קאפיען סידיס און טעיפס
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- איך_הער
- סעקרעטאר
- תגובות: 18580
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
- לאקאציע: אין אפיס
- פארבינד זיך:
קאפיען סידיס און טעיפס
יונתן שווארץ האט היינט געהאט די מייק ביים גמ"ח הצלה דינער אין קרית יואל, און ער האט זיך דארט אויסגעגעבן אז די טעיפ איז שוין רעדי צוויי יאר, אבער ער קומט נישט ארויס דערמיט, ווייל ער האלט נישט ביים ארבעטן פאר די פאר חברה וואס מאכן געלט דוירעך קאפיען אויף עם פי טרי'ס, אדער דאס גלייכן, ער האט נעבעך גערעדט פון הארץ, און איך האלט אז ער איז טויזענט פראצענט גערעכט, אבער די וואס מאכן דאס דארפן נאך אויך דאס מחליט זיין, און הערשט נאכדעם קען ער צוריק אריין גיין אין ביזנעס.
- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12689
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע: אין די חיפוש
איך_הער, א גרוס פון יונתן...
ער האט געזאגט אסאך מער וויפיל דו שרייבסט, איך ווייס נישט וואס דו ביזט אזוי מקצר.
ער האט אויך פארציילט די מעשה וואס ר' יוסף משה כהנא (פון לחיים דיסט.) פארציילט באריכות אין זיין אינטערוויו מיט קול מבשר, וועגן דעם מענטש וואס האט אים נישט געלאזט קאפיען ניגונים פון די מוזיק-אנגעפולטע איי-פאדס, ווייל ס'איז א שאלה פון גניבה...
ער האט אויך דערמאנט די בחורים פון די היגע ישיבה, אז ביי זיי דרייט זיך אסאך פון די גע'גנב'טע MP3 סי-דיס, אבער שפעטער האט ער זיך אנטשולדיגט אויפ'ן מיקראפאן אז ער האט נישט געמיינט דוקא זיי, נאר אין אלע ישיבות איז אזוי.
ער האט שטארק ארויסגעברענגט וויפיל געלט ס'קאסט היינט-צו-טאגס צו פראדוצירן א טעיפ, און אז ס'לוינט זיך פשוט נישט דאס ארויסצוגעבן אויב דער מצב וועט ווייטער אזוי אנהאלטן, אפילו אויב מ'האט שוין אריינגעלייגט רוב פונעם געלט ביים פראדוצירן דעם טעיפ, ווייל דאס דיסטריביוטן קאסט אויך אסאך געלט, און ס'לוינט זיך נישט אויב יעדער וועט מאכן א קאפיע פונעם חבר זיינעם.
ער האט צווישן אנדערן דערמאנט, אז אפגעזען פון די הלכה'דיגע שאלות אין דעם ענין, וואס אויף דעם קענען מענטשן אפשר אפירקראצן היתרים, איז אבער דא א גמרא וואס זאגט לגבי מאכן א ברכה פאר'ן עסן, אז אפילו ס'שטייט נישט אין קיין שום פסוק און מ'לערנט נישט ארויס פון ערגעץ אז מ'דארף מאכן א ברכה, אבער דאך "סברה היא", אז מ'איז נהנה דארף מען זיך באדאנקען. האט ער געזאגט, אז אפילו לאמיר זאגן אז עפ"י הלכה מעג מען מאכן קאפיעס פון סי-דיס, איז דאך "סברה היא" אז ס'איז נישט קיין יושר, אז יענער האט אריינגעלייגט אזויפיל געלט אין א פראדוקציע, און דו זאלסט גיין און אים אוועקנעמען זיינע פארדינסטן.

