איך זע דער עולם גלייכט צו שיסן סטעיטמענטס גארנישט מיט די ריאליטי, קיין איין געשעפט אין וויליאמסבורג,מאנסי ,בארא פארק האט נישט געפענט זייער געשעפט ברייט און אפען , די ראטשעס ארויף די טיר אפען , אן קיין גארביזש בעגס אויף די פענסטערס ביז די קאמפיין , היות איך בין אינוואלווד אביסעל ווייס איך ,לעצטע וואך האבן עטליכע געשעפטן ברייט אפען אין וויליאמסבורג וועגן די מהפכה פון צוזאמען ארבעט אזויפיל אידן אינאיינעם
ביז יעצט האט יעדע געשעפט פארמאכט ווען מעט האט געזען אויף די גרופ אז די שעריף קומט, זייט די ארגענעזאציע האט זיך עס גענדיגט און מארגן אי"ה גייט עס נעקסטע שטאפעל
און בכלל האט די ארגענעזאציע שיינערהייט פערזענליך און אין פובליק אויף די מידיע מודיע געווען די מעיאר און גאווערנאר לעצטע וואך און געבעטען מיט שיינעם אדער בייזען אז ביי די וואך דינסטאג זאלן זיי אלעס עפענען מיט גיידליינס פארשטייט זיך , היות זיי מאכן זיך נישט וויסענדיג , טוט מען למעשה
קרית יואל איז א צווייטע מעשה וועגן זיי האבן אייגענע פאליס און מאנסי האט נישט קיין מוסרים ווי אין די סיטי
איך האב א חשד דאס גייט זיך שלעכט אויסלאזן און שאדן מאכן פאר די איבעריגע
זאל דער אייבערשטער אונז אלע באהיטן פון די משתלטים און פון יעדן שאדן.
די פאקט איז אז מענטשן ווילן נישט גיין קויפן אינטער גראטעס , מיט האלב פארשלאסענע לעקטער מיט גארביזש בעגס אויף די פענסטער ,אז די סטארס זענען געהעריג אפען קומט מען מער קויפן
פארוואס נישט טראכטען פאזיטיוו ? אז די וועלט גייט אפקלינגען מסוף העולם עד סופו אז אידעלעך האבן דורעכגעפייט מיט שיינעם פאלגענדיג אלע סאשעל דיסטענס מיט מאסקעס געזעצן און געפענט די געשעפטן איידעל, וואס האט עווענטועל געמאכט די מאיער און גאווערנער צו טוישען די געזעצן? שאדן מאכן אז וואס? מער שאדן מאכן ווי עס איז קען נישט זיין
איך בין אויך זייער באזארגט איבער די שלעכטע נאמען וואס מיר קענען זיך איינקויפען אבער איך בין מער באזארגט פאר די אידען וואס האבען נישט קיין פרנסה - דער עולם קומט נישט איינקויפען מיט פארמאכטע טירען עס איז ניטאמאל דא צען פראצענט פון סעילס.
די וואס טענהט אז גויים זאלען זיין אינוואלווד איז אמת אבער גאר א גרויסע טייל פון ריטעילס סעילס אין ניו יארק סיטי איז געראנט ביי אידען, איך קען אראפ גיין די בלאק אין אלע מעיזשאר גאסען און ווייזען אויף סטארס וואס זעהט אויס פרעמד פאר רוב אידען און ווייזען אז היימישע אידען זענען די בעלי בתים.
עס איז די נארם אין די גאנצע וועלט און עס איז געווארען די וועג פון ברענגען אווערנעס, עס איז א חיהשקייט פון די באהערדע נישט צו עפענען צוביסלעך כאטש טיילען פון די עקאנאמיע מיט געוואוסע קאטעגאריעס זאלען ערלויבט ווערן.