הרהורים ביים שפיגלען אַן איי

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

הרהורים ביים שפיגלען אַן איי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

היות כ'בין א קאראונע געליטענער / איבערלעבער, פלאן איך אי"ה ארויסצוגעבן א בוך איבער די גרויזאמע און ברוטאלע לאגע(ר) אין וועלכן כ'בין געווען, בתוך שאר קורוני ישראל.

די יונגווארג וואס זענען נישט דארט געווען, וועלן עס קיינמאל נישט קענען באגרייפן... אבער זאלן זיי כאטש וויסן עפעס וואס דארט האט זיך אפגעשפילט.

יעצט איז בעיסיקלי נאר געבליבן, ביי מיר און ביי אסאך אנדערע, דאס איינע נאך-וויי און סימפטאם: דער טעם פון אייער איז עפעס מורא'דיג נישט געשמאק.

--

פאר א סיבה וואס איז מיר אומבאקאנט עד עצם היום הזה, האט זיך די 'איי' קונה שביתה געווען אלס ראש וראשון לכל דבר שבפרישטאג. ביי מיר און ביי אסאך אנדערע שטוב באשעפענישן.

שטיי איך מיר אזוי ביים הייסן פאַן און כ'פרעגל א שפיגל-איי. אוי זכורני ימים מקדם, ווען די עבודת הכנת השפיגל איז געווען אנגעפילט מיט געגועים צום בעפארשטייענדן געשמאקן פרישטאג וואס ס'ערווארטעט מיר אויב דאס שפיגעלע צוברעכט זיך נישט פריצייטיג. אבער יעצט... אוי נא לנו... יעצט פילט מען דערין א טעם ווי אין די אש פון ערב תשעה באב. דאך איז מען זיך מחזק, און כדי שלא לשנות ממנהג אבותינו, מאכט מען דאס שפיגעלע על צד היותר טוב ומועיל, בדחילו ורחימו, ממש לשם שמים, שלא להנאת הגוף כלל חס ושלום.

פאלגנד זענען מיינע הרהורים און שרעפים וואס זענען דורכגעלאפן מיינע געדאנקען בעת'ן שטיין ביים פייער.

--

איין פארטאגס, בעת קרות הגבר, זיצט זיך די פארצווייגטע משפחת התרנגולים מיט אראפגעלאזטע נעזער. טאקע דארט אינעם דושעניש, צווישן זייערע קרקורים, זענען זיי מטכס עצה: "ווילאנג נאך וועט דאס מענטשהייט פארוואנדלען אונזערע ליבע עופה'לעך אין שפייזלעך אדער שפיגלעך, הארטע אדער לויזע?"

"בכלל", זעצט פאר דער ראש המדברים, "האבן אונז אן אלטן חשבון מיט די מענטשן. ווייסט עטץ אויף-ווי-ווייט מיר זענען ביי זיי ללעג ולקלס?" און ער רעכנט אויס:

א צופראסקעטער פארשוין ווערט אנגערופן א כפרה הינדל.

ווען מ'מאכט חוזק פון א יונגערן, רופט מען אים מיט שפאט א ספרינג טשיקען.

א טויגעניכטס הייסט ביי זיי א געשלאגענער.

יעדן גולם-קלאץ גלייכן זיי צו צום האן אין בני אדם.

ווען זיי ווילן זיך אפווישן זייערע חטאים, שלאגן זיי מיט אונז כפרות.

זיי האלטן אין-איין טרעטן אויף אונזערע הינער אויגן.

"תכלית הדברים", שרייעט ארויס דער עלטסטער עוף, דער אבי אבות, פון זיין לול של תרנגולים: "ס'ווערט דרינגענד געזוכט אן עצה פאר א קאנטער-אטאקע".

היות די אסיפה איז פארגעקומען דאס יאר, אין חודש ניסן, האט איין דרייסטע פריש-גע'העטש'טע ספרינג-טשיקען, א פארגעשריטנס, קוים ארויס פון די אייער שאלעכץ, זיך אנגערופן אז זי האט א וואזשענעם פארשלאג:

"פון היינט און ווייטער גייען אלע תרנגולות אנהייבן צו פראדוצירן אייער וואס האבן א נישט געשמאקן טעם!"... און דא סוד'לט זי זיך מיט זיי וויאזוי עס צו באווייזן.

"וואאאאאס??" רופן זיך אלע הינער אן מיט ברייט צעעפנטע אויגן. "מיר האבן דאס נאך קיינמאל נישט געטון ביז היינט!"

