ר' מענדיל ווערדיגער - תמיד בכל יום

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

ר' מענדיל ווערדיגער - תמיד בכל יום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

אויסהערנדיג די אינטערוויו פון שלומי טויסיג אויף די נחום סיגעל שאו, הער איך ווי ר' מענדל ווערדיגער פון אדרת רופט אריין געבן אן אפדעיט אויף די הצלחה פון שלומי'ס אלבום, אבער עפעס אנדערש האט געכאפט מיין אויער:
גרשי מאשקאוויטש מעלדט דארט אז TeeM Productions ארבעט צוזאמען מיט מענדי ווערדיגער אויף א נייע אלבום 'חברים 5'. מער ווי דעם ווייס איך נישט (עס קען זיין עס איז שוין דא אן אשכול וועגן אים).
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יא יא, טענקס פאר די אינפאו..

איך האב א זאך וואס שטערט מיך שוין לאנג, דער מענדי ווערדיגער, זינג היבש חסידיש, ער האט ארויסגעגעבן אפאר טעיפס די לעצטע שטיק צייט, אינקלודינג זיין 'בהדרת קודש', א הערליכע חסידישע טעיפ, אבער זיינע טעיפס גייען נישט, ס'קוקט אויס ווי פאר די מאדערענע וועלט איז ער נישט אינטערעסאנט, און די חסידישע וועלט, הערט די נאמען, קויפט מען עס נישט..

לאמער האפן, אז מיטן זיך פאראייניגן מיט 'טיעם פראדאקשען', וועט זיין מזל אויפבליען, און אויפשיינען..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jewish_audio »

יא יא ביסט גערעכט כ;האב שוין לאנג געהערט אז ער איז יעצט זייער ביזי מיט זיין נייעם טעיפ און אז ער טיעם פאדעראקשענס פארלייגט שווערע כוחות אז ס'זאל זיין א דבר נאה ומסוכן... כ'מיין מתוקן...
אבער ס'קומט זיך דיר א שכויח פארן פאוסטן די נאמען דערפון איך האלט זייער פון די נאמען אבער ס'האט נישט קיין הענט אין קיין פיס...... מאנעפשעך איז עס א טשעין דאן הייב אן ביי חבירים1 ..... איז עס נישט?.... דאן פארוואס חבירים 5 אין נישט חבירים 7 ?......(האט ער דען נאר 5 חאווייירעם ? נאאא דאונט בעליעוו סאו....)

אבער ווער בין איך צו דזשאדזשען לכאורה האט ער עפעס א פוינט... נאר איך בין נאך צו יונג צו פארשטיין.... אדער וועל איך מוזן ווארטן ביז ער קומט ארויס מיט א קונטרס הסברה WHO KNOWS.....
ברייטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברייטליך »

מר. דשואיש אדיא, איר רעדט דאך בלויז נישט צום זאך, ר' מנדל האט שוין א חברים נו. 1 און א 2

כקהאב נאר נישט געוויסט אז ער האט נו. 3 & 4

האט ער טאקע 4 חברים טעיפס? (בימיו איז נאך געוועהן טעיפס)
אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jewish_audio »

אויטש.... ר' מענדל זייט מיר מוחל כ'האב גארנישט געמיינט... כ'האב פלעין נישט געוואוסט.... קוקט אויס מ'זאגט מיר נישט אלעס מסארררי

ברייטליך שכויח פארן אויפמערקזאם מאכן
ברייטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברייטליך »

נ'וודאי
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אויפ'ן זעלבן אינטערוויו איז דערמאנט געווארן נאך אן אלבום פון ר' מענדל, וואס ווערט אויך פראדוצירט דורך טיעם. עמיצער ווייסט מער אינפארמאציע דערוועגן?
An article a day keeps the babies away
ברייטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברייטליך »

יאפ יאפ, ער מאכט א מודזיצער CD מיט ר' בן-ציון שענקער
ברייטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברייטליך »

ס'טאקע נאר דא 3 חברים CD'S ווייס איך טאקע נישט פארוואס דאס הייסט חברים 5
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ברייטליך האט געשריבן:יאפ יאפ, ער מאכט א מודזיצער CD מיט ר' בן-ציון שענקער


דו געסט א זאג א סטעיטמענט און וואקסט דיר אוועק... קום נאר אהער א מינוט ביטע.

וואס זאגסטו? ער גייט מאכן א סידי מיט ר בנציון שענקער? וואס, ווען, וואו? לאמיך הערן מער דיטעילס.

ר' בנציון איז מיין פעיווארייט זינגער. כ'גיי אים זייער אפט הערן ביי די יארצייט מסיבות אינעם מאדזיצער שטיבל אין פלעטבוש, און אז נישט הער איך אים אינדערהיים.

