מיימאנידעס מעדיקעל צענטער ???!!!!???

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

מיימאנידעס מעדיקעל צענטער ???!!!!???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דוכגייענדיג א ספרים געשעפט, היינט, איז מיר געטאנצען אין די אויגן דער צייטשריפט, איבער די מיימאדינדעס מעדיקעל צענטער, און טאראבאראפארק,

ווי אויפן דעקל הייסט עס, ווי מענטשען רעדן זיך אפ אויף די שפיטאל,

לאמיר אייך דערציילן וואס איך האב בייגעוואינט,

אקעי, איך האב נישט קיין געדולט מאריך צו זיין, וועל איך עס מאכן אין קליינע נאטיצן,

1) איך בין מיטגעגאנגען דעם חול המועד מיט א חבר מיינעם, און עמערדשזענסי רום, און עס איז נישט געווען קיין שום סדר דארט, און מיר האבן זיך אריינגעכאפט פון עטליכע אינו יהודים וואס זענען שוין געווען פאר אים,

2) ואם כל זה איז דאס ווארטן אויף א ברוך הבא געווען היבש לאנג אז צוצופלאצט ווערן,

3) ווען מען איז שוין אריין איז דער נערוו פון געדולט געפלאצט געווארן, ביז א דאקטער וועט זיך אמאל באווייזן, (נאכדערצו איך האב געטוהן א גאנצע טובה פארן מיט גיין, מיט אים, און כ'האב נאך געהאט וואס צו טוהן מיטן טאג),

4) דאס טראנפארטן פון די עמערדשנעסי רום, צו די אנדערע אפטיילונג פון בילדער כאפן אפטיילונג, איז געווען קרוב צו א האלבע שעה ביז מען האט גענומען דעם פאציענט,

און דארט גראדע איז געווען מער וויינגער אלעס רעדי און ליידיג,

5) די דאקטער האט מחליט געווען אז מען דארף מאכן א קליינע פרעסידשער, און מען האט געדארפט צוריק גיין ביזן קיילעם עמערשענסי רום פירהענגל, וואס איז געווען פחדים נוראים, ווי לאנג עס האט גענומען דאס טראגן, און ביז די חברה זענען געקומען אנשטעלן די איי וי, און ווער רעדט נאך ווען מען האט באקומען פון אויבן די קאל, אז מען איז רעדי מען זאל ארויף ברענגען די פאציענט האט גענומען א דריי פערטל שעה,

6) נאכדעם ביז מען האט אים נעבעך גענומען צו זיין שטוב ווי ער זאל קענען אויסשטוכענען, פון די יסורים האט אויך גענומען ווי ענדלאז,

דא האב איך מיר אויפגעטויש, מיט זיינער א קרוב אבער די קומענדיגע טאג האט יענער מיר דערציילט,

7) אין די שטוב ווי ער איז געווען, איז נישט געווען קיין קויטש פארן באזוכער, ווי ער זאל זיך קענען אויס ציען די ביינער ביינאכט, און אין די נעקסטע צימער איז געווען טאטאל ליידיג פון פאציענטן, האט ער זיך געלייגט אויפן קויטש בענקל פון יענע צימער, און די נורסעס האבן אים ארויפגעוועקט און ארויסגעיאגט פון דארט,

8) אפילו נאכן זיך בעטן אז יענע צימער איז ליידיג מען זאל לייגן די פאציענט, אין יענע צימער איז עס געפאלן אויף טויבע אויערן,

איך בין אריבער צו די בייטאג נורסעס, און גערעדט צו זיי וועגן טוישן שטובער האבן זיי גלייך מסכים געווען, און זיי האבן נישט געקענט פארשטיין פארוואס די ביינאכט שוקסעס האבן נישט געוואלט,

9) דאס ערגסטע איז געווען די קאמיוניקאציע ציווישן די דאקטורים, דא בלייבט מיר די בלוט אין קאפ שטיין, וואספארא ניסים עס איז געווען אז ער איז ארויס פונעם שפיטאל לעבעדיגערהייט , נאכדעם וואס איין דאקטער האט נישט אינפארמירט די צווייטע, מיט אינסטראקציעס וואס מען האט געגעבן,

כגון איין דאקטער האט געזאגט בשום אופן, טאר ער נישט עסן גארנישט, אינז געב מיר איי ווי, אין ער וועט לעבן פון דעם, ביז ער גייט אהיים,
דער צווייטער דאקטער, האט מסביר געווען אז עסן איז יעצט פון די בעסטע זאכן פארן פאציענט, און ער האט אים געהייסן רוקן שטיקער, וויפיל ס'גייט......

