דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

אפגעטיילט פון דא

איסר האטלקי האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:די קאראנע וויירוס גייט שטארק העלפן טראמפ אין זיין מלחמה מיט די גאנצע וועלט, כינע, אייראפע, מעקסיקא, וכו'. סיי לגבי טרעיד און סיי לגבי בעסערע גרעניצן.

די וויירוס פאר זיך גייט גארנישט טוישן, חוץ אז מענטשן גייען פאר די נעקסטע האלבע יאר האבן מער פיורעל און אשר יצר פאפיר אין שטוב.

טראמפ גייט פארלירן זיין עלעקשאן וועגן דעי וויירוס

מ'קען זאגן אויף ביידע זייטן.

די שפעטע דעמאקראטישע עלעקשאנס ווילאנג בערני איז אינעווייניג איז טראמפ מסודר. ווי עס קוקט אויס גייט בערני בלייבן ביז נאכן וויירוס. לכה"פ ביז טיף אינמיטן זומער. דאס איז גאר גאר גוטע נייעס פאר טראמפ'ס קאמפיין...

די בערני קאמפיין זוכט מיט לעכט שמוץ אויף ביידן. דעם פרייטאג האט געטרענד נומער איינס אויף טוויטער "Unendorse Biden" און "Bernie or else" אין אידיש: "בערני אדער קיינער"...

אויך האבן די דעמאקראטן ערגער געהאנדלט לעצטע וואך אין קאנגרעס מיט די בענעפיטן ווי טראמפ. עס האט אוועקגעריסן אסאך אינדעפענדענס.

איך ווייס דיין שטעלונג איבער טראמפ און דעם וויירוס, אבער די פאולס ווייזן אנדערש.

יעצט געשריבן א גאנצע זאך און ס'האט זיך פארמעקט ..

עני וועיס קאמאן סענס זאגט אז די פאלק וועט זיך אויפוועקן און איין זעהן אז טראמפ איז א אומקאמפעטענט פירער . אנטשטאט ער זאל שטעלן די טאן פאר די וועלט אז דאס איז א ערענסטער זאך און מען דארף נעמען שריט האט ער זיך אויסגעלאכט און געזאגט אז ס'איז א מידיע האקס יא מען קען עס נישט פארלייקענען די אלע טוויטס זענען נאך דא ..
איך האלט אפילו ער איז שילדיג אויף די ביליגקייט וויזוי אונזער היימישע עולם האט זיך באנימען דערצו אונדז האב מיר געטראסט א ליגענער ... אזוי קיקט מען אויס

און ניין איך בין נישט קיין דעמאקראט און אויך נישט אנגעהערט פון זייערע טאלק שאס
אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך'בין שוין גרויס »

וואס איז אפילו די שאלה, אוודאי איז טראמפ שולדיג... שוין אן אלטע כלל אז טראמפ איז שולדיג אין אלעס שלעכט וואס געשעט און אבאמא קומנט זיך קרעדיט פאר אלעס וואס גייט גוט...

פאקט איז אז בשעת די דעמעקרטען זענען געווען פארנומען אפאר חדשים צוריק מיט אימפיטשמענט איז די טראמפ אדמיניסטרציע געווען פארנומען צו אפהאקן טרעוועל פון טשיינע - דאס איז א פאקט וואס פארשטייט זיך די לינקע מידיע און די דעמס האט דעמאלטס אטאקירט אלס ראסיסעם.

און די צייט וואס טראמפ אדמין האט גענומען אגרעסיווע שריט האט נאך דיבלאזיא נאך אין מארטש געמוטעקט אז די לעבן זאל אנגיין ווי געהעריג

און די זעלבע צייט וואס מ'אטאקירט טראמפ ווייל ניו יורק איז געפערליך לויבט מען אויס קאמאו וואס איז גאווערנער פון ניו יורק!

די פעדעראל גאווערמענט איז דא צו העלפן די סטעיטס אבער אלטעמטלי ליגט אויף די סטעיטס און גאווערנער די פליכט און די רעספאנס. די פעדעראלע גאווערמענט טוט אלעס וואס איז שייך מיט די גרעסטע מאס Transparency, וואס האבן אונזער לאקעל סטעיטס געטון צו העלפן לאקעל ביזנעס און צו העלפן מענטשן וואס מיטשען זיך? גארנישט! זיי הערן נישט אויף צו קאמפלעינען אויף די פעדעראלע גאווערמענט וועגן זייער אימקאפידענס! אה און פארקינג טיקיטס איז און פולע קראפט! ממש א עקל

אבאמא האט נישט געטון גארנישט ביז טיף אריין אין די סוויין פלו און א פוצה פה

פעך, א עקל ווי מענטשן באשילדיגען יעדער זאך אויף טראמפ, א קאטעסטראפע איז א קאטעסטראפע, אבער איך האב נישט עקספעטעט עפעס אנדערש.
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

