@ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איך זאג אז מציצה בפה איז געווען א גזירה אויף א תמידיות'דיגע זאך. דא, האט מען געהאפט אז מ'וועט שוין לאנג האלטן דערנאך. און אויך אז מציצה בפה איז געווען אז ס'האט זיך איינעם געדאכט אז ס'איז א סכנה. דא איז דאך געווען א סכנה.
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

נשמה האט געשריבן:איך זאג אז מציצה בפה איז געווען א גזירה אויף א תמידיות'דיגע זאך. דא, האט מען געהאפט אז מ'וועט שוין לאנג האלטן דערנאך. און אויך אז מציצה בפה איז געווען אז ס'האט זיך איינעם געדאכט אז ס'איז א סכנה. דא איז דאך געווען א סכנה.

זאגט ער דאך אז די סכנה איז פאראיבער און יעצט איז דאס בלויז פאליטיק. דאס וואס מ׳האט געהאפט איז אויפן עבר אבער אויפן עתיד קען מען נישט האפן מען דארף טוען.
תמידיות׳דיגע זאך: כתה א׳ ב׳ א.א.וו. קינדער וואס פארפעלן 4 חדשים פון חדר איז א תמידיות׳דיגע חורבן לדורות
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoel2124441100 »

ס׳איז א שרעק װאס גײט פאר מיט גרױסע הײמישע מײדלעך [השאר נמחק ודי]
מ׳דארף אלעס עפענען הײנט מיט מסירות נפש,ס׳איז ממש אױס װעלט,די רבּנים שלאפן מ׳דארף אלײן פארפירן,

שאפן נדבנים צי בּאצאהלן די פײנס
איך בּין גרײט צו געבּן 25000$ אױבּ איז דא נאך 5 מענטשן װאס זענען גרײט צו געבּן די זעלבּע סכום
קאפ און אקסל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 9:11 am

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפ און אקסל »

די עיקר פראבלעם איז נישט די פיינס, די פראבלעם איז די פראגרעמס.
קראום
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 15, 2014 4:47 pm

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראום »

טייערע ברודער! מיר זענען אלע מסכים פה אחד אז די מצב איז ביטער און עס קען נישט אזוי ווייטער אנגיין, מען מוז צירוק עפענען די חדרים און מיידל שולעס שוין יעצט. דאס איז אונזער פליכט אלס טרייע תורה אידן.
מיר טרעטן אט אט צו צום הייליגן יו״ט פון קבלת התורה, מיר גייען איבערציען דעם טלית אין זיך אויסוויינען ביי אהבה רבה, לאמיר שוין יעצט ווייזן פאר די תורה אז מיר מיינען עס מיט אן אמת, מיר האבן איר באמת ליב און מיר זענען גרייט צו טוהן וואס אימער זיך אנצונעמען פאר איר עלענדקייט.
לאמיר ארויסגיין פון אונזער קאמפארט זאון און און אויפהייבן א טעלעפאון צום מנהל רוחני און צום מנהל גשמי פון אונזערע מוסדות און בעטן, ביטע עפענטס שוין מארגן אויף אלע כיתות פונקט ווי אמאל. מיר זענען אלע גרייט אויף מסירת נפש בגוף ובממון מיר ווארטן נאר אויף אייך צו טוהן אונזער שליחות.
איך האב דאס שוין געטוהן איך האב מיך געבעטן ביי די מנהלים פון מיינע קינדערס מוסדות. איך גלויב אז א מבול פון פאון קאלס וועט אסאך מער אופטוהן. און דער גאווערנער מיטן מעיאר וועלן מוזן בע״כ יענה זיין אמן פונקט אזוי ווי זיי גייען עפענען די ביעטשעס דעם וויקענד.
מנהלי המוסדות האבן מיר געזאגט אז עס קען אפעקטירן די פראגראמען אין די בילדינג דעפט. קען פארשפארן בנינים אבער איך וויל פרעגן איז דאס גענוג סיבה אז אונזערע קינדערלעך זאלן זיך דרייען און פרייען נאך אפאר חדשים? האלט איר אז די תורה איז צופרידן מיט דעם תירוץ?
אנטשולדיגט פארן אוסברעך אבער איך קען שוין נישט צוקוקן וואס מען טוט דא מיט אונזער הייליגע תורה און וויאזוי עס גייט אדורך נאך א טאג און נאך א טאג אן די קוויטשקעדיגע קולו׳כלעך פון די קינדער און חדר פארדעם שאגתי מנהמת לבי און אולי וועט מען אנהייבן לייגן פרעשור אויף די מנהלים אויסצושרייען דעם מי לשם אלי און די שכינה הקדושה וועט זיך קענען צירוק משתעשע זיין מיט די הבל פיהם פון אונזערע תינוקות של בית רבן.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