און די זעלבע איז געווען ביי אנדערע הייקעלע מעדעצינישע זאכן, וואס דארט האט מען שוין געשטעלט א פוס, אין געשטאנען אויף וואך ביי יעדע נידעל אדער מעדיקאציע, האט מען זיך פארבינדען מיטן דעם פאציענטס פריוואטע דאקטער איידער מען האט דאס געלאזט,

און די זעלבע איז געווען מיט אינסטראקציעס אויף אהיים גיין, האט ער אקומען צוויי קגן געזעצטע גירסות,

שוין צופיל גערעדט
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך גיי דאך אסאך אין שפיטעלער אויף ביקור חולים, קען איך זאגן מיט א פול מויל אז מיימאנידעס האט געווינען די גאלדענע מעדאל פון אן אויסגעצייכנטע דריטע-וועלט לאנד שפיטאל, ותו לא מידי.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

א מיטל עידש איד האט מיר היינט דערציילט אין שול - זעהענדיג דעם שריפטצייט - אז זיין משפחה האלט אז זיין מאמע איז נפטר געווארן נאר ווייל זי איז געווען אין מיימאנידעס, און ער איז געגאנגען צו א לויער זיי סוען, האט דער לויער געזאגט:

וועיט אין די ליין.....

עס איז דא 5000 מענטשן וואס ווארטן פאר דיר....
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כ'ווייס בכלל נישט וואס דעיס האט מיט מיימאנעדיס שפיטאל צוטוהן, יעדע, און כ'וועל איבער זאגן נאכאמאל יעדע שפיטאל האצעך זיינע פראבלעמען, איינס מער פונעם צווייטן!

גראדע מיימאנעדיס איז פון די שוואכע שפיטעלער, אבער ס'דא ערגערע ווי למשל ברוקלין, ה' ירחם, וואס דארט גייט פאר! און מיט ליטש (LICH) מיינט איר איז יא געווען בעסער? (כ'שרייב געווען, ווייל זיי האבן זיך היבש פארבעסערט,) עה! איר האט א גרויסן טעות!

זייענדיג א מיטגעמאכטער, א געליטענער פון ליטש, און זייענדיג א משפחה מיטגליד פון א ברוקלין האספיטאל געליטענער, איז מיר אויסגעקומען צו דערן צו ר' אברהם שטיינבער, א זוהן פון ר' משה אהרן פון קרית יואל, דער ר' אברהם, איז א אר. ען. (RN) אדער ווי מ'זאגטעס א רעדזשיסטערד נוירס, אין א געוויסע שפיטאל, און ער נעמט אן פריוואט קער צו נעמען פון מענטשען אין און אינדערויסן פון שפיטאל, דער יוד האט א באקס מיט מעשיות, וואס יעדע פון זיי איז האר-אויפשטעלענד, אויף יעדע שפיטאל עקסטער, ער זאגט מיר אסאך מאל, דו מיינסט אז ביי די שפיטאל ווי איך ארבעט איז אסאך בעסער? א נעכטיגן טאג! אין שפיטאל, אפילו די בעסטע, איז די ערגסטע פלאץ צו זיין! (דעס דארף ער מיר נישט זאגן!)

אבער די מעשה וואס האט מיט מיר פאסירט אין לאנג איילענד קאלידזש שפיטאל (LICH) איז גאר אינטערעסאנט, כ'בין ל"ע געווען אין שפיטאל, מיט אן אינפעקשען וואס מ'האט געדארפט ארויסשניידן, כ'האב געהאט א פרעסידזשער, מ'האט אויפגעשניטן, ........................ ווען מ'האט געענדיגט, האט די דאקטער פארבינדן דעם פלאץ, און ארויס פון שטוב, און מ'האט מיך געלאזט ליגן אויף די זעלבע פאזישען, פאר פיר שעה! יא פיר שעה! כ'בין אזוי געליגן מ'האט מיך נישט געקענט איינשלעפן, כ'האב געפרעגט איין נוירס נאכן צווייטן, כ'מעג מיך אויסדרייען? סאחרי איי דאונט נאו, איי עם נאחט עי דאחקטער, כ'האמעך געבעטן ביי זיי אז מ'זאל רופן א דאקטער, כ'האב געשריגן פאר יסורים, קיינער האצעך נישט וויסענדיג געמאכט!

