פראבלעמען מיט ווייערלעס קאנעקשאן

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

פראבלעמען מיט ווייערלעס קאנעקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

העלאו אידעלעך;


איך האב היינט ענדליך געכאפט (נאכן רעדן צו ווערייזאן) וויאזוי איך קען זיך באנוצן מיט מיין ווייערלעס ראוטער דורך א צווייטע קאמפיוטער, איך האב נישט געוואוסט וואו מען טרעפט די KEY זיך אנצושליסן אינעם SECURE NETWORK, ביז זיי האבן מיר דאס צוגעוויזן אונטען פונעם ראוטער.

מיין פראגע איז יעצט צו אייך: קען איך אויספלאגן מיין מעין קאמפיוטער (אויך א לעפטאפ) פונעם DSL און זיך קאנעקטען צום ראוטער דורך די לופט??? אדער מוז כאטש איין קאמפיוטער זיין באהאפטן צום ראוטער די גאנצע צייט.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

יא

איר קענט אויספלאגען
און קיין איין קאמפיוטער מוז נישט זיין קאנעקטעד די גאנצע צייט
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח פאטאקי,

מיר באדערט אבער דער פאקט אז איך האב דאס פריער געטאן, אויסגעפלאגט דעם לעפטאפ פונעם ETHERNET קעיבל, און ער האט נישט געכאפט דעם ווייערלעס.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

אסאך מאל דארף מען עס אליין אויפזוכן ער כאפט נישט פלעין אזוי
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך זעה דעם נעטווארק מיינעם און איך בין קאנעקטעד דערצו, אבער ווי נאר איך נעם ארויס דעם ETHERNET פלאג, פארליר איך די צוטריט צום נעט.
ברוך_שמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך_שמו »

פון וואס רעדט מען? קען מיר איינער מסביר זיין אין מאמע לשון די באדייט פון די אלע אויבנדערמאנטע ענגלישע ווערטע און קאודס אין דעם אשכול?
ביטע, איך וויל זיך באקענען מיט די ענינים. איך האלט נאך ביי די אלף-בית.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

קרעמער,
דו רעדסט פון קאנעקטען ווייערלעס צי א ראוטער אדער א מאדעם?

איך האב אזוי א פראבלעם.

איך האב VERIZON DSL מיט א מאדעם וואס האט אן ענטענע פאר WIRELESS און 4 פארטס פאר קאנעקטען ETHERNET קעיבעלס.
איך האב א דעסקטאף מיט א לעפטאף
נארמאל איז מיין דעסקטאף קאנעקטעד צי דעם מאדעם מיט א קעיבעל.
ווען איך האב געקויפט דעם לעפטאף האט ווערייזען מיר געהאלפען אויפסעטען א SECURE NETWORK אזוי אז מיין לעפטאף רעדט צי דעם מאדעם און איך קען גיין צום נעט דורך די ליפט.
יעצט, וואס עס נולד געווארען, איז, אז דער ווייערלעס קאנעקשען פונעם לעפטאף האלט כסדר אראף גיין, און איך דארף אלטס ריסעטען דער מאדעם דורך אויסלעשען און אהנצינדען.

עס קען גיין טעג ווען עס איז נישט דא קיין פראבלעם, און עס האט זיך געמאכט טעג וואס איך האב געדארפט ריסעטען א צוויי דריי מאל און א שעה.

עס איז געגאנגען מיין בני בית אויף די נערווען האב איך אויף דערווייל געצויגען אן איטערנעט קעיבעל פון מיין לעפטאף צו דעם מאדעם און אלעס איז כשר וישר,
אבער יעצט איז עס נישט ווייערלעס, און איך האב נישט דער מעגליכקייט צי גיין מיטען לעפטאף און אן אנדערע שטוב וועגען די קעיבעל וואס איז קאנעקטעד דערצי.

קרעמער? פאטאקי? אן עצה אויב איינער האט פאר סאלווען?
the SCY is the limit
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ר' שמחה, איך קען מיך נישט אויס.

איר קענט ווארטן דא נעבן מיר אויף הילף פון פאטאקי אדער ווער אימער.

(מיין פראבלעם איז נישט קיין ברענענדיגע ב"ה, ווייל מיין קאמפיוטער/לעפטאפ איז כסדר צוגעטשעפעט צום קעיבל, איך קען אבער דאך באשטיין דאס צו קענען מאכן ווייערלאז פון מאל צו מאל).
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שמחה;
איך וואלט אייך געראטן צו אויסלעשן די ווייערלעס און צוריק אנצינדען אמאל אמאל איז דאס די רעזאלושן.