איך ווייס נישט צו דער עולם ווייסט אבער ארום 50% און מן הסתם נאך מער פון ניו יארק סיטי ביזנעסער האבען אידישע בעלי בתים, סאו עס איז נישט מער ווי נארמאל אז אידען זאלען מאכען די קאמפיין, נישט אלס דעת תורה זאג איך עס נאר אלס א מציאות.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

אראפ מיט די טענער ביטע
צד א׳) מלערנט יעצט תורה מתוך הדחק עד יעבור זעם, האפענטליך אין א חודש ארום וועט מען שוין קענען צוריק עפענען געהעריג די בניני המוסדות תמידין כסדרן

צד ב׳) מלערנט יעצט טאקע מתוך הדחק אבער סאיז פארט נישט ווי ווען מאיז געהעריג מסודר, ע״כ לאמיר ארויסגיין מיט מסירת נפש און זיך אנפייפן אויף די מעיאר און גאווענער, אבער סאיז בידם צו פארמאכן דיין בילדינג פאר עטליכע חדשים אדער גאר א יאר צוויי מיט זינלאזע וויילעשענס און מוועט דארפן לערנען מתוך הדחק פאר א לאנגע וויילע

הבחירה בידך! טראכטן מיט ישוב הדעת אדער לאזן די געפילן פירן מיטן קאפ אין וואנט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

קראום האט געשריבן:טייערע ברודער! מיר זענען אלע מסכים פה אחד אז די מצב איז ביטער און עס קען נישט אזוי ווייטער אנגיין, מען מוז צירוק עפענען די חדרים און מיידל שולעס שוין יעצט. דאס איז אונזער פליכט אלס טרייע תורה אידן.
מיר טרעטן אט אט צו צום הייליגן יו״ט פון קבלת התורה, מיר גייען איבערציען דעם טלית אין זיך אויסוויינען ביי אהבה רבה, לאמיר שוין יעצט ווייזן פאר די תורה אז מיר מיינען עס מיט אן אמת, מיר האבן איר באמת ליב און מיר זענען גרייט צו טוהן וואס אימער זיך אנצונעמען פאר איר עלענדקייט.
לאמיר ארויסגיין פון אונזער קאמפארט זאון און און אויפהייבן א טעלעפאון צום מנהל רוחני און צום מנהל גשמי פון אונזערע מוסדות און בעטן, ביטע עפענטס שוין מארגן אויף אלע כיתות פונקט ווי אמאל. מיר זענען אלע גרייט אויף מסירת נפש בגוף ובממון מיר ווארטן נאר אויף אייך צו טוהן אונזער שליחות.
איך האב דאס שוין געטוהן איך האב מיך געבעטן ביי די מנהלים פון מיינע קינדערס מוסדות. איך גלויב אז א מבול פון פאון קאלס וועט אסאך מער אופטוהן. און דער גאווערנער מיטן מעיאר וועלן מוזן בע״כ יענה זיין אמן פונקט אזוי ווי זיי גייען עפענען די ביעטשעס דעם וויקענד.
מנהלי המוסדות האבן מיר געזאגט אז עס קען אפעקטירן די פראגראמען אין די בילדינג דעפט. קען פארשפארן בנינים אבער איך וויל פרעגן איז דאס גענוג סיבה אז אונזערע קינדערלעך זאלן זיך דרייען און פרייען נאך אפאר חדשים? האלט איר אז די תורה איז צופרידן מיט דעם תירוץ?
אנטשולדיגט פארן אוסברעך אבער איך קען שוין נישט צוקוקן וואס מען טוט דא מיט אונזער הייליגע תורה און וויאזוי עס גייט אדורך נאך א טאג און נאך א טאג אן די קוויטשקעדיגע קולו׳כלעך פון די קינדער און חדר פארדעם שאגתי מנהמת לבי און אולי וועט מען אנהייבן לייגן פרעשור אויף די מנהלים אויסצושרייען דעם מי לשם אלי און די שכינה הקדושה וועט זיך קענען צירוק משתעשע זיין מיט די הבל פיהם פון אונזערע תינוקות של בית רבן.


