידידכם הנ"ל.

ריכטיגע דיבורים

סוי אייער אלטע ניק איז פארמאכט? א שאד..
(--ווערטערלאז--)
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

Re: מיין נייע ניק און מיין נייע רעזעלוציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

תתחדש, כל הכבוד
אוועטאר
קאלטע ביר
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:06 pm

Re: מיין נייע ניק און מיין נייע רעזעלוציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלטע ביר »

שאהן הענניטי האט געשריבן:תתחדש, כל הכבוד

שיין צו הערן, ספעציעל ווען ס'קומט פון אייך.
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

Re: מיין נייע ניק און מיין נייע רעזעלוציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

קאלטע ביר האט געשריבן:
קיטשי האט געשריבן:
קאלטע ביר האט געשריבן:און מיט דער נייע ניק קומט א נייע רעזעלוציע, צו שרייבן בלויז תוכנ'דיגע תגובות, תגובות וואס וועלן קיינעם נישט וויי טון, תגובות וואס וועלן זיך באציען מיט א רעספעקט צו יעדעם, תגובות וואס איך וועל זיך מיט זיי נישט שעמען אויב מ'זאל זיך אמאל דערוויסן ווער ס'פארשלייערט זיך אונטערן ניק 'קאלטע ביר'.

ומכאן הקריאה יוצאת צו מיינע טייערע קרעטשמע מיטגלידער, נעמט אנטייל אין מיין מיסיע צו מאכן די קרעטשמע א בעסערע ארט.

;l;p- ;l;p- ;l;p-

קיטשי, כ'האב הנאה פון דיין חתימה. ס'וואלט געמעגט זיין זעלבסטפארשטענדליך.

ליידער פארשטייט עס נישט יעדער, הלוואי מען דארף עס נישט שרייבן.
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: מיין נייע ניק און מיין נייע רעזעלוציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

וועלקאם בעק!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: מיין נייע ניק און מיין נייע רעזעלוציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

גוט געזאגט!!
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: מיין נייע ניק און מיין נייע רעזעלוציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

קורץ אין שארף. צום פינטעל. תתחדש!

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]

און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
אוועטאר
קאלטע ביר
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:06 pm

Re: מיין נייע ניק און מיין נייע רעזעלוציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלטע ביר »

באקסער בוים האט געשריבן:וועלקאם בעק!

חבקוק האט געשריבן: ;l;p- ;l;p- ;l;p-

גוט געזאגט!!

קהילת יקנה''ז האט געשריבן:קורץ אין שארף. צום פינטעל. תתחדש!

אזא אויפנאמע דערווארימט דאס הארץ.

יישר כח.
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: מיין נייע ניק און מיין נייע רעזעלוציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

אזוי גערעכט און וויכטיג.
די צאנזע רב האט געזאגט אז אמאל האט ער געמיינט אז ער וועט פארעכטען די וועלט, ולא עלתה בידו, וכך הוה מיט זיין שטאט, מיט זיין משפחה וכדו', ביז ער האט געזען אז קוים וואס ער קען פארעכטן ער אליין (זה תוכן דבריו ומי יבוא בסוד קדושים).
טענות אויף יעדעם קען מען האבן, אבער אויב מען וויל פארעכטען טוט מען ווי אונזער קאלטע ביר, קודם זיך אליין, וטופח ע"מ להטפיח אי"ה.
קאלטע ביר איז ווי קאלטע וואסער כמים קרים על נפש אייפה.

(נ.ב. איך בין טאקע נאך ניי דא, אבער שוין לאנג א גאסט דא (עיין כאן viewtopic.php?f=1&t=3&start=4150#p2376171) און אסאך מיטגעהאלטן אלס דרויסענדיגער ווי שאלעכטץ פון א באנאנא...)
אוועטאר
קאלטע ביר
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:06 pm

Re: מיין נייע ניק און מיין נייע רעזעלוציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלטע ביר »

באנאנא האט געשריבן:אזוי גערעכט און וויכטיג.
די צאנזע רב האט געזאגט אז אמאל האט ער געמיינט אז ער וועט פארעכטען די וועלט, ולא עלתה בידו, וכך הוה מיט זיין שטאט, מיט זיין משפחה וכדו', ביז ער האט געזען אז קוים וואס ער קען פארעכטן ער אליין (זה תוכן דבריו ומי יבוא בסוד קדושים).