אויב איר ווייסט וויזוי איז גוט אז נישט טוט דאס פאלגענדע.
דרוק די ווינדאס סימבאל+R
טייפ אריין CMD און דרוק ענטער
אין דעם שווארצן פענצטערל דרוק IPCONFIG
קוק די נומערן וואס שטייט ביי DEFAULT GATEWAY.
יעצט טייפ אריין די נומערן אינאיינעם מיט די פינטעלעך אין די IE אדרעס באר און דרוק ענטער.
איר פרובירט יעצט אריינגיין אין די קושקעס פונעם ראוטער (מאדעם).

אויב קומט ארויף א פענסטערל פארלאנגן א פעסווארד דיין שטעל אריין די דיפאלט וואס איז לרוב ADMIN און PASSWORD אדער ADMIN ADMIN.
אויב ס'ארבייט נישט, דאן דארפט איר זיך דערמאנען די יוזער און פעסווארד וואס איר האט אמאל אנגעשטעלט דארטן.

איינמאל איר זייט אינעווייניג, דארפט איר גיין צו די "ווייערלעס סעטטינגס" איך ווייס נישט וואו פונקטליך ס'איז אין אייער ראוטער ווייל איך ווייס נישט אייער מאדעל.
דארטן זוך אויף אזא זאך ווי "דיסעבל ווייערלעס" און קליק סעיוו, עס וועט זיך ריפרעשן די פעיזש און ווארשיינליך ריסטארטן די ראוטער.

אין אייער קאמפיוטער דרוקט אויף קאנטראל פענעל, נעטווארק קאננעקשאנס און דאבל קליק אויף די "ווייערלעס קאננעקשאן" זאל זיך דיסעיבלען.

ווארט א מינוט און גייט נאכאמאל צום ראוטער און יעצט קליק "ענעיבל ווייערלעס" עס וועט זיך ווידער ריפרעשן די פעיזש און די ווייערלעס לייט וועט זיך אנצינדען. דערנאך לייג אריין א פעסווארד און דרוק סעיוו.

גיבט נאכאמאל א קליק אויף ווייערלעס קאננעקשאן וועט זיך עס צוריק אנצינדן. און קליק אויף "וויאו עוועלעבל ווייערלעס נעטווארקס" ביז ער כאפט דיינס און דאבל קליק כדי זאל ווערן אויטאמטיש יעדעס מאל. לייג אריין די דערמאנטע פעסווארס און סעיוו עס.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שוועמל;

פאר מיר האסטו אויך עפעס אנווייזונגען? וויאזוי מאך איך אז מיין כלי זאל זיך צוטשעפן צום ווייערלעס און זאל נישט דארפן זיין מחובר מיטן קעיבל.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

שוועמעל
ישר כוח. מערצאשעם נאך שבת עט מען פרובירען.

איי וויל בל"נ לעט יו נאו
the SCY is the limit
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אגב, דער אשכול רעדט פון רעמאוט עקסעס וואס איז גאר עפעס אנדערש פון ווייערלעס קאנעקשאן..


קרעמער;
איך האב נישט געכאפט דיין פראבלעם פונקטליך, אבער איך קען פרובירן א לעזונג פאר דיר, לאז וויסן

דרוק "סטארט" >> נעטווארק קאננעקשאנס. רייט קליק אויף די "ווייערלעס נעטווארק קאננעקשאן" און דרוק ענעיבל.
נאכער דרוק "וויאו עוועילעבעל ווייערלעס נעטווארקס" וועט ער אנהויבן זוכן דיין ווייערלעס ראוטער.

דארפסט וויסן צוויי זאכן:
קען זיין דיין לעפטאפ האט א קליינטשיגע סוויטש אנצוצינדען דעם ווייערלעס קארד, דאס איז דער הארדוועיר וואס פארמאגט די ווייערלעס טעכנאלאגיע. מאך זיכער ס'יז אנגעצינדן.
קען זיין דיין ראוטער איז נישט ענעיבלד צו גיין ווייערלעס. פאלאו די סטעפס אויבן פאר שמחה.

איינמאל דו טרעפסט דיין ראוטער, דאבל קליק און שטעל אריין דיין פעסווארד וועט עס ווערן אויטאמאטיש און וועט זיך כסדר קאננעקטן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב אפגעטיילט דעם אשכול פון "רעמאוט עקסעס".

