מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

to the care of the patient ווערט אויסגעטייטשט דורך שפיטעלער אז אויב זיי האבן נישט די מעגליכקייט צו קערן פאר א פאציענט צום ביישפיל דארפסט אריין ברענגען א פראפעסער צו באהאנדלען א זעלטענע מחלה וואס די שפיטאל דאקטוירעם זענען נישט באהאווענט
קענסט טענה'ן אויף דעם אבער דעס האבן זיי געזאגט -און אלבאני האט נישט געזאגט אנדערש!
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

lebediger berel האט געשריבן:to the care of the patient ווערט אויסגעטייטשט דורך שפיטעלער אז אויב זיי האבן נישט די מעגליכקייט צו קערן פאר א פאציענט צום ביישפיל דארפסט אריין ברענגען א פראפעסער צו באהאנדלען א זעלטענע מחלה וואס די שפיטאל דאקטוירעם זענען נישט באהאווענט
קענסט טענה'ן אויף דעם אבער דעס האבן זיי געזאגט -און אלבאני האט נישט געזאגט אנדערש!

עס איז געווען פיצעלע שינויים לטובה אינעם צווייטן בריוו בנוגע דיימענשיע וכדו' וואס האט געלאזט אביסל ברייטער אויסטייטשן אבער אפילו מאונט סייני דער "טוב שברופאים" האט געשטעלט א ווידערשטאנד ווי אייזן אז נישט דאס מיינט מען
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטשיגער »

אפשר זענען פארהאן מענטשען וואס וואלטן מנדב געווען זייער קאר פארן מעמד, בעת אנדערע וואלטן אוועק געגעבן פון זייער צייט, ברויך מען מאכן אזאנע שדכנות'ער...
קאפ און אקסל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 9:11 am

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפ און אקסל »

ר׳ בערל אויב קענט איר האבן ר׳ זלמן ווידער מיט הרב דרעזנער אן באורד איז דא א ערנסטע טשענס פאר א יוטש סוקסעס.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

מאנסי שטופער האט געשריבן:בערעלע אונז זענען מיר מיר גרייט!!

זונטאג איז נישט בעסער?

ר' בערל הזקן האט געפרעגט כמה פעמים א דעיט, און ווי די שטייגער ביי אונז חסידים אז מ'רופט זיך נישט אן, נאר איינער מאכט אפ און דער גאנצער עולם מוז אגריען.

אויף יעדן טאג וועט זיין א תירוץ פאר איינעם אז עס איז נישט גוט, לאמיר עס לאזן אויף די באשטימטע טאג, יעדער וועט זיך אנשטרענגען צו גיין, און ווער עס קען נישט זאל פרובירן צו טון עסקנות אויף א צווייטע אופן, און פרובירן צו באיינפלוסן די וואס קענען יא.

ובשם ה' נעשה ונצליח!
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

קאפ און אקסל האט געשריבן:ר׳ בערל אויב קענט איר האבן ר׳ זלמן ווידער מיט הרב דרעזנער אן באורד איז דא א ערנסטע טשענס פאר א יוטש סוקסעס.

אוודאי אזוי! אבער מען זוכט דא מער גויים ווי אידן...
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

טשאלענט האט געשריבן:
קאפ און אקסל האט געשריבן:ר׳ בערל אויב קענט איר האבן ר׳ זלמן ווידער מיט הרב דרעזנער אן באורד איז דא א ערנסטע טשענס פאר א יוטש סוקסעס.

אוודאי אזוי! אבער מען זוכט דא מער גויים ווי אידן...

מקען קאמפיינען ביי אידן מזאל געבן די קארס פאר די ארבייטער גויים און זיי צוצאלן וכו'
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

וואס איז די מעסעדזש פונעם פראטעסט? א ריפארטער פון סי. ען. ען. קומט און פרעגט די משתתפים, זאגטס מיר אין דרייסיג סעקונדעס, וואס פראטעסטירן ענק און וואס פארלאנגען ענק? דארף זיין קלארע דיבורים, קורץ און שארף. ווען דאס איז מסודר, קען מען האבן די ציפעדיגע פראוואצירנדע סיינס וואס פראפעסיאנעלע פראטעסטירער האבן צו ציען נייגער און פרעסע דעקונג מיט "טאלקינג פאינטס" וואס מ'קען גרינג איבערזאגן.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