דאס פיצל טשיקען פלאטערט מיט די פליגלען און ערקלערט:

"דער פלאן וועט ברענגען א צווייפאכיגער פארדינסט: ערשטנס וועלן די מענטשעלעך זיך אפלאזן פון אונז. צווייטנס, ווען די קאראונע-איבערלעבער וועלן צוריקבאקומען זייער חוש הטעם והריח, וועלן זיי יארן נאכדעם זיין איבערצייגט אז 'ביים עסן אייער איז דער טעם נאכנישט געהעריג צוריקגעקומען'... אזוי וועלן זיי זיך אפפלאגן מיטן געדאנק אז די קאראונע האט ערנסטע נאכווייען!"

אומר ועושה. די מיסיע איז ארויס אין גאנג, און דערווייל האלטן זיי זיך ביי די פליגלען זעענדיג ווי מיר רעדן זיך אפ אויפן נאך-טעם פון די אייער. אגב, טייל עופות האבן אויסגעברייטערט די אפעראציע אויך אויפן בשר העוף זעלבסט, אז ס'זאל אויך האבן יענס טעם.

ברוך הנותן לשכוי בינה!

--

טשיקעלע, האסט צייטווייליג געווינען. אבער נישט א פולקאמער זיג. מיר גייען זיך נישט שיידן פונעם 'איי' אזוי שנעל. מיר גייען זיך באנוצן מיט דיר פאר כל-ערליי צוועקן:

מיר האבט אינסטאלירט אן 'איי' נאכקוקן רוימער און רויבער.

מ'האט אויפגענומען א 'פרייוועט איי' צו העלפן כאפן פארברעכער.

ביים לערנען גמרא רינט שמאלץ פונעם "איי וועסטו פרעגן...".

אין ענגליש באנוצן מיר דאס ווארט "איי" מער פון יעדע אנדערע ווארט.

אונז זענען צוגעשמידט צום "איי"וועלט לייק נעווער ביפאר.

און מ'פירט זיך צו עסן אייער.
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: הרהורים ביים שפיגלען אַן איי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

חוח בלייבט חוח... וואס זאל מען טון? ביסט גוט!!!
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: הרהורים ביים שפיגלען אַן איי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

איי איי איי......
חוחי, ס'איז אנבעליוועבל ווי דו לויפסט נישט אויס פון גוטע "איי"דיעס......
קיפ 'עם קאמינג, איך בין מיך מחיה!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

Re: הרהורים ביים שפיגלען אַן איי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

א פחדן - ער טשיקענט עפעס אזוי
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4702
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
פארבינד זיך:

Re: הרהורים ביים שפיגלען אַן איי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

:smile:
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: הרהורים ביים שפיגלען אַן איי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

:grin: :grin: :grin: :lol: :lol: :lol: :smile: :smile: :smile:

איי איי איי ווי איך קאטשקע זיך ווי א טשיקן... האסט אויפגעלעבט דאס 'איי'וועלט...

חוחי ווי חוחי, שרייבט כריח ניחוחי, מיטן נשמה שבמוחי, וואס מאכט מיר לאכן בכל כוחי...

עולם הביצים..
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14568
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: הרהורים ביים שפיגלען אַן איי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

:lol: :lol: :lol: :lol:

גוטע ארטיקל.

===

זיי האבן געמאכט א שותפות מיט "רמב"ם טיי" (און האלטן אינמיטן פארהאנדלונגען מיט "ראב"ד קאווע") אז ווער עס טרינקט דאס זאל יא קענען (עכ"פ זיך איינרעדן אז זיי) שפירן די ריכטיגע טעם..
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24602
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: הרהורים ביים שפיגלען אַן איי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

שיין שיין הרב חוח, כ'מיין אז דער ארטיקל איז א עכטע שושנים בין החוחים, צווישן אסאך אשכולות... שוין

בקיצור געוואלדיג זיס אין געשמאק איי איי געוואלדיג..

בד''וו, מיר ווארטן טאקע צו הערן בתור א איבערלעבער פין די ווירוס, נישט נאר יונגער חברה דארפן דאס וויסן נאר אויך עלטערע....
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: הרהורים ביים שפיגלען אַן איי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

נישט אין קרעטשמע געהערט אזא ארטיקל?
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: הרהורים ביים שפיגלען אַן איי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

הייסטעס אז דער שוועמל האט זיך אריינגעזעצט אין די הינער אויך! א באנדיט דער פראפעסער!
--
צוקער זיס! כמעיין המתגבר!