קודם שכוח פאר די אויפנאמע.

מענין לענין אז איר דערמאנט דעם ווארט פונם צאנז'ער רב, איז אינטערסאנט אז איך האב שוין כמה פעמים מיטגעהאלטן ווי איינער זאגט פאר א צווייטן, בעסער האב דיך אליין אינזין, די צאנז'ער רב האט געזאגט וכו', אן אפילו רויט ווערן...
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: מיין נייע ניק און מיין נייע רעזעלוציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

קאלטע ביר האט געשריבן:
באנאנא האט געשריבן:אזוי גערעכט און וויכטיג.
די צאנזע רב האט געזאגט אז אמאל האט ער געמיינט אז ער וועט פארעכטען די וועלט, ולא עלתה בידו, וכך הוה מיט זיין שטאט, מיט זיין משפחה וכדו', ביז ער האט געזען אז קוים וואס ער קען פארעכטן ער אליין (זה תוכן דבריו ומי יבוא בסוד קדושים).

קודם שכוח פאר די אויפנאמע.

מענין לענין אז איר דערמאנט דעם ווארט פונם צאנז'ער רב, איז אינטערסאנט אז איך האב שוין כמה פעמים מיטגעהאלטן ווי איינער זאגט פאר א צווייטן, בעסער האב דיך אליין אינזין, די צאנז'ער רב האט געזאגט וכו', אן אפילו רויט ווערן...

;l;p-

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]

און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: מיין נייע ניק און מיין נייע רעזעלוציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי געבוירענער »

קאלטע ביר האט געשריבן:.

שלום עליכם ענד וועלקאום בעק!!!!

יהא בואכם לברכה ולהרמת קרן העולם (אייוועלט)
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!

מצילי אש ד׳ראקלענד
24hr emergency line
845-426-9111
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: מיין נייע ניק און מיין נייע רעזעלוציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

איך ווייס נישט ווער איר זענט און אייער אלטע ניק, אויב גייט איר זיין אזוי גוט ווי אן עכטע גלעזל קאלטע ביר, דאן יהא בואכם לברכה!
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: מיין נייע ניק און מיין נייע רעזעלוציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

שלום עליכם! אויב וועט איר זיין נאר העלפט אזוי גוט ווי מיט אייער אלטע ניק דאן שטייען מיר גאר גוט...
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: מיין נייע ניק און מיין נייע רעזעלוציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

שלום עליכם

גראדע איז מיר די קרעטשמע לעצטנס גאנץ קיל און געשמאק

מיר זעט עס אויס היבש קילער פון 4 יאר צוריק

היבש מער דרך ארץ פון איין צד צום אנדערן
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
קאלטע ביר
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:06 pm

Re: מיין נייע ניק און מיין נייע רעזעלוציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלטע ביר »

א אמת'ע פארגעניגן געווען היינט.
viewtopic.php?f=6&t=43843&start=125#p2385039
לעקישבער
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 6:29 am

Re: מיין נייע ניק און מיין נייע רעזעלוציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקישבער »

קאלטע ביר האט געשריבן:א אמת'ע פארגעניגן געווען היינט.
http://www.ivelt.com/forum/viewt ... 5#p2385039

יעצט געליינט דארט, כהאב זיך מחי' געווען פון דיין קלארקייט און דיין זהירות, האלט אן מיט א פעסטקייט!
אוועטאר
קאלטע ביר
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:06 pm

Re: מיין נייע ניק און מיין נייע רעזעלוציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלטע ביר »

לעקישבער האט געשריבן:
קאלטע ביר האט געשריבן:א אמת'ע פארגעניגן געווען היינט.
http://www.ivelt.com/forum/viewt ... 5#p2385039

יעצט געליינט דארט, כהאב זיך מחי' געווען פון דיין קלארקייט און דיין זהירות, האלט אן מיט א פעסטקייט!

יישר כח.
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: מיין נייע ניק און מיין נייע רעזעלוציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

דאס פילטער לאזט מיר אריינגיין דארט ווי א שטרענגע שומר הפתח.
אפשר קען מען עס אהערברענגען?
ס'שמעקט מיר ס'איז א גוטס
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”