איך בין אין,
חזק ואמץ
The Divided States Of America
געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבורטסטאג »

יש בו האט געשריבן:איך בין אין,
חזק ואמץ

כוועל אבער מאכן א עקסטערע קאר-וואש אויב סקומען ארויס עסקנים אינטער אמת'ע נעמען
גאאאאד מארנינג רבותי..... אה!
פרוכט בוים
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכט בוים »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

וואס איז די מעסעדזש פונעם פראטעסט? א ריפארטער פון סי. ען. ען. קומט און פרעגט די משתתפים, זאגטס מיר אין דרייסיג סעקונדעס, וואס פראטעסטירן ענק און וואס פארלאנגען ענק? דארף זיין קלארע דיבורים, קורץ און שארף. ווען דאס איז מסודר, קען מען האבן די ציפעדיגע פראוואצירנדע סיינס וואס פראפעסיאנעלע פראטעסטירער האבן צו ציען נייגער און פרעסע דעקונג מיט "טאלקינג פאינטס" וואס מ'קען גרינג איבערזאגן.

I think it should not be a message only it should be questions

this will maybe attract the general public to realize what's going on

like
Dear governor Ym's can you simply explain why the state of NY has 30% of American deaths

Why didn't you look into the hospitals to see how many nurses are really on the front line not just eating lunch

If the hospitals are really overwhelmed and can't feet my mother why didn't you let me in to feet my mother and help her survive

Why didn't you follow the success (failure) rate from each individual hospital

What happen with the ship the federal send ASAP

What happen with the javits center

You name it. I am not as good in it
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

צו די ערשטע פראטעסט בין איך געווען עקסיידעט (איך האב דעמאלס געהאלטן אינמיטן א פרשה מיט א נאנטן אין שפיטאל). היות די וואס הייסן כסדר וועלן האב "גענומען די זאך אין די האנט" האבן זיי אזויפיל אויפגעטוהן אז די רידעריי פונעם ציבור האט זיך אביסל אויפגעהערט ווייל די "עסקנים" טוען דאך שוין....

זייט איך האב באקומען מיסטריעזע ענטפער'ס פון פאליטשאנס-עסקנים (נישט פארמישן מיט יחידים וואס זענען זיך מפקיר פאר'ן ציבור, א שטייגער ווי פריוואטע געטרייע הצלה לייט) איבער די מצב אין די שפיטעלער, האב איך גלייך פארשטאנען אז זייערע אינטערעסן איז נישט די זעלבע ווי דאס וואס דער ציבור רודערט יעצט, ממילא ווען זיי האבן ענדליך "גענומען די זאך אין די האנט" האב איך גלייך געטראכט אז דאס איז סך הכל א מיטל אז דער ציבור זאל אויפהערן רידערן.

ממילא צו די ערשטע פראטעסט בין איך טאקע געווען עקסיידעט, אבער היות די עסקנים האבן גענומען די זאך אין די האנט, האבן זיי טאקע דערגרייכט דעם ציל און מען איז איינגעשלאפן, בין איך אויך טאקע איינגעשלאפן, און די פרישקייט צו טוהן ווייטער האט געדראפט אביסל....

לעבעדיגער האסט אן עצה?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

טראק דרייווער האט געשריבן:צו די ערשטע פראטעסט בין איך געווען עקסיידעט (איך האב דעמאלס געהאלטן אינמיטן א פרשה מיט א נאנטן אין שפיטאל). היות די וואס הייסן כסדר וועלן האב "גענומען די זאך אין די האנט" האבן זיי אזויפיל אויפגעטוהן אז די רידעריי פונעם ציבור האט זיך אביסל אויפגעהערט ווייל די "עסקנים" טוען דאך שוין....

