ראש חודש תמוז: האט איר נאך קראונע סימפטאמען?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- דערבארומדיג'ער
- שר האלפיים
- תגובות: 2924
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm
ראש חודש תמוז: האט איר נאך קראונע סימפטאמען?
איך בין סורפרייזד געווען צו הערן פון מיין פעטער אז ער האט נאכאלץ נישט צוריק באקומען זיין חוש הריח, איך בין נייגעריג וויפיל מענטשן האבן נאך אלץ נישט צוריקבאקומען זייער חושים אדער האבן נאך אלץ אנדערע געזונטהייט סימפטאמען פון קראונע.
זקן מלא רחמים.
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
Re: ראש חודש תמוז: האט איר נאך קראונע סימפטאמען?
אודה ה' בכל לבב אז אלע מיינע סימפטאמען זענען שוין גענצליך אוועק.
דער חוש הריח איז מיר צוריקגעקומען שטייטעלעך. אבער גאנץ לעצטנס איז עס שוין צוריק, לכאורה, צו 100%.
פאר די וואס האבן נאך איבערבלייבענישן דערפון, וואונטש איך א שנעלע און גענצליכע ערהוילונג. תמו"ז איז ר"ת: ת'ימפטאמען מ'וזן ו'ועקגיין ז'אפארט!

-
- שר חמש מאות
- תגובות: 737
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2020 10:21 am
Re: ראש חודש תמוז: האט איר נאך קראונע סימפטאמען?
ב"ה
לעת עתה כמו שאומרים בנוסח יום ביפור קטן
אין לי טעם וריח......
אבער נישט באזארגט
-איך מיין אז די שווערסטע איז די "ביטערע" זאלציגע" אייזענע" האלצענע" קאווע
וואס האלט איר?

השתדלות בפרנסה, מיט הכנסות, האבן נישט קיין שייכות - מדארף טוען ווייל מדארף טוהן לקיים גזירת המלך בזיעת אפך וכו', און דער בורא עולם האט שוין זיינע וועגן צו געבן - ב"ה וב"ש
Re: ראש חודש תמוז: האט איר נאך קראונע סימפטאמען?
עפעס טעם וריח איז שוין צוריק. אבער נאך ווייט פון נארמאל... ב.ד.וו. עס האט זיך שוין אנגעהויבן א וואך פאר פסח
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
Re: ראש חודש תמוז: האט איר נאך קראונע סימפטאמען?
באקומען א היס, וואס קומט מסתמא פון א רי-פלאקס, און עס גייט אוועק זייער שטייט.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

- לעגאו מענטשעלע
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3649
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
- לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7
Re: ראש חודש תמוז: האט איר נאך קראונע סימפטאמען?
מיין חוש הריח איז נאכנישט צוריק געהעריג, אלעס שמעקט זייער שוואך, און א מילדע גרוך וועל איך בכלל נישט שפירן.
מיין טעם איז יא צוריק כמעט געהעריג, אבער שארפע זאכן האבן עפעס א געפערליכע טעם, זייער אינטערעסאנט. למעשה האב איך יעצט אנגעהויבן צו נעמען א דאזע זינק טעגליך, לאמיר זען וואס וועט זיך אויסקאכן.

- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24612
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
Re: ראש חודש תמוז: האט איר נאך קראונע סימפטאמען?
ליידער ליידער איז נאך דא אידן וואס כאפן ערשט יעצט דער וויירוס - איך ווייס פין עטליכע מענטשן..
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10239
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
Re: ראש חודש תמוז: האט איר נאך קראונע סימפטאמען?
מומחה יוחס האט געשריבן:ליידער ליידער איז נאך דא אידן וואס כאפן ערשט יעצט דער וויירוס - איך ווייס פין עטליכע מענטשן..
קומט נישט אריין דא.
Re: ראש חודש תמוז: האט איר נאך קראונע סימפטאמען?
מיין שמעק און טעם איז זייער מאדנע, נאכן עס פארלירען פאר פסח,
אבער די לעצטע צוויי וואכן האט עס זייער אן אינטערסאנטע קעמיקאל טעם,
בד"וו א יעדע וואך צוויי פיל איך ווי איך באקום צירוק די ווירוס (אויף א שוואכערע פארנעם)
נ.ב. איך האב מיך קיינמאל נישט געטעסט.
אבער די לעצטע צוויי וואכן האט עס זייער אן אינטערסאנטע קעמיקאל טעם,
בד"וו א יעדע וואך צוויי פיל איך ווי איך באקום צירוק די ווירוס (אויף א שוואכערע פארנעם)
נ.ב. איך האב מיך קיינמאל נישט געטעסט.
Re: ראש חודש תמוז: האט איר נאך קראונע סימפטאמען?
הערשקא האט געשריבן:מיין שמעק און טעם איז זייער מאדנע, נאכן עס פארלירען פאר פסח,
אבער די לעצטע צוויי וואכן האט עס זייער אן אינטערסאנטע קעמיקאל טעם,
בד"וו א יעדע וואך צוויי פיל איך ווי איך באקום צירוק די ווירוס (אויף א שוואכערע פארנעם)
נ.ב. איך האב מיך קיינמאל נישט געטעסט.
wow אינטערעסאנט, די קעמיקל טעיסט איז ביי מיר אויך, קיינמאל פארלוירן די טעם נאר די שמעק.
Re: ראש חודש תמוז: האט איר נאך קראונע סימפטאמען?
איך בין נאך זייער אנגעלייגט, דאס איז געוועהן איינס פון מיינע סימפטאמס לכתחילה
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
Re: ראש חודש תמוז: האט איר נאך קראונע סימפטאמען?
פארוואס איז נישט דא קיין איין פראפעישאנל דאקטער (אויסער הרב לייפער שליט"א...) וואס אדרעסירט די אישו.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
Re: ראש חודש תמוז: האט איר נאך קראונע סימפטאמען?
איין נאך-וויי (נישט סימפטאם) איז מיר נאך פארבליבן פון קאראנע.
בשעת כ'בין געווען אנגעשטעקט דערמיט, פלעג איך זיך אויפוועקן צענליגע מאל א נאכט, זוכנדיג צו כאפן אקסידזשען. כ'בין געווען אויסגעטריקענט און געדארפט אינמיטן נאכט נאכאנאנד שלינגען וואסער. כ'האב שטארק געליטן פון שלאפלאזיגקייט צוליב דעם.
ב"ה ס'איז פארביי!
אבער... זעט אויס אז צוליב'ן פאניק, וועק איך זיך נאך אויף אפאר מאל א נאכט, זוכנדיג לופט, כאטש כ'ווייס אז איך מאנגל נישט אין אקסידזשען. ס'געווארן א געוואוינהייט וואס מוז אוועקגיין ווי שנעלער...

חוח בין השושנים האט געשריבן:איין נאך-וויי (נישט סימפטאם) איז מיר נאך פארבליבן פון קאראנע.
בשעת כ'בין געווען אנגעשטעקט דערמיט, פלעג איך זיך אויפוועקן צענליגע מאל א נאכט, זוכנדיג צו כאפן אקסידזשען. כ'בין געווען אויסגעטריקענט און געדארפט אינמיטן נאכט נאכאנאנד שלינגען וואסער. כ'האב שטארק געליטן פון שלאפלאזיגקייט צוליב דעם.
ב"ה ס'איז פארביי!
אבער... זעט אויס אז צוליב'ן פאניק, וועק איך זיך נאך אויף אפאר מאל א נאכט, זוכנדיג לופט, כאטש כ'ווייס אז איך מאנגל נישט אין אקסידזשען. ס'געווארן א געוואוינהייט וואס מוז אוועקגיין ווי שנעלער...
wow, גראדע די וואס ליידען אויף סליפ עפניע מיטשענען זיך אויך אויף דעם פון צייט צי צייט,
אבער אויב סאיז פון די דורכגאנג וועט זיך עס סעטלען אין אוועקגיין
Re: ראש חודש תמוז: האט איר נאך קראונע סימפטאמען?
נא_שכל האט געשריבן:פארוואס איז נישט דא קיין איין פראפעישאנל דאקטער (אויסער הרב לייפער שליט"א...) וואס אדרעסירט די אישו.
איך בין געווען לעצטענס ביי א דאקטאר פאר רוטין טשעק אפ
האב איך גערעדט וועגן קארונע זאגט מיר די דאקטאר אז ווי מער צייט עס גייט דורך ווייסן זיו מער און מער אז זיי ווייסן גארנישט וואס עס טוט און ווי אזוי עס עפעקטירט די גוף
- שמארטיקל
- שר האלף
- תגובות: 1419
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
- לאקאציע: אונטערן קאפל
- פארבינד זיך:
Re: ראש חודש תמוז: האט איר נאך קראונע סימפטאמען?
Wow איך ווינטש אייך אלע א שנעלע רפואה שלימה
איך האב ב''ה קיינמאל נישט געהאט די וויירוס

- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8351
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע: אין מאה שערים
Re: ראש חודש תמוז: האט איר נאך קראונע סימפטאמען?
שם התלמוד האט געשריבן:נא_שכל האט געשריבן:פארוואס איז נישט דא קיין איין פראפעישאנל דאקטער (אויסער הרב לייפער שליט"א...) וואס אדרעסירט די אישו.
איך בין געווען לעצטענס ביי א דאקטאר פאר רוטין טשעק אפ
האב איך גערעדט וועגן קארונע זאגט מיר די דאקטאר אז ווי מער צייט עס גייט דורך ווייסן זיו מער און מער אז זיי ווייסן גארנישט וואס עס טוט און ווי אזוי עס עפעקטירט די גוף
WOW
ענדליך מודה געווען...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
Re: ראש חודש תמוז: האט איר נאך קראונע סימפטאמען?
בעקעלע.הפוכה האט געשריבן:ב"ה
לעת עתה כמו שאומרים בנוסח יום ביפור קטן
אין לי טעם וריח......
אבער נישט באזארגט
-איך מיין אז די שווערסטע איז די "ביטערע" זאלציגע" אייזענע" האלצענע" קאווע
וואס האלט איר?
אז די שארפע מעטאלענע אייער איז שווערער.
viewtopic.php?p=2250268#p2250268
Re: ראש חודש תמוז: האט איר נאך קראונע סימפטאמען?
בעקעלע.הפוכה האט געשריבן:ב"ה
לעת עתה כמו שאומרים בנוסח יום ביפור קטן
אין לי טעם וריח......
אבער נישט באזארגט
-איך מיין אז די שווערסטע איז די "ביטערע" זאלציגע" אייזענע" האלצענע" קאווע
וואס האלט איר?
wow, נאכאמזל איך האב אריינשפאצירט דא, די לעצטע וואכן האט מיין קאווע א מאדנע טעם, און איך בין געווען שווער צומישט וואס גייט דא פאר, נישט איינגעפאלן אז דאס האט שייכות מיט קאראונע נאכווייען און אז עס איז א צרת רבים.
א דאנק פאר די חצי נחמה.
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
Re: ראש חודש תמוז: האט איר נאך קראונע סימפטאמען?
פארוואס נישט צוגעלייגט נאך א אפציע
צו פאלט אייך ארויס די האר?
איך קען צוויי נאנטע וואס האבן פארלוירן אינגאנצן די בארד און פיאות ל"ע און עטליכע וואס האבן פארלוירן למחצה לשליש ולרביע די פיאות
וגם אני בתוכם יעדע מאל ווען איך קעם די פאות -אפי' גאר רואיג און איידל- פאלט ארויס א געוואלד
אדרבה אפשר עפענען א עקסטרע אשכול מיט עצות דערויף (איך ווייס נישט וויאזוי)

- fiena nieas
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5561
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am
Re: ראש חודש תמוז: האט איר נאך קראונע סימפטאמען?
איך האב לעצטענס א מאדנע טעם אין מויל איך כאפ מיך יעצט אפשר קען עס זיין וועגן קאראנא איינער קען ריעלעיטען?
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24612
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
Re: ראש חודש תמוז: האט איר נאך קראונע סימפטאמען?
לאו דוקא האט געשריבן:פארוואס נישט צוגעלייגט נאך א אפציע
צו פאלט אייך ארויס די האר?
איך קען צוויי נאנטע וואס האבן פארלוירן אינגאנצן די בארד און פיאות ל"ע און עטליכע וואס האבן פארלוירן למחצה לשליש ולרביע די פיאות
וגם אני בתוכם יעדע מאל ווען איך קעם די פאות -אפי' גאר רואיג און איידל- פאלט ארויס א געוואלד
אדרבה אפשר עפענען א עקסטרע אשכול מיט עצות דערויף (איך ווייס נישט וויאזוי)
קוק פין דא אין ווייטער
viewtopic.php?f=104&t=42746&start=25
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!