הגה"צ ר׳ משה אהרן דוד פריעדמאן זצ״ל מטענקא
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
הגה"צ ר׳ משה אהרן דוד פריעדמאן זצ״ל מטענקא
מיט שוידערלעכע געפילן טוט כלל ישראל אויפנעמען די ביטערע בשורה מיט די פטירה פון הרה״צ רבי משה אהרן פריעדמאן מטענקה וועלכע האט אויסגעהויכעט די נשמה די נאכט
די לווי׳ וועט פארקומען פארענט פון זיין הויז אין בארא פארק 16-42 אום 10 אזייגער
די רב איז געווען א גאון עולם, א טייערע געווייקטע חסידישע איד , א מדוכא בייסורים כל ימיו און דאך געדינט די אייבישטער מיט אלע זיינע כוחות וואו א אינג מענטש
אייביג אויפגענומען א יעדער איד און מתפלל געווען פאר יעדעם וואו זיינס א קינד
די רב שליטא האט געדינט אלס רב פון טענקה אין פלעטבוש אין איז געווען באליבט ביי די גאנצע קהילה
די רב האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין זש״ק און האט זיך אין די לעצטע יארן געמיטשעט מיט פארשידענע געזינטהייט קאמפליקאציעס אין דעריבער פלעגט ער וויילן א חלק צייט פון יאר איי ארץ ישראל און א חלק צייט אין ניו יורק פאר מעדעצינישע באהאנדלונגען
די רב זצ״ל איז געווען א בקי בנגלה ובנסתר און ער האט געגעבן פולע שיעורים בתורה, חיבה יתירה איז געווען פאר אים די עבודה פון ״זמירות אין שירות ותשבחות ״ און ער האט שטענדיג מרבה געווען דערין
די רב איז געווען געשעצט ביי גדולי ישראל וואס האבן פארשטאנען אז דא רעדט זיך פון א יחיד בדורו
דא קענט איר זעהן א קורצע קליפ פון נעילת החג ( געכאפט נאכן זמן) במחיצת הרב - מישט אריין צו זעהן וואו ער ער זינגט מיט אן אויסטערלישע התלהבות
https://drive.google.com/open?id=1rjLrn ... dyqitH977y

גיווען ביי די לויה מהאט געזאגט א פאר קאפיטליך תהלים, דערנאך האט זיך געזעגענט אחיו הגדול ר' חיים אלעזר שליט"א אב"ד טענקא בארא פארק, און דערמאנט אז הגה"ק ר מענדעלע מסטראפקאוו זי"ע האט מעיד גיווען אופן נפטר אלס קינד אז דא וואקסט א אור גדול
דערנאך האט מספיד גיווען אחיו ר' אייזיק שליט"א אב"ד טענקא פלעטבוש ארויס גיברענגט די גדלות בתורה ועבודה פון ברודער און קבלת יסורים באהבה
טייכען טרערן האט זיך געגאסען ביי די הספדים פון זיינע גיהויבנע תלמידים וחסידים הרה"ג ר' אפרים יצחק הילמאן און הר"ר יואל שווארץ און דשר משב"ק ר' אהרן בלייער
דערנאך איז די מטה געפארן צום עירפארט אויפן וועג קיין ארץ ישראל

- איינפאכער איד
- שר האלף
- תגובות: 1487
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
- לאקאציע: ווערמאנט
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
איך העל בני נדר ברענגען באריכט מיט בילדער אבער קודם עפעס וויכטיגער:
ע״פ צוואת הרב זצ״ל האט מען אויסגערופן בשמו אז ווער עס וויל אים טוהן א טובה זאל ביטע לערנען 3 משניות א טאג במשך די ערשטע יאר פונעם פטירה און גיבן יעדן טאג א פרוטה פאר צדקה לעילו נשמתו
המנוח לא ישאר אחריו זש״ק

די נאמען איז: מורינו הרב משה אהרן דוד בן רבי שלמה זלמן זצוק״ל
המנוח לא ישאר אחריו זש״ק
לעצט פארראכטן דורך וואס עפעס? אום מאנטאג יאנואר 27, 2020 1:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
קודם האט מען געזאגט תהילים
דערנאך האט אחיו הרב מטענקה בארא פארק געזאגט קורצע דיבורים צוליב ר״ח
ארויסגעברענגט אז ער האט פאר 35 יאר צוריק זיך געלאזט פארהערן אויף אלע יד החזקה׳ס פונעם רמב״ם און האט זיכער געקענט כל התורה כילו
מהאט שוין אינגערהייט געזעהן זיין אור
געבעטן מזאל לערנען לע״נ
כהעל באלד ברענגען נאך

- אטעטשמענטס
-
- 1CCB79F4-06C0-40EA-979F-794F40E3F573.jpeg (31.91 KiB) געזען 3220 מאל
ד
- אטעטשמענטס
-
- aws.jpg (125.09 KiB) געזען 3183 מאל
לעצט פארראכטן דורך zugurnish אום מאנטאג יאנואר 27, 2020 1:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
מהאט געזאגט דארט מאמרות פון אים וואס מען הערט נישט פון א יליד אישה און עס איז ממש א פלא אז תש״פ זאל אזא איד האבן געלעבט אזוי שטילערהייט
קודם צום לוי׳
צווייטע הספד איז געווען זיין ברודער
טענקא רב פון אושען פארקוועי , כקען נישט זיין נאמען
ארויסגעברענגט זיינע חיות פון א יעדער דבר שבקדושה און זיין לעבן מיטן אייבערשטן על אף ער איז געווען א ציבראכענע גוף
דערנאך האבן עטליכע נאנטע תלמידים מספיד געווען
מהאט אויסגערופן איבער לערנען משניות לע״נ
מיטה פארט קיין ארץ ישראל

- 29FF632D-715A-4447-AFB6-29C41CB63408.jpeg (27.82 KiB) געזען 3015 מאל
-
- 0D63EB17-6EBD-4384-94F2-E43D1976A18B.jpeg (30.25 KiB) געזען 3015 מאל
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
מיטה פארט ארויס אראפ 16
מהאט זיך אפגעשטעלט ביי 41 נאכדעם וואס אזאך תלמידים האבן זיך געוואלט געזעגענען
מהאט זיך אפגעשטעלט ביי 41 נאכדעם וואס אזאך תלמידים האבן זיך געוואלט געזעגענען
- אטעטשמענטס
-
- FB900F11-FDC6-4887-867C-394D33F7DE1B.jpeg (32.76 KiB) געזען 3007 מאל
-
- D704FAB4-1DE2-4744-8863-487806C2069A.jpeg (28.68 KiB) געזען 3007 מאל
-
- 72856571-73EC-4B81-AB43-305A3BB1C66A.jpeg (25.12 KiB) געזען 3007 מאל
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
הרב שלום יעקב וואזנער
אינטערוויו: א טרער אויף די פטירה פון הגה"צ אב"ד טענקא פלעטבוש, "א עובד ד' מנעוריו, א סימבאל פון קבלת יסורים באהבה"
פלימעניק הרב שלום יעקב וואזנער
https://www.yiddish24.com/interviews/12/13387
פלימעניק הרב שלום יעקב וואזנער
https://www.yiddish24.com/interviews/12/13387
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
מעשה פלא
המשך:
פאר עטליכע יאר צוריק האט א באקאנטע משפיע ומקובל מפיץ געווען אז דער איד איז א צדיק נסתר און סאיז כדי צו גיין צו אים
פון דארט האבן א ריזיגע צאל וויליאמסבורג׳ער און ב.פ. אינגערלייט אנגעהויבן זיך צו דרייען בצילו און שעפן מתורתו
עס איז ברייט באקאנט זיין כח פון פועלן ישועות פאר אידן
אין ביים לווי׳ האט איינער פון זיינע נאנטע מענשטן הרב ב. בלייער מגלה געווען אז ער האט אים געזאגט אז ער פילט וואו די סתרה אחרה שלאגט זיך מיט אים צוליב דעם וואס ער פועלט ישעות פאר אידן ואם כל זה האט ער געזאגט אז עס לוינט זיך!
דא רעדט מען פון א איד וואס האט פשוט נישט געלעבט פאר זיך
ר׳ בערל האט אים אמאל געזעהן ליגן מיט יסורים געפרעגט צו עז איז צוליב ישעות פאר כלל ישראל האט ער גענטפערט אז עס איז כדי

- תלמידו ר׳ בערל בלייער ביים מספיד זיין
- B9DF7B68-3481-42CD-9CED-3ADEAF162613.jpeg (76.48 KiB) געזען 2874 מאל
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
געפילן
עס איז ביטער
עס איז שווער
מען קען זיך נישט צוזאמנעמען
ווי אבדה נפש , מען כאפט אפילו נישט וואס מען האט דא פארלוירן . א מענטש וואס זאל קענען אויסארבעטן זיין גוף אויף אזא מדריגה צו זיין בטל ומבוטל בכל הזמנים צום אייבערשטן
אלע צרות וואס מען קען זיך פארשטעלן:
נישט קיין געלט
נישט קיין קינדער
פארלוירן די ווייב
א מדוכא ביסורים כל ימיו
א-י-י-ב-י-ג מיט א שמייכעל און א גוט ווארט פאר יעדעם אייביג א דבר חיזוק
נישט געהאט גארנישט אבער קיינמאל האט אים גארנישט געפעלט - ווייל ער האט געלעבט מיטן באשעפער
ווער עס האט געזעהן זיין עבודת ה׳ , איז משוגה געווארן פון ציקוקען! זעהן ווי א עלטערע איד דינט די אייבישטער מיט ענערגיע וואו א אינג בחור .
די דביקות ביים זינגען שירות ותשבחות
די השתפכות הנפש ביים דאווענען - וואו א קינד צום טאטען אבער מיט אזא אמת׳קייט
כקען אפילו נישט מסביר זיין וואס מען האט געזעהן ביי אים - אפשר זאל מען טאקע ברענגען אפאר קליפס
געלעבט מיט א פשטות וואו כאילו ער איז גארנישט, אליינס צוגערייט די עסן און אליינס געטוהן די צרכי הבית - א איד וואס האט געקענט כל התורה כילו נגלה ונסתר !!!
וואס קען מען זאגן ?!
הלוואי זאל מען זיך קענען מתדבק זיין במידותיו
הלוואי זאל מען קענען דאווענען אין זינגען זמירות מיט אזא מתיקות.
הלוואי זאל מען קענען מיטנעמען די דביקות בה׳, די נקודה פון ואני קרבת אלקים לי טוב
הלוואי זאל מען קענען מיטנעמען די נקודה פון לעבן פאר א צווייטע איד און טראכטן נאר פון א צווייטן
דער צדיק האט זיך אזוי געפרייט מיט א צווייטענס שמחה על אף ער פאר זיך האט גארנישט געהאט
מתפלל געווען פאר יענעם און אינגאנצן פארגעסן פון זיינע צרות
קיינמאל האביך נישט געהערט אים זיך אפרעדן
ת.נ.צ.ב.ה.

אלץ בחור או שפעטער האט ער געדרייט אין ליובאוויטש, אין געדענק עם אין 770
אויך האט ער געווען א משפיע און מגיד שיעור אין חסידות חב"ד געלערנט מיט בחורים.
אויף שבת בראשית ביים רבי'ס פארברענגען פלעגט דער גבאי ארויף טרעטען און פארקויפן די מצוות פון דער יאר לטובת הבית כנסת,
און שבת משפטים פלעגט דער מנהל פון גמ"ח ארויפטרעטען ביים פאברענגען און מכריז זיין וועגן דער מלוה מלכה
ביידע מאל פלעגט דער רבי זי"ע בעטן אז זיי זאלן אנטאהן א שטריימעל, איינמאל געדענק איך אז דער נפטר האט געגעבן זיין שטריימל.
אויך האט ער געווען א משפיע און מגיד שיעור אין חסידות חב"ד געלערנט מיט בחורים.
אויף שבת בראשית ביים רבי'ס פארברענגען פלעגט דער גבאי ארויף טרעטען און פארקויפן די מצוות פון דער יאר לטובת הבית כנסת,
און שבת משפטים פלעגט דער מנהל פון גמ"ח ארויפטרעטען ביים פאברענגען און מכריז זיין וועגן דער מלוה מלכה
ביידע מאל פלעגט דער רבי זי"ע בעטן אז זיי זאלן אנטאהן א שטריימעל, איינמאל געדענק איך אז דער נפטר האט געגעבן זיין שטריימל.
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
https://www.bhol.co.il/categories/1073/1137
ארונו יגיע לישראל ומסע הלוויה יצא מחר (שלישי) בשעה 13:00 בצהריים מרחוב חיים עוזר 17 בירושלים להר המנוחות שם ייטמן.
ארונו יגיע לישראל ומסע הלוויה יצא מחר (שלישי) בשעה 13:00 בצהריים מרחוב חיים עוזר 17 בירושלים להר המנוחות שם ייטמן.
- אטעטשמענטס
-
- rav f.jpg (21.11 KiB) געזען 2515 מאל
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 291
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am
- לאקאציע: תל אביב ד'אמעריקא
מיט פארקלעמטע הערצער און צובראכענע געמיטער האבן פילע תלמידים באגלייט די מיטה פון רבם ומאורם, כ"ק הגה"ק ציס"ע אדמו"ר מרן משה אהרן דוד מ'טענקא זצוקללה"ה, וועלכער האט אויסגעהויכט זיין אויסגעלייטערטע נשמה דעם פארגאנגענע מאנטאג פארטאגס ר"ח שבט, במעמד פילע תלמידים ומקורבים וועלכע זענען געווען מקושר צו אים מיט א נשמה'דיגע קשר וואס איז נישט שייך מסביר צו זיין.
מסביר זיין ווער די רב זצוק"ל איז געווען איז אוממעגליך, אזויווי עס איז נישט שייך צי מסביר זיין פאר א בלינדן מענטש וואס רויט איז... אבער מיר וועלן פרובירן ארויסברענגן געציילטע שטריכן פונעם רב זצוק"ל, אזוי אז מען זאל פארשטיין אז מען רעדט דא פון א קדוש עליון און א מלאך בדמות אדם.
ער איז געווען א גאון עולם בנגלה ובנסתר, אזוי האט זיין פאטער גאב"ד טענקא זצוק"ל מעיד געווען אויף אים, און אלע תלמידים וועלן מעיד זיין אז עס איז נישט געווען קיין מקצוע בתורה וואס ער זאל מגמגם זיין אדער בכלל דארפן מעיין זיין בפנים! זיין פאטער זצוק"ל האט זיך אמאל אויסגעדריקט אויף אים, ווען ער איז נאך געווען אינטער די פערציג, אז אינטער די פערציג איז נישטא נאך איינער וואס קען אזויפיל ווי אים, און ער איז מסופק אויב העכער די פערציג איז יא דא איינער וואס קען אזויפיל! און די בני הקהילה דערציילן טאקע, אז זיין טאטע פלעגט אים אסאך מאל רופן אינמיטן פסק'ענען שאלות, און ער פלעגט זיך סומך זיין אויף זיין פסק!
ער איז געלעגן אין חסידות, ובפרט בתורת חב"ד וואס איז געווען שגור על לשונו... און אזוי אויך פלעגט ער אסאך מעיין זיין אין ספה"ק שפת אמת, און אין אלע חסידשע ספרים.
זיין עבודה איז צוגעגאנגען אויפן העכסטן פארנעם, מיט מסירות נפש ממש! ער האט מדקדק געווען בהלכה אויף א מורא'דיגע פארנעם, און ער האט דאס כסדר פארלאנגט פון די תלמידים. און כמה פעמים ווען מען האט אים געזען טון עפעס וואס האט לכאורה אויסגעזען נישט אזוי אויסגעהאלטן מיט די שו"ע האט ער עס מסביר געווען ע"פ הלכה.
ער פלעגט קאכן אין די זמנים ממש ביז כלות הנפש! א פרייטאג צונאכטס, א של"ס, א יו"ט, די פנים האט געלאכטן! פון אפאר וואכן פאר א יו"ט ביז אפאר וואכן נאך די יו"ט האט ער געברענט מיט די יו"ט! מיר האבן אמאל געהאט די זכיה אריינצוגיין אל הקודש פנימה אין חודש אלול, ער האט געלעבט מיטן ממליך זיין דעם אייבירשטן! מיט די נייע רצון למלוכה! מיט אזא שמחה! און דאס האט ער כסדר פארלאנגט פון די תלמידים, זיך צו פרייען אז מיר זענען זוכה צו זיין דער עם הנבחר! אז מיר זענען זוכה צו טון די רצון ה'!
זיין אהבת ישראל איז בכלל נישט שייך צו באשרייבן! ער האט ליב געהאט א איד נאך מער ווי א טאטע צו א קינד! (איך האב ב"ה קינדער.........) און דאס קען מען נישט מסביר זיין, מען האט דאס געדארפט שפירן! ער האט ממש געהאט א תאוה צו זען ווי אידן האבן השפעות! און ווען ער האט ליידער געליטן יסורים נוראים (וואס איז ווערד א ארטיקל פאר זיך...) האט ער געזאגט אז דער איינציגסטער זאך וואס דערהאלט אים איז אז ער זעט אז אידן גייען נישט דורך וויפיל ער גייט דורך!!! און ער האט געזאגט אז דאס איז איינער פון די סיבות פ"וו זיינע ברכות ווערן מקויים! איך מיין אז מען קען זיך שטעלן אויף דעם פאר טעג און וואכן ועוד חזון למועד...
די רב זצוק"ל איז ליידער אסאך אדורך אין זיין לעבן, אנגעהויבן ביי דעם אז ער האט ליידער נישט זוכה געווען צו זש"ק, ועוד יסורי הגוף והנפש, וואס ער האט מקבל געווען באהבה, אזויווי תלמידו ויד ימינו הרב רבי יואל שווארץ שליט"א האט געזאגט ביים לויה, אז די צירוף פון חודש שבט איז המר ימירנו והיה הוא, אז ער איז אדורך המר ימירנו, זיינע מצבים און יסורים האבן זיך כסדר געטוישט, אבער והיה הוא, ער איז געבליבן דער זעלבער לעכטיגער צדיק!
מיר זענען אמאל אריין צו אים, און ער האט זיך דעמאלטס געמוטשעט מיט א נייער אנשיקעניש, וואס האט אים גורם געווען יסורים נוראים, און ער איז געזעסן און געזינגען אודה ה', מיט אזא נעימות! עס קען מיר נישט ארויסגיין פון קאפ!
אין די לעצטע פאר חדשים האט ער געליטן פון כמה מיני חליים רעים רח"ל, וואס ער האט מעיד געווען אז עס קומט ווייל ער פועל'ט ישועות פאר כלל ישראל, און ער האט געזאגט אז עס איז אלס כדי!
מיר וועלן זיך יעצט אפשטעלן, און אי"ה אין א קומענדיגע געלעגנהייט וועלן מיר ממשיך זיין מיט נאך אינטערעסאנטע ענינים פון דעם צדיק וקדוש,מיט כמה בעל שם'סקע מעשיות וואס ער האט געטון פאר כלל ישראל. זיעוכי"א

צדיקים האבן געזאגט אז הוכח תוכיח דרש'נט מען אזויווי המול ימול, פונקט ווי א מוהל קען נאר זיין אזא איינער וואס איז אליינס גע'מל'ט אזוי אויך קען א מוכיח זיין נאר אזא איינער וואס איז אליינס גע'מוסר'ט. (און דאס איז נוגע אויך פאר דער וואס מוסר'ט די מוכיח...)
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
סארקאזי האט געשריבן:ווי זענט איר אלע געווען ווען ער האט געלעבט.? דעמאלטס האט מען עס געהאלטען בשתיקה ?
ער איז געווען א צדיק נסתר ממש ביז די לעצטיגע יארן
ער איז געווען א ריזן בעל יסורים און איז אריבער אסאך מיטמאכענישן בכל התחומים אז מענטשן האבן פשוט נישט געכאפט וואס עס דרייט זיך צווישן אונז
פאר עטליכע יאר צוריק האט א מקובל אין א״י געהייסן אפירזיכן א מענשט מיט די נאמען זאגענדיג אז ער איז א צדיק נסתר און זייט דען האבן אסאך ארייגעכאפט
עס איז געראדע דא אזאך קליפס וואו מען קען ממש אויסגיין פון צוקוקען זיין עבודה