זייט איך האב באקומען מיסטריעזע ענטפער'ס פון פאליטשאנס-עסקנים (נישט פארמישן מיט יחידים וואס זענען זיך מפקיר פאר'ן ציבור, א שטייגער ווי פריוואטע געטרייע הצלה לייט) איבער די מצב אין די שפיטעלער, האב איך גלייך פארשטאנען אז זייערע אינטערעסן איז נישט די זעלבע ווי דאס וואס דער ציבור רודערט יעצט, ממילא ווען זיי האבן ענדליך "גענומען די זאך אין די האנט" האב איך גלייך געטראכט אז דאס איז סך הכל א מיטל אז דער ציבור זאל אויפהערן רידערן.

ממילא צו די ערשטע פראטעסט בין איך טאקע געווען עקסיידעט, אבער היות די עסקנים האבן גענומען די זאך אין די האנט, האבן זיי טאקע דערגרייכט דעם ציל און מען איז איינגעשלאפן, בין איך אויך טאקע איינגעשלאפן, און די פרישקייט צו טוהן ווייטער האט געדראפט אביסל....

לעבעדיגער האסט אן עצה?

גראדע האב איך מיך איינגעהאלטן פון שרייבן דא פאר לעבעדיגע בערל בשעתו אז סדארף נישט זיין קיין סתירה צי די עסקנים
אבער למעשה האבעך דאך נישט געוואוסט צי סאיז ריכטיג אדער צי סוועט שאדן מאכן די עסקנות אבער יעצט לכאורה זעה איך נישט וואס מקען שאדן האבן, מהאלט דאך שוין נאך אלע השתדלות, די איינציגע שאלה וואס סדא לכאורה איז אויב ממעג זעהן דא אידן אדער נישט ווייל למעשה קען זיך די רשעים חלילה נוקם זיין
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
פרוכט בוים
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכט בוים »

lebediger berel האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:לדעתי, א פלאטע פון 10-15 לוויה קארס ארומפארן פוירסט עוועניא, א גאנצן טאג. דארף האבן פאסיגע טאוולען דערויף, Human Lives Matter, וכו,
דארף האבן א קלארע מעסעדזש:
ארויסברענגען אז האבן משפחה ביים בעט פון חולה ראטעוועט לעבענס.
Call for action, to contact lawmakers and hospital administrators to change the dangerous practice.

גראדע א גוטע געדאנק נישט אזוי טייער.
נאר דיין נוסח איז נישט פערפעקט ווייל קאומאו אדמיניסטראציע האט "פארבאטן" אריין צו לאזן און זיי האלטן זיך פעסט ווי אייזן (איך מיין איך ווייס פארוואס אבער דאס וועל איך נישט מגלה זיין) און לויט די אפיציעלע ווערסיע דארף קאומאו טוישן נישט די שפיטעלער, די אונטערן טיש קענסטו דאך נישט זאגן ווייל ווער וועט דיר גלייבן

Who cares about the nisuch has nothing to do with our community any private gut can arrange it
someone as an individual can do it someone just need to pick up the phone and get it done but not everyone is made to arrange this
but many steps like this can be takes has nothing to do with satmer
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

האט איינע פון אונזערע עסקנים געפרעגט די גאווערנאר צו מען קען ביטע עפענען די שפיטעלער פאר מענטשען וואס האבען גענומען די אנטי באדי טעסט? רבי משה דוד נידערמאן האט א אפענע אויער ביי קאמאו האט ער אים געפרעגט די שאלה? יא אדער ניין? אויב נישט דאן פארוואס פראטעסטירען פאר מען פרעגט? אויב האט מען יא געפרעגט וואס איז געוועהן די ענטפער?

אויב איז עס א שכלדיגע ענטפער זאל דאס ווערן פאבליצירט און אנגענימען אויב איז עס נישט קיין שכלדיגע ענטפער דאן וואלט כדאי געוועהן צו זאגען דעם גאווערנאר אז מיר פלאנען א גרויסע מאסען פיקעטינג אין פארענט פון איינע פון די גרויסע שפיטעלער צו ברענגען אווערנעסס פאר די אישו און צו ער האט א פראבלעם דערמיט?!

די סטראשע פון א עסקניותדיגע מאסען פיקעטינג דארף צו קענען אויפטוהן א סך, די הויפטען פון די ניו יארקע שפיטעלער זענען ריזיגע בעלי גאוות אבער זיי ווייסען אויך אז ביזנעס קומט בעפאר פלעזשור אויב זייער נאמען ווערט פארמיאוסט פארען נישט אריינלאזען פאציענטען איז עס עפעס וואס זיי וועלן פרובירען פארמיידען פאר יעדע פרייז.