אבער שוועמל טייערער, איך האב א ווייערלעס ראוטער (אנדערע לעפטאפס קלעבן זיך פיין צו דערצו), איך מיין לעפטאפ פארמאגט ווייפיי וואס ארבעט פיין (די ווייערלעס אייקאן אויף די רעכטע זייט אונטן איז אנגעצינדן, און עס שטייט אז ער איז פארבינדן מיט מיין מאודעם), אבער ווי נאר איך שטעק אויס דעם ETHERNET ווייערל, קען איך נישט צוקומען צום אינטערנעט.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

כבוד הרב קרעמער ור' שמחה

באמת איז שווער צי ענטפערען די זאך אויסענווענדיג און אוודאי דורך א פארום ווייל עס איז אינוואלווד אין אסאך קשיות און ענטפערס אבער לאמיר פרובירן אייך צי העלפן

צי ערשט א שאלה צי קרעמער
קרעמער האט געשריבן:אבער ווי נאר איך שטעק אויס דעם ETHERNET ווייערל, קען איך נישט צוקומען צום אינטערנעט.


ווי איז איינגעשטעקט די קעיבל? אין וועלכע קאמפיוטער? אין די זעלבע ווי איר ווילט האבן ווייערלעס קאנעקשאן?
אויב ארבעט עס נאר וועגן די קעיבל האט איר נישט קיין ווייערלעס קאנעקשאן נאר א געהעריגע קאנעקשאן

יעצט אויב איר ניצט ווינדאוס פאר ווייערלעס קאנעקשאן און נישט קיין טירד פארטי סאפטווער א שטייגער ווי
דעל

וואלט איך אייך געראטן די ערשטע עטץ ביידע צי לאזען לויפן (ראנען בלע"ז) די
פראגרעם

דריק אויף Download WirelessKeyView
און דאונלאוד די זיפ פייל
עפן די זופ פייל
דאבל קליק אויף
WirelessKeyView.exe
דריק ראן
אויב פרעגט ער נאכאמאל קשיות דריק נאכאמאל ראן
עס וועט ארויף קומען א קעסטל מיט אלע געסטארטע סעקיוריטי ענעבלד ווייערלעס קאנעקשאנס מיט זייערע פאסווארדס
בילד
אויב סאיז נישט ליידיג דעלמאט מאך זיכער אראפ צישרייבען אלע פאסווארדס אדער קענט איר דריקען סעלעקט אלל
און דריקעל סעוו סעלעקטעד אייטעםס
אויב סאיז ליידיג מיינט דאס אדער אז נישט ווינדאוס קאנטראלירט אייער ווייערלעס אדער קען זיין אז איר האט קיינמאל נישט אריינגעטייפט קיין (פעסווארד) נעטווארק קי
יעצט גיי צי קאנטראל פאנעל
אה וויאזוי מגייט אריין אין קאנטראל פאנעל?
דריק די ווינדאוס לאגא צוזאמען מיט די R קענפל אויפן קיבוארד
טייפ אריין
control
דריק ענטער
דאבל קליק אויף נעטווארק קאנעקשאנס
רייט קליק אויף אלע קאנעקשאנס און דריק דיסעבל!
יעצט רייט קליק אויף די ווייעלעס קאנעקשאן
דריק ענעבל
רייט קליק און דריק פראפערטיס
און איר וועט טרעפן א מיטעלסטע טעב מיטן נאמען
wireless networks
(אויב טרעפט איר דאס נישט מיינט דאס איז א צווייטער נישט ווידאוס קאנטראלירט די ווייערלעס
דארפט איר עפענען יענע פראגרעם און אים זאגען אז ער זאל לאזן ווינדאוס עס קאנטראלירן אדער קענט איר גיין צי
services.msc
און אנצינדן א סערוויס וואס הייסט WZC ואכמ"ל)

יעצט ביי די טעב וועט איר זען "פרעפערד נעטווארקס"
מיט א ליסט פון אלע נעטווארקס און צי וועלכע ער זאל קאנעקטן
היילייט יעדע נעטווארק וואס איר דארפט נישט און דריק רימאוו
און אויב טרעפט איר דארט אייער מאודעם דאבל קליק דעראויף און ביי די דריטע טעב דריק
קאנעקט ווען נעטווארק איז אין רענדזש אויב טרעפט איר נישט אייער נעטווארק
דריק view wireless networks
און סעלעקט אייער נעטווארק און דריק קאנעקט לייגט אריין אייער נעטווארק קי און דריק קאנעקט
אויב די אינטערנעט ארבעט נישט גייט רייט קליק נאכאמאל אויף די ווייערלעס נעטווארק אייקאן אדער לעבן די זייגער אדער ביי נעטווארק קאנעקשאןס און דריק "ריפעיר"

אויב ארבעט עס נאך אלץ נישט
לאזט עס וויסן דא און מוועט זען וואס נאך מקען טוהן
מיט הצלחה
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

געפאלגט אלע אנווייזונגען, ועדיין לא נושענו.

