ביי יידן איז לכאורה געוועהן 'בנימין המכונה וואלף' לאנג איידער 'זאב' איז געוועהן א יידישער נאמן, וה"ה לגבי רוב נעמן פון חיות. (חאטשיק איך מיין אז עס ווערט געבראכט צו געבן אלץ א סגולה.)
גרשון האט געשריבן:וועלכער חלק איז אינטערעסאנט, אז מ'האט פארצייטנס נישט געגעבן דעם נאמען יואל? וועלכער נאמען פון תרי-עשר האט מען יא געהייסן (חוץ יונה און נחום)? און דאס אז מ'האט עס צוריק מחדש געווען זע איך אויך נישט וואס דער פלא דערפון איז.
שמואל איז א חידה (אזוי צו זאגן). דאס דארף מען טרעפן.
איך הער וואס די זאגסט, מיין וואונדער איז טאקע בעיקר אויף נעמען וואס זענען שוין גאר שטארק פארשפרייט ביי די ראשונים און אין משנה וגמרא איז עס קיינמאל נישט דערמאנט, ווי אברהם און משה
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
ביי יידן איז לכאורה געוועהן 'בנימין המכונה וואלף' לאנג איידער 'זאב' איז געוועהן א יידישער נאמן, וה"ה לגבי רוב נעמן פון חיות. (חאטשיק איך מיין אז עס ווערט געבראכט צו געבן אלץ א סגולה.)
נישט לכאורה, נאר פשוט אזוי. דער חיד״א ברענגט אוזי אין שם הגדולים.
אלטער האט געשריבן:ווען האט זיך אנגעהויבן געבן 2 נעמען פאר א מענטש? יעצט אויף דער מינוט קען איך מיר נישט דערמאנען ווי מ'זעט אז איינער זאל האבן 2 נעמען
אין חת"ס אבעה"ז ח"ב סי' יח זאגט ער "ועוד נ"ל דלפנים לא היו נוהגין לקרות בשני שמות בבת אחת כי חדשים מקרוב באו". אין תשובת נוב"י תניינא או"ח קיג זאגט ער אז ס'האט זיך אנגעהויבען מזמן הראשונים. ס'איז דא חוקרים וואס האלטען אז נאך ס'איז ארויסגעקומען צוואת רבי יהודה החסיד אין יאר ש' בערך האט מען אנגעהויבען צוגעבען נעמען פאר בחורים אדער שווערס אז זיי זאלען נישט האבען די זעלביגער נאמען. פון דארט איז די איבעריגע היסטאריע ווען די אייניקלעך האבען געהייסען נאך זיי.
אלטער האט געשריבן:ווען האט זיך אנגעהויבן געבן 2 נעמען פאר א מענטש? יעצט אויף דער מינוט קען איך מיר נישט דערמאנען ווי מ'זעט אז איינער זאל האבן 2 נעמען
משה רבנו האט שוין געהאט עטליכע נעמען, וכן יתרו. מ'האט זיי נאר גערופען אויף איין
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אלטער האט געשריבן:ווען האט זיך אנגעהויבן געבן 2 נעמען פאר א מענטש? יעצט אויף דער מינוט קען איך מיר נישט דערמאנען ווי מ'זעט אז איינער זאל האבן 2 נעמען
אין חת"ס אבעה"ז ח"ב סי' יח זאגט ער "ועוד נ"ל דלפנים לא היו נוהגין לקרות בשני שמות בבת אחת כי חדשים מקרוב באו". אין תשובת נוב"י תניינא או"ח קיג זאגט ער אז ס'האט זיך אנגעהויבען מזמן הראשונים. ס'איז דא חוקרים וואס האלטען אז נאך ס'איז ארויסגעקומען צוואת רבי יהודה החסיד אין יאר ש' בערך האט מען אנגעהויבען צוגעבען נעמען פאר בחורים אדער שווערס אז זיי זאלען נישט האבען די זעלביגער נאמען. פון דארט איז די איבעריגע היסטאריע ווען די אייניקלעך האבען געהייסען נאך זיי.
אדאנק פארן אויס קלארן!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
די פראגע איז צו מען באצועט זיך צו 1. צוויי נעמען, שם וכינויו? - דאס גייט צוריק צו די צייטן פון די ראשונים, מיר געפון ר׳ יעקב ישראל, ר׳ יהודהא ליווא און ר׳ ישראל איסרליין. 2. צוויי נעמען אלס שינוי השם? - דאס האט זיך אנגעהויבן א שטיק צייט שפעטער, שוין בימי האחרונים. 3. צוויי נעמען ביים ברית? - דאס האט זיך אנגעהויבן בימי החתם סופר והגאון מוהר״ר זלמן מרגליות, ביידע דערמאנע אט דעם נייעם מנהג.
איטשע האט געשריבן:די פראגע איז צו מען באצועט זיך צו 1. צוויי נעמען, שם וכינויו? - דאס גייט צוריק צו די צייטן פון די ראשונים, מיר געפון ר׳ יעקב ישראל, ר׳ יהודהא ליווא און ר׳ ישראל איסרליין. 2. צוויי נעמען אלס שינוי השם? - דאס האט זיך אנגעהויבן א שטיק צייט שפעטער, שוין בימי האחרונים. 3. צוויי נעמען ביים ברית? - דאס האט זיך אנגעהויבן בימי החתם סופר והגאון מוהר״ר זלמן מרגליות, ביידע דערמאנע אט דעם נייעם מנהג.
וואס איז מיט דער ר' חיים יצחק מחבר הפיוט חי ד' וואס מען זינגט שבת אינדערפרי, ווען האט ער געלעבט ? (איך פרעג מחסרון ידיעה)
און אז מען רעדט שוין ווער איז געוועהן דער ערשטע מיט א לשה"ק נאמען פון א חיה וואס קומט פון זיין כינוי (צבי, זאב, אריה, וכו') האט נישט דער שאגת אריה געהייסן נאר אריה ?
לעצט פארראכטן דורך אליעזר לאנדא אום זונטאג יולי 19, 2020 6:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ס'איז א כלל אין די שמות גיטין ספרים, אז לשה"ק'דיגע נעמען ענדיגן זיך מיט א ה', ווי צפורה, חיה, חנה, שרה, רבקה וכו'. אבער ארמ'ישע נעמען, אזוי אויך נעמען פון אנדערע שפראכן, קומען צום סוף מיט אן א', ווי זעלדא, רויזא, בריינא, דוואשא, שפרינצא, דאברא, טשארנא וכו'.
דאס איז א כלל מוסכם ביי אלע שמות גיטין ספרים.
אבער טייל פוסקים ברענגען אז "אם שינה לכתוב ה' במקום א' הגט כשר". אהה, ס'איז כשר בדיעבד, אבער אויף לכתחילה האט מען אלע דורות זייער אפגעהיטן ס'זאל נישט צוקומען דערצו. זע לדוגמא אין 'ברכת המים' ביים נאמען 'אהבה'.
חוח בין השושנים האט געשריבן:ס'איז א כלל אין די שמות גיטין ספרים, אז לשה"ק'דיגע נעמען ענדיגן זיך מיט א ה', ווי צפורה, חיה, חנה, שרה, רבקה וכו'. אבער ארמ'ישע נעמען, אזוי אויך נעמען פון אנדערע שפראכן, קומען צום סוף מיט אן א', ווי זעלדא, רויזא, בריינא, דוואשא, שפרינצא, דאברא, טשארנא וכו'.
דאס איז א כלל מוסכם ביי אלע שמות גיטין ספרים.
אבער טייל פוסקים ברענגען אז "אם שינה לכתוב ה' במקום א' הגט כשר". אהה, ס'איז כשר בדיעבד, אבער אויף לכתחילה האט מען אלע דורות זייער אפגעהיטן ס'זאל נישט צוקומען דערצו. זע לדוגמא אין 'ברכת המים' ביים נאמען 'אהבה'.
יישר כח נישט געוויסט עס דרייען זיך דא אזעלעכע תלמידי חכמים כל הכבוד