לאמיר רעדן ריאליסטיש

נישט קיין ספק און דעם אז קינדער גייען צוגרינד סאיז א חורבן איום ונורא.
אבער אז רעדט פון עפענען בנינים, איר זאגט דאך די מנהלים האבן אייך גענטפערט אז מקען אפשפארן די בילדינגס, נו וואס טוט איר אויף?? אז מוועט איין טאג קומען און בו ביום קומען אן פאליציי און לייגן א שלאס אויפן בנין?? דאס אז זיי זענען עלול אויף דעם האט מען דאך געזעהן ביי די מיזעלס פרשה, ווי פאר די מינדעסטע פארלעצונג האבן זיי זיך נישט אפגעהאלטן פון אפשליסן איין בנין נאכן צווייטען! מרעדט דאך נישט בלויז פון ווייאלעישאןס מרעדט פון אפשפארען בנינים!

היינט אליינס האבן זיי אפגעשפארט א ישיבה און דער מעיאר האט שוין אפילו געטוויט, נו וואס איז די אויפטהו??

אונטערן טיש פרובירט מען צו פארהאנדלען אז מזאל קענען עפענען אויף א לעגאלע פארנעם, נישט אז מהאלט שוין ערגעץ, אבער עפענען בע"כ גיבט זיכער נישט צו...

נאכאמאל, דאס אמאל זיכער די חורבן איז גאר גרויס, איך ברענג ארויס דעם חלק פון גיין מיט געוואלד איז לכאורה מער שאדן ווי אויפטהון רעאליסטיש גערעדט.



קרייסלער האקט
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

אויב וועלט מען געקענט וויייזן אז מיר וואטשן יעצט ווען מען מאכט אויף אזוי האלבוועגס, אבער אזוי ווי מען איגנארירט די סכנה פון א פרישע כוואליע ביי אלע איינגעשפארט ביז יעצט ח״ו, קען צופירן צו אן אמצע טאטאלע לאקדאון אויב חלילה די קעיסעס הייבן זיך נאכאמאל
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

טייערע אידן, באמת איז אונזער גובערנאטור נישט אזא רשע ווי מען מאכט אים. אבער פון די אנדערע זייט דארף מען פארשטיין אז ער האט יעצט א זעלטענע געלעגענהייט צו ווערן פעימאס איבערן לאנד מיטן ווערן געדעקט אין אלע צייטונגען מיט זיינע טעגליכע רעדעס ווי ער דברט זיינע שטותים והבלים און די מידיע פארשפרייט עס און עולם גולם קויפט עס מיט קעלבערנע התפעלות. פון אים אויס זאל אלעס זיין געשפארט פאר די נעקסטע פיר יאר ביז די נעקסטע פרעזידענט וואלן כדי ער זאל קענען באקומען זיין אטענשאן. ער וואלט געהיידזעקט די גאנצע סטעיט פאר זיין פארשטינקענע עגאו. דעריבער איז נישט די עצה זיך צו שלאגן מיט אים. ווייל דאס וועט אים נאר אריין שפילן. די איינציגסטע עצה איז צו עפענען די מוסדות באשיידענערהייט און צוביסלעך נישט צו ציעהן אויפמערקזאמקייט פונעם המון עם.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

ווער זאגט אז די הנהלת המוסדותער ארבעטען נישט 24/7?
אה זיי האבען מיך נישט גענומען אויף א טריוועי ליין מיט די באהערדע, מסתמה שלאפען זיי,
און בכלל פארוואס שרייבען זיי נישט אויף סאושעל מידיא אלע זייערע פלענער? ווי איז דעס געהערט געווארען? זאלען זיי קומען דא און ארויספאקען פאר יעדעם אלעס וואס זיי טוען! דעס איז די עיקר, צי סוועט זיין אפען צים סוף צי נישט צי מוועט לערנען תורה צי נישט דעס איז שוין נישט וויכטיג,
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