עגעין האט ער געמאכט ליצנות דערפון? יא האט ער עס געמאכט קאלט ביים המון עם? יא
איז דריי א צווייטען א קאפ . יא ער איז שילדיג הינדערט פערסענט ער האט געשטעלט דעם טאן אז קאראנא וויירוס איז א וויץ
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35245
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איך פארשטיי נישט די פראגע, איז געווען איין לאנד פירער איבער די וועלט, וואס האט אפגעהאלטן דעם וויירוס פון אריינקומען אין זיין לאנד?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4289
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

א פרישע "פאקס נויז" (קאנסערוואטיווע נייעס קוואל - גאר שטארק פראו טראמפ) גענומען אין די לעצטערע טעג אין צענטער פון דער אויסברוך ברענגט ביטערע נייעס פארן פרעזידענט, ווען ביידען באזיגט אים שטארק אין כמעט יעדע סווינג סטעיט, אריינגערעכנט אין דיסטריקטס וואו טראמפ האט מאסיוו געזיגט אין 2016.

איך גייט נישט אריין צי טראמפ איז יא אדער נישט שולדיג, אבער דער אמעריקאנער פאלק עכ"פ אויף דער יעטיגער מינוט, זוכט א טויש אין פירערשאפט.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:וואס איז אפילו די שאלה, אוודאי איז טראמפ שולדיג... שוין אן אלטע כלל אז טראמפ איז שולדיג אין אלעס שלעכט וואס געשעט און אבאמא קומנט זיך קרעדיט פאר אלעס וואס גייט גוט...

פאקט איז אז בשעת די דעמעקרטען זענען געווען פארנומען אפאר חדשים צוריק מיט אימפיטשמענט איז די טראמפ אדמיניסטרציע געווען פארנומען צו אפהאקן טרעוועל פון טשיינע - דאס איז א פאקט וואס פארשטייט זיך די לינקע מידיע און די דעמס האט דעמאלטס אטאקירט אלס ראסיסעם.

און די צייט וואס טראמפ אדמין האט גענומען אגרעסיווע שריט האט נאך דיבלאזיא נאך אין מארטש געמוטעקט אז די לעבן זאל אנגיין ווי געהעריג

און די זעלבע צייט וואס מ'אטאקירט טראמפ ווייל ניו יורק איז געפערליך לויבט מען אויס קאמאו וואס איז גאווערנער פון ניו יורק!

די פעדעראל גאווערמענט איז דא צו העלפן די סטעיטס אבער אלטעמטלי ליגט אויף די סטעיטס און גאווערנער די פליכט און די רעספאנס. די פעדעראלע גאווערמענט טוט אלעס וואס איז שייך מיט די גרעסטע מאס Transparency, וואס האבן אונזער לאקעל סטעיטס געטון צו העלפן לאקעל ביזנעס און צו העלפן מענטשן וואס מיטשען זיך? גארנישט! זיי הערן נישט אויף צו קאמפלעינען אויף די פעדעראלע גאווערמענט וועגן זייער אימקאפידענס! אה און פארקינג טיקיטס איז און פולע קראפט! ממש א עקל

אבאמא האט נישט געטון גארנישט ביז טיף אריין אין די סוויין פלו און א פוצה פה

פעך, א עקל ווי מענטשן באשילדיגען יעדער זאך אויף טראמפ, א קאטעסטראפע איז א קאטעסטראפע, אבער איך האב נישט עקספעטעט עפעס אנדערש.

;l;p-
געשריבן דורך: נעכטן
אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך'בין שוין גרויס »

עכט היימיש האט געשריבן:א פרישע "פאקס נויז" (קאנסערוואטיווע נייעס קוואל - גאר שטארק פראו טראמפ) גענומען אין די לעצטערע טעג אין צענטער פון דער אויסברוך ברענגט ביטערע נייעס פארן פרעזידענט, ווען ביידען באזיגט אים שטארק אין כמעט יעדע סווינג סטעיט, אריינגערעכנט אין דיסטריקטס וואו טראמפ האט מאסיוו געזיגט אין 2016.

איך גייט נישט אריין צי טראמפ איז יא אדער נישט שולדיג, אבער דער אמעריקאנער פאלק עכ"פ אויף דער יעטיגער מינוט, זוכט א טויש אין פירערשאפט.

די אלע אנקעטעס וואס זענען ארויסגעקומען די לעצטע פאר טעג ווייזן אז זיין אפראוועל גייט ארויף. אדרבא ג'יי אויף ריעל קליער און זעה
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4289
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:א פרישע "פאקס נויז" (קאנסערוואטיווע נייעס קוואל - גאר שטארק פראו טראמפ) גענומען אין די לעצטערע טעג אין צענטער פון דער אויסברוך ברענגט ביטערע נייעס פארן פרעזידענט, ווען ביידען באזיגט אים שטארק אין כמעט יעדע סווינג סטעיט, אריינגערעכנט אין דיסטריקטס וואו טראמפ האט מאסיוו געזיגט אין 2016.

