מחנך האט געשריבן:פרידן האט געשריבן:סתם פאקטען
געפילן וועל מער זיך באלד קריגן
רוב גרויסע פוסקים אין בארא פארק וואס האבן די ווארט צו זייער שול זאל זיין אפען זענען אפען
אין דאס זענען
הרה"ג ר׳ יחאל מיכל שטיינמענטץ דומ"ץ סקווירא
הרה"ג ר׳ חיים לייב כץ אבד"ק סעדערהעלי
הרה"ג ר׳ יחזקאל ראטה כ"ק גאבד קארלסבורג
הרה"ג ר׳ חיים דוד כץ דומץ סאטמאר 52
הרה"ג ר׳ בנימין לאנדא דומץ טאהש
לגבי די ליסט פון רבנים וואס זאגען אז מ'מעג דאווענען בציבור, קודם האב איך גערופען איינער פון די רבנים וואס איז דא דערמאנט, איך פרעג איהם מיינע שאלות, ער האט מיר געזאגט אז קיין חיוב אויף מנין איז זיכער נישט דא, ס'איז א שאלה צי ס'איז מותר!
שנית איז דער תגובה שקר וכזב! עס איז דא מענטשען וואס האבען געדאווענט אין דיע שולען און דארפען רחמי שמים מרובים, און ס'איז דא וואס האבען געדאווענט אין דיע שולען וואס זענען שוין אין בית החיים, מ'קען טאקע נישט וויסען ווי און ווען זיי זענען געווארען אנגעשטעקט, אבער די סטעיטמענט איז שקר, האק נישט קיין טשייניק מיט פאלטשע זאכען!
איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז זיי האבן געזאגט אז עס איז דא א חיוב אויף מנין אז די זאלסט מיר אפווענדן, סך הכל געזאכט אז זייער שול איז אפען אין עס איז
שנית איך ווייס נישט פארוואס די קאמענסט אויף א אויסגעמעקטע תגובה איך האב עס גלייך אויסגעמעקט פשוט אפי' עס איז יא אמת בין איך נישט דעם אויבערשטערס בוקיפער