א שאד נאר מהאט געעפענט די בתי מדרשים אין קרית יואל מיט לויערס און דאקטוירים א שאד מהאט געארבעט מיט די שטאטישע געזונטהייט עקספערטען רואיג אין שטאט, מקען דאך ווען איבערדרייען מיט אינטערנעט פעטישענס אין גיין צי די מידיא פאר די זעלבע געלט, וואס האט מען אז די שולען זענען אפען פלעין אזוי?
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

קראום האט געשריבן:טייערע ברודער! מיר זענען אלע מסכים פה אחד אז די מצב איז ביטער און עס קען נישט אזוי ווייטער אנגיין, מען מוז צירוק עפענען די חדרים און מיידל שולעס שוין יעצט. דאס איז אונזער פליכט אלס טרייע תורה אידן.
מיר טרעטן אט אט צו צום הייליגן יו״ט פון קבלת התורה, מיר גייען איבערציען דעם טלית אין זיך אויסוויינען ביי אהבה רבה, לאמיר שוין יעצט ווייזן פאר די תורה אז מיר מיינען עס מיט אן אמת, מיר האבן איר באמת ליב און מיר זענען גרייט צו טוהן וואס אימער זיך אנצונעמען פאר איר עלענדקייט.
לאמיר ארויסגיין פון אונזער קאמפארט זאון און און אויפהייבן א טעלעפאון צום מנהל רוחני און צום מנהל גשמי פון אונזערע מוסדות און בעטן, ביטע עפענטס שוין מארגן אויף אלע כיתות פונקט ווי אמאל. מיר זענען אלע גרייט אויף מסירת נפש בגוף ובממון מיר ווארטן נאר אויף אייך צו טוהן אונזער שליחות.
איך האב דאס שוין געטוהן איך האב מיך געבעטן ביי די מנהלים פון מיינע קינדערס מוסדות. איך גלויב אז א מבול פון פאון קאלס וועט אסאך מער אופטוהן. און דער גאווערנער מיטן מעיאר וועלן מוזן בע״כ יענה זיין אמן פונקט אזוי ווי זיי גייען עפענען די ביעטשעס דעם וויקענד.
מנהלי המוסדות האבן מיר געזאגט אז עס קען אפעקטירן די פראגראמען אין די בילדינג דעפט. קען פארשפארן בנינים אבער איך וויל פרעגן איז דאס גענוג סיבה אז אונזערע קינדערלעך זאלן זיך דרייען און פרייען נאך אפאר חדשים? האלט איר אז די תורה איז צופרידן מיט דעם תירוץ?
אנטשולדיגט פארן אוסברעך אבער איך קען שוין נישט צוקוקן וואס מען טוט דא מיט אונזער הייליגע תורה און וויאזוי עס גייט אדורך נאך א טאג און נאך א טאג אן די קוויטשקעדיגע קולו׳כלעך פון די קינדער און חדר פארדעם שאגתי מנהמת לבי און אולי וועט מען אנהייבן לייגן פרעשור אויף די מנהלים אויסצושרייען דעם מי לשם אלי און די שכינה הקדושה וועט זיך קענען צירוק משתעשע זיין מיט די הבל פיהם פון אונזערע תינוקות של בית רבן.

די ווייסט וויפיל פאון קאלס די מנהלים באקומען?
אפשר פארקערט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר פארקערט »

איינער געדענקט נאך אפשר די טייטש פון מסירות נפש ?

לויט מיין אינפארמאציע דארף עס צי מיינען זיך לאזען הארגענען.

סא וואס קען מען טיען אז די רעגיראנג וויל אינז נישט הארגענען אויב מען עפנט די מוסדות נאר אנשטאט דעם שיקן זיי פלעין אהיים די קינדער.