איך גייט נישט אריין צי טראמפ איז יא אדער נישט שולדיג, אבער דער אמעריקאנער פאלק עכ"פ אויף דער יעטיגער מינוט, זוכט א טויש אין פירערשאפט.

די אלע אנקעטעס וואס זענען אקויסגעקומען די לעצטע פאר טער ווייזן אז זיין אפראוועל גייט ארויף. אדרבא ג'יי אויף ריעל קליער און זעה

דער אנקעטע איז נישט קיין אפראווד רעטינג אנקעטע, דאס איז א ביידען ווס. טראמפ אנקעטע, און עס איז גענומען געווארן טאקע דורך פאקס, און די רעזולטאטן זענען קלאר, דאס פאלק דארף ביידען ווס. טראמפ.

איך פערזענליך שטיץ אויך טראמפ אויף דער מינוט, און איך "עפראוו" זיין ארבעט אין8 דער יעצטיגער קריזיס, און איך האלט ער טוט כל מה שביכלתו צו העלפן די אמעריקאנע בירגער, און ער באהאנדעלט עס ווי א ריכטיגע פירער.

אבער ווען איך וועל האבן א צעטל טראמפ ווס. ביידען, וועל איך וועלן ביידען, ווייל איך האלט אז ער וואלט געהאנדעלט נאך בעסער, און בכלליות אז ער וועט זיין א בעסערע פירער, און דאס איז דער חילוק פוון די עפראוו אנקעטעס, און ביידען ווס. טראמפ אנקעטעס.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

ס'קען זיין אז טראמפ האנדעלט עס יעצט זייער גיט אבער א גיטע פירער מאכט זיכער אז ס'זאל נישט צוקימען אזא קריזיס עגעין פארוואס האט ער געמאכט ליצנות דערפון?
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

עכט היימיש האט געשריבן:
יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:א פרישע "פאקס נויז" (קאנסערוואטיווע נייעס קוואל - גאר שטארק פראו טראמפ) גענומען אין די לעצטערע טעג אין צענטער פון דער אויסברוך ברענגט ביטערע נייעס פארן פרעזידענט, ווען ביידען באזיגט אים שטארק אין כמעט יעדע סווינג סטעיט, אריינגערעכנט אין דיסטריקטס וואו טראמפ האט מאסיוו געזיגט אין 2016.

איך גייט נישט אריין צי טראמפ איז יא אדער נישט שולדיג, אבער דער אמעריקאנער פאלק עכ"פ אויף דער יעטיגער מינוט, זוכט א טויש אין פירערשאפט.

די אלע אנקעטעס וואס זענען אקויסגעקומען די לעצטע פאר טער ווייזן אז זיין אפראוועל גייט ארויף. אדרבא ג'יי אויף ריעל קליער און זעה

דער אנקעטע איז נישט קיין אפראווד רעטינג אנקעטע, דאס איז א ביידען ווס. טראמפ אנקעטע, און עס איז גענומען געווארן טאקע דורך פאקס, און די רעזולטאטן זענען קלאר, דאס פאלק דארף ביידען ווס. טראמפ.



דא האסטע נאך א פאקס אנקעטע...


pollimage1880.jpg
pollimage1880.jpg (24.13 KiB) געזען 2791 מאל
געשריבן דורך: נעכטן
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4289
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

נעכטן האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:א פרישע "פאקס נויז" (קאנסערוואטיווע נייעס קוואל - גאר שטארק פראו טראמפ) גענומען אין די לעצטערע טעג אין צענטער פון דער אויסברוך ברענגט ביטערע נייעס פארן פרעזידענט, ווען ביידען באזיגט אים שטארק אין כמעט יעדע סווינג סטעיט, אריינגערעכנט אין דיסטריקטס וואו טראמפ האט מאסיוו געזיגט אין 2016.

איך גייט נישט אריין צי טראמפ איז יא אדער נישט שולדיג, אבער דער אמעריקאנער פאלק עכ"פ אויף דער יעטיגער מינוט, זוכט א טויש אין פירערשאפט.

די אלע אנקעטעס וואס זענען אקויסגעקומען די לעצטע פאר טער ווייזן אז זיין אפראוועל גייט ארויף. אדרבא ג'יי אויף ריעל קליער און זעה

דער אנקעטע איז נישט קיין אפראווד רעטינג אנקעטע, דאס איז א ביידען ווס. טראמפ אנקעטע, און עס איז גענומען געווארן טאקע דורך פאקס, און די רעזולטאטן זענען קלאר, דאס פאלק דארף ביידען ווס. טראמפ.



