נייע בילד פון בעל התניא
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- שטיקל גבאי
- שר חמש מאות
- תגובות: 785
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
- לאקאציע: אין גבאי שטיבל
נייע בילד פון בעל התניא
אויף שטורעם.קאם איז דא א נייע בילד וואס זיי האבן באקומען, און זיי זאגן אז סקען זיין אז דאס איז די ריכטיגע בילד.
- אטעטשמענטס
-
- phpThumb_generated_thumbnailjpg.jpg (23.16 KiB) געזען 5381 מאל
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
- שטיקל גבאי
- שר חמש מאות
- תגובות: 785
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
- לאקאציע: אין גבאי שטיבל
די לינק צו שטורעם
http://www.shturem.net/index.php?section=news&id=36448
http://www.shturem.net/index.php?section=news&id=36448
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
-
- שר מאה
- תגובות: 249
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 3:36 pm
ס'איז מיר שווער צו גלייבען אז דאס איז אן אמת'ן בילד. ס'זעהט אויס מער עפעס א דאקטער. אויף אסאך גדולי הדורות איז דא חילוקי דעות וואס איז זייערע ריכטיגע בילד. אזוי אוין בעשטה"ק אדער דעם הייליגען גר"א זי"ע וכן דעם רמב"ם וואס יש אף דעות אז ס'איז געווען טאקע א גרויסע פראפעסאר בימיו און די היסטאריא האט עס אנגעטון אוין היילגען רמב"ם משום שגם הוא היה רופא ישראל כנודע. מה גם היינט איז אויך נתגלה געווארען א מאדנע בילד פון ר' נחמן ברעסלעבר. בקיצור הדברים תלויים בספק גדול ואף גדול מאד.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
הישועות בו מקיפות
כתר ישועה האט געשריבן:אזוי אוין בעשטה"ק אדער דעם הייליגען גר"א זי"ע
די בילד וואס מאיז מייחס צום בעשט איז כידוע הבע"ש פון מיכלשטאט ר' זעקיל ליב,
ובכלל פון אלע גדולים וואס סזענען דא בילדער, איך רעד נישט פון די ווי למשל ר"ר בונם צו ר' ברוך גארליצער וכדומה וואס זענען ניכר בגדלותם ביים כלל ישראל דייקא און סקען זיין סתם דמיונות, איך רעד פון די וואס זענען גיווען אויסגערופען צווישין די אומה"ע אלס גרויסע קענערס אין חכמת חיצונית, ווי למשל די רמב"ם אדער מהרשא, ר"ר יהונתן, די נודע ביהודא, [אדער להבדיל בין טומאה לטהרה שבתאי צבי שר"י וואס איז גיווען גאר מפורסם אף בין האומות] וואס סאיז שטארק מסתבר אז די גויעשע מעהלערס אדער מטעם די שרים האט מען זיי אפגעמאלען, אזוי ווי סגיווען נהוג ביי זיי צו פאראייביגען א אנדענק פון זייערע חכמים [אריסטו, ניוטען, וכו'], און פארשטייט זיך די מעהלער האט צוגעלייגט פיטשעווקעס כאוות נפשו, ווי למשל ברייטע בערד [ר' יהונתן] לאנגע האר [מהרשא] אדער אנכאפענדיג טאוולען, אדער פארשידענע מלכותדיקער בגדים, און ממילא אפי' סקוקט אויס "גויעש" יכול להיות אז די מעהלערס האבען עס אוועקגישטעלט לויט זייער געשמאק.
ותן לחכם ויחכם עוד
-
- שר מאה
- תגובות: 249
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 3:36 pm
דער ריכטיגער בילד וואס איז מיוחס צום צמח צדק, דאס האט א גוי געמאלן, ער האט באטראכט דעם צמח צדק און איז אהיים געגאנגען מיט פארמאכטע אויגן כדי נישט צו פארגעסן דער ציור, אבער איין זאך האט ער נישט באמערקט און ער האט געמאכט דעם בגד לינקס אויף רעכטס (איך האף אז הירשל ציג וועט נישט מאכן קיין צימעס אז מיר ברענגען דעם בילד דא לינקס אויף רעכטס....) דאס אויבירשטע בילד איז אן איבערגעמאכטע און דאס איז געווען מקובל אלע יאהרן דארט איז עס שוין יא רעכטס אויף לינקס און מיט א לענגערער בארד וכו', דאס בילד איז נישט לאנג צוריק נתגלה געווארן.
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35438
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אין די נייע אוצרות, א אפהאנדלנג איבער די בילד. נאר געזעהן די דעקל.