אדרבה אויב איינער האט א וועג ווי אזוי זיך מוסר נפש צי זיין אויף דעם בין איך גרייט צי העלפען.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

ארחיקה נדד האט געשריבן:
קראום האט געשריבן:טייערע ברודער! מיר זענען אלע מסכים פה אחד אז די מצב איז ביטער און עס קען נישט אזוי ווייטער אנגיין, מען מוז צירוק עפענען די חדרים און מיידל שולעס שוין יעצט. דאס איז אונזער פליכט אלס טרייע תורה אידן.
מיר טרעטן אט אט צו צום הייליגן יו״ט פון קבלת התורה, מיר גייען איבערציען דעם טלית אין זיך אויסוויינען ביי אהבה רבה, לאמיר שוין יעצט ווייזן פאר די תורה אז מיר מיינען עס מיט אן אמת, מיר האבן איר באמת ליב און מיר זענען גרייט צו טוהן וואס אימער זיך אנצונעמען פאר איר עלענדקייט.
לאמיר ארויסגיין פון אונזער קאמפארט זאון און און אויפהייבן א טעלעפאון צום מנהל רוחני און צום מנהל גשמי פון אונזערע מוסדות און בעטן, ביטע עפענטס שוין מארגן אויף אלע כיתות פונקט ווי אמאל. מיר זענען אלע גרייט אויף מסירת נפש בגוף ובממון מיר ווארטן נאר אויף אייך צו טוהן אונזער שליחות.
איך האב דאס שוין געטוהן איך האב מיך געבעטן ביי די מנהלים פון מיינע קינדערס מוסדות. איך גלויב אז א מבול פון פאון קאלס וועט אסאך מער אופטוהן. און דער גאווערנער מיטן מעיאר וועלן מוזן בע״כ יענה זיין אמן פונקט אזוי ווי זיי גייען עפענען די ביעטשעס דעם וויקענד.
מנהלי המוסדות האבן מיר געזאגט אז עס קען אפעקטירן די פראגראמען אין די בילדינג דעפט. קען פארשפארן בנינים אבער איך וויל פרעגן איז דאס גענוג סיבה אז אונזערע קינדערלעך זאלן זיך דרייען און פרייען נאך אפאר חדשים? האלט איר אז די תורה איז צופרידן מיט דעם תירוץ?
אנטשולדיגט פארן אוסברעך אבער איך קען שוין נישט צוקוקן וואס מען טוט דא מיט אונזער הייליגע תורה און וויאזוי עס גייט אדורך נאך א טאג און נאך א טאג אן די קוויטשקעדיגע קולו׳כלעך פון די קינדער און חדר פארדעם שאגתי מנהמת לבי און אולי וועט מען אנהייבן לייגן פרעשור אויף די מנהלים אויסצושרייען דעם מי לשם אלי און די שכינה הקדושה וועט זיך קענען צירוק משתעשע זיין מיט די הבל פיהם פון אונזערע תינוקות של בית רבן.


לאמיר רעדן ריאליסטיש

נישט קיין ספק און דעם אז קינדער גייען צוגרינד סאיז א חורבן איום ונורא.
אבער אז רעדט פון עפענען בנינים, איר זאגט דאך די מנהלים האבן אייך גענטפערט אז מקען אפשפארן די בילדינגס, נו וואס טוט איר אויף?? אז מוועט איין טאג קומען און בו ביום קומען אן פאליציי און לייגן א שלאס אויפן בנין?? דאס אז זיי זענען עלול אויף דעם האט מען דאך געזעהן ביי די מיזעלס פרשה, ווי פאר די מינדעסטע פארלעצונג האבן זיי זיך נישט אפגעהאלטן פון אפשליסן איין בנין נאכן צווייטען! מרעדט דאך נישט בלויז פון ווייאלעישאןס מרעדט פון אפשפארען בנינים!

היינט אליינס האבן זיי אפגעשפארט א ישיבה און דער מעיאר האט שוין אפילו געטוויט, נו וואס איז די אויפטהו??

אונטערן טיש פרובירט מען צו פארהאנדלען אז מזאל קענען עפענען אויף א לעגאלע פארנעם, נישט אז מהאלט שוין ערגעץ, אבער עפענען בע"כ גיבט זיכער נישט צו...

נאכאמאל, דאס אמאל זיכער די חורבן איז גאר גרויס, איך ברענג ארויס דעם חלק פון גיין מיט געוואלד איז לכאורה מער שאדן ווי אויפטהון רעאליסטיש גערעדט.