דא האסטע נאך א פאקס אנקעטע...


pollimage1880.jpg

איך זאג נישט אז אנקעטעס חדשים פאר די וואלן מיינען סיי וואס, אבער עס מיינט נאך אזוי סאך ווי די "עפראוול" אנקעטעס מיינען יעצט פאר די וואלן...
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

farshlufen האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די פראגע, איז געווען איין לאנד פירער איבער די וועלט, וואס האט אפגעהאלטן דעם וויירוס פון אריינקומען אין זיין לאנד?


יאפאן און סאוט קאריע.

אבער חוץ מזה שטייט טאקע כמעט יעדע מערב וועלט לאנד ערגער ווי אמעריקע אין טויטפעלער קאמפעירד צו באפעלקערונג.
אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2012 12:29 pm

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש.טייפינג »

פאקטיש איז טראמפ פרעזידענט, און ער טראגט דעם אחריות אויף יעדע זאך, גוט אדער שלעכט!
ווען עס גייט אים גוט, נעמט ער אלעס פאר זיין קרעדיט. אבער ווען עס גייט כאדאראם, איז שולדיג דערין זיינע פארגייער...
דאס איז געזאגט געווארן ביי יעדע סארט זאך וואס געשעט.
אבער ביי דעם יעצטיגן פאל, טראגט ער לכאורה א גרויסע אחריות, ווייל ער האט היבש לאנג געשלעפט אז עס איז גארנישט, און דאס באצייענט אלס א hoax אים אראפצוברענגען.
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

א חידוש אז טראמפ נוצט נישט דערווייל די באשולדיגונג אז די אימפיטשמענט טרייעל האט אים אוועקגענומען די קאפ פון די וויירוס.
ביל אריילי און אנדערע שרייבן אזוי.
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

עכט היימיש האט געשריבן:א פרישע "פאקס נויז" (קאנסערוואטיווע נייעס קוואל - גאר שטארק פראו טראמפ) גענומען אין די לעצטערע טעג אין צענטער פון דער אויסברוך ברענגט ביטערע נייעס פארן פרעזידענט, ווען ביידען באזיגט אים שטארק אין כמעט יעדע סווינג סטעיט, אריינגערעכנט אין דיסטריקטס וואו טראמפ האט מאסיוו געזיגט אין 2016.

איך גייט נישט אריין צי טראמפ איז יא אדער נישט שולדיג, אבער דער אמעריקאנער פאלק עכ"פ אויף דער יעטיגער מינוט, זוכט א טויש אין פירערשאפט.

איך האב הנאה ווי דו לייגסט עס אראפ מיט באק ציינער, מיט אויבער שטרעכלעך און ארום גערינגעלטע פראזען אז עס זאל אויס זען אטענטיש אז נאר.
למעשה, געב א קוק אויף זייערע אנקעטעס אין די גאנצע 2016 אלעקשאן סייקעל זענען זיי געווען וועי אוף.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

fiena nieas האט געשריבן:עני וועיס קאמאן סענס זאגט אז די פאלק וועט זיך אויפוועקן און איין זעהן אז טראמפ איז א אומקאמפעטענט פירער . אנטשטאט ער זאל שטעלן די טאן פאר די וועלט אז דאס איז א ערענסטער זאך און מען דארף נעמען שריט האט ער זיך אויסגעלאכט און געזאגט אז ס'איז א מידיע האקס יא מען קען עס נישט פארלייקענען די אלע טוויטס זענען נאך דא ..
איך האלט אפילו ער איז שילדיג אויף די ביליגקייט וויזוי אונזער היימישע עולם האט זיך באנימען דערצו אונדז האב מיר געטראסט א ליגענער ... אזוי קיקט מען אויס

און ניין איך בין נישט קיין דעמאקראט און אויך נישט אנגעהערט פון זייערע טאלק שאס

יא יא נאך א מידיע סופין טראמפ האט קיינמאל נישט אוועקגעמאכט די וויירוס ער האט אוועגקעמאכט די מידיע פאניק ארויס ברענגעדיג אז די פלו שטארבען טויזענטער מענטשן יעדעס יאהר אין עס איז נישט דא קיין פאניק. און אין די זעלבע צייט האט ער פארמאכט די גרעניץ פאר טשייניזער אפצוהאלטן די וויירוס. אין די זעלבע וואס קריטיקירען אים יעצט אז ער איז שולדיג אין די וויירוס האבן דעמאלטס געשריגען ראסיזם.
ווייל וואס טראמפ טוט איז נישט גוט פינטל. עס איז א בושה צו זעהן ווי קלוגע אידן בעבלן נאך די דעמס. אין די מידיע בלינדערהייט!
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

די בושה איז פארקערט ווי ענק זעהען נישט די פאקטען
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פאוסטעד וויטאוט קאמענט.

