וויאזוי גיט מען זיך א עצה אין מייקראסאפט ווארד

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

כ'האב א פייל מיט פאטנאוטס, און איך וויל לייגן די טעקסט פון די פאטנאוט אין די מעין טקסט בעפאר יענע שטיקל, איז פארהאן אן אטאמאטישע וועג?
ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ולא מיין »

פארוואס אסאך מאל ווען געוויסע טעקסט איז מיוסד אויף א געוויסע סטייל - לאמיר זאגן באלד, און דרוק די טעקסט דאס צו טוישן צו 'נערמאל' סטייל ארבעט עס נישט. נאר דורך פארמאט פעינטער (ד.ה. כ'סעלעקט נארמאל טעקסט, און פעיסט עס) דאן ווערט עס געטוישט?
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אין ווארד איז דא א קערעקטער סטייל און א פאראגראף סטייל, "נארמאל" איז א פאראגראף סטייל און וועט געווענטליך נישט טוישן די קערעקטער סטייל. ס'איז דא א קנעפל צו קלערן אלע פארמעטינג, לכאורה איז דאס וואס די זיכסט באמת.

בילד
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אדער יא האט געשריבן:כ'האב א פייל מיט פאטנאוטס, און איך וויל לייגן די טעקסט פון די פאטנאוט אין די מעין טקסט בעפאר יענע שטיקל, איז פארהאן אן אטאמאטישע וועג?

די זעלבע ווי יעדע זאך אין ווארד וואס מען קען טון מעניול קען מען מאכן אוטומאטיש...
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

ווען איך וואלט געקענט vba וואלט איך דאך נישט געפרעגט.
ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ולא מיין »

כ'האב געמאכט אסאך פארמאטינג טשעינזשעס אין ווארד, און כ'קאמפער צו א צווייטער פייל, און איך וויל נאר טרעקן טשעינדזשעס פון 'באלד' צו 'נישט באלד', נישט אלע אנדערע פארמאטינג שינויים, איז דא א וועג דאס צו טון?
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

למעלה משבעים האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן:כ'האב א פייל מיט פאטנאוטס, און איך וויל לייגן די טעקסט פון די פאטנאוט אין די מעין טקסט בעפאר יענע שטיקל, איז פארהאן אן אטאמאטישע וועג?

די זעלבע ווי יעדע זאך אין ווארד וואס מען קען טון מעניול קען מען מאכן אוטומאטיש...

זייער סימפל, מאך א קאפי פונעם דאומענט בעפארן פרובירן די קאוד.
מען קען זיך שפילן מיט די פעיסט אפציעס, אבער דאס איז די יסוד.

קאוד: וועל אויס אלע

Sub MoveFootnotes()
    Dim Ft As Footnote
    For Each Ft In ActiveDocument.Footnotes
        Ft.Range.Cut
        Ft.Reference.Paste
    Next
End Sub
> הער אויף ארויפצולייגן ווערטער אויף ניגונים! אויב ווילסטו א ניגון אויף די ווערטער קאמפאזיר א ניגון דערויף <
ליידיג
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

עס ארבעט געוואלדיג!
נאך איין זאך דארף מען צולייגן, אז ס'זאל פעיסטן די טעקסט פון די פאטנאוט בעפאר די פאראגראף.
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

אדער יא האט געשריבן:עס ארבעט געוואלדיג!
נאך איין זאך דארף מען צולייגן, אז ס'זאל פעיסטן די טעקסט פון די פאטנאוט בעפאר די פאראגראף.

אויב פארשטיי איך גוט, וועט דאס ארבעטן פאר דיר

קאוד: וועל אויס אלע

Sub MoveFootnotes()
    Dim Ft As Footnote
    For Each Ft In ActiveDocument.Footnotes
        Ft.Range.Cut
        Ft.Reference.Select
        Ft.Reference.Delete
        Selection.MoveUp wdParagraph
        Selection.Paste
        Selection.InsertAfter vbCrLf
    Next
End Sub
> הער אויף ארויפצולייגן ווערטער אויף ניגונים! אויב ווילסטו א ניגון אויף די ווערטער קאמפאזיר א ניגון דערויף <
ליידיג
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

ארבעט וואונדערבאר, א גרויסן דאנק!!
(וויפיל קאסט א שיעור?)
ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

סטיילס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ולא מיין »

כ' וויל האבן א סטייל 'באלד', און א סטייל 'מוסגריים' (וואס מאכט אביסל קלענער די טעקסט), איז שייך צו האבן ביידע און ס'זאל נישט זיין קיין סתירה, לדוגמא, ווען כ'האב עפעס געמאכט באלד, און דערנאך וויל איך עס מאכן במסוגריים, וועט עס טאקע ווערן קלענער, אבער די באלד וועט אראפפאלן. אבער כ'וויל ס'זאל בלייבן סיי די מסוגריים און סיי די באלד.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

מאך א באזונדערע סטייל פאר סוגריים וואס איז באלד.