ר' מענדל ווערדיגער איז שוין געציילטע מאל געקומען צו די יארצייט מסיבות.

אצינד פריידט מיך צו הערן אז זיי גייען צוזאמען ארויסגעבן א סידי, אבער איך וויל הערן מער פרטים. וועט ר' בנציון אליינס זינגען דערויף, אדער וועט נאר ר' מענדל זינגען זיינע ניגונים? איז דאס מאדזיצער ניגונים אדער ר' בנציון'ס אייגענע ניגונים (וואס ער האט - אגב - אן אייגענעם אוצר)? ווען קומט דאס ארויס? קען איך אויך זינגען דערויף? (אקעי נישט אזוי ווייט).

זיי מוחל און ענטפער מיר ברייטליך, נישט קארג.
An article a day keeps the babies away
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

דער צווייטע סי די וועט זיין א חסיד'ישע קומזיץ סטייל. ער וועט זינגען ר' בן ציון שענקער'ס ניגונים (איך מיין אז ר' בן ציון אליינס וועט אויך מיטזינגען) די מוזיק אויף ביידע סי די'ס ווערט אראנזשירט דורך יהושע פריד (ער האט געמאכט די מוזיק אויף 'בית נאמן בישראל').
ביידע אלבום'ס ווערן פראדוסט דורך TeeM Productions.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

כ'האב יעצט איבערגעהערט דעם אינטערוויו, און זיי זאגן בלויז אז ס'וועט זיין א קומזיץ סידי; זיי רעדן נישט קיין ווארט פון ר' בנציון שענקער. אבער איך וועל נעמען דיין ווארט דערפאר, ובפרט אז איך הער די זעלבע זאך פון צוויי קוועלער.

איך קען קוים ווארטן!
An article a day keeps the babies away
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

עס באלאנגט נישט אין דעם אשכול, אבער דא האט איר אן אינטערוויו מיט ר' מענדל ווערדיגער איבער די נייע אלבום 'עוד יוסף חי 2'
קליקט דא
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
ברייטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברייטליך »

סארי מאשקע פארן נישט ענטפערן גלייך און א יישר כח יא יא פארן קומען צו די רעסקיא!!!!!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

יישר כח ברייטליך פאר'ן וועלן העלפן. כ'בין נאך אלץ הונגעריג פאר נאך און נאך אינפארמאציע.
An article a day keeps the babies away
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

מאשקע, ביסט הונגעריג פאר נאך אינפארמאציע, אויפן אלבום חברים האבעך געהערט עפעס.
ער וועט האבען א ניגון פון אברהם יצחק בריסק, זייער א ווארעמע ניגון, א שטאטע וואלץ, אויף די ווערטער נכספה וגם כלתה נפשי וכו'.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

יישר כח עניוועי, אבער כ'האב געזוכט נאך אינפארמאציע אויפ'ן קומזיץ סידי.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אגב, ווער איז אברהם יצחק בריסק?
An article a day keeps the babies away
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

מאשקע האט געשריבן:אגב, ווער איז אברהם יצחק בריסק?


ער איז ראש המשוררים בחצר צאנז - קלויזענבורג, ער פירט אהן די קאפעליע, און ער קאמפויזט אויך ניגונים.
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

אגב, מ'קען הערן א אינטערוויא מיט עם אויף קול מבשר 33#
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

יישר כח!
An article a day keeps the babies away
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

ביי א קומזיץ ביי יוסי גרין'ס הויז ווי מיין ידיד נאמן שרולי וורדיגר איז געזיצן לעבן מיר האט מען געזינגען 1 ניגון וואס גייט זיין אויף די נייע סידי אין זאג שוין אז עס איז א הערליכע ניגון...
קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2009 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעש פאר קלאנקערס »

דיברתי עם הרב החסיד ר' בנציון שליט"א און ער זאגט אז ס'געפעלט אים נישט אזוי די מוזיק פון פריד ער האט מיר אויך געזאגט נאך עפעס וואס איך קווענקל אויב איך זאל עס שרייבן דא ברבים.
איך זאג עשה!
קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2009 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעש פאר קלאנקערס »

כ'האב אויך פארשטאנען פון אים אז די גאנצע זאך איז נישט געווען אזוי לרוחו.. ס'איז משמע ער האט בלויז געוואלט טון א טובה פאר ר' מענדל.
איך זאג עשה!
קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2009 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעש פאר קלאנקערס »

כ'הער יעצט גאר אז ר' בנציון האט "סעקענד טאויטס" אויף די גאנצע פראיעקט און ער וויל נישט ס'זאל ארויס קומען בכלל. העמיר אים דארפן פרעגן דערוועגן.
איך זאג עשה!
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”