IMG-20200329-WA0014.jpg
IMG-20200329-WA0014.jpg (133.11 KiB) געזען 2441 מאל
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

איי אגרי אז טראמפ איז אסאך שולדיג אין דאס אוועקמאכן די שעדליכקייט פון די וויירוס אין די אנהייב, ער האט דאס פארגליכן צו די פלו וכדומה און דאס האט בלי ספק קאלט געמאכט דאס ערנסקייט דערפון ביי מיליאנען מענטשן.

אויך איז די טעסטינגס אין די אנהייב געווען א דורכפאל, מיט ווייניג טעסטס און פארשלעפטע רעזולטאטן.

עד כאן די קריטיק..


אבער פון די צווייטע זייט טראץ זיין אינאנהייב אוועקמאכן דאס געפאר, האט ער גענומען דראסטישע שריט דאס צו אדרעסירן.

ערשטנס האט ער Jan. 29 אויפגעשטעלט א ווייסע הויז קאראנאוויירוס טעקספארס מיט איבער 20 הויכראנקיגע פעדעראלע רעספעקטירטע אפישעלס, דאס רעכנט אריין וויצע פרעזידענט פענס וואס ער פירט אהן די טעקס פאורס, די שטארק רעספעקטירטע דאקטאר אנטאני פאוטשי, דר. דבורה בריקס, אלעקס אזאר, און נאך אסאך.

דאס אויפשטעלן די טעקס פאורס איז אייגענטליך פארגעקומען א טאג בעפאר די וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע האט דערקלערט די וויירוס אלץ א פובליק העלט עמערזשענסי. (Jan. 30)

א טאג שפעטער אין Jan. 31 האט ער דערקלערט די וויירוס אלץ א נאציאנאלע פובליק העלט עמערזשענסי, און האט נאך אינעם זעלבן טאג אפגעשטעלט אלע טרעוועל פון טשיינע.

נאר צו דערמאנען, דאס אלעס איז נאך געווען אינמיטן די שאנדפוהלע אימפיטשמענט טרייעל וואס איז דעמאלסט פארגעגאנגען אינעם סענאט וועלכע האט זיך ערשט געענדיגט א וואך שפעטער Feb. 5.

ער האט באלד פארארדענט די טעקספארס צו שניידן אלע אומנויטיגע געזונטהייט רעגולאציעס כדי די געזונטהייט אגענטורן און די מעדיקל סיסטעם זאל קענען רעספאנדן צו די וויירוס אויפן שנעלסטן אופן.

מ'איז אריינגעלאפן אין א פראבלעם מיט טעסטינגס, די עכטע סיבה דערצו איז געווען די פעדעראלע רעגולאציעס וואס איז אפשר גאר וויכטיג אין פרידנס צייטן, אבער אין עמערזשענסי צייטן האט דאס גאר שטארק פארלאנגזאמט די טעסטינגס אין אמעריקע. צווישן די זאכן איז געווען דאס אז די סי-די-סי האט געדארפט מאכן אייגענע טעסט קיטס אנשטאט נעמען דאס וואס די וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע האט צוגעשטעלט, די סי-די-סי האט געדארפט אליינס אדורכפירן אלע טעסטס אין איהרע געציילטע לעבס וואס זי האט איבערן לאנד, יעדע שריט פון די אינווידואלע סטעיט צו באקעמפען די וויירוס האט געדארפט ווערן אפראווד דורך פארצויגענע ביוראקראטישע פראצעדורן און רעגולאציעס, און אזוי ווייטער און ווייטער.

צוביסלעך האט מען אוועקגעווארפן איין בלאקאדע נאכן צווייטן, און די טעסטינגס איבער אמעריקע האט זיך דראמאטיש געהויבן און שטייגט נאך אלץ.

ער האט דערקלערט די פאנדעמיק אלץ נאציאנאלע עמערזשענסי, געבנדיג דערמיט פאר די פעדעראלע רעגירונג צוטריט צו ביליאנען דאלארן אין הילף.

ער האט אריבערגעשיקט די ארמיי קאור אינדזשענירן צו בויען 8 טעמפערערי שפיטעלער אין ניו יארק, 8 אין קאליפארניע, 3 אין וואשינגטאן, און נאך אסאך איז אין פלאן.

ער האט אריבערגעשיקט די ארמיי שפיטאל שיפן צו קאליפארניע און ניו יארק, אויף זיין פארארדענונג האט מען עקספעדייטעד די רענאוואציעס אויף די שיפן, און אריבערגעשיקט די שיפן 2-3 אהעד אף סקעדזשועל.

ער האט אריינגעברענגט די פימע אגענטור אין בילד, וואס דאס האט געעפנט ריזיגע מעגליכקייטן פאר די פעדעראלע רעגירונג צו ארויסהעלפן די סטעיטס וואס זענען אין שטארקע געברויך.