An article a day keeps the babies away
ער האט אויך ארויסגעברענגט, אז דער באשעפער, וויל אז ער זאל מאכען געלט פין טעיפ'ס, והא ראי' אז נאך זיין חתונה ווען ער האט פרובירט צי זיין א בראקער, (איך מיין א מאגידזש בראקער,) האט ער נישט געמאכט קיין גרויס געלט,
אבער מיין שכן, האט זיך אנגעריפען, אז אפשר טאקע איז משם ראי', אז טעיפ'ס איז אויך נישט די פלאץ פין וואו עס איז באשערט אז ר' יונתן זאל מאכען געלט, אזוי וואו ער האט טאקע אליין געמאכט דעם חשבון אז מען מאכט היינט נישט קיין געלט אין דעים ליין, נאר פין דארט וואו ער האט טאקע געזאגט פון שבע ברכות'ער

דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
לאידך גיסא, מען דארף זיך אביסעל אריין לייגען אין די שיך פון אונז קאנסומער'ס. ולדוגמא גיבט א קוק אן דעם נייעם טעיפ פון פינקי וועבער "שמע ישראל" ער האט ארויס געגעבען דעם טעיפ נאר אויפ'ן חשבון אז דער עולם גולם וואס גלייכט אים וועט ממילא באצאלען א צוואנציגער פאר א סידי וואס איז נקראת על שמו.
לאמיר שוין נישט רעדען פון עצם הענין אז ער זינגט נישט אליין דערויף, מערסטענס ניגונים זענען אלטע אויסגעדראטשענע ניגונים וואס נאך איידער זיי זינגען דעם ניגון, נאר פון די מוזיק בעפאר, כאפט שוין יעדעס קינד במה הכתוב מדבר. ווען איך ווייס בעפאר וואלט איך עס קיינמאל נישט געקויפט.
וכהנה רבות, עס קומען ארויס נייע מוזיק טעיפ'ס פון געוויסע אנדערע ברענד נעים'ס ווי למשל גאלדמאן, ער "רעסייקעלט" פינף אלטע ניגונים און עולם גולם לויפט און קויפט מיט'ן חשבון אז עס איז א צווייטער "אם אשכחך".
זאלען זיי ארויס געבען סחורה וועט מען באצאלען, אז נישט איז עס ווי אן אלט ספר'ל וואס מען טרעפט אין שמות ווער וויל דערפאר באצאלען?
לאמיר שוין נישט רעדען פון עצם הענין אז ער זינגט נישט אליין דערויף, מערסטענס ניגונים זענען אלטע אויסגעדראטשענע ניגונים וואס נאך איידער זיי זינגען דעם ניגון, נאר פון די מוזיק בעפאר, כאפט שוין יעדעס קינד במה הכתוב מדבר. ווען איך ווייס בעפאר וואלט איך עס קיינמאל נישט געקויפט.
וכהנה רבות, עס קומען ארויס נייע מוזיק טעיפ'ס פון געוויסע אנדערע ברענד נעים'ס ווי למשל גאלדמאן, ער "רעסייקעלט" פינף אלטע ניגונים און עולם גולם לויפט און קויפט מיט'ן חשבון אז עס איז א צווייטער "אם אשכחך".
זאלען זיי ארויס געבען סחורה וועט מען באצאלען, אז נישט איז עס ווי אן אלט ספר'ל וואס מען טרעפט אין שמות ווער וויל דערפאר באצאלען?
- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12689
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע: אין די חיפוש
זאת ועוד, אז אפשר איז די סיבה פארוואס זיי גיבן ארויס אזעלכע טעיפס, טאקע וועגן מיר האבן געמאכט קאפיעס פון זייערע פריערדיגע טעיפס, און גורם געווען אז זיי זאלן זוכן די ביליגערע וועג פון ארויסגעבן טעיפס, כדי זיי זאלן כאטש נישט דערלייגן אזויפיל און זייער שאדן זאל זיין א מינימאלע?
An article a day keeps the babies away
- מעסטערמיינד
- שר האלף
- תגובות: 1514
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm
נאטורליך,
קען זיין אז דו האסט דיך טאקע אפגעבריהט מיט איין צוויי טעיפ'ס אבער בדרך כלל איז עס נישט אזוי, און דער פאקט בלייבט אז מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע, פון עם פי טרי'ס ביז איי פא'דס וואס מ'מאכט א לעבן אויפן חשבון פונעם ארויסגעבער, כ'ווייס נישט אויב ענק האבן געזעהן די אינטערוויא פון מרדכי מיט אברהם, ווי זיי רעדן זיך אפ, ס'איז כדי צו זעהן, אז מ'זאל באקומען א שטיקל באגריף וואס עס גייט פאר.

