כ'דארף וויכטיג הילף אין סיינען מיין אימעיל אקואנט צו אוטלאק

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

ברוך_שמו

כ'דארף וויכטיג הילף אין סיינען מיין אימעיל אקואנט צו אוטלאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך_שמו »

ביטע ועור עס ווייסט ויאזוי מיר צו העלפן.
מיין דאמעין נאמען האבעך געקויפט פון "מייקראסאפט אפיס לייוו" - און זיי געבן דיר בלויז א "קאנעקטאר" וועלכע טוט ליינען די מעסעדשעס אויף אוטלוק. אבער עס איז אלעס אויפן וועב און וואס כ'מעק איז לעולם. אזוי אויך דויערט עס מוראדיג לאנג ווילאנג איך זעה עס אין אוטלאק.
דעריבער זוך איך עפעס א וועג ארויפצוסיינען מיין אימעיל אקואונט צו אוטלאק דורך א פאפ3 וכדו' וועלכע זאל אריינקומען געהעריג פונקט ווי א גימעיל אדרעס וכו'
איש את רעהו יעזורו! ביטע העלפט מיר אין מיין נויט. עס איז מיר קריטיש וויכטיג.
בתודה למפרע לכל אנשי שלומינו החשובים...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

http://help.live.com/help.aspx?project= ... utlook.htm

הגם איך פארשטיי נאכנישט דיינע פראבלעמען, דו זאגסט אז ס'קומט אן נאר ס'נעמט לאנג. אפשר דארפסטו סעטן אין אוטלוק דעם "סענד און רעסיוו" צו אויפפרישן יעדע מינוט אנשטאט די 30 מינוט ביי דיפאלט.

לגבי מעקן, שטעל אן אין אוטלוק אז ס'זאל בלייבן א קאפי אויפן סערווער וועט עס דארט בלייבן אפילו וועסט מעקן לאקאלי אין אוטלוק.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
ברוך_שמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך_שמו »

שוועמל גם ברוך תהי'!
האסט מיר ממש געראטעוועט אין מיין נויט. הגם כ'האב א לענגערע צייט געזוכט פאר די לייוו העלפ, האבעך עס נישט געקענט געפינען.
און דא האסטו מיר עס צוגעברענגט ווי שוועמל נאך א רעגן....
א דאנק דיר פארן זיך מטריח זיין און אויפזוכן דעם לינק. מיינע אימיעלס ארבעטן שוין א מחיה מיטן פאפ3 סיסטעם, און אלעס פארט ב"ה ווי א באן....

דעם "סענד און רעסיוו" האבעך שוין פונלאנג געהאט אנגעשטעלט אויף יעדע מינוט אז ס'זאל ארבעטן, באער דאך וויבאלד איך האב נאר געהאט א קאנעקטאר פון ליייו האט עס געקנט געדויערן א שעה אנדערהאלבן פון ועון איינער האט מיר עפעס געשיקט ביז איך האב עס ערהאלטן.
כ'האב זיך באמת אראפגעפלאגט, און דיין לינק איז מיר געווען א ריזיגע הילף.
תתברך בכל הברכות האמורות בתורה.

און אפשר קענסטו מיר אויך זאגן ויאזוי אנצושטעלן אוטלאק אז אפילו איך פארמאך דעם פראגראם זאל עס ווייטער שיקן און באקומען אימעלס
ברוך_שמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך_שמו »

און אפשר אויך אויב איינער ווייסט וויאזוי מען שטעלט אן אין אוטלאק א אטאמאטישער ריפליי אז ווען איינער שיקט מיר אריין זאל ער גלייך צוריקבאקומען א רעסיט פון מיר?

און אפשר קענסטו מיר אויך זאגן ויאזוי אנצושטעלן אוטלאק אז אפילו איך פארמאך דעם פראגראם זאל עס ווייטער שיקן און באקומען אימעלס..

הילף ביטע.........
אוועטאר
שטרויזאק
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרויזאק »

ברוך_שמו האט געשריבן:און אפשר אויך אויב איינער ווייסט וויאזוי מען שטעלט אן אין אוטלאק א אטאמאטישער ריפליי אז ווען איינער שיקט מיר אריין זאל ער גלייך צוריקבאקומען א רעסיט פון מיר?

דו דארפסט מאכן א אוטלוק טעמפלעיט, נאכדעם דארפסטו מאכן א רול אז אוטלוק זאל ריפלייען מיט דעם טעמפלעיט.

ברוך_שמו האט געשריבן:און אפשר קענסטו מיר אויך זאגן ויאזוי אנצושטעלן אוטלאק אז אפילו איך פארמאך דעם פראגראם זאל עס ווייטער שיקן און באקומען אימעלס..

הילף ביטע.........

ווי ווייט איך ווייס מוז אוטלוק זייו אפן (עס קען זיין מינימייזד) צו שויקן און באקומען.

פרעג איבער אויב דו דארפסט הילף
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

עד כמה שידוע לי, קען מען אנשטעלן אין "לייוו" זעלבסט אז ס'זאל שיקן א אוטא ריפליי. און דאס האט נישט צוטון מיט אוטלוק וואס איז נאר א אימעיל "הענדלער".
דאס מיינט סיין אריין צו דיין לייוו אקאונט דארטן וואו דיין אימעילס ווערן געהאוסטעד, און זוך אויף ביי די סעטינגס צי ס'יז דא אזא זאך.

אויב נישט, דאן קענסטו טון די עצה פון מאכן א רול אין אוטלוק.


אז די פראגראם איז פארמאכט וויאזוי ווילסטו ס'זאל אנקומען אימעילס? וואו זאל עס גיין, עס איז דאך טויט? אזויווי דו עפענסט דאס אויף הייבט ער אן צו דאונלאדן אלע נייע אימעילס פון די לייוו סערווערס.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שרייב תגובה

צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”