שכונת בלומינג-גראוו, קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

עסן פאר אידן
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עסן פאר אידן »

נו שוין האט געשריבן:
די נקודה האט געשריבן:
ניקעל האט געשריבן:דאס הענגט היינט אין בית המדרש ראדאוויץ. איך בין געווען נעכטן ביי שלש סעודות ווען די רב שליט"א האט גערעדט דע ענינים העומדים על הפרק.


דאכט זיך אז סיי ביידע 2 ק״ק סאטמאר און סיי אדמו״ר מצאנז זמיגראד וואס אינאיינעם בילדן זיי כמעט 100% פון די שטאט ווילן דייקא לכה״פ 2 אידן טראסטיס אזוי ווי אין בלומינגבורג איז געווארן שטיל דייקא זייט ס׳איז דא אידישע פארטרעטערס

ווי ר׳ משה דוד נידערמאן האט דאס מסביר געווען ביים אסיפת הרבנים דארטן אז יעדער גוי פארשטייט און רעספעקט ״פעיר רעפרעזענטעישאן״ און אידן קענען האבן לכה״פ 2 ערוועלטע ווען באמת באזיצן זיי מער לאנד, הייזער און נפשות מיט א קלארע רוב

דערווייל האט דער ראדאוויצער געזאגט אז ער איז נישט קלאר און האט נישט קיין קבלה דעריבער שטיצט דער דערווייל איין איד דער ציבור איז פאראייניגט און ערווארט דעם ענדגילטיגן פסק פון די 2 סאטמארע רבנים און זמיגראדער רבי ווען ער קומט אהיים פון אר״י ס׳וועט בלייבן אינטרעסאנט מיטצוהאלטן די ווייטערדיגע תוצאה

איז דא עפעס א קלארע הוראה פון די דאזיגע ק"ק? איך רעדט נישט עסקנים.


האמיר יעצט אראפגעלייגט די פאון מיט איינע פון די אקטיווע עסקנים [אגב העלפט ער מיר אסאך ארויס מיט לעגאלע אישוס איבער מיין דירה וואס מיר האבן איינגעהאנדעלט אין בלמ"ג, ווייניג פלעצער האבן אזעלכע געטרייע און איבערגעגעבענע אנשי הציבור] ער זאגט זייער קלאר אז דאס וואס שטייט אויף די צעטיל פינעם ראדעוויצער של"ס, דער החלטה איז פארמירט געווארן אינאיינעם מיט פארטרעטער פון אלע עסקני הקהילות און רבני הקהילות בעצה ודעה אחת.
משה חיים פנחס
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 8:43 pm

בית המדרש המפואר "נחלת אהרן ד'קרעמניץ" דערהייבט תורה'דיגע גלאנץ פון בלומינגראוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה חיים פנחס »

הערליכער בית המדרש און ריזיגער אוצר הספרים מיט טויזנטער ספרי קודש – א זעלטנהייט אין דער געשיכטע פון בלומינגראוו – איז פולקאם עומד על תילה בנוי' מיט פראכט און גלאנץ צום באנוץ פון לומדי תורה 24 שעות אינעם מעת לעת!


פון די סאמע שענסטע און לעכטיגסטע ווינקלען אין דער עיר ואם בישראל בלומינגראוו דערהייבט זיך אן קיין צווייפל דער הערליכער פנת יקרת, דער בית המדרש החדש והמפואר "נחלת אהרן ד'קרעמניץ", וואס איז אנומלט פארענדיגט געווארן כלול בהדרה ברוב פאר והדר, און דינט ווי א "פנת יקרת" און א לייכטורעם פאר די גאנצע שטאט, אלס א מקום מיוחד במינה פאר מתפללים ולומדי תורה מיט א געוואלדיגע הרחבת הדעת און א פארצייטישע ארגינעלע אטמאספערע.
חבה יתירה נודעת לו צו דער שטאט בלומינגראוו וואס האט זוכה געווען אז הגה"צ אב"ד קרעמניץ שליט"א האט זיך קובע געווען משכנו בתוכינו, און האט טאקע מייסד געווען דאס בית המדרש המפואר וואס איז א לעכטיג ווינקל פאר יראי ה' וחושבי שמו פון דער גאנצער געגנט, זייענדיג א מקום רחבת ידים ברוב פאר והדר.