מעסטרמיינד, דער נושא איז נישט איבער מיר פערזענליך, איך האב נישט געשריבען די פאר שורות איבער מיין צוואנציגער. איך שרייב נאר פארוואס מענטשען בדרך כלל פילען גלייך גילטיג צו דעם ענין פון קאפיען א מוזיק טעיפ.
והראי', פוק חזי וועט איר זעהן אז פון יוסעלע פליהט מאכען מענטשען עפ"י רוב נישט קיין קאפיעס. צו פון אחדות אדער אנדערע שיינע באלערענדע קינדער טעיפ'ס. מענטשען טוען אנערקענען די שווערע ארבייט. אבער אז א מאן דהוא שפייט אויס אפאר אלטע ניגונים און פארפאקט עס אין א שיינער פלאסטיק פאר צוואנציג דאללאר ווערען מענטשען בייז.

- צייטליך
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12505
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
- לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.
נאטורליך, ביסט אין א געוויסן זון גערעכט, פון "יוסעלע פליט" מאכט מען טאקע נישט קיין קאפי'ס, און יא, פון "פורים טיש" מאכט מען יא קאפי'ס,
אבער די האלסט אז מענטשן האבן זיך צירוק געהאלטן פון מאכן קאפיס פון די טעיפ "בהר המוריה" פון אייזיק האניג ? צו פון ליפא'ס טעיפ, אדער אברהם'ס ?
די אלע זינגער'ס האבן אריינגעלייגט צענדליגער טויזענטער דאלער'ס, און זיי ווייסן נישט צו ס'לוינט זיי ווייטער,
און כ'וואלט געזאגט אז יוסעלע פליט איז אביסל אנדערש, ווייל דארט האנדעלט מען מיט קינדער, וואס האבן נאכנישט די שכל דערצו, און ס'קומט מיט א בוך,

איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
- דארפסמאן
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6484
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
- לאקאציע: אין דארף
א זינגער אז אמאל אריינגעקימען אין א סטאר די ערשטע טאג וואס זיין טעפ איז ארויס געקימען אין געזען איינער אריין קימען מיט די נייע טעפ אין געמאכט א קאפי האט ער געזאגט פאר דעם בחור וואס האט געמאכט די קאפי אי"ה דאס איז די לעצטע טעפ וואס איך געב ארויס , סיי די בחור אין סיי דער סטאר מענטש האבן זיך געוואלט באגראבען אויפן פלאץ
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
פה ב'דארף יצ"ו -
איך מיין דאס איז א דיבאטע מיט גערעכטע טענות פאר ביידע צדדים. איך בין אבער א נוגע בדבר, איך פארשטיי דאס אויפברויז פון די קליענטען וואס ווילען נישט צאלען 20 דאללאר פאר איעדען שמוגער וואס גיבט ארויס א גארבידזש סידי.
און אז הרה"ח ר' מרדכי בן דוד כבודו במקומו מונח גיבט ארויס א סי-די ווי "נחמו" מיט דריי ניגונים און בעט דערפאר רבי געלט, איז ער אויסגעשטעלט צו קריטיק פאר'ן בעטן א געפעפערטען פרייז.
און ענטפער מיר נישט אז דאס בארעכטיגט נישט צו קאפיען ווייל איך האב נישט געזעהן קיין שום פוסק זאגען אז מען טאר נישט להלכה.
און אז הרה"ח ר' מרדכי בן דוד כבודו במקומו מונח גיבט ארויס א סי-די ווי "נחמו" מיט דריי ניגונים און בעט דערפאר רבי געלט, איז ער אויסגעשטעלט צו קריטיק פאר'ן בעטן א געפעפערטען פרייז.
און ענטפער מיר נישט אז דאס בארעכטיגט נישט צו קאפיען ווייל איך האב נישט געזעהן קיין שום פוסק זאגען אז מען טאר נישט להלכה.
- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12689
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע: אין די חיפוש
איינער האט זיך געטוישט לכבוד די דרשה פון יונתן שווארץ?
איך האב דעם שבת גערעדט צו א יונגערמאן (נישט ביים ליינען, שטייטסעך). זאגט ער מיר אז ער האט געוואלט מאכן א קאפיע פון א סידי, אבער ער האט זיך דערמאנט פון יונתן שווארץ'ס דרשה, און ער האט באשלאסן אז ער מאכט נישט די קאפיע.