א בריוו פון אלע אידישע הצלה ארגענעזאציעס אז זיי גייען נישט ברענגען מער קיין איין פאציענט צו ען וויי יו למשל דארף צו קענען ברענגען אימידיעט רעזולטאטען, מען דארף זיין גרייט אויס צו פירען די סטראשע עד הסוף.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

מטעמים האט געשריבן:האט איינע פון אונזערע עסקנים געפרעגט די גאווערנאר צו מען קען ביטע עפענען די שפיטעלער פאר מענטשען וואס האבען גענומען די אנטי באדי טעסט? רבי משה דוד נידערמאן האט א אפענע אויער ביי קאמאו האט ער אים געפרעגט די שאלה? יא אדער ניין? אויב נישט דאן פארוואס פראטעסטירען פאר מען פרעגט? אויב האט מען יא געפרעגט וואס איז געוועהן די ענטפער?

מטעמים די רעדסט צו דער זאך.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך IMBZ »

נוקם זיין ווען??
די שפיטעלער בלייבן לויט זיי פארשלאסן כאטש נאך אהאלבע יאר לויט ח״וו.
דאס וועט אינקלאדן אלע מענטשן וואס גייען זיין אין שפיטאל פאר סיי וועלכע סיבה די נעקסטע האלס יאר.
הרב אליעזר האגער יוכיחו אז מען זארגט זיך נישט אויף נקמה נישטא קיין צייט פאר נקמה עס ברענט א פייער.
מען קען יעצט ראטעווען מענטשן. נישט סטאם ראטעווען לעבנס, נאך סאך מער מענטשן וויפיל גרויסע עסקנים האבן אגאנצן לעבן.
איך בין אסאך שוין געווען מיט אידן אין שפיטאל ספיציעל מיט מענטשן מיט די ביטערע מחלה, איך פארשטיי נישט וויאזוי איינער קען חוזק מאכן פין ר בער אפי אויף אהאלבע פארצענט אז דאס גיייט אויפטין.
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3975
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

lebediger berel האט געשריבן:
מאנסי שטופער האט געשריבן:בערעלע אונז זענען מיר מיר גרייט!!

זונטאג איז נישט בעסער?

איך האב געוואלט וואו פריער, ל"ג בעומר נישט, א טאג מנוחה נאך ל"ג בעומר, זאל מען ווארטן ביז זונטאג? וואס האלט דער עולם, כ'האב געפרעגט וועגן א דעיט האט זיך קיינער נישט אנגערופן

א זונטאג איז לכאורה בעסער אבער איך וועל פרובירן זיך צושטעלן בל"נ
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

lebediger berel האט געשריבן:to the care of the patient ווערט אויסגעטייטשט דורך שפיטעלער אז אויב זיי האבן נישט די מעגליכקייט צו קערן פאר א פאציענט צום ביישפיל דארפסט אריין ברענגען א פראפעסער צו באהאנדלען א זעלטענע מחלה וואס די שפיטאל דאקטוירעם זענען נישט באהאווענט
קענסט טענה'ן אויף דעם אבער דעס האבן זיי געזאגט -און אלבאני האט נישט געזאגט אנדערש!

אבער אלבאני קען למעשה צוריקשרייען וואס ווילט עטץ פון מיר? די שפיטעילער האבען די ליגעל רעכט אריינצולאזען, גייטס פראטעסטען קעגען זיי!
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

איך פארשטיי נישט. די הויכע שישקעס ביי אונזער קאמיוניטי האבן קלאר געזאגט די שפיטעלער זענען דאך אזוי געטריי? זאל מען ווארטן ביז זיי וועלן זיך ריליעסן פון די אווערוועלמינג פרעשור און פארטיג.

איך בין צומישט אויף טויזנט......

