מצב כללי האט געשריבן:הערסט? האט געשריבן:אין סטאלין איז דא היינט א הנהגה פון דער רבי זז"ג אז מ'געבט נישט ארויס גיין רעקארדינגס פון שמחת בית השואבה חתונות א.ד.ג - דאס מאכט א מנגל אין קארלינע ניגונים.
וואס איז דער פשט פון דעם הנהגה?
פארוואס זאל נישט די וועלט הנאה האבן פון די שיינע קארלינע ניגונים?
נישט צו לאנג צוריק איז אויף דעם וועלט געווען באריכטעט, אז אין סטולין איז דא לערך 60 ניגונים אויף קה אכסוף.
נו, האט זיך אנגעפאנגען אן הונגער סטרייק צו עפעס הערן פון דעם, מה עשה מקומו של עולם, א וואך צוויי דערויף האט מיינס א קאזין יאפ א סטולנער חתונה געמאכט א קינד און ביי דער חופה האט זיך דער עולם אזוי מין שיין אונטערגעברומט עפעס א מין ניגון, איך זאג דיר עפעס שלא בעלמא הדין, האב איך מיך דארט ארום געפרעגט, יאפ עס איז א זמר (א ניגון אויף קה אכסוף הייסט אין קארלין א "זמר").
נא נא, דעם קומענדיגער שבת אין שוהל איז דא א קארלינער ידיד, נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל השתדלות, עפעס איז מען אריין אין אשמועס, בערך אזוי, אז פונקט אזוי ווי ווען די וועסט זיך אראפ זעצן מיט דיינס א גאר נאנטע רבי צו לערנען א עפעס א טיפע חסידות רוף עס מיט קליינע אותיות צו וואס,און ער גייט דיך איבערגעבן און עס מצמץ זיין פון זיין שכל צו דיין שכל אז די זאלסט עס קענען באגרייפן, ווארן פארגעס נישט אלס תלמוד איז פאר דיר רגיל דיין רבי'נס שפראך, אבער קען מען דאס נישט גלייך איבער געבן פאר סיי ווער אין די המון, וואס דאס איז גאר א שטארקע זולול...
אין א געוויסע בחינה איז א ניגון אויף אסאך א גרעסערע דרגא ווי דאס דיבור, שוין פון דא און ווייטער פורביר אליינס אויסצופירן... (ווייל ווי פארשטענדליך יש חולקין בדבר... ואלו ואלו.. ודו"ק כי קצרתי. עפעס אזוי ברויך מען אזוי צו אזוי צוצוענדיגען)