לכתחילה אריבער האט געשריבן:און די "האניקריספ" (Honeycrisp) ערפינדן אין 960', און געברענגט צו מארקעט אין 991'.
(אגב, די "האניקריספ" איז לדעתי די בעסטע רויטע עפל אויף די מארקעט! אויב האט איר נאכנישט געגעסן א "האניקריספ" עפל, האט איר נאך נישט געגעסן א פיינעם עפל! (פארשטייט זיך פון די רויטע, פון די גרינע און געלע איז דא אנדערע אויך, און אויב איינער האט ליב גרינע אדער געלע בעסער איז א צווייטע מעשה). אלזא נעקסטע מאל ווען איר גייט קויפן עפל, זיכע האניקריספ, און קומט אהער ריפארטן צו כ'בין נישט גערעכט!)
עס קען זיין אז עס איז צייט פאר די האני-קריספ זיך צו רוקן אין א זייט.
עס קומט די וואך אן אין די געשעפטן א נייע סארט עפל גערופן "קאסמיק קריספ". די עפל פארשפרעכט צו האבן די מעלות פון די האני קריספ עפל - קריספי און זיס - און די דויערהאפטיגקייט פון די "ענטערפרייז" עפל.
די האני קריספ עפל האט די מעלות אז עס איז זייער גוט און זיס, אבער איז זייער א האקעלע עפל, פארדעם ווילן עס נישט אלע געשעפטן ארייננעמען, עס ווערט ברוין און צוקלאפט זייער שנעל פון יעדע קליינע קלאפ. דאס איז אויך פארוואס די עפל איז אזוי טייער רעלאטיוו.
די נייע עפל איז א צוזאמענשטעל פון די האני קריספ און ענטערפרייז עפל. עס זאל הייסן אז אין א פרידזשידער קען די עפל האלטן פאר א גאנצע יאר צייט!
עס האט גענומען פאר פארשער אין וואשינגטאן סטעיט אוניווערזיטעט יארן עס צו פערפעקטן.
מען האט געפלאנצט פון די בוים 600,000 שטיק, און פון דעם איז ערווארטעט די וואך אנצוקומען אין די געשעפטן 450,000 40 פונקט קעסטלעך פון די עפל.
זינט די ערשטע ביימער געפלאנצט, האט מען שוין געפלאנצט נאך 10 מיליאן נייע ביימער, און עס נעמען דריי יאר פאר די ביימער ארויסצוגעבן עפל.
פאר די קומענדיגע 10 יאר וועלן פארמער אין וואשינגטאן סטעיט - די שטאט וואס פלאנצן די מערסטע עפל אין די פאראייניגטע שטאטן - האבן די אויסשליסליכע רעכט אויף צו פלאנצן די סארט עפל.