ער האט אפראווד די דיזעסטער דעקלעראציעס פון צענדליגער סטעיטס וואס דאס געבט זיי די רעכט צו באקומען ריזיגע פעדעראלע גרענטס און הלוואות זיך צו ספראווענען מיט די אנגייענדע קריזיס.

ער רעדט טעגליך אדער אפי' עטליכע מאל א טאג צו די גאווערנערס פון די מערסט אימפעקטירטע סטעיטס א שטייגער ווי ניו יארק, ניו דזשערסי, וואשינגטאן און קאליפארניע. אפי' מעיאר דעבלאזיאו האט ער שוין כמה פעמים געקאלט.

די גאווערנערס פון די אויבנדערמאנטע סטעיטס האלטן אין איין זיך באדאנקן פאר די ריזיגע הילף און שטענדיגע גרייטקייט פונעם פרעזידענט און די קאראנאוויירוס טעקס פאורס צו ארויסהעלפן מיט וואס נאר אימער.

ער מיט די טרעזשורי סעקרעטערי מענושין האבן אדורכגעפירט די גרעסטע סטימיולעס פעקל אין די אמעריקאנער היסטאריע, געבנדיג ריזיגע טשעקס פאר שווערע מיליאנען אמעריקאנער, און אויך געהעכערט די אנעמפלאוימענט בענעפיט פאר די וואס האבן דערלייגט זייער דזשאב צוליב די קאראנאוויירוס.
אין געוויסע סטעיטס אריינגערעכנט ניו יארק קען מען יעצט באקומען איבער .$1,100 פאר די אנעמפלאוימענט בענעפיט!

און אזוי ווייטער און ווייטער!


די באטאם ליין איז, יא ער האט טאקע אינאנהייב אוועקגעמאכט די געפאר, טראץ וואס בשעת מעשה האט ער יא גענומען דראסטישע שריט דאס צו אדרעסירן.
אבער זאגן אז ער איז שולדיג אין די פענדעמיק איז זייער נישט ריכטיג!

אלע פראפעסארן שטימען איין אז די פאנדעמיק קען מען שוין נישט אפשטעלן, עס איז שוין צושפרייט אין 183 לענדער! אין די וועלט איז נאר דא 193 לענדער. געב א קוק אויף מדינת ישראל, זי האבן ארויסגעגעבן די שטרענגסטע און עקסטרעמסטע רעגולאציעס און געזעצן כדי צו צוריקהאלטן די וויירוס פון דערגרייכן זייער לאנד, אבער אפי' מיט די גרעסטע עפארד שטייען זיי מיט איבער 4 טויזנט אנגעשטעקטע און די נומערן גייען כסדר ארויף ל"ע.

וואס מ'קען יא טוהן דא, איז צו פארשטייטערן די פארשפרייטונג כדי אז די שפיטאל סיסטעמען זאלן קענען פארנעמען די ריזיגע צאהל אנגעשטעקטע, און דאס איז וואס טראמפ טוט יעצט, ער ארבעט מיט אלע כוחות אויף אלע פראנטן.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

IMG-20200329-WA0014.jpg
IMG-20200329-WA0014.jpg (133.11 KiB) געזען 2340 מאל


אידיש בלוט גיסט זיך אויף די גאסן, און אחשורוש איז ביזי מיט רעטינגס.

כאילו טי ווי רעטינגס אין דזשענערעל זענען נישט סקיי היי ווייל דער עולם האט נישט בעסערס צו טון.

כאילו עס איז שייך אז די ווייסע הויז קאראנע בריפינגס אין אזא שווערע צייט זאלן נישט האבן הויכע רעטינגס.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

פאראינטערסירט האט געשריבן:איי אגרי אז טראמפ איז אסאך שולדיג אין דאס אוועקמאכן די שעדליכקייט פון די וויירוס אין די אנהייב, ער האט דאס פארגליכן צו די פלו וכדומה און דאס האט בלי ספק קאלט געמאכט דאס ערנסקייט דערפון ביי מיליאנען מענטשן.

אויך איז די טעסטינגס אין די אנהייב געווען א דורכפאל, מיט ווייניג טעסטס און פארשלעפטע רעזולטאטן.

עד כאן די קריטיק..


אבער פון די צווייטע זייט טראץ זיין אינאנהייב אוועקמאכן דאס געפאר, האט ער גענומען דראסטישע שריט דאס צו אדרעסירן.

ערשטנס האט ער Jan. 29 אויפגעשטעלט א ווייסע הויז קאראנאוויירוס טעקספארס מיט איבער 20 הויכראנקיגע פעדעראלע רעספעקטירטע אפישעלס, דאס רעכנט אריין וויצע פרעזידענט פענס וואס ער פירט אהן די טעקס פאורס, די שטארק רעספעקטירטע דאקטאר אנטאני פאוטשי, דר. דבורה בריקס, אלעקס אזאר, און נאך אסאך.