נאך פיר שעה ליגן קומט צוגיין א רוסישער גוי, מיט א ווילטשער, סער! זעצעך דא אראפ! פרעגעכעם, כ'מעגמעך שוין רירן? זאגטער יא! סיט דאון, זאגעכעים אז כ'האב פלעין ווען כ'זיץ, און כ'קען מיך נישט אויפזעצן, איי וויל העלפ יו, (וואס גייסטע מיר העלפן' זיצן?) גיי זיי עם מסביר....

ער טראגט מיך ארויף אין א שטוב, ער ווייזט מיר וועלעכע בעט כ'זאלמעך אראפלייגן, און כ'שטעלמעך אויף, כ'וואק צו צום בעט, ער איז שוין נישטא, כ'וויל מיך אראפלייגן אויפן בעט, ס'ארבעט נישט, כ'קלינג די בעלל, (די באטן וואס איז דא נעבן יעדע בעט אז מ'זאל קענען רופן פאר הילף,) קיינער מאכצעך נישט וויסענדיג, נאכן שטיין אזוי פאר צוויי שעה, קומט אריין א נוירס, היי................... איף יו העוו עני פראבלעם, דזשאסט פרעס דיס באטן........ כ'זאג איר מיין פראבלעים, אז דו בעט ארבעט נישט, זי טשעקט, און ..... ס'איז געווען אויסגעפלאגט!!! ............. און די בעלל איז געווען אויף מיוט ביי זייער דעסק!

נאכן אדערעכגיין א טאג פיל מיט עגמות נפש, יעדע דריי שעה נעמען בלוט, מעסטן פיבער, בלאד פרעשער, טוישן מעדיקעישען, קומט אריין א נוירס, מיט א נידל אין די הענט, זי וויל מירעס געבן, פרעגעך וואסידעיס? זאגצע 'בלאד-טינער'! זאגעך איר, כ'האדעך דזשאסט געהאט א אפירעישען, און כ'טאר נישט האבן קיין בלאד-טינער, זאגצע, ביסט פארנארט? האסט שוין היינט געהאט איין מאל, ס'אימער נישט געפאלן, כ'האב געקאלט איינעם וואס איז באקאנט און דעי זאכן, זאגטער מיר אז בלאד-טינער, אויסער וואס נאך אן אפירעשען טאר מען עס כמעט נישט האבן, געט מען עס כמעט נישט מער ווי איינמאל א טאג,האבעך געזאגט פאר די נוירס אז זי זאל איבער פרעגן דעים דאקטער, אבער זי עקשן'צעך, דער דאקטער האט איר געשריבן אויפן טשארט וואס צוטוהן, אוו זי פרעגט נישט איבער, זי קומט נעטער, כ'רוקמעך אוועק, מיינע חבירים וואס זענען דארט געווען זאגן מיר "מאך נישט קיין חילול ד', נעמעס און שוין", איך זאג פאר די נוירס, (אין א שטרענגען טאן,) "איף יו טאטש מי, איי עם קאלינג די פאליס"! זי האצעך דערשראקן, און איז ארויס פון די שטוב, נאך פופצען מינוט, גייעך ארויס און כ'טרעף איר צוזאמען מיטן דאקטער, פרעגעך וואס גייט פאר? זאגצע, איט וואז מיי מיסטעיק! פשוט און גראד, זי האט פארטוישט טשארט'ס!

די מעשה איז נאך אסאך לענגער, כ'האב גארנישט מגזם געווען, נאר מקצר געווען, און כ'האב נאך אסאך וואס צו שרייבן, אבער כ'וויל ארויסברענגען אז קיין איין שפיטאל איז נישט גוט! ס'האט גארנישט מיט מיימאנעדיס.