IMG-20200120-WA0066.jpg
IMG-20200120-WA0066.jpg (106.36 KiB) געזען 1545 מאל

דאס בית המדרש גופא איז אויפגעבויעט געווארן גאר שיין, מלכות'דיג און פראקטיש. מיט פילע חידושים און איינריכטונגען, הערליכע טיילס און עלעקטעריק פון טייערע מאטריאל, און א מייסטערהאפטיגע ארון הקודש פראדוצירט פון שטיין, עס זאל טאקע דינען דעם ציל צו זיין א לופטיגער און רחבות'דיגער מקום תורה ותפילה, געשמאק און בא’טעמ’ט צו קענען עוסק זיין בתורה ובתפילה מיט הרחבת הדעת.
באזונדער איז דאס בית המדרש איינגערישט אויף א ספעציעלן אופן צו זיין מוקדש אלע שעות פון טאג, ערב בוקר וצהרים, אויף לימוד התורה פאר די תושבי השכונה, באגלייט מיט א געשמאקן "קאווע שטיבל" וואו עס איז צוגערישט אלע קאווע -‬ געברויכן צו דערקוויקן די הערצער פונעם ציבור מתפללים ולומדים‬ להחיות בהם נפש כל חי.‬‬ אידן שוחרי תורה נוצן טאקע אויס דעם מקום קדוש צו קובע זיין דארט שיעורים תמידים כסדרן במשך כל שעות היום, פון די פריע פארטאגס שטונדן ביז די שפעטע נאכט שעות, ללמוד וללמד לשמור ולעשות.

IMG-20200120-WA0068.jpg
IMG-20200120-WA0068.jpg (129.88 KiB) געזען 1545 מאל


דער "גולת הכותרת" און דער חידוש מיוחד פון דעם הערליכן בית המדרש איז געוויס דער ריזיגער און פראכטפולער "אוצר הספרים" וואס באשיינט אלע ווענט פון דעם גאנצן בית המדרש, און אנטהאלט אן אוצר נפלא פון טויזנטער ספרי קודש בכל מכמני התורה, וואס איז באמת א זעלטנהייט אפילו אין אנדערע אידישע געגנטער, און טוט ווירקליך אויפלייכטן דעם "אור התורה" אין אונזער שטאט מיט אזא הערליכע פראכט.
מערערע תלמידי חכמים ולומדי תורה וועמען עס קומט אויס צו באזוכן דאס בית המדרש קענען ממש נישט גענוג זיך אפוואונדערן פון דעם ריזיגן אוצר אדיר וואו מען קען טרעפן אפילו גאר פארשטיפטע ספרי קודש אין אלע מקצועות, ספרי ראשונים כמלאכים, ספרי הפוסקים, ספרי שו"ת, וספרי גדולי האחרונים, אלעס מסודר און פראקטיש אויסגעשטעלט צו די תועלת און באקוועמליכקייט פון די לומדי ומתפללי‬ בית המדרש ושוחרי תורה וואס קענען נישט גענוג אויסדרוקן זייער התפעלות פון דעם געוואלדיגן מתנה טובה וואס אונזער געגנט האט עררייכט דערמיט. ‬
IMG-20200120-WA0060.jpg
IMG-20200120-WA0060.jpg (95.86 KiB) געזען 1545 מאל