פאטאקי;

איך האב אינגאנצן איין לעפטאפ קאמפיוטער אין שטוב, דער קאמפיוטער איז איינגעשטעקט אינעם DSL דורך ETHERNET. איך האב געפרעגט אויב מען קען מאכן עס זאל זיך פארבינדן צום מאודעם דורך די ווייערלעס קאנעקשאן (וואס דער לעפטאפ פארמאגט), דער עולם זאגט אז יא, אבער ביי מיר גייט עס נישט, איך האב שוין פרובירט פארשידענע תחבולות.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

ווען די דריקסט די ווינדאוס לאגא באטאן מיט די R באטאן און די טייפסט אריין
cmd
און די דריקסט ענטער
און די טייפסט אריין
ipconfig
וואס קומט ארויף?
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

שטייצעך אז איך רעד פון עס טוהן בשעת ווען די ביסט נישט קאנעקטעד דורך די קעיבל
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

ביי מיר קומט דאס ארויף איך האב גקליקט א רייט קליק אויפן שווארצן קעסטל און געדריקט סעלעקט אלל
און גדריקט קאנטראל צוזאמען מיט C
און עס דא אריינגעפעיסט

C:\Documents and Settings\User>ipconfig

Windows IP Configuration


Ethernet adapter Wireless Network Connection:

Connection-specific DNS Suffix . : domain.invalid
IP Address. . . . . . . . . . . . : 192.168.254.4
Subnet Mask . . . . . . . . . . . : 255.255.255.0
Default Gateway . . . . . . . . . : 192.168.254.254

C:\Documents and Settings\User>
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

מאך אויך שאר צי די האסט א סטעטיק אייפי אדרעס אויפן ווייערלעס קארד צי נישט

רייט קליק אויף ווייערלעס נעטווארק קאנעקשאן און דריק פראפערטיס סעלעקט פון די ליסט
internet protocol TCP\IP
דאבל קליק דערויף
און מאך זיכער אז
Obtion a ip address atumaticly
און
obtion a dns server atomaticly
איז אנגעטשעקט
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

קרעמער,
לאז מיך אריין צו דיין ראוטער ביטע.

קאל מיך
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פאטאקי08 האט געשריבן:מאך אויך שאר צי די האסט א סטעטיק אייפי אדרעס אויפן ווייערלעס קארד צי נישט

רייט קליק אויף ווייערלעס נעטווארק קאנעקשאן און דריק פראפערטיס סעלעקט פון די ליסט
internet protocol TCP\IP
דאבל קליק דערויף
און מאך זיכער אז
Obtion a ip address atumaticly
און
obtion a dns server atomaticly
איז אנגעטשעקט

דו מיינסט CHECKED אדער UNCHECKED?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ווען איך דאבל-קליק אויף די אייקאנס פון די אינטערנעט קאנעקשאנס, איז אינטערסאנט אז טראצדעם וואס ביידע 'ארבעטן' (מען זעהט נישט דעם רויטן X אויף קיינע פון די קאנעקשאנס), איז ביי די LOCAL AREA CONNECTION דא ציפערן (ארום 20,000) סיי ביי SENT און סיי ביי RECIEVED, משא"כ ביי די WIRELESS NETWORK CONNECTION שטייט 93 PACKETS SENT, אבער RECEIVED 0
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

קעי

דיין קאנעקשאן ארבעט פיין

נאר די אינטערנעט ארבעט נישט

ווייל די דיפאלט געיטוועי איז ליידיג

עס דארף טאקע זיין טשעקד
ער זאל דיר געבן אוטומאטישע אייפי אדרעס
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א הילכיגע יישר כח פאר די 2 חשוב'ע מיטגלידער פאטאקי און שוועמל וואס האבן מיר אזוי געטריי ארויסגעהאלפן מיט דעם פראבלעם.

למעשה איז פאטאקי טאקע געווען דער חכם עדיף מנביא און צוגעטראפן אז איך דארף מאכן א "טשעק" ביי די 2 פלעצער וואס ער האט אנגעצייגט.

יעצט זיץ אויפן לעפטאפ (נישט ממש 'על', נאר 'בסמוך') בשעת ער איז אויסגעשטעקט פונעם DSL, און איך בין פארבינדן מיט אייך נאר דורך ווייפיי.

יישר כח נאכאמאל טייערע חברים.
שרייב תגובה

צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”