אינפאו וועגן פלארידא

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קאפהאלטער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפהאלטער »

איך זיך א ביליגע יודישע קאר סערוויס צי אויפנעמען פון עירפארט
גליונות לשבת
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 4:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליונות לשבת »

718-869-1370
קאפהאלטער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפהאלטער »

ש'כח, א נאמען?
Jobless
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jobless »

קאפהאלטער האט געשריבן:איך זיך א ביליגע יודישע קאר סערוויס צי אויפנעמען פון עירפארט

Uber
Mordec
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2013 12:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mordec »

Jobless האט געשריבן:
קאפהאלטער האט געשריבן:איך זיך א ביליגע יודישע קאר סערוויס צי אויפנעמען פון עירפארט

Uber

Can you do Uber without a Smartphone?
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

Mordec האט געשריבן:
Jobless האט געשריבן:
קאפהאלטער האט געשריבן:איך זיך א ביליגע יודישע קאר סערוויס צי אויפנעמען פון עירפארט

Uber

Can you do Uber without a Smartphone?

FRUBER
קאפהאלטער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפהאלטער »

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
Mordec האט געשריבן:
Jobless האט געשריבן:
קאפהאלטער האט געשריבן:איך זיך א ביליגע יודישע קאר סערוויס צי אויפנעמען פון עירפארט

Uber

Can you do Uber without a Smartphone?

FRUBER

Are they reliable like uber?
קאפהאלטער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפהאלטער »

קאפהאלטער האט געשריבן:איך זיך א ביליגע יודישע קאר סערוויס צי אויפנעמען פון עירפארט

גליונות לשבת האט געשריבן:718-869-1370

איך האב אים גענוצט ער הייסט זארגער און איז זייער פארלעסליך און איבערגעגעבן ועל כולם ביליגער פון די גוישע טעקסיס אויך האט ער ציגעהאלפן מיט די פעקלעך בקיצור א אידיש הארץ
א גרויסן ישר כח הרב גליונות לשבת
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

קאפהאלטער האט געשריבן:איך זיך א ביליגע יודישע קאר סערוויס צי אויפנעמען פון עירפארט

אין דעעש ביהמ"ד הענגט א צעטל פון איינער וואס טיט קאר סערוויס. ער שרייבט דארט אז ער איז ביליגער ווי אובער.

אפשר קען איינער כאפן א בילד און עס דא פאוסטן?

בד"וו פון מיאמי עירפארט צו מיאמי ביעטש קען מען אויך נעמען א באס. זעה בייגעלייגטע באס מעפ
אטעטשמענטס
Screenshot_20200114-103052~2.png
Screenshot_20200114-103052~2.png (298.69 KiB) געזען 1580 מאל
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
קאפהאלטער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפהאלטער »

דריידל האט געשריבן:
קאפהאלטער האט געשריבן:איך זיך א ביליגע יודישע קאר סערוויס צי אויפנעמען פון עירפארט

אין דעעש ביהמ"ד הענגט א צעטל פון איינער וואס טיט קאר סערוויס. ער שרייבט דארט אז ער איז ביליגער ווי אובער.

אפשר קען איינער כאפן א בילד און עס דא פאוסטן?

בד"וו פון מיאמי עירפארט צו מיאמי ביעטש קען מען אויך נעמען א באס. זעה בייגעלייגטע באס מעפ

נישט גרינג צו נעמען די באס מיט רענצלעך
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

קאפהאלטער האט געשריבן:

די זעלבע טרעין וואס פירט צום רענטל קאר צענטער, לייגט דיך אראפ ביים באס סטאפ. איך ווייס ס'נישט גרינג ווייל אנצוקומען צום רענטל קאר צענטער איז אויך אן אפקומעניש, אבער פאר איינער וואס זיכט א ביליגע וועג אין שטאט אריין איז עס אן אפציע.
נאכאמאל, פון די טערמינאל נעמט מען די טרעין (MIA Mover) ביז די רענטל קאר צענטער, דארט נעמט מען די באס וואס לייגט דיך אראפ אין צענטער פון היימישע געגענט פאר בלויז 2.65 פער מענטש. די באסעס זענען געמאכט צו גיין פון/צו די עירפארט און ס'דא פלאץ ווי צו לייגן לאגעזש
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

אליעזר הכרתי, אויף קול ה'וואסער, דבר'ט א שעה וועגן די מעלות פון פלארידע און מיאמי באטשי
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנס היום »