ווירקליך איז דער רב שליט"א דער רוח החיים פונעם ביהמ"ד וואס איז משפיע און גיסט איבער א ווארימקייט און דערהויבנקייט פאר אלע באי בית ה'. די תפלות שב"ק ווערן אפגעראכטן מיט א מורא'דיגע ווארימקייט און דערהויבנקייט, בפרט ווען עס קומט א יום טוב, א הלל, אדער אנדערע יומי דפגרא, וואס דאן קומט מען פון די גאנצע געגנט און פון נאך ווייטער מיטצוהאלטן די געהויבענע עבודה.
וואך נאך וואך איז די שלש סעודות אַן איבערלעבעניש ווען דער רב שליט"א ווארימט דעם ציבור המתפללים מיט די געהויבענע זמירות און ה' מלך, און איז משמיע הארציגע דברי תורה, חיזוק והתעוררות, געפלאכטן מיט יסודות וענינים נפלאים מספרי רבותינו הק', אויף וואס דער ציבור קוקט ארויס און עס הייבט דעם גאנצן וואך מיט די ריכטיגע התעלות, איבערהויפט אצינד אין די ימי השובבי"ם איז קענטיג א גרעסערע ציבור וועלכע קומט הערן ווארימע דברי התעוררות לתשובה ולתיקון המעשים באגלייט מיט אמרות טהורות מפיהם ומפי כתבם פון די צדיקים הקודמים זי"ע.
תושבי בלומינגראוו קוקן זיך צו מיט פרייד אויף די "הרחבת גבולי הקדושה" וואס באגלייט אט דעם נאבעלן מקום קדוש, מה טובו אוהליך יעקב משכנותיך ישראל!
מושב בגולה
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 7:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושב בגולה »

משה חיים פנחס האט געשריבן:הערליכער בית המדרש און ריזיגער אוצר הספרים מיט טויזנטער ספרי קודש – א זעלטנהייט אין דער געשיכטע פון בלומינגראוו – איז פולקאם עומד על תילה בנוי' מיט פראכט און גלאנץ צום באנוץ פון לומדי תורה 24 שעות אינעם מעת לעת!


קרעמניץ איז יעצט הערש פארטיג געווארן?
עסן פאר אידן
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עסן פאר אידן »

מושב בגולה האט געשריבן:
משה חיים פנחס האט געשריבן:הערליכער בית המדרש און ריזיגער אוצר הספרים מיט טויזנטער ספרי קודש – א זעלטנהייט אין דער געשיכטע פון בלומינגראוו – איז פולקאם עומד על תילה בנוי' מיט פראכט און גלאנץ צום באנוץ פון לומדי תורה 24 שעות אינעם מעת לעת!


קרעמניץ איז יעצט הערש פארטיג געווארן?


מען פרובירט יעצט מאכן עסק פון אלע צענטערן
Blooming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Blooming »

ר' יום טוב האט געשריבן:אונז פאלגן די רבנים וויאזוי די פסק זאל נאר זיין אנע הסברים.

אבער פשוט איז, אז צווישן איין אדער צוויי איז דאך נישט קיין גרויסע חילוק. מען זעט די צאל שטימען פון די פאראייניגטע וואל כוחות, און קיין מיאיריטעט איז דאך סייווי נישטא.
איין איד אויף א בארד פון פינעף וואלט יעדער נארמאלער גוי פארשטאנען, אין א צייט ווען די אידן זענען בערך האלב אין צאל, און האלט אין איין שטייגן. עס צייגט נישט אז מען זוכט איבערצונעמען מאכט, עס צייגט אז מען וויל equal representation. נאכמער, דער גוי זעט אז דער איד האט א געלעגנהייט אריינצושטעלן 2, אבער שטעלט אריין נאר איינס. דאס זאגט עפעס.

דער ראדאוויצער וויל פארמיידן א געפעכט מיט די גוים אויף אלע קאסטן, און ער מאכט סענץ. העכסטנס ווען די צאל אידן וועלן נאכמער וואקסן צו רוב רובו פונעם ווילידזש וועט מען דאן אריינשטעלן נאך אידן.