געשמייכלט און הנאה געהאט! א דאנק!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: הרהורים ביים שפיגלען אַן איי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
עפעס ספעציעל געקנייטש איז ער...
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: הרהורים ביים שפיגלען אַן איי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

:lol: :lol: :lol:

;l;p- ;l;p- ;l;p-


--- בלי עין הרע!
אוועטאר
פייטל שעפסילקאוו
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 3:19 pm
לאקאציע: ביים פערד סוחר

Re: הרהורים ביים שפיגלען אַן איי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטל שעפסילקאוו »

גוט אווי "איי"ביג!
זונדל'ס א ברודער
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: הרהורים ביים שפיגלען אַן איי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

:lol: :lol: :lol:
;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: הרהורים ביים שפיגלען אַן איי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

ואשמע אחרי קול רעש גדול פון געלעכטער און שמייכלעך. כ'דריי זיך אויס און צו מיין שאק זע איך ווי מ'לאכט מיר אויס: דאס טראכסטו ביים צוגרייטן פרישטאג??

כ'שטיי און כ'וואונדער זיך וויאזוי יעדער ווייסט דא וואס כ'האב אלץ צאמגעטראכט!! וויאזוי האט עס ארויסגעליעקט? ביז כ'כאפ זיך אז כ'האב זיך האלב בשוגג האלב באונס ארויפגעסיינט אויף גוגל-ברעין-רידער, פאר פראבע, אזוי ווערן אלע מיינע מחשבות אפגעטייפט און אפגעשיקט צום ריכטיגן פלאטפארמע...

אוי וויי דאס ווערט יעצט אויך אפגעטייפט.... ס'צרות!
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4147
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: הרהורים ביים שפיגלען אַן איי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
הצלחה
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14568
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: הרהורים ביים שפיגלען אַן איי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

חוח בין השושנים האט געשריבן:ואשמע אחרי קול רעש גדול פון געלעכטער און שמייכלעך. כ'דריי זיך אויס און צו מיין שאק זע איך ווי מ'לאכט מיר אויס: דאס טראכסטו ביים צוגרייטן פרישטאג??

כ'שטיי און כ'וואונדער זיך וויאזוי יעדער ווייסט דא וואס כ'האב אלץ צאמגעטראכט!! וויאזוי האט עס ארויסגעליעקט? ביז כ'כאפ זיך אז כ'האב זיך האלב בשוגג האלב באונס ארויפגעסיינט אויף גוגל-ברעין-רידער, פאר פראבע, אזוי ווערן אלע מיינע מחשבות אפגעטייפט און אפגעשיקט צום ריכטיגן פלאטפארמע...

אוי וויי דאס ווערט יעצט אויך אפגעטייפט.... ס'צרות!

זום אריין אין דיין אוועטאר. נעם אפאר שטעכעס און וועק דיר אויף פון דיין דרימל.
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: הרהורים ביים שפיגלען אַן איי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

חוח, חאחאחאחא!!

ווי א ריכטיגע חוח ארטיקל, לאכעדיג און תוכן'דיג!
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17148
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: הרהורים ביים שפיגלען אַן איי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

איי ווי שטארק! איי ווי מעכטיג!

זה שאמר הכתוב הנותן לשכוי בינה, ער לייגט אריין קלוגשאפט אינעם הינדל....

האסט נאר פארגעסן אז א נישט געלונגענע ראה"ק קאמפיין באקומט דעם נאמען כפר"ה...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: הרהורים ביים שפיגלען אַן איי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

ביסט גוט!
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: הרהורים ביים שפיגלען אַן איי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

אוראייניקל האט געשריבן:איי ווי שטארק! איי ווי מעכטיג!

[size=150]האסט נאר פארגעסן אז א נישט געלונגענע ראה"ק קאמפיין באקומט דעם נאמען כפר"ה...[/size]

:lol: :lol: :lol:
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: הרהורים ביים שפיגלען אַן איי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

חוח!
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: הרהורים ביים שפיגלען אַן איי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

איי איי איי איז דאס גוט! אייער שרייבעכטץ איז מורא'דיג, איך ליין אהין און אהער און כ'האב מעך צוקאטשקעט פאר געלעכטער!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: הרהורים ביים שפיגלען אַן איי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

איי'זן גוט!!!!!
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: הרהורים ביים שפיגלען אַן איי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

א ר'איי'ען
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”