דאס אויפשטעלן די טעקס פאורס איז אייגענטליך פארגעקומען א טאג בעפאר די וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע האט דערקלערט די וויירוס אלץ א פובליק העלט עמערזשענסי. (Jan. 30)

א טאג שפעטער אין Jan. 31 האט ער דערקלערט די וויירוס אלץ א נאציאנאלע פובליק העלט עמערזשענסי, און האט נאך אינעם זעלבן טאג אפגעשטעלט אלע טרעוועל פון טשיינע.

נאר צו דערמאנען, דאס אלעס איז נאך געווען אינמיטן די שאנדפוהלע אימפיטשמענט טרייעל וואס איז דעמאלסט פארגעגאנגען אינעם סענאט וועלכע האט זיך ערשט געענדיגט א וואך שפעטער Feb. 5.

ער האט באלד פארארדענט די טעקספארס צו שניידן אלע אומנויטיגע געזונטהייט רעגולאציעס כדי די געזונטהייט אגענטורן און די מעדיקל סיסטעם זאל קענען רעספאנדן צו די וויירוס אויפן שנעלסטן אופן.

מ'איז אריינגעלאפן אין א פראבלעם מיט טעסטינגס, די עכטע סיבה דערצו איז געווען די פעדעראלע רעגולאציעס וואס איז אפשר גאר וויכטיג אין פרידנס צייטן, אבער אין עמערזשענסי צייטן האט דאס גאר שטארק פארלאנגזאמט די טעסטינגס אין אמעריקע. צווישן די זאכן איז געווען דאס אז די סי-די-סי האט געדארפט מאכן אייגענע טעסט קיטס אנשטאט נעמען דאס וואס די וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע האט צוגעשטעלט, די סי-די-סי האט געדארפט אליינס אדורכפירן אלע טעסטס אין איהרע געציילטע לעבס וואס זי האט איבערן לאנד, יעדע שריט פון די אינווידואלע סטעיט צו באקעמפען די וויירוס האט געדארפט ווערן אפראווד דורך פארצויגענע ביוראקראטישע פראצעדורן און רעגולאציעס, און אזוי ווייטער און ווייטער.

צוביסלעך האט מען אוועקגעווארפן איין בלאקאדע נאכן צווייטן, און די טעסטינגס איבער אמעריקע האט זיך דראמאטיש געהויבן און שטייגט נאך אלץ.

ער האט דערקלערט די פאנדעמיק אלץ נאציאנאלע עמערזשענסי, געבנדיג דערמיט פאר די פעדעראלע רעגירונג צוטריט צו ביליאנען דאלארן אין הילף.

ער האט אריבערגעשיקט די ארמיי קאור אינדזשענירן צו בויען 8 טעמפערערי שפיטעלער אין ניו יארק, 8 אין קאליפארניע, 3 אין וואשינגטאן, און נאך אסאך איז אין פלאן.

ער האט אריבערגעשיקט די ארמיי שפיטאל שיפן צו קאליפארניע און ניו יארק, אויף זיין פארארדענונג האט מען עקספעדייטעד די רענאוואציעס אויף די שיפן, און אריבערגעשיקט די שיפן 2-3 אהעד אף סקעדזשועל.

ער האט אריינגעברענגט די פימע אגענטור אין בילד, וואס דאס האט געעפנט ריזיגע מעגליכקייטן פאר די פעדעראלע רעגירונג צו ארויסהעלפן די סטעיטס וואס זענען אין שטארקע געברויך.

ער האט אפראווד די דיזעסטער דעקלעראציעס פון צענדליגער סטעיטס וואס דאס געבט זיי די רעכט צו באקומען ריזיגע פעדעראלע גרענטס און הלוואות זיך צו ספראווענען מיט די אנגייענדע קריזיס.

ער רעדט טעגליך אדער אפי' עטליכע מאל א טאג צו די גאווערנערס פון די מערסט אימפעקטירטע סטעיטס א שטייגער ווי ניו יארק, ניו דזשערסי, וואשינגטאן און קאליפארניע. אפי' מעיאר דעבלאזיאו האט ער שוין כמה פעמים געקאלט.

די גאווערנערס פון די אויבנדערמאנטע סטעיטס האלטן אין איין זיך באדאנקן פאר די ריזיגע הילף און שטענדיגע גרייטקייט פונעם פרעזידענט און די קאראנאוויירוס טעקס פאורס צו ארויסהעלפן מיט וואס נאר אימער.