איהר וואונט און בלומינג גראוו אז די שרייבסט ״אונז פאלג מער....״

גראדע און בלומינג גראוו פלאגט מען רבנים די שאלה איז נאר פון ווי די קומסט, און וואס די ווילסט,
קום אריין קלאר!!!!!!
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך קוק יעצט אויפן קאלענדער און איך זע נאך גענוג צייט צו די וואלן. גיי מיר זיך צולייגן און צוריקקומען דא צוויי וואכן צו די וואלן. ווער איז מיט מיר?
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

זאבליטוב באשטייט פון די אחים למשפחת האלפערט?
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

ר' יום טוב האט געשריבן:איך קוק יעצט אויפן קאלענדער און איך זע נאך גענוג צייט צו די וואלן. גיי מיר זיך צולייגן און צוריקקומען דא צוויי וואכן צו די וואלן. ווער איז מיט מיר?


נישט איך, שלאפן פון יעצט ביז די וואלען?!

דו טי עס אויך נישט.
מושב בגולה
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 7:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושב בגולה »

קאנסילמאן האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:איך קוק יעצט אויפן קאלענדער און איך זע נאך גענוג צייט צו די וואלן. גיי מיר זיך צולייגן און צוריקקומען דא צוויי וואכן צו די וואלן. ווער איז מיט מיר?


נישט איך, שלאפן פון יעצט ביז די וואלען?!

דו טי עס אויך נישט.

ר' יום טוב איך בין מיט אייך איך האב מיך שוין ביישטייערט איך בין שוין זאט
משה חיים פנחס
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 8:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה חיים פנחס »

20200126_222620.png
20200126_222620.png (341.99 KiB) געזען 1389 מאל
אפסטעיט איד
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפסטעיט איד »

ר' יום טוב האט געשריבן:איך קוק יעצט אויפן קאלענדער און איך זע נאך גענוג צייט צו די וואלן. גיי מיר זיך צולייגן און צוריקקומען דא צוויי וואכן צו די וואלן. ווער איז מיט מיר?



איך גלייך אז די בלומינג גראווער אידען וועלן זיין צופרידען אז די העסט זיך לייגען שלאפען ביז צוויי וואכען נאך די וואלען
קאניאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 21, 2008 9:15 pm
לאקאציע: ביים געלעזל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאניאק »

נאר א דאנק די וואלען האט דער עולם הנאה געהאט פין די שיינע בילדער אין די פראגרעס פין די נייע בתי מדרשים
הכל הבל
ווען די וועסט ווערן עלטער וועסטו שוין פארשטיין
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1414
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

גענוג געווען מיט די קידערישע טענהרייען, עס איבלט שוין. לאמיר האפן אז סוכ"ס וועלן אלע רבנים בדעה אחת קובע זיין אויב און וויפיל היימישע קאנדידאטן ארויסצושטעלן.

ווי עס האלט יעצט האט מען שוין געטראפן עפעס זאכליכע אינו בן ברית קאנדידאטן?
אויב נישט, און גלייכצייטיג זענען די רבנים מחליט נישט ארויסצושטעלן מער ווי איין היימישע קאנדידאט, מיינט עס אז מען וועט הייסן די עולם וואוטן פאר די אלגעמיינע קאנדידאטן מיט א פארשטאפטע נאז?
שמויגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 8:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמויגער »

א מין ליצנות וואס איז פארגעקומען דא אין די לעצטע 24 שעה. א בושה צו אנסקריבלען א איידעלע פלאץ אזוי, דער זאגט, יענער זאגט, איך האב געהערט פון מיין חבר אזוי, אין אזי.

איך וויל אייך בעטען אלע חשובע ניקום, כל אחד בניק הטוב יברך, קומטס צוריק תכף נאך די וואלן, לאזטס די כח האחדות געווינען! יא סאיז דא אן אחדות דא אין בלומונגראוו און יא סאיז דא אידן וואס האלטן עס נישט אויס, ביטע זייטס נישט פון די אידן וואס צושטערן די אחדות.