שוין גארנישט צומישט, זייער קלאר ליידער
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
פרוכט בוים
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכט בוים »

קען מען דען נישט טרעפן פינעף גוישע אנגעווייטאגטע משפחות?
אויב קומט עס פון די גוים אויך דארף מען נישט זיין פאליטיש מען קען פיקעטן קעגן די האספיטעלס אויך
א משפחה וואס איז אנגעווייטאגט מעג רעיסן זיין וואיס און האבן סופארטערס . מענטשן וועלן האבן מער דרך ארץ פאר אזא פראטעסט דארף נישט זיין א גרויס פראטעסט 20 פלאקאטן קען הייבן אפשר אויגן ברעמען
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

מטעמים האט געשריבן:האט איינע פון אונזערע עסקנים געפרעגט די גאווערנאר צו מען קען ביטע עפענען די שפיטעלער פאר מענטשען וואס האבען גענומען די אנטי באדי טעסט? רבי משה דוד נידערמאן האט א אפענע אויער ביי קאמאו האט ער אים געפרעגט די שאלה? יא אדער ניין? אויב נישט דאן פארוואס פראטעסטירען פאר מען פרעגט? אויב האט מען יא געפרעגט וואס איז געוועהן די ענטפער?

אויב איז עס א שכלדיגע ענטפער זאל דאס ווערן פאבליצירט און אנגענימען אויב איז עס נישט קיין שכלדיגע ענטפער דאן וואלט כדאי געוועהן צו זאגען דעם גאווערנאר אז מיר פלאנען א גרויסע מאסען פיקעטינג אין פארענט פון איינע פון די גרויסע שפיטעלער צו ברענגען אווערנעסס פאר די אישו און צו ער האט א פראבלעם דערמיט?!

די סטראשע פון א עסקניותדיגע מאסען פיקעטינג דארף צו קענען אויפטוהן א סך, די הויפטען פון די ניו יארקע שפיטעלער זענען ריזיגע בעלי גאוות אבער זיי ווייסען אויך אז ביזנעס קומט בעפאר פלעזשור אויב זייער נאמען ווערט פארמיאוסט פארען נישט אריינלאזען פאציענטען איז עס עפעס וואס זיי וועלן פרובירען פארמיידען פאר יעדע פרייז.

א בריוו פון אלע אידישע הצלה ארגענעזאציעס אז זיי גייען נישט ברענגען מער קיין איין פאציענט צו ען וויי יו למשל דארף צו קענען ברענגען אימידיעט רעזולטאטען, מען דארף זיין גרייט אויס צו פירען די סטראשע עד הסוף.

יעדער וואס האט א השפעה אויפן גאווערנער האט שוין פרובירט 6 וואכן צוריק און יעצט האלט עס שוין נישט נאר היימישע נאר אויך די גרעסטע פון די גרעסטע פון אלע פארטייען אין אסעמבלי סענאט קאנסיל און אזזש ביזן קאנגרעס און דער טייגער רירט זיך נישט דערווייל.
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

ביטע ביטע איך בעט אייך ווארט נישט אויף קיין אקעי פון די 'עסקנים', זייער הענט איז ליידער געבינדן אין די טעג...

טוטס צום זאך און לאמיר ארויסקומען אין די מאסן בנערינו ובזקיננו לאלפים ורבבות, אויסשרייען אונזער טיפסטע ווייטאג און פארדאמונג אויף די שרעקליכע מעשי רשע ורצח וואס טוט זיך אפ אין די יעצטיגע טעג לעיני השמש.

ווארט נישט אויף קיין שום אפיציעלע ארגאניזאציעס, ווי הצלה וכדו', זיי גייען קיינמאל מיטארבעטן מיט אזא פלאן.

לאמיר טוען צום זאך, לאמיר אליין זיין די 'עסקנים', צו זיין א עסקן דארף מען נישט קיין פערמיט, משה מארגערעטן יוכיח.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2682
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

איך בין אין
אויב קען מען ביטע אדרעסירן די קימענדיגע ברענעדיגע
פראגעס פאר ר' בערל אדער איינער וואס קען ענטפערן

ווי אזוי איז מעגליך צו מאכן אזא זאך אן סזאל ארויסשטארן אז אידן מאכן דאס?

לאמיר שוין זאגן אז די גייסט שאפן אפילן עטליכע גוישע פאמיליעס, אבער וויפיל גוים גייען דען קימען פיקעטן?
גייט דען נישט רוב קארס זיין אידן?

