לאמיר אייך פרעגן אן אינטערעסאנטע שאלה:
אויב איך האב געוואוינט אין א דירה פאר רענט, וואס איז אגב געווען גאר ביליג רענט, דער באשעפער האט געהאלפן און צו מזל און ברכה צי איך מיר אריבער צו אן אייגענע הויז. מיין שאלה איז אויב מעג איך האלטן די דירה פאר מיר און עס פארדינגען ווייטער פאר טייערער רענט און אזוי מאכן אפאר דאלער אין די זייט. מיט מיין פריעדיגע לענדלאר האב איך זיך גארנישט אויסגענומען דערוועגן, ווי אויך וואוינט ער אין א צווייטע שטאט און וועט נישט אזוי שנעל כאפן וואס עס טוט זיך, און עס קען זיין אז ער וועט מסכים זיין אין דע פורסט פלעיס. מאידך גיסא קען זיין אז איך האב נישט קיין רעכט דאס צו טון, ממילא וויל איך הערן דעם דעת הקהל איבער דער ענין.
פארדינגען יענעמ'ס דירה
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן
- אינטעליגענט
- שר חמש מאות
- תגובות: 877
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm
.
צוערשט "מזל טוב" צו דיין נייעם דירה. נוץ עס געזונטערהייט, און ס'זאל ווערן שנעל איבערגעפולט מיט געזונטע ערליכע אידישע קינדער.
שנית
פארוואס פרעגסטו דעת הקהל?
דאס איז דאך אן אפענער דין אין שו"ע.
ליבערשט פרעג א דיין [חושן משפט].
[וויפיל עס ליגט מיר איצט אין קאפ, איז די הלכה בערך אזוי: אויב די משפחה וואס דו נעמסט אריין, איז נישט גרעסער ווי דיינע, און נישט קיין באוואוסטע מזיקים, און דו נעמסט זיך אויס מיט זיי צו פארלאזן דעם דירה גלייך ביים ענדע פון דיין טערמין, דאן אז דא אופנים להיתר. אבער איינמאל עס קען ברענגען א שאדן פארן לענדלארד - צב"ש ווען די משפחה איז א גרעסערע, אדער מיט קלענערע קינדער וכדומה - דאן חוץ וואס דו קומסט אים די ערזאץ פארן שאדן, קומט נאך אויף א דין פון "אין אדם עושה סחורה בפרתו של חבירו". ד.ה. וויבאלד דיין לענדלארד קען דאך מאכן מער, נאר די גאנצע סיבה פארוואס ער מאכט נישט איז נאר וועגן דעם ליעס וואס ער האט מיט דיר, מאכסטו געלט אויף זיין חשבון. נאר כל זמן עס ברענגט אים נישט קיין בפועל'דיגער שאדן, איז עס זה נהנה וזה לא חסר, ווייל ער האט עס דאך ממילא פארדינגען פאר דיר. אבער איינמאל ער האט שאדן, קען מען דאך נישט זאגן "וזה לא חסר", אויב אזוי קען ער פון דיר בעטן אויך די ריוח.
דאס איז אלעס וואס שווימט מיר אין זכרון לעת עתה, אבער ווי געזאגט, באלאנגט דאס פאר א דיין].

- חידוש נפלא
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7216
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm
.
צוערשט "מזל טוב" צו דיין נייעם דירה. נוץ עס געזונטערהייט, און ס'זאל ווערן שנעל איבערגעפולט מיט געזונטע ערליכע אידישע קינדער.
און בעלזא פלעגט מען צילייגן נאך א ברכה זאלסט קענען געבן א ווארימע טעלער עסן פאר געסט
מיין לענדלער זאל געזינט זיין
האט זיך אויסגענימען אז איך טאר דאס נישט איבער געבן פאר א צווייטן אדער פארדינגען

פאר עטליכע וואכן צוריק האב איך פארדינגען א טישל ביי מיר אין אפיס פאר א אינגערמאן. היינט צופרי קומט זיך אן א פרעמדער אינגערמאן און באזעצט זיך ביי דעם טישל וואס איך האב פארדינגען, מיט די אויסרייד אז דער טענענט מיינער האט אים געגעבן רשות.
איז יעצט די פראגע, האט דער אינגערמאן רעכט דאס צו טון? מעג ער געבן רשות פאר עניבארי אריינצוקומען צו מיר אין אפיס זיך באזעצן ביי דעם טישל?

בשו"ע מבואר להדיא להיתר כשאין בני ביתו מרובים, ומבוא בשו"ע הרב (סי' יא) הל' שאלה ושכירות וחסימה סעיף ב'
אבער דער אמרי יעקב אין די ביאורים איז מסופק ביי דירות בזמנינו צו די הלכה איז אזוי, ווייל עס איז דא זאכן אין דירות וואס זענען ווי מטלטלים וואס ביי דעם איז די הלכה אין השוכר רשאי להשכיר
אויך ביי די זאכן שפילט א גרויסע ראלע אין הלכה, דינא דמלכותא, בפרט קובע צו זיין דער מנהג המדינה, און אין נ"י סטעיט טאר מען נישט בלי מעלדען, עי' כאן
http://www.housingnyc.com/html/resource ... ide.html#7
ועי' בפתחי חושן הל' שכירות פרק ד' הל' ח' בהערות דבדברים אלו הולכים אחר החוק, דזה קובע מנהג המדינה, עיי"ש

למה זה תשאל לשמי...