קרייסלער האקט

קרייסלער האקט נישט. כבין מיט דיר אויף איין פעיזש
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנס היום »

נשמה האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:
אפטרופס האט געשריבן:
זכאי האט געשריבן:
קראום האט געשריבן:אויב שוין, פארוואזשע נעמט מען נישט אריין דאס עפענען די מוסדות אין דעם קאמפיין?
אן די הבל פיהם האמיר דאך נישט קיין עקזיסטענץ בכלל. פארוואס איז אין פוצה פה ומצפצף?

https://www.change.org/p/andrew-m-cuomo ... asic_share

ריכטיגע דיבורים

דער בחור רעדט צו דער זאך!

מ'דארף גיין מיט שכל. נישט דשיהאד.

סתם פאר אינטערסאנטקייט וואס טוסטו פאר פרנסה? עס געפעלט מיר דיין קאלטקייט פאר אנדערע אידן , זעט אויס ווי די האסט עפעס א פייפליין פון געלט...און דיר באדערט נישט אנדערע בכלל
פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנס היום »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:
אפטרופס האט געשריבן:
זכאי האט געשריבן:
קראום האט געשריבן:אויב שוין, פארוואזשע נעמט מען נישט אריין דאס עפענען די מוסדות אין דעם קאמפיין?
אן די הבל פיהם האמיר דאך נישט קיין עקזיסטענץ בכלל. פארוואס איז אין פוצה פה ומצפצף?

https://www.change.org/p/andrew-m-cuomo ... asic_share

ריכטיגע דיבורים


שטארק און ריכטיג.
דא ליגט אבער דער גרויסער אבער
דער "מוסד" זאל זיין גרייט פאר זי ווייאלעשנס
דער "אדמיניסטרעיטר" און דער "מלמד" זאלן זיין גרייט צו זיצן

גיי ארויף צום מנהל המוסד, מאך מיט עם א געהעריגע לעגאלע ליעס (ער וועט דיר ניטאמאל טשארדזשן געלט) הענג אויף א צעטל אויפן בילדינג "מוסד מסירת נפש" תחת הנהלת וואטעווער און עפן אויף

אז 75 פארצענט מוסדות עפענען אויף געהעריג גייען זיי גארנישט קענען טין, מען גייט קיינעם נישט ארעסטירן, די זעלבע מיט געשעפטן יעדער דארף עפענען מיט א ברייטקייט אויף איינמאל
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

אחד הרבנים האט געשריבן:
אפטרופס האט געשריבן:

ריכטיגע דיבורים

דער בחור רעדט צו דער זאך!

ער רעדט צו דער זאך און עס איז ריכטיגע דיבורים און א שיינע שלוש סעודות תורה אבער דאס אלעס איז נאך די הנחה אז עס איז מער נישט קיין העלט ריסק נאר פאליטיק למעשה איז ער %100 נישט גערעכט די זיבן תנאים צו קענען אנפאנגען עפענען מאכט זייער אסאך סענס און איז זייער וויכטיג!
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

עס איז פארהאן גענוג ביזנעס וואס מ'קען לאזן עפענען מיט גיידליינס נאך בעפאר מ'עפנט אפיציעיל די סטעיט
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7264
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

ח"ו, זיינע ווערטער זענען טויזעהט מאל ערגער, טראמפ האט נאכנישט געזאגט אזאנס.
און זיין יעצטיגע פאליטישע אויפפירונג ווי ער לייגט נוי יארק צוגרונד אלס לכבוד פאליטיק, האט זיך גארנישט וואס צו שעמען פון טראמפ'ס אויפפירונג, אויב ס'נישט ערגער.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך IMBZ »

איעדע ריר וואס ער געט זיך שטינקט פין זיין מחשבה אז ער לויפט פאר פרעזידענט.
זיין קאפ ליגט אים מער אין 2024 ווי אין די קאוויד 19.
זאל ער גיין ווי די פעפער וואקסט אין לאזן עפענען די שולן אין חדרים.
metsboy
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך metsboy »

IMBZ האט געשריבן:איעדע ריר וואס ער געט זיך שטינקט פין זיין מחשבה אז ער לויפט פאר פרעזידענט.
זיין קאפ ליגט אים מער אין 2024 ווי אין די קאוויד 19.
זאל ער גיין ווי די פעפער וואקסט אין לאזן עפענען די שולן אין חדרים.