-------
יעצט ברויך איך א פרישע מאקראו וואס זאל אויפזוכן אין די פאטנאוטס א פאראגראף פון נאר 2/3 ווערטער, און עס לייגן אויבן אין סוגריים.
שייך אזאנס צו טוהן?
אוועטאר
פויליש פארווע
שר האלף
תגובות: 1126
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 6:34 pm
לאקאציע: צווישן די מילכיגע און פליישיגע סינק

מאכן א קעסטל רעטעניש אין ווארד גרינגערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויליש פארווע »

איך פלעג מיר מיטשענען צו מאכן קעסטל רעטענישן אין ווארד, היות לעצטנס האב איך געטראפן א גרינגערע וועג עס צו מאכן, שרייב איך עס דא פאר'ן עולם
איך שרייב אריין אלע אותיות אן א ספעיס, איך מאך נאר א ענטער נאך יעדע שורה, דערנאך מאך איך די ספעיסעס דורך האלטן איין האנט אויפן עראו און די אנדערע האנט אויף די ספעיס קנעפל אזוי נעמט עס ממש סקונדן צו מאכן די ספעיסעס, און נאכדעם מאך איך convert text to table (עס איז אסאך גרינגער ווי מאכן קודם די טעבל און ריקן פון איין קעסטל צום צווייטן צווישן יעדע אות)
ווען איר ליינט אן ארטיקל פון פויליש קענט איר זיין רואיג אז געווענליך איז כאטש 2 פראצענט אמת.
מפתח - פויליש פארווע ארטיקלען
ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ולא מיין »

אדער יא האט געשריבן:מאך א באזונדערע סטייל פאר סוגריים וואס איז באלד.

-------
יעצט ברויך איך א פרישע מאקראו וואס זאל אויפזוכן אין די פאטנאוטס א פאראגראף פון נאר 2/3 ווערטער, און עס לייגן אויבן אין סוגריים.
שייך אזאנס צו טוהן?

איז דאס די איינציגסטע עצה?
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

אדער יא האט געשריבן:יעצט ברויך איך א פרישע מאקראו וואס זאל אויפזוכן אין די פאטנאוטס א פאראגראף פון נאר 2/3 ווערטער, און עס לייגן אויבן אין סוגריים.
שייך אזאנס צו טוהן?

עפעס אזוי:

קאוד: וועל אויס אלע

Sub MoveFootnotesOfThreeWords()
    Dim Ft As Footnote, Ps As String
    For Each Ft In ActiveDocument.Footnotes
    DoEvents
        If Ft.Range.ComputeStatistics(wdStatisticWords) <=3 Then
            Ps = " (" & Ft.Range & ")"
            Ft.Range.Delete
            Ft.Reference.Select
            Ft.Reference.Delete
            Selection.TypeText Ps
        End If
    Next
End Sub
> הער אויף ארויפצולייגן ווערטער אויף ניגונים! אויב ווילסטו א ניגון אויף די ווערטער קאמפאזיר א ניגון דערויף <
ליידיג
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

WOW! ס'האט געארבעט פיין!
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

ולא מיין האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן:מאך א באזונדערע סטייל פאר סוגריים וואס איז באלד.

שייך אזאנס צו טוהן?

איז דאס די איינציגסטע עצה?

קענסט זיך באנוצן מיט סוגריים מסולסלות - { }
(און בעפארן אויסשטעלן וועט מען דאס שוין טוישן לויט די קאודס)
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

וויאזוי שטעל איך אן אז ביי דיפאלט זאל זייין אלעס וואס איך וויל כסדר נוצן?, ווי למשל די פאנד סייז, רעכטע זייט, וכדומה.
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31231
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ספרים שטוב האט געשריבן:וויאזוי שטעל איך אן אז ביי דיפאלט זאל זייין אלעס וואס איך וויל כסדר נוצן?, ווי למשל די פאנד סייז, רעכטע זייט, וכדומה.

פאר די פשוטע זאכן עפן זייער פענעל (נישט סתם אויבן אויפן ריבבען, נאר דריק דער קליינער ערראו אונטען פון זייער סעקשען אויפן ריבבען) טויש די סעטטינגס און דריק דארט "Set as Default" (זע דא https://www.techrepublic.com/blog/micro ... customize/)

פאר מער קאמפלעצירטע טוישן אינעם דיפאלט פון א נייע דאקומענט, דארפסטו עפענען א נייע דאקומענט מאכן די טוישן און דאן עס סעיוון אלץ דער Normal.dotm (זע דא מער דעטאלן https://support.office.com/en-us/articl ... b5166f98ea)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

ספרים שטוב האט געשריבן:וויאזוי שטעל איך אן אז ביי דיפאלט זאל זייין אלעס וואס איך וויל כסדר נוצן?, ווי למשל די פאנד סייז, רעכטע זייט, וכדומה.


די "Normal" סטייל, איז די נארמאלע פאראגראף סטייל פאר יעדע מאל די עפנסט א נייע דאקיומענט, אז דו וועסט דארט אנשטעלן ביי 'פאראגראף' רעכטס צו לינקס, דזשאסטיפייד, ספעיסונג צווישן פאראגראפן וכו', וועט אלעמאל דאס בלייבן אזוי, בתנאי אויב ס'איז אנגעשטעלט new documents based on this templat.
אזוי אויך אנדערע סטיילס קענסט אוועקשטעלן לויט דיין באגער, און עס סעיוון אין די דיפאלט טעמפלעט פון ווארד.

(כאטש קנאפער האט שוין געענטפערט, האב איך געשריבן לויט מיין שפראך)
אוועטאר
היטשינער
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:48 pm
לאקאציע: שעפעלע בארג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היטשינער »

וויאזוי מאך איך אז ווען איך האב 2 קאלומס זאל זיך עס ענדיגן צוזאמען אונטן?
עס איז נישט קיין עבירה צו האבן א יצר הרע
עס איז אן עבירה צו פאלגן דעם יצר הרע
(הגה"צ ר' יעקב מאיר שכטער שליט"א)
--------------------
בליגסטע טיקעטס און האטעל פרייזן קליק דא
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

א גוטן טאג
איך גיי יעצט צוביסלעך אריבער פון איין קאמפיוטער צום צווייטן (דער ערשטער פארשטייט זיך מער נישט מיט'ן ווייער, שוין באשטעלט א צווייטע אויך, לאמיר זעהן אויב דאס וועט העלפן)

דער נייער כלי האט ווינדאוס 10, (ווערסיע 1809), ווארד 2016

איך האב עטליכע זאכן וואס איך קען מיך דערווייל נישט אויס, און איך ברויך הילף

ווי אנדערע האבן שוין אויך געשריבן אין דעם אשכול (נישט געפונען קיין ענטפער), די LEFT TO RIGHT און RIGHT TO LEFT קנעפלעך פעלן פונעם RIBBON, און איך בין נישט מצליח זיי אריינצוברענגען אהין

איך וויל אנשטעלן דעם 'נארמאל' טעמפלעט, אבער איך טרעף עס נישט!

באלדיגע הילף וועט זיין זייער אפרישיעיטעד, די ארבעט ווארט אויף מיר און איך קען מיך נישט באכלעפטשן.. יישר כח
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך האב מיך אביסל ארומגעשפילט, געזוכט אויפ'ן וועב, און עס איז מיר ב"ה געלונגען צוצולייגן די RIGHT TO LEFT און LEFT TO RIGHT קנעפלעך ביים QUICK ACCESS TOOLBAR

דערזעה איך מיך יעצט, אז איך האב גאר א צווייטע פראבלעם... ווען איך טייפ אידיש, עס איז אנגעשטעלט "רעכטס צו לינקס", אבער ווען איך נוץ דעם ARROW פון רעכטס, גייט עס לינקס, און די זעלבע פארקערט מיט די ערראו פון לינקס גייט עס רעכטס. מה פשט? (כ'האב געמיינט ביז יעצט אז דאס איז וועגן די LEFT TO RIGHT איז נישט געווען גוט אנגעשטעלט, אבער יעצט זעה איך אז איך האב גאר א צווייטע פראבלעם. דא למשל ביים בראוזער, ארבעטן די ערראוס געהעריג, נאר אין ווארד איז עס פארקערט)
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31231
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

לכאורה האט געשריבן:דער נייער כלי האט ווינדאוס 10, (ווערסיע 1809), ווארד 2016

אפדעיט ווינדאוס. דער יעצטיגער ווערסיע איז 1909.
ווי אנדערע האבן שוין אויך געשריבן אין דעם אשכול (נישט געפונען קיין ענטפער), די LEFT TO RIGHT און RIGHT TO LEFT קנעפלעך פעלן פונעם RIBBON, און איך בין נישט מצליח זיי אריינצוברענגען אהין

דער קיבארד האט שוין אידיש צוגעלייגט? אין ווארד אפשענס (פייל>אפשענס) ביי לענגווידזשעס איז דא היבראו?
איך וויל אנשטעלן דעם 'נארמאל' טעמפלעט, אבער איך טרעף עס נישט!