ער מיט די טרעזשורי סעקרעטערי מענושין האבן אדורכגעפירט די גרעסטע סטימיולעס פעקל אין די אמעריקאנער היסטאריע, געבנדיג ריזיגע טשעקס פאר שווערע מיליאנען אמעריקאנער, און אויך געהעכערט די אנעמפלאוימענט בענעפיט פאר די וואס האבן דערלייגט זייער דזשאב צוליב די קאראנאוויירוס.
אין געוויסע סטעיטס אריינגערעכנט ניו יארק קען מען יעצט באקומען איבער .$1,100 פאר די אנעמפלאוימענט בענעפיט!

און אזוי ווייטער און ווייטער!


די באטאם ליין איז, יא ער האט טאקע אינאנהייב אוועקגעמאכט די געפאר, טראץ וואס בשעת מעשה האט ער יא גענומען דראסטישע שריט דאס צו אדרעסירן.
אבער זאגן אז ער איז שולדיג אין די פענדעמיק איז זייער נישט ריכטיג!

אלע פראפעסארן שטימען איין אז די פאנדעמיק קען מען שוין נישט אפשטעלן, עס איז שוין צושפרייט אין 183 לענדער! אין די וועלט איז נאר דא 193 לענדער. געב א קוק אויף מדינת ישראל, זי האבן ארויסגעגעבן די שטרענגסטע און עקסטרעמסטע רעגולאציעס און געזעצן כדי צו צוריקהאלטן די וויירוס פון דערגרייכן זייער לאנד, אבער אפי' מיט די גרעסטע עפארד שטייען זיי מיט איבער 4 טויזנט אנגעשטעקטע און די נומערן גייען כסדר ארויף ל"ע.

וואס מ'קען יא טוהן דא, איז צו פארשטייטערן די פארשפרייטונג כדי אז די שפיטאל סיסטעמען זאלן קענען פארנעמען די ריזיגע צאהל אנגעשטעקטע, און דאס איז וואס טראמפ טוט יעצט, ער ארבעט מיט אלע כוחות אויף אלע פראנטן.

קענסט דער משל וואס סאטמאר רב זי"ע ניצט אויף די ציונים אז זיי זענען די פייער לעשער און דער צינדער כן הדבר הזה
דאס אז ער איז יעצט גיט קימט זיך עים א קניפ און בעקל פאקט איז ווען ער איז ווען ערענסטער פאר די געפאר וואלט עס נישט אזוי אנגעקימען קיין ניו יורק און מענטשן וואלטן זיך מער געהיטן
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4218
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס?
נו אוודאי איז ער שולדיג. ער איז אויך שולדיג אז מיין ביה"כ שמעקט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך'בין שוין גרויס »

צל עובר האט געשריבן:
IMG-20200329-WA0014.jpg


אידיש בלוט גיסט זיך אויף די גאסן, און אחשורוש איז ביזי מיט רעטינגס.

כאילו טי ווי רעטינגס אין דזשענערעל זענען נישט סקיי היי ווייל דער עולם האט נישט בעסערס צו טון.

כאילו עס איז שייך אז די ווייסע הויז קאראנע בריפינגס אין אזא שווערע צייט זאלן נישט האבן הויכע רעטינגס.

ס'איז אפשר נאריש פון עם פאליטיקלי צו טוויטן אזעלכע זאכן, אבער די ווייזט גאנץ גוט אז דעס איז נישט וואס ער און זיין אדמיניסטרציע טוט א גאנצע טאג... דאס איז א גוטע עקסעמפעל פון Forced Outrage
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

Kosher Travel האט געשריבן:איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס?
נו אוודאי איז ער שולדיג. ער איז אויך שולדיג אז מיין ביה"כ שמעקט.

ער איז שילדיג אז מענטשן האבן עס אנגעקיקט פאר א וויץ .
אפילו שמעון ראלניצקי האט אויף א טראפ טיפער אנטשטאט יא דערשרעקן די עולם האט ער געזאגט אז ס'איז א פלעינע פלו
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: דעבאטע: איז טראמפ שילדיג אינעם וויירוס ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

צל עובר האט געשריבן:
IMG-20200329-WA0014.jpg


אידיש בלוט גיסט זיך אויף די גאסן, און אחשורוש איז ביזי מיט רעטינגס.

כאילו טי ווי רעטינגס אין דזשענערעל זענען נישט סקיי היי ווייל דער עולם האט נישט בעסערס צו טון.

כאילו עס איז שייך אז די ווייסע הויז קאראנע בריפינגס אין אזא שווערע צייט זאלן נישט האבן הויכע רעטינגס.


די מידיא איז דאך פארנומען אים אראפרייסן א גאנצן טאג מוז ער זיך פארטיידיגן

אפשר קענסטו פויעלן ביי די מידיא אז כאטש יעצט ווילאנג די קריזיס גייט אן זאלן זיי זיך אפהאלטן פון קריטיקירן דעם פרעזידענט
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”