אז ער לויפט און 2024 גייען אלע עסקנים / מוסדות הייסען שטימען פאר אים.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

קאומא האט מיט זיינע פאליסיס דעסטרויד אידישע פרנסות, טויזענטער בחורים, יונגלעך און מיידלעך באקומען נישט קיין טראפ פון די וויכטיגע חינוך און די וויכטיגע סטראקטשער, פארקנאקט אידישע בתי מדרשים אן קיין מהלך פון עפענען, זיינע פאליסיס פאר שפיטעלער האבען אין פאקט געהרגעט צענדליגע טויזענטע ניו יארקע ובתוכם הינדערטער אידישע נפשות.

אזא ביטער שרעקליכע רעפארט קארד אן קיין קאנסקווענסען, מיט א קעראפט מידיע וואס רופט אים נישט ארויס דערפאר, עס איז מיינד באגעלינג ווי דער האט בכלל נישט קיין פלאן א חוץ טעראר און מידיע טעיקאווער פאר אפאר שעה א טאג.

ווען וועלט איז וועלט וואלט מען אים אראפגעזעצט פון בענקעל א חודש צוריק, יבוא יומו וואס דער גייט אפ געבן דין וחשבון אויף זיינע איבערגעטריבענע פאליסיס וואס האט נאר ערגער געמאכט פאר ניו יארקע ובפרט איבער שפיטעלער, די הנהלה דא האט נישט ליב ווען מען שרייבט צו עקסטרעם אויף א עקזיסטירענדע פירער וואס איז נאך כהיום מאכטפוהל, איך פארשטיי עס.

אבער מצד די בליק אויף דעם אומקאמפעטענץ דאס איז ארויס פון יעדע נארמאלקייט! אויב ווערט ער נישט אויסגעפארשט פאר זיינע מעשים דאן איז עק וועלט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
metsboy
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך metsboy »

מטעמים האט געשריבן:קאומא האט מיט זיינע פאליסיס דעסטרויד אידישע פרנסות, טויזענטער בחורים, יונגלעך און מיידלעך באקומען נישט קיין טראפ פון די וויכטיגע חינוך און די וויכטיגע סטראקטשער, פארקנאקט אידישע בתי מדרשים אן קיין מהלך פון עפענען, זיינע פאליסיס פאר שפיטעלער האבען אין פאקט געהרגעט צענדליגע טויזענטע ניו יארקע ובתוכם הינדערטער אידישע נפשות.

אזא ביטער שרעקליכע רעפארט קארד אן קיין קאנסקווענסען, מיט א קעראפט מידיע וואס רופט אים נישט ארויס דערפאר, עס איז מיינד באגעלינג ווי דער האט בכלל נישט קיין פלאן א חוץ טעראר און מידיע טעיקאווער פאר אפאר שעה א טאג.

ווען וועלט איז וועלט וואלט מען אים אראפגעזעצט פון בענקעל א חודש צוריק, יבוא יומו וואס דער גייט אפ געבן דין וחשבון אויף זיינע איבערגעטריבענע פאליסיס וואס האט נאר ערגער געמאכט פאר ניו יארקע ובפרט איבער שפיטעלער, די הנהלה דא האט נישט ליב ווען מען שרייבט צו עקסטרעם אויף א עקזיסטירענדע פירער וואס איז נאך כהיום מאכטפוהל, איך פארשטיי עס.

אבער מצד די בליק אויף דעם אומקאמפעטענץ דאס איז ארויס פון יעדע נארמאלקייט! אויב ווערט ער נישט אויסגעפארשט פאר זיינע מעשים דאן איז עק וועלט.

אגרי 1000 פארצענט
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7264
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: @ReOpenNY אידן האבן אנגעהויבן א קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

זיינע רעגולאציעס זענען בכלל נישט געווען איבערגעטריבן.
די צייט ווילאנג די רעגולאציעס גייען אן, דאס איז זייער איבערגעטריבן.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”