בד"א (נישט די ניק) און ברוקלין האספיטעל איז געווען אזא מעשה, מ'האט אריינגעפירט א פאמיליע מיטגלידער אהין עמערדזשענסי, מיט וואסער אין די לונגען, למעשה האט די דאקטער געהאלטן אז מ'זאל קודם טוהן אזוי און אזוי.... הקיצר, נאך 16 שעה וואס זי איז געווען אין שפיטאל, האצעך אנגעריקט א שפיטאל ליעזאן, ער זאגט אז ער גייט העלפן, בלא בלא בלא, ווען מ'האטעם פארציילט אז מ'האט נאכנישט געגעבן קיין לעסעקס, (א מעדעצין ארויסצוטרייבן די וואסער,) פרעגטער, טאקע?! פאוואס האטמען מיך נישט געקאלט?! פרעגטעם איינע פון מיינע קרובים, זאגנאר, צו באקומען מעדיקעשען אין א שפיטאל דארף מען פראטעקציע?! הייבטער אן אז מ'דארף פארשטיין, דיין מאמע האט נעכטן געהאט א הארץ אטאקע... פרעגטער, וואס???!!!!!! מיין מאמע האט נעכטן געהאט א הארץ אטאקע, און קיינער האט מיר נאכנישט געזאגט?! .......

די מעשה האט אויך א פארזעצונג, וואס איז נישט פאר יעצט, באדעם ליין_________ מ'זאל נישט אנקומען אין קיין שום שפיטאל, ס'נאר געמאכט פאר גוים.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

איך האב אויך געהאט א גאר שלעכטע עקספיריענס מיט מיימאנעדיס האספיטאל. כ'האב פארברענגט דארט 16 שעה מיט קלאצערייען און צעגערייען, מיט דאקטוירים וואס ווייסן נישט בין שמאלם לשמאלם, וואס אפילו איך אלס נאאיווער פאציענט האב געזען אז עפעס טויג נישט דא.

ווען ס'איז מיר ענדליך געלונגען צו כאפן מיין דאקטאר וואס וואלט מיך לכתחילה געדארפט באהאנדלן, האט ער געהייסן מ'זאל מיך גלייך טרענספערן צו א צווייטן שפיטאל. די "גלייך" האט גענומען איבער צוויי שעה, אבער ביז עטליכע מינוט נאכ'ן אנקומען אהין האט דער דאקטאר געכאפט דעם פראבלעם און גלייך פארארדנט וואס צו טון.

צוליב די פארלוירענע נאכט וואס כ'האב אפגע'חומל'ט אין די פארשטינקענע מיימאנעדיס האספיטאל, האב איך געדארפט פארברענגען א שבת אין שפיטאל.

אגב, זייער אסאך פאציענטן קומען אן קיין מאימאנידעס, ווייל די דארטיגע הצלה האט עפעס א געשעפט מיט זיי (א טובת הנאה אדער גאר ממון) און זיי זוכן צו טראגן נאר אהין. כך שמעתי נאך מיין פרשה, און צוריקטראכטנדיג האט אלעס זייער גוט געשטימט.
An article a day keeps the babies away
איש חסיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חסיד »

הצלה טראגט צי די נענסטע שפיטאל וואס סאיז דא כ'מיין אז סאיז א געזעץ.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

רבותי, כ'ווייס נישט וואס האט געמאכט אויפברענגען דעם שפיטאל, אבער כ'האב נעכטן נאכט געהערט איבער א טשיילד עביוז פאל וואס האט פאסירט פארגאנגענעם ערב שבת נאכמיטאג, וואס כ'קען דאס באמת נישט פארשטיין.

א יונגל איז אראפגעפאלן אינדערהיים און זיך שטארק צוקלאפט, מ'האט עם אריינגעפירט אין מיימאנידיס בערך 7 נאכמיטאג, א שעה פאר שבת. גראד האט זיך אנגעהויבן חקירות ודרישות אויפ'ן קינד, מ'האט גענומען א דאלמעטשער און איבערגעטייטשט וואס דער קינד האט געזאגט. ערשט 12 אזייגער ביינאכט האט פאליציי געזאגט אז זיי גייען יעצט צום משפחה אינדערהיים איבערקוקן דעם שטוב, און די עלטערן מיט'ן קינד זאלן בלייבן אין שפיטאל. און דאס קינד האט נאכנישט געהאט קיין קעסט אויפ'ן האנט...... רח"ל
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

איש חסיד האט געשריבן:הצלה טראגט צי די נענסטע שפיטאל וואס סאיז דא כ'מיין אז סאיז א געזעץ.