גייט נישט די מידיע זיין פארנימען אז אידן האבן פראטעסטירט די שפיטעלער?

איך פארשטיי אז מגייט נישט פראטעסטירן די דאקטוירים נאר די פירערשאפט קענסט דאס שרייען ביז מארגן אבער די מידיע גייט דאס דעקן אז מפראטעסטירט די שפיטעלער זיי גייען נישט וויסן די חילוק

ווי אזוי גייט א דאקטאר און שפיטאל צו א נוירס באהאנדלן א איד די נעקסטע טאג ווען זי גייט זעען אויפן טיימס פראנט דעקל אז די אידן פראטעסטירן די שפיטעלער? האסט געטראכט דערפון?

און לאמיר שוין זאגן אז די מעסעדש גייט יא ארויסקימען אז ממיינט די פירערשאפט פון שפיטאל.. האט דען נישט די פירערשאפט גענוג וועגן ווי אזוי און די צוקונפט זיך נוקם צו זיין?

די געדאנק איז גוט אבער ווי לאנג די האסט נישט קיין 1000% וועג אז מזאל עס קיינמאל נישט קענען בכלל לינקן צו אידן איז דאס א שפיל מיט פייער און קען מער שאדן מאכן ווי אויפטון
לעצט פארראכטן דורך שׁעמעדיגער אום פרייטאג מאי 08, 2020 2:06 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2682
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: מאסן קאר פראטעסט דאנערשטאג בהר בחוקותי נ.י. - מאנהעטן - אלבאני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

געוואלטיג האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:האט איינע פון אונזערע עסקנים געפרעגט די גאווערנאר צו מען קען ביטע עפענען די שפיטעלער פאר מענטשען וואס האבען גענומען די אנטי באדי טעסט? רבי משה דוד נידערמאן האט א אפענע אויער ביי קאמאו האט ער אים געפרעגט די שאלה? יא אדער ניין? אויב נישט דאן פארוואס פראטעסטירען פאר מען פרעגט? אויב האט מען יא געפרעגט וואס איז געוועהן די ענטפער?

אויב איז עס א שכלדיגע ענטפער זאל דאס ווערן פאבליצירט און אנגענימען אויב איז עס נישט קיין שכלדיגע ענטפער דאן וואלט כדאי געוועהן צו זאגען דעם גאווערנאר אז מיר פלאנען א גרויסע מאסען פיקעטינג אין פארענט פון איינע פון די גרויסע שפיטעלער צו ברענגען אווערנעסס פאר די אישו און צו ער האט א פראבלעם דערמיט?!

די סטראשע פון א עסקניותדיגע מאסען פיקעטינג דארף צו קענען אויפטוהן א סך, די הויפטען פון די ניו יארקע שפיטעלער זענען ריזיגע בעלי גאוות אבער זיי ווייסען אויך אז ביזנעס קומט בעפאר פלעזשור אויב זייער נאמען ווערט פארמיאוסט פארען נישט אריינלאזען פאציענטען איז עס עפעס וואס זיי וועלן פרובירען פארמיידען פאר יעדע פרייז.

א בריוו פון אלע אידישע הצלה ארגענעזאציעס אז זיי גייען נישט ברענגען מער קיין איין פאציענט צו ען וויי יו למשל דארף צו קענען ברענגען אימידיעט רעזולטאטען, מען דארף זיין גרייט אויס צו פירען די סטראשע עד הסוף.

יעדער וואס האט א השפעה אויפן גאווערנער האט שוין פרובירט 6 וואכן צוריק און יעצט האלט עס שוין נישט נאר היימישע נאר אויך די גרעסטע פון די גרעסטע פון אלע פארטייען אין אסעמבלי סענאט קאנסיל און אזזש ביזן קאנגרעס און דער טייגער רירט זיך נישט דערווייל.

סא ווער איז שילדיג? קאומא אדער די שפיטאל פירערשאפט?
וועם טארגעט מען דא?

פארוואס טאקע איז די גאווערנער אזוי פארקנאקט דאס מאל???? דעיס דארף א הסברה
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”