א רייכע היסטארישע אפהאנדלונג, מעשי ידי ר' יואל ברמ"י הירש נ"י.
בלייבט אז עלובה עיסה שנחתומה מעיד עלי', דער מעלער אליין האט לבסוף ימיו מודה געוועזן שבשקר יסודה.
ווי האט אן אלטער געווייקטער חב"ד'סקער חסיד געזאגט?
"דער פארטרעט פון אלטן רבי'ן זעהט מען אין זיינע ספרים".
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
יהיה כן האט געשריבן:זעהט דא:
http://chabadpedia.co.il/index.php?titl ... 7%A7%D7%9F
דארף מען וויסען.... לויט זיי איז די רעבי משיח.......
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
-
- שר העשר
- תגובות: 30
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2015 12:27 pm
דער בילד פון הרה"ק בעל התניא איז א אמת'ר?
מצו"ב איז א ארטיקל פון יהושע מונדשיין וואס איז מיר לעצטנס דערגאנגען (ס'דא אויך נאך אן ארטיקל - א פריערדיקן - פון שמואל קראוס, אין 'בית משיח נומער 67) וואו ער איז איז כביכול מוכיח אז דער בילד איז אטענטיש. מיר האט ער דערווייל ניט אינגאנצן איינגערעדט.
דער עיקר טענה איז אז דער צייר - וואס לכו"ע איז דער ערשטע געדרוקטע בילד זיינער - האט אליין פארציילט אז דאס איז פאלש. איך זע ניט קיין אינטערעס וואס ער, אדער די וואס זאגן דאס בשמו, זאלן האבן פון אויסטראכטן אזא משונה'דיקער סיפור. די איינציקע ראיות זענען תעודות וואס קומען פון דעם מדפיס אליין (שמרי' שניאורסון) וואס בזה גופא זענען דא סתירות. (פון די 'יומנים' פון ריי"ץ איז נישטא וואס צו ריידן כידוע ליודעים).
קען עמעצער ארויפשטעלן דער ארטיקל פון מנשה אונגאר, אפשר לייגט ער עפעס צו.
קען עמעצער געפינען א בילד פון ר' שמרי' דנן, וועט מען קענען פארגלייכן. און אויך מער פארטראטן פון ב' שץ, מ'זאל קענען זעען צי האט ער געהאט די חושים דאס צו באווייזן.
וואס האלטן די היינטיקע חכמי האקדמי'?
און וואס האלט איר, חשוב'ע חברים? מינאי ומינייכו תסתיים שמעתתא

- ציור תמונתו של אדמו'ר הזקן.doc
- (128 KiB) געווארן דאונלאודעד 431 מאל
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19809
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
נייע בילד פון צמח צדק
עס איז ערשינען א פרישע בילד, 130 יאר אלט פון הייליגן צמח צדק (מערקט די בגד גייט רעכטס אויף לינקס נישט ווי דער באקאנטע בילד פון דא אויבן)
- אטעטשמענטס
-
- צמח צדק נייע בילד.jpg (235.94 KiB) געזען 1258 מאל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
Re: נייע בילד פון בעל התניא
מאנדע מצייר זיין א בילד זאל זיין עכט, און אריינשרייבן "צמח צדק" אויף דעם ספר,
ווען זיין ספר צמח צדק איז ערשט געדרוקט נאך זיין הסתלקות.
ווען זיין ספר צמח צדק איז ערשט געדרוקט נאך זיין הסתלקות.
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19809
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: נייע בילד פון צמח צדק
אזוי טענה'ט ער דא,
לאמיר זאגן אז ס׳איז טאקע געמאלן געווארן לאחר פטירתו, איז דאך איינער מעיד פאר 130 יאר צוריק אז גענוי דאס איז זיין אויסזעה.
לאמיר זאגן אז ס׳איז טאקע געמאלן געווארן לאחר פטירתו, איז דאך איינער מעיד פאר 130 יאר צוריק אז גענוי דאס איז זיין אויסזעה.
- אטעטשמענטס
-
- 1130201053.jpg (402.63 KiB) געזען 1215 מאל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
Re: נייע בילד פון בעל התניא
איך זאג ניט אף ניט, נאר אריינשרייבן צמח צדק אויפן ספר איז נאריש און מאכט א שאלה
Re: נייע בילד פון בעל התניא
א ביסל איז אויך מאדנע דאס וואס ס'שטייט אויפ'ן בילד: תמונה אמיתית - פאר וואס דארף מען שרייבן אז ס'איז 'אמיתית' ??
אלא מאי...
אלא מאי...