אין מיין פאל איז עס נישט געווען די נענטסטע, און צווייטנס האט זיך נישט געהאנדלט פון אן עמוירדזשענסי.
An article a day keeps the babies away
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

פאר עטליכע וואכן צירוק, האט א שפיטאל איינגעשטעלטע פון מיימאנידעס, געגעבן פאר א יולדת די עפידארעל, להקל צער עוברה, (עפידארעל= א איינשלעפונגס מעדעצין, וואס מען שטעכט אריין אין די גאר נידריגע חלק פון די חוט השרה, און עס שלעפט איין, ממתנים ולמטה, און עס ווערט נאזם, אזוי אז מען גייט צו, גרינגער צום קינד), און דער יצמח האט עס נישט אריינגעשטאכן, אויפן גוטע ארט, און דער חוט השדרה האט א דירעקטע קאנטאקט מיטן מוח, און עס האט איינגעשלעפט די מוח רח"ל, און די אינגע ווייבל איז נאך היינט אין א קוימע ה"י,

דער מעשה האט ארויפגעברענגט אלע באהאלטענע עפיזאדן, ווואס ליגן ביי מענטשן אנגעווייטאגט אין הארץ,

ה' ישלח לה רפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל... אמן.
שיכור
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2007 1:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיכור »

איך מיין אז די צייטשריפט האט שוין נאך אן ארטיקעל

זיידי דיין ערשטע מעשה בין איך ליידער אריבער, מיט געציילטע שינוים (אפשר האסטו עס דווקא משנה געווען?...)
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

עס איז מיר אינטרעסאנט, איך האב אזוי פול יארן געוואוינט אין בארא פארק און איך האב קיינמאל נישט געוואוסט (ב"ה) ווי שלעכט די מצב אין מיימאנידיס שפיטאל.

איך ווייס אבער אז הגה"ק מקלויזענבורג זצ"ל האט זייער שארף גערעדט אויף מיימאנידיס שפיטאל אז זיי זענען רוצחים וכדומה, און ער האטו גע'אסר'ט זיינע חסידים צו גיין דארט, (ער האט זיך אויך אויסגעדרוקט הימלישע זאכן וואס מיר פארשטייען נישט). די גאס האט דעמאלטס געלאכט פון אים, אבער זעהט אויס אז די גאס זעהט שוין אויך איין.


איין זאך איז זיכער אז ווען צלה בויקאטירט ווען מיימאנידיס פאר 4-8 וואכן און פירען זייערע פאציענטען צו אנדערע שפיטעלער (ווייל עמערדזשינסיס ווי סטראוקס און טראמא נעמען זיי סייווי קיין לוטערען) וועט זיך די מצב שנעל טוישען.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך בין היינט געווען אין דעם אויבנדערמאנטן שפיטאל, און געהערט אויסרופן אויפן אינטערקאם סיסטעם א "קאוד 3" אין א דערנעבנדיגע שטוב, ווייסט איינער וואס דאס באדייט?

דא האב איך נישט געפונען אזא סארט קאוד: http://en.wikipedia.org/wiki/Hospital_emergency_codes
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

נעכטן האט א נאנטער קרוב מיינער געהאט א קינד למזל טוב אין מיימאנידעס שפיטאל, ער דערציילט אז ווען ער איז ארינגעקומען איז די יולדת שוין געווען גאר נאנט צום קינד, מיט שווערע חבלי לידה, און די שוסטער'ס האבן איר געלאזט ווארטן נאכן רעדזשיסטן איבער א שעה מיט א תירוץ אז אלע שטיבער זענען פיל... נאך א שעה ווען זי האט געפילט אז אט אט גייט זי האבן, האט זי זיך געבעטן וויינעדיגערהייט אז מען זאל איר אריינלאזן אין א שטוב ווייל זי פילט אז אט אט... אבער זיי זענען זיך געגאנגען זייער וועג כאילו ס'איז נישט זייער דעפארטמענט... זעענדיג אז ס'איז צרות האט דער מאן אנגערופן דעם דאקטער'ס אפיס ווי איינער האט אויפגעהויבן און געזאגט אז די דאקטערין (א פרוי דאקטער) וועט צוריק רופן (צוליב זונטאג איז די דאקטערין נישט געווען אין אפיס), וכך הוה נאך א מינוט האט די דאקטערין צוריקגערופן, און געזאגט אז זי קומט שוין צו פליען, און זי איז אנגעקומען 10 מינוט דערויף און זי האט איר ערלעדיגט א שטוב (דער מאן זאגט אז אריינגייענדיג האט ער באמערקט פיל מיט ליידיגע שטובער), און 5 מינוט דערויף איז שוין געווען א מזל טוב ב"ה.

עכ"פ די סערוויס דארט איז גאר שוואך אפילו ביי די קינדער אפטיילונג וואס דארף יא צו הייסן אביסל בעסער.
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

איך ווייס נישט פארוואס דער עולם רעדט זיך אזוי אפ. אמת. אזויווי וויכי זאגט, קיין איין שפיטאל איז נישט גוט. מען קען האבן גוטע אדער שלעכטע עקספיריענס מיט עני שפיטאל.

מיין פערזענליכע עקספיריענס: מיין ווייב האט געדארפט אריינגיין אין מיימאנידיס פאר א קליינע פראסידשער. גלייך ווען זי איז אנגעקומען האבן אלע נורסעס איר ארומעגענומען, די דאקטער איז אנגעקומען בערך איין מינוט שפעטער. מען האט געגעבן IV. גענומען א בלאד טעסט. און ביז בערך 15 מינוט איז מען שוין געווען אינסייד. די פראסידשער האט גענומען בערך 20 מינוט (10 מינוט ווייניגער וואו פאראויסגעזאגט). און נאכן זיך אפרוען פאר 2 שעה זענען מיר אהיימגעגאנגען.

מיין מאמע האט פארציילט: זי האט געהאט א קינד אין LICH. זי וואונטשט אלע גוים אזא עקספיריענס. נאכן האבן דאס קינד (נישט נאטירליך) האט זי געדארפט זיצן אויף א בענקל פאר 2 שעה מיט די בעבי אין די הענט! ווען זי האט געבעטן א רום האבן זיי געזאגט אז עס איז נאכנישט דא א ליידיגע רעדי שטוב. ווען זי האט געבעטן מען זאל אריינעמען די בעבי אין נורסערי האבן זיי געזאגט אז ווען מען וועט איר מסדר זיין מיט א רום וועט מען נעמען דאס קינד. ווען זי האט געבעטן פעין קילערס זענען זיי געווען אויף לאנטש. א.א.וו.

וואס איך מיין ארויסצוברענגען: יעדע שפיטאל האט זיך זיינע שוואכע דיפארטמענטס און זיינע דיפארטמענטס וואס אין זיי צייכענען זיי זיך אויס. פאר מען גייט אין א שפיטאל דארף מען זיך נאכפרעגן וועלכע שפיטאל איז די בעסטע פאר די זאך פאר וואס מען זיכט עס.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

זיידעניו האט געשריבן:דוכגייענדיג א ספרים געשעפט, היינט, איז מיר געטאנצען אין די אויגן דער צייטשריפט, איבער די מיימאדינדעס מעדיקעל צענטער, און טאראבאראפארק,

ווי אויפן דעקל הייסט עס, ווי מענטשען רעדן זיך אפ אויף די שפיטאל,

לאמיר אייך דערציילן וואס איך האב בייגעוואינט,

אקעי, איך האב נישט קיין געדולט מאריך צו זיין, וועל איך עס מאכן אין קליינע נאטיצן,

1) איך בין מיטגעגאנגען דעם חול המועד מיט א חבר מיינעם, און עמערדשזענסי רום, און עס איז נישט געווען קיין שום סדר דארט, און מיר האבן זיך אריינגעכאפט פון עטליכע אינו יהודים וואס זענען שוין געווען פאר אים,

2) ואם כל זה איז דאס ווארטן אויף א ברוך הבא געווען היבש לאנג אז צוצופלאצט ווערן,

3) ווען מען איז שוין אריין איז דער נערוו פון געדולט געפלאצט געווארן, ביז א דאקטער וועט זיך אמאל באווייזן, (נאכדערצו איך האב געטוהן א גאנצע טובה פארן מיט גיין, מיט אים, און כ'האב נאך געהאט וואס צו טוהן מיטן טאג),

4) דאס טראנפארטן פון די עמערדשנעסי רום, צו די אנדערע אפטיילונג פון בילדער כאפן אפטיילונג, איז געווען קרוב צו א האלבע שעה ביז מען האט גענומען דעם פאציענט,

און דארט גראדע איז געווען מער וויינגער אלעס רעדי און ליידיג,

5) די דאקטער האט מחליט געווען אז מען דארף מאכן א קליינע פרעסידשער, און מען האט געדארפט צוריק גיין ביזן קיילעם עמערשענסי רום פירהענגל, וואס איז געווען פחדים נוראים, ווי לאנג עס האט גענומען דאס טראגן, און ביז די חברה זענען געקומען אנשטעלן די איי וי, און ווער רעדט נאך ווען מען האט באקומען פון אויבן די קאל, אז מען איז רעדי מען זאל ארויף ברענגען די פאציענט האט גענומען א דריי פערטל שעה,

6) נאכדעם ביז מען האט אים נעבעך גענומען צו זיין שטוב ווי ער זאל קענען אויסשטוכענען, פון די יסורים האט אויך גענומען ווי ענדלאז,

דא האב איך מיר אויפגעטויש, מיט זיינער א קרוב אבער די קומענדיגע טאג האט יענער מיר דערציילט,

7) אין די שטוב ווי ער איז געווען, איז נישט געווען קיין קויטש פארן באזוכער, ווי ער זאל זיך קענען אויס ציען די ביינער ביינאכט, און אין די נעקסטע צימער איז געווען טאטאל ליידיג פון פאציענטן, האט ער זיך געלייגט אויפן קויטש בענקל פון יענע צימער, און די נורסעס האבן אים ארויפגעוועקט און ארויסגעיאגט פון דארט,

8) אפילו נאכן זיך בעטן אז יענע צימער איז ליידיג מען זאל לייגן די פאציענט, אין יענע צימער איז עס געפאלן אויף טויבע אויערן,

איך בין אריבער צו די בייטאג נורסעס, און גערעדט צו זיי וועגן טוישן שטובער האבן זיי גלייך מסכים געווען, און זיי האבן נישט געקענט פארשטיין פארוואס די ביינאכט שוקסעס האבן נישט געוואלט,

9) דאס ערגסטע איז געווען די קאמיוניקאציע ציווישן די דאקטורים, דא בלייבט מיר די בלוט אין קאפ שטיין, וואספארא ניסים עס איז געווען אז ער איז ארויס פונעם שפיטאל לעבעדיגערהייט , נאכדעם וואס איין דאקטער האט נישט אינפארמירט די צווייטע, מיט אינסטראקציעס וואס מען האט געגעבן,

כגון איין דאקטער האט געזאגט בשום אופן, טאר ער נישט עסן גארנישט, אינז געב מיר איי ווי, אין ער וועט לעבן פון דעם, ביז ער גייט אהיים,
דער צווייטער דאקטער, האט מסביר געווען אז עסן איז יעצט פון די בעסטע זאכן פארן פאציענט, און ער האט אים געהייסן רוקן שטיקער, וויפיל ס'גייט......

און די זעלבע איז געווען ביי אנדערע הייקעלע מעדעצינישע זאכן, וואס דארט האט מען שוין געשטעלט א פוס, אין געשטאנען אויף וואך ביי יעדע נידעל אדער מעדיקאציע, האט מען זיך פארבינדען מיטן דעם פאציענטס פריוואטע דאקטער איידער מען האט דאס געלאזט,

און די זעלבע איז געווען מיט אינסטראקציעס אויף אהיים גיין, האט ער אקומען צוויי קגן געזעצטע גירסות,

שוין צופיל גערעדט

http://mahnishmah.com/system/scripts/mo ... +Park+Jews
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2872
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: מיימאנידעס מעדיקעל צענטער ???!!!!???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

ארויף
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: מיימאנידעס מעדיקעל צענטער ???!!!!???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

Yeah
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: מיימאנידעס מעדיקעל צענטער ???!!!!???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

זייער גוט ארויף!
אז אל עטראלל'ס וואס נעמען זיך אן פאר מיימאנעדיס זאלן דארפן ארבעטן נאך א טראפ שווערער פאר זייער געלט.
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”