יישר כח, א בלומונגראווער
גלייב מיר מיין ווארט איז מער ווערט ווי מיין אונטערשריפט
קאניאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 21, 2008 9:15 pm
לאקאציע: ביים געלעזל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאניאק »

משה חיים פנחס האט געשריבן:בנין החדש וועט בעז"ה דינען אלס פרעכטיגע צענטראלע בית המדרש מפואר רחבת ידים מיט מקוה מהודרת, און אלע צרכי הציבור פאר דער גאנצער געגנט בנשיאות הגה"צ רבי אהרן דוד הורוויץ שליט"א אבד"ק זאבילטוב

IMG-20200126-WA0231.jpg


"כי עתה ה' הרחיב לנו ופרינו בארץ!", תושבי העיר בכלל און די תושבי שכונת "לעיק שאור" בפרט, האבן די וואך זיך באגריסט מיט דער ברכה פון "שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!", צו די פריידיגע בשורה מרנינה אז די אנהויב וואך איז בשעה טובה ומוצלחת געשריבן געווארן קאָנטראַקט און געשלאסן געווארן מקח אויף א גרויסן הויז, וואו עס וועט בעז"ה אויפגעבויעט ווערן א בנין מפואר פון דעם נייעם בית המדרש החדש "זאבליטוב" אין צענטער פון די שוין היינט בארימטע "לעיק שאור" געגנט וואס שפרידלט און וואקסט מיט יעדן פארבייגענדן טאג, לפאר ולרומם בית אלקינו!
ווירקליך וואקסט דאס הארץ פון שמחה, און די געפילן דערהייבן זיך פון גליק, ווען מען האלט ביי אזא מאמענט און עס ווערט אפגעצייכנט אזא דראמאטישע ווענדפונקט אין די געשיכטע פון "לעיק שאור", מיט די היסטארישע התחדשות והרחבת גבולי הקדושה וואס וועט בעז"ה צעמענטירן א שטאנדהאפטיגע באזע לתורה ולעבודה און וועט אנהייבן א א שפאגל נייע עפאכע אין די געשיכטע פון דער גאנצער געגנט, א בית גדול ומפואר אשר משם תצא תורה טהרה ועבודה, אויפ'ן דרך פון די צדיקים הק' לבית ספינקא, לשם ולתפארת.
דאס איז ווירקליך דער אנהויב פון א פרישע תקופה ווען די הרחבת גבולי הקדושה דערקענט זיך שוין אויף א מאסשטאבליכן פארנעם, און די הערליכע המשכה פון דעם געגנט בליעט און שיינט מיט אפענע סייעתא דשמיא אויף א פארנעם וואס קיינער האט זיך נישט געקענט ריכטן דערויף, כה יתן ה' וכה יוסיף.

די אויסטערלישע הצלחה און וואוקס:

דער פריידיגער וואוקס און בליה פון די נאבעלע "לעיק שאור" געגנט איז ווירקליך צום מערסטנס קענטיג אין די בתי מדרשים פון דער געגנט, וועלכע שפירן די שיינע התרחבות הגבולים, אבער פון דער אנדערער זייט באדייט דאס א שטייגענדע געברויך זיך אויסצוברייטערן אין פלאץ און א דרינגענדע פארלאנג זיך אויסצושפרייטן גרעסער און ברייטער לתועלת ריבוי התושבים שיחי'.
אויך "זאבילטוב" – דאס חסידי'שע הויף וואס האט זיך אריבערגעצויגן קיין "לעיק שאור" דעם פארלאפענעם יום טוב פסח העעל"ט לשמחת לב חסידים ואנשי מעשה, איז שוין אצינד בחסדי ה' גענצליך "אויסגעוואקסן" דעם ביז יעצטיגן בנין, און שוין עטליכע חדשים וואס מען געפינט זיך אין א שטייגענדער לחץ זו הדחק און מען קען שווער אקאמאדירן דעם וואוקס וואס שטייגט ב"ה מיט יעדן נייעם תושב בליעה"ר.
די געטרייע הנהלת הבית המדרש - אין שפיץ פון דעם רב שליט"א וועלכער איז עינו ולבו שטענדיג לפאר ולרומם בית ה' - איז דעריבער געווען געצווינגען זיך צו שפאנען פאראויס מיט פרישע פלענער צו אהערשטעלן נאך א גרעסערע בנין אויף א באקוועמען און צוגענליכן שטייגער, עס זאל בעז"ה זיין דער פאסיגער מקום תורה ותפלה פאר די געברויך פון תושבי העיר.
ברוך מרחיב גד! געשלאסן קאנטראקט פאר'ן נייעם בנין:
וחפץ ה' בידם הצליח, מיט אסאך סייעתא דשמיא, האט מען אצינד - נאך א לענגערע צייט וואס מען האט באטראכט מערערע הצעות - געפינען דעם פאסיגן הויז, וואס גרעניצט זיך מיט דעם עקזיסטירנדן בית המדרש, און איז ווי פון השמים צוגעשטעלט פאר א בית גדול שמגדלין בו תורה ותפלה און אנטשפרעכט בעז"ה צו זיין א רחבת ידים אין פולן זין פון ווארט.
די אנהויב וואך איז ווירקליך געשלאסן געווארן דער מקח טוב, ווען מען האט געשריבן קאנטראקט אויף דעם בית הגדול וואו עס לויט די פריע פלענער אויפגעבויעט ווערן א פרעכטיגער און לופטיגער היכל בית המדרש הגדול, א מהודר'דיגע מקוה מפוארת, עטליכע רחבות'דיגע חדרי תפלה, אן אנגענעמער קאווע צימער און א גרויסער אוצר הספרים, אלעס איינגערישט און צוגעשטעלט מיט די נויטיגע איינריכטונגען און באדערפענישן וואס פעלט זיך אויס צו קענען עוסק זיין בתורה ובתפלה מיט הרחבת הדעת און באקוועמליכקייט, להגדיל תורה ולהאדירה.
די נייעס איבער דעם אנעקסירונג פון דעם בית הגדול פאר'ן געברויך פון א נייעם בנין איז אויפגענומען געווארן מיט פרייד און ענטוזיאזם ביי בלומינגראווער איינוואוינער, וועלכע לעבן מיט די פריידיגע הרחבת גבולי הקדושה און קוקן ארויס אויף דעם נייעם בנין וואס וועט געוויס זיין א שטאלץ פאר די גאנצע שטאט.

מען שפאנט פאראויס לנצח אל מלאכת בית ה':

די געטרייע הנהלת הבית המדרש איז ווירקליך צוגעטרעטן צו דעם גרויסן אונטערנעמונג מיט'ן גאנצן אייפער און פלייס. אין די יעצטיגע טעג ווערן פארענדיגט די ענדגילטיגע טעכנישע צוגרייטונגען, לעגאלע פארמאליטעטן און ארכיטעקט פלענער, צו קענען אנהויבן מיט די פאקטישע בוי שטאפלען אין די גאר נאנטע טעג. מיט א באזונדערע דגוש אז דער בוי פראיעקט זאל געלאזט ווערן אין שוואונג ווי אמשנעלסטן און עס זאל נישט ווערן אויפגעהאלטן ביז דער בנין וועט זיין עומד על תילה בעז"ה.


ככל אשר אני מראה אותך את תבנית הבית! באלד ווי די פריידיגע מעלדונג האט זיך פארשפרייט ווי א בליץ איבער דאס אפקויף פון דעם נייעם בית גדול לה', איז ארויסגעשטעלט געווארן די ערשטע סקיצעס און פלענער ארום די איינצלהייטן און פרטים פונעם בנין החדש והמפואר, צו געבן די געלעגנהייט פאר תושבי השכונה צו זאגן זייער מיינונג און פארשלאגן זייערע געדאנקן.
IMG-20200120-WA0094.jpg

מטעם הנהלת בית המדרש איז ספעציעל באשטימט געווארן דעם פארלאפענעם זונטאג אווענט ווען די קאנטראקטער'ס און דעזיינערס זענען אנוועזענד געווען אויפ'ן ארט, אין דעם ניי – אפגעקויפטן היכל בית המדרש, און פילצאליגע מתפללים זענען טאקע אריבערקומען כאפן א בליק פון דער נאנט, זיך אומקוקן און דוסקוסירן די גרויסצוגיגע פלענער. ווי שיין און ערהאבן איז געווען די סצענע צו מיטהאלטן וויאזוי מתפללי בית המדרש ותושבי העיר האבן זיך נישט געקענט גענוג אנזעטיגן פון באטראכטן די הערליכע פלענער וואס איז נתפרסם געווארן אויף די ווענט פון דעם נייעם בית המדרש, און וועלן אט פארוואנדלט ווערן אין א רעאליטעט - גדול ומפואר יהי' כבוד הבית הזה לתפארת כל השכונה!
חכם לב יקח מצות; זכותי הבנין שטייען צו פארקויפן:
דבר בעתו מה טוב, צו דער געלעגנהייט איז שוין געעפנט געווארן די זעלטענע זכי' און זכות פאר תושבי העיר און חסידים ואנשי מעשה ידידי בית זאבילטוב, צו פאראייביגן א הנצחה לדורות עולם אין דעם נייעם בנין עדי עד וואו עס וועט געהערט ווערן דער קול תורה ותפלה ביז משיח'ס טאג, ס'איז ווירקליך א זכי' וואס לאו בכל יומא מתרחש צו זיך איינהאנדלן אזא זעלטענע זכרון נצח בהיכל ה', וואס וועט שטענדיג פארבלייבן לזכות פונעם נדבן אדער לעילו נשמת קרובים וידידים וועלכע זענען שוין בגנזי מרומים.
ווירקליך איז די הנהלת בית המדרש פארנומען אין די טעג אין העפטיגע געשפרעכן מיט אידן נדיבים בעם, וועלכע האבן אויסגעדריקט זייער באגער צו אפקויפן גרעסערע און קלענערע זכותים אין דעם בנין המסדות לעד ולנצח. אידן שפירן עס פאר אן אויסטערלישע זכי' נקבע צו ווערן אלס נדבנים פון אזא מקום קדוש, וכל מי שרוצה ליטול את השם יבוא ויטול.
גלייכצייטיג שעפשענען די לעפצן א הארציגן שבח והודאה צו השי"ת דער "יושב תהלות ישראל", אינאיינעם מיט א געבעט אויף ווייטער, מען זאל האבן די זכי' ווייטער להגדיל תורה ולהאדירה, אז דער בנין זאל שוין קענען ערגענצט ווערטן צו דינען בעז"ה אלס א משכן ה', א באזע פאר תורה ועבודה, וואו עס וועט געהערט ווערן דער קול תורה ותפלה במשך רוב שעות היום והלילה, כה יתן וכה יוסיף ה' להלאה עד ביאת הגואל.
וְכָל הָעָם הֵרִיעוּ תְרוּעָה גְדוֹלָה בְהַלֵּל עַל הוּסַד בֵּית ה'!


וואס איז דער אדרעס פי דעם נייעס מקום
הכל הבל
ווען די וועסט ווערן עלטער וועסטו שוין פארשטיין
אוועטאר
טאטע זיי מיר מוחל
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

בתי מדרשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטע זיי מיר מוחל »

וואס איז די סך הכל בתי מדרשים אין אדרעסן קיקט שוין באלד אויס ווי ראסס סט און ווילי.
די לאנד דארף דינען די מענטשן. נישט די מענטשן דינען די לאנד
קאניאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 21, 2008 9:15 pm
לאקאציע: ביים געלעזל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאניאק »

טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:וואס איז די סך הכל בתי מדרשים אין אדרעסן קיקט שוין באלד אויס ווי ראסס סט און ווילי.

ב״ה בלאמינג גראוו האט היינט ניין בתי מקדשים מעט
סאטמאר רינאק
קאזווע ווירזשניע
ברעסלעוו מעריוואלד
זשמיגראד מענזשין
ראדעוויטז סערס
קרעמניטז
זאבילטויב מעריוולד
הרב בנש״ק דוב פרענקל
סאטמאר ווירזשניע ( coming soon )
מיט קעניינע הרע קרוב צי 300 משפחות טאטע בחורים קינדער, פיל זיך עס ראויגערהייט אן, אין מען קען נאך ניצען נאך.
אויב איך האב א טעות ביטע פארעכט מיך
לעצט פארראכטן דורך קאניאק אום דינסטאג יאנואר 28, 2020 8:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הכל הבל
ווען די וועסט ווערן עלטער וועסטו שוין פארשטיין
נאך איינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

קאניאק האט געשריבן:
טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:וואס איז די סך הכל בתי מדרשים אין אדרעסן קיקט שוין באלד אויס ווי ראסס סט און ווילי.

ב״ה בלאמינג גראוו האט היינט ניין בתי מקדשים מעט
סאטמאר רינאק
קאזווע ווירזשניע
ברעסלעוו מעריוואלד
זשמיגראד מענזשין
ראדעוויטז סערס
קרעמניטז
זאבילטויב מעריוולד
הרב בנש״ק דוב פרענקל
סאטמאר ווירזשניע ( coming soon )
מיט קעניינע הרע קרוב צי 300 משפחות טאטע בחורים קינדער, פיל זיך עס ראויגערהייט אן, אין מען קען נאך ניצען נאך.
אויב איך האב א טעות ביטע פארעכט מיך

קאריץ אויף דאללעס
קאזשניץ אויף קינגסוויל
הרב לייפער אויף סט מארקיס
קאניאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 21, 2008 9:15 pm
לאקאציע: ביים געלעזל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאניאק »

יא גערעכט
ווי איז הרב לייפער׳ס שול
אין וווי איז קרמניטז אויף הארטארען?
הכל הבל
ווען די וועסט ווערן עלטער וועסטו שוין פארשטיין
קאניאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 21, 2008 9:15 pm
לאקאציע: ביים געלעזל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאניאק »

אפס שנעל גענטפערט א שאד איך נישט געפרעגט פאר משיח
הכל הבל
ווען די וועסט ווערן עלטער וועסטו שוין פארשטיין
נאך איינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

קאניאק האט געשריבן:יא
אין וווי איז קרמניץ אויף הארטארען?

יא
קאניאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 21, 2008 9:15 pm
לאקאציע: ביים געלעזל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאניאק »

אויב איך מעג פרעגען ווער איז דער הרב לייפער
הכל הבל
ווען די וועסט ווערן עלטער וועסטו שוין פארשטיין
נאך איינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

קאניאק האט געשריבן:אויב איך מעג פרעגען ווער איז דער הרב לייפער

הרב מבאניע
קאניאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 21, 2008 9:15 pm
לאקאציע: ביים געלעזל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאניאק »

בן? איידעם
הכל הבל
ווען די וועסט ווערן עלטער וועסטו שוין פארשטיין
נאך איינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

נאך איינער האט געשריבן:
קאניאק האט געשריבן:אויב איך מעג פרעגען ווער איז דער הרב לייפער

הרב מבאניע

וועסאיך נישט
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”