נארישע קינדער: פארוואס ווילן זיי נישט גיין שלאפן?

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

הערשעל

נארישע קינדער: פארוואס ווילן זיי נישט גיין שלאפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעל »

איך ווייס נישט ווי עס גייט ביי ענק, איך אבער, בין א געזונטער פּעפער, א מענטש וואס איז זייער שווער ארויסצוזען פון בעט, און ווען נישט מיין באלעבאס האט מיר לעצטנס אנגעכאפט ביים אויער און אנגעווארענט אז אויב איך דערוואג זיך נאך איינמאל צו קומען שפעט קען איך זיך צושטעלן מיט די גרויסע ליסטע פון אויפגעזאגטע ארבייטער און נעמען אנעמפלוימענט, וואלט איך נאך יעצט געשלאפן...

ענדיוועיס, לויט מיין ברייטע ידיעה איז א גרעסערע פראצענט פון אונז היימישע אינגעלייט וואס זענען נישט קיין שטארקע שונאים צום אזוי באליבטע בעט און אויב האבן מיר די מעגליכקייט וואלטן מיר זיך אין איר אריינגעפּאַקט גאנץ פרי, און זיכער נישט אויפגעשטאנען ווי נאר די האן קרייט.

פארוואס זעט מען דאס נישט ביי אונזערע קינדער? פארוואס נעמט דאס אזוי פיל טייערע מינוטן און שעות זיך צו אמפערן מיט זיי און זיך ארומרייסן ביז מען דערזעט זיי אין בעט, און אויך נאכדעם קומט מען אפ דאס גיהנם ביז זיי זענען שטיל און זיי ווערן אנטשלאפן?

און ענדליך ווען מען רוט זיך אפ פון די שווערע ארבעט און ס'שטיל אין הויז קען מען גיין כאפן א קורצע דרימל פון א קארגע פאר שעה, און ווי נאר די קינדערלעך חלומ'ן אז ס'טאגט שוין אינדרויסן, זענען זיי מעורר השחר און לויפן שוין האסטיג ארום אין שטוב, זיכער מאכנדיג אז די עלטערן זאלן נישט האבן פון דעם אזוי געגארטן שלאף.

וואס איז פשט פון דעם? וואס טרייבט זיי אזוי? עס וואלט דאך געברויכט זיין פונקט פארקערט. איז טאקע זייער טבעיות אנדערש אין דעם ענין?

און וואס איז די עצה צו דעם? זיי לאזן דאך נישט קיין מנוחה.

איך וועל נישט קענען גענוג באדאנקען דער וואס וועט מיר מיט זיין גוט הארץ אן עצה געבן, און מיר פארשפארן א שעה צוויי ארבעט ביינאכט און אן אויסגערוטען קאפ בייטאג.
בעל בית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל בית »

עס הייבט זיך נישט אן די גאנצע זאך, געווענליך א מענטש ווערט געבוירן בטבע א נייגעריגער, ער וויל זיין אפען צו די וועלט במילא א קינד האט נישט ליב צו שלאפן ווייל ער וויל אלעס קאווערן, מאידך גיסא האט דער אייבערשטער באשאפן אז א קינד דארף מער שלאפן, אבער וויבאלד ער האט נישט צופיל דאגות ווערט ער נישט אזוי שנעל אויסגעמיטשעט, פילט ער נישט אז ער דארף גיין שלאפן,

לגבי א ערוואקסענעם, רוב עולם האט נישט ליב צו שלאפן, דאס איז עצת היצר אז מען זאל אויפבלייבן ווי לענגער, לכבוד דעם איז מען צופרי געהרג'ט מיד און מען קען נישט אויפשטיין, און די גאנצע טאג איז געהרג'ט
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

מינוט, מינוט, כאפ נישט. פרעגסט: פארוואס קינדער גייען [ווילן גיין..] שפעט שלאפן? זאג: דו ווילסט נישט?.. דו גייסט אויך שפעט שלאפן.

די פראגע איז נאר אויף צופרי. פארוואס קינדער קריכן ארויס פון בעט פריער, איז אזוי, זארג זיך נישט, ווען זיי וועלן עלטער ווערן וועלן זיי אויך אריינפאפן אַווי דער טאטע..

מ'קען אבער זעהן א חילוק צווישן יונגלעך און מיידלעך, יונגלעך וועלן ענדערש שנעלער אויפשטיין, מיידלעך וועלן נאך פון זייער פריע יוגנד אנהייבן אריינצושלאפן עד חצות, שבת, יו"ט און זונטאג'ס, און אפי' מאנטיג דינסטיג'ס ווען זיי דארפן יא כאפן זמן קרי"ש [גיין אין סקול בלע"ז..].

בחורים בין הזמנים, דארט איז א פראבלעם, איך האב נעכטן געשמועסט מיט מיין פאטער לאויוש"ט, האב איך מיך איבערגעבעטן מיט אים פאר מיין שווער אויפשטיין בין הזמנים און חוה"מ, האב איך אים געזאגט: אמת דו האסט הנאה אז איך בין שוין נישט אינדערהיים?! איך האב אלעמאל ווען מ'האט מיך געוועקט, און איך האב נישט געהאלטן ביים אויפשטיין, פלעג איך אלעמאל טראכטן: וואס פאר א הנאה וועט מיין טאטע האבן ווען איך וועל חתונה האבן און דער טאטע וועט מער נישט דארפן אזוי שווער וועקן.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

כ'בין נישט זיכער צו דו ביסט גערעכט מיטן אפטיילן מיידלעך פון יונגלעך לגבי אויפשטיין פרי, כ'האלט אז ס'האט מיט נאטור, קלענערע וועלן אלץ אויפשטיין פריער, עטליסט אזוי איזעס ביי מיר, אפגעזען יונגלעך מיידלעך.
הערשעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעל »

נחמתני אז ביים לייגן זאל איך נישט זיין אויפגערעגט אויף די קינדער אז זיי ווילן נישט איינשלאפן.

דער חילוק צווישן אונז "גרויסע" און זיי די קליינטשיגע איז אז זיי האבן ווער זאל זיי טרייבן, נעמליך, די טאטע מאמע, און זיי ווילן דאך נישט פאלגן ווייל זיי ווילן נישט גיין פרי שלאפן.

הלואי אויף מיר געזאגט איך זאל האבן עמיצן וואס זאל מיר טרייבן אין בעט אריין.
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

דרע תירץ איז פשוט די האסט א ייצר הרע און דיין קליינער נישט

והא רייאה האסט אמאל אריינגעטראכט ווען א קינד הייבט אן נישט צו וועלן פארלאזן זיין געלעגער???!!....

געס וואט??... ביי זיין בר מצוה...
ווען ער באקומט זיין ייצר הרע...
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

לוסטיג האט געשריבן:דרע תירץ איז פשוט די האסט א ייצר הרע און דיין קליינער נישט

והא רייאה האסט אמאל אריינגעטראכט ווען א קינד הייבט אן נישט צו וועלן פארלאזן זיין געלעגער???!!....

געס וואט??... ביי זיין בר מצוה...
ווען ער באקומט זיין ייצר הרע...

דעם יצה"ר באקומט מען ביים געבורט (גמ' סוף ערשטן פרק אין קידושין). דעם יצר טוב באקומט מען ביי די בר מצוה. קוקט אויס עפעס פונשט פארקערט ווי דו שרייבסט, עס איז גאר עצת היצר טוב!...
Get your facts first, then you can distort them as you please.
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

הערשל האסט ליעב צו שלאפען? זארג זיך נישט, קענסט נאך אפשר איין טאג ווערן hud סעקרעטאר אין אמעריטשקע :wink:
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”