Mordec האט געשריבן:רבותי לא עת לחשות, מ'דארף געלט פאר די באליבטע בית ישעי' ד'קערעסטיר ביהמ"ד אין מיאמי, מיר געדענקן נאך דער עלטערער דור מסלתה ומשמנה ווי זיי פלעגן דארט זיין במשך די ווינטער ובראשם כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר זצ"ל, כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצ"ל, כ"ק אדמו"ר מ'פאפא זצ"ל, ועוד ועוד, עד היום ווירבעלט דאס פלאץ מיטן היימישן עולם, א שטייגער ווי שומר שבת אין בארא פארק, יעצט האלט דאס ביי א מצב אז די אייגענטומער וויל דאס פארקויפן, אויב קויפט מען דאס נישט אפ ביז קומענדיגן פרייטאג פ' ויחי וועט דאס גיין צי די גאס, קליקט אין דעם לינק https://www.rayze.it/kerestirmiami/ און לאזט איבער אפאר דאללער, וויפיל איר גיט קומט אריין דאפעלט דורך מעטשינג פאנדס. ולמצוה גדולה יחשב

נישט חב"ד אוינט די שול ?
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

פרנס היום האט געשריבן:

פאר עטליכע יאר צוריק האט געהייסן אז מ'האט עס פארקויפט פאר חב"ד מיט א 10 יעריגע ליעס פאר קערעסטיער. איך בין געווען דארט א 2-3 יאר צוריק איז טאקע געווען דארט א ליבאוויטשע ישיבה אבער די תפילות זענען אנגעגאנגען אויפן אלטן שטייגער. מ'האט געשמיעסט דאן אז ר' לעיזר קעסטנבוים האט עס געוואלט אפקויפן אבער די בעלי בתים האבן געוואלט אן אסטרטנאמישן סכום.
ווער אונט עס היינט?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
מארגעזש עדווייזער
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 17, 2020 12:45 pm
לאקאציע: אמעריקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגעזש עדווייזער »

איינער ווייסט ווי מען קען עסן אין מיאמי שבת אין א רעסטראנט ? איך רעדט פון אלט מיאמי ביי 40 סטריט געגענט
יישר כחכם למפרע
איך האב פרובירט צו סירטשען אבער נישט געטראפן אויב עס ווערט שוין דערמאנט,ואתכם הסליחה אויב יא
מעגלי צדק
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעגלי צדק »

ווי איז דא היימישע שוהלן אין נארט מיאמי געגענט, און איז דא וואו מ'קען וויסן די סדר המנינים?
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

מארגעזש עדווייזער האט געשריבן:איינער ווייסט ווי מען קען עסן אין מיאמי שבת אין א רעסטראנט ? איך רעדט פון אלט מיאמי ביי 40 סטריט געגענט
יישר כחכם למפרע
איך האב פרובירט צו סירטשען אבער נישט געטראפן אויב עס ווערט שוין דערמאנט,ואתכם הסליחה אויב יא

מען קען פאראויס באשטעלן צו עסען די שבת סעודות הארט אינעם געגענט אין Tower 41. בערך 7 מינוט שפאציהר פון דעש ביהמ"ד, און בערך 10-12 מינוט פון די אלטע קערעסטירער ביהמ"ד.

אינפארמאציע:
http://koshertravelinfo.com/listings/pr ... -tower-41/
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
קאפהאלטער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפהאלטער »

דריידל האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:
Mordec האט געשריבן:רבותי לא עת לחשות, מ'דארף געלט פאר די באליבטע בית ישעי' ד'קערעסטיר ביהמ"ד אין מיאמי, מיר געדענקן נאך דער עלטערער דור מסלתה ומשמנה ווי זיי פלעגן דארט זיין במשך די ווינטער ובראשם כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר זצ"ל, כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצ"ל, כ"ק אדמו"ר מ'פאפא זצ"ל, ועוד ועוד, עד היום ווירבעלט דאס פלאץ מיטן היימישן עולם, א שטייגער ווי שומר שבת אין בארא פארק, יעצט האלט דאס ביי א מצב אז די אייגענטומער וויל דאס פארקויפן, אויב קויפט מען דאס נישט אפ ביז קומענדיגן פרייטאג פ' ויחי וועט דאס גיין צי די גאס, קליקט אין דעם לינק https://www.rayze.it/kerestirmiami/ און לאזט איבער אפאר דאללער, וויפיל איר גיט קומט אריין דאפעלט דורך מעטשינג פאנדס. ולמצוה גדולה יחשב

נישט חב"ד אוינט די שול ?

פאר עטליכע יאר צוריק האט געהייסן אז מ'האט עס פארקויפט פאר חב"ד מיט א 10 יעריגע ליעס פאר קערעסטיער. איך בין געווען דארט א 2-3 יאר צוריק איז טאקע געווען דארט א ליבאוויטשע ישיבה אבער די תפילות זענען אנגעגאנגען אויפן אלטן שטייגער. מ'האט געשמיעסט דאן אז ר' לעיזר קעסטנבוים האט עס געוואלט אפקויפן אבער די בעלי בתים האבן געוואלט אן אסטרטנאמישן סכום.
ווער אונט עס היינט?

געהערט אז די קערעסטירער אייניקלעך האבן דאס צירוק אפגעקויפט קען דאס איינער קאנפירעמען?
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

Kosher Travel האט געשריבן:
מארגעזש עדווייזער האט געשריבן:איינער ווייסט ווי מען קען עסן אין מיאמי שבת אין א רעסטראנט ? איך רעדט פון אלט מיאמי ביי 40 סטריט געגענט
יישר כחכם למפרע
איך האב פרובירט צו סירטשען אבער נישט געטראפן אויב עס ווערט שוין דערמאנט,ואתכם הסליחה אויב יא

מען קען פאראויס באשטעלן צו עסען די שבת סעודות הארט אינעם געגענט אין Tower 41. בערך 7 מינוט שפאציהר פון דעש ביהמ"ד, און בערך 10-12 מינוט פון די אלטע קערעסטירער ביהמ"ד.

אינפארמאציע:
http://koshertravelinfo.com/listings/pr ... -tower-41/

אויך קען מען עסן ביי Florida Grill Kosher ביי 43 און קאלינס (אגב, קעגן איבער - אין די ווענדאם בילדינג - איז דא א היימישע מנין). ביי חב"ד אויף 41 סטריט קען מען עסן צופרי און אויב איך מאך נישט קיין טעות קאסט עס נישט קיין געלט
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

יעצט אז ס'איז ארויפגעשווימען א פלארידא אשכול, ביטע דא ארום רעדן וועגן די וואקאציע ערטער אין פלארידא.

אמאל איז דער היימישער עולם געווען קאנפינירט צו מיאמי ביעטש, וואס דער געגגנט ווערט גערופן "סאוט ביעטש", וואס איז בשכינות צום ים הגדול הנקרא ביעטש, דערנאך האבן זיך אידן ארויפגערוקט צו נארט מיאמי, וועלכע איז מער א שטילער געגנט, אינדערצווישנצייט האבן אידישע גראזלעך אנגעהויבן ארויסשפראצן אין האליוואוד, אוואנטורא, פארט לאודערדעיל, אפילו ארלאנדא, אין די לעצטע צייטן האבן זיך שטארק צעוואקסן די געגענטער וועסט פאלם ביעטש, וואו א גרויסער היימישע עולם פארט, און אויך באקע רעטאן איז געווארן גאנץ שטארק.

למעשה ווען איינער וויל היינט פארן אויף וואקאציע איז ער אינגאנצן צומישט מיט שולן, אידישע געשעפטן א.ד.ג.

איז א גרויסע חסד און טובה ווער עס קען איבערגעבן מער פונקטליכע באריכטן איבער אלע געגענטער מיט היימישע שולן, מקואות, גראסעריס און וואו ס'איז דא צו באקומען הייזער אויפ'ן היימישן פארלאנג.

א גרויסן דאנק
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

מעגלי צדק האט געשריבן:ווי איז דא היימישע שוהלן אין נארט מיאמי געגענט, און איז דא וואו מ'קען וויסן די סדר המנינים?

https://www.godaven.com/shul-details/703?from_search=true&latitude=25.9339453&longitude=-80.1809459
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

נארט מיאמי האט עטליכע שולן, די מנינים צענטער און מקוה איז קהל חסידים, ארום די ווינקל איז דא חב"ד וועלכע האט א הערליכע ריזיגער בנין און אויך עפעס מנינים..
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

קעדילעק האט געשריבן:נארט מיאמי האט עטליכע שולן, די מנינים צענטער און מקוה איז קהל חסידים, ארום די ווינקל איז דא חב"ד וועלכע האט א הערליכע ריזיגער בנין און אויך עפעס מנינים..

איך בין שוין נישט דארט געווען עטליכע יאר אבער ווי איך געדענק האט חבד עטליכע מנינים טעגליך. איך מיין אז היינט האבן זיי שוין אן אייגענע מקוה. קען דאס איינער קאנפירמען?
די קהל חסידים מקוה איז געווען היבש צוריקגעשטאנען ווען איך בין דארט געווען, האט מען עס שוין איבערגעבויט?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

קעדילעק האט געשריבן:יעצט אז ס'איז ארויפגעשווימען א פלארידא אשכול, ביטע דא ארום רעדן וועגן די וואקאציע ערטער אין פלארידא.

אמאל איז דער היימישער עולם געווען קאנפינירט צו מיאמי ביעטש, וואס דער געגגנט ווערט גערופן "סאוט ביעטש", וואס איז בשכינות צום ים הגדול הנקרא ביעטש, דערנאך האבן זיך אידן ארויפגערוקט צו נארט מיאמי, וועלכע איז מער א שטילער געגנט, אינדערצווישנצייט האבן אידישע גראזלעך אנגעהויבן ארויסשפראצן אין האליוואוד, אוואנטורא, פארט לאודערדעיל, אפילו ארלאנדא, אין די לעצטע צייטן האבן זיך שטארק צעוואקסן די געגענטער וועסט פאלם ביעטש, וואו א גרויסער היימישע עולם פארט, און אויך באקע רעטאן איז געווארן גאנץ שטארק.

למעשה ווען איינער וויל היינט פארן אויף וואקאציע איז ער אינגאנצן צומישט מיט שולן, אידישע געשעפטן א.ד.ג.

איז א גרויסע חסד און טובה ווער עס קען איבערגעבן מער פונקטליכע באריכטן איבער אלע געגענטער מיט היימישע שולן, מקואות, גראסעריס און וואו ס'איז דא צו באקומען הייזער אויפ'ן היימישן פארלאנג.

א גרויסן דאנק

ס'איז נישט די אזוי ווייט אז די היימישע עולם האט זיך ארויסגעריקט ווי ס'פשוט זייער גרינג צו טרעפן היינט אידישע געשעפטן און שולן. דאס הייסט די היימישע אידן וואס וויילן דארט פאר א לענגערע צייט זענען בלויז אין מיאמי ביעטש, נארט מיאמי אדער וועסט פאלם ביעטש (ס'דא געציילטע היימישע אין דיערפיעלד ביטש, אויך אין האללענדעיל האב איך געטראפן איינעם אבער ממש געציילטע). אלע אנדערע געגענטער וואס די האסט אויסגערעכנט קען מען טרעפן עפעס היימישע דא דארט וואס קומען פאר אפאר טעג.
און אגב, די אידישע געגענט אין מיאמי ביעטש איז מיט-ביעטש סאוט ביעטש איז שוין כמעט נישט דא קיין אידן פאר א שיינע פאר יאר.

אסאך אינפא קענסטי טרעפן אין די וואקאציע אשכול, אויב די האסט ספעציפישע פראגן עמיר פראבירן צו ענטפערן.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

פארענדיג אויפ'ן וועג ארויף צו באקע איז מיר שפעט געווארן אין וויבאלד די זמן מנחה איז אינטערגענומען האב איך שנעל געזיכט א שול אין די געגענט. האב איך געטראפן א חב"ד אין אינווירערי (אזוי הייסט די געגענט). אנקומענדיק דארט איז מיר געווען אינטערעסאנט אז דאס איז נישט די טיפיקעל חב"ד הויז וואס מ'איז געוואינט צו זעהן. געווענטליך זעהט מען עפ"י רוב עלטערע מענטשן, מיט געשטריקטע קאפלעך אדער בייסבאל קעפס אבער דא האבן אריינגעוואקט אידן מיט גרויסע בערד אנגעטון מיט היטן און געהעריגע סוטס, ווייסע העמדער, אויך געווען דארט אפאר טאטעס מיט קינדער.
צווישן מנחה און מעריב האב איך געשמיעסט מיט איינעם דארט, דערציילט ער מיר אז דארט איז געווען א מאדערן ארטאדאקס קהילה און א חבד שליח האט זיך אריינגעריקט און איצט אז זיי זענען אלע אויסגעשטארבן איז ער געבליבן מיט די שול - א שיינע גרויסע שול. הייזער זענען דארט זייער ביליג און יונגעלייט מופן כסדר אהין, היינט האלט עס שוין ביי אכציג משפחות. די קינדער שיקט מען דערווייל קיין נארט מיאמי ווי ס'דא א ליבאוויטשע חדר,אןן מיט די צייט וועלן זיי עפענען אליינס.
אויך איז דא דארט א משיח'סטישע ישיבה אבער דאס האט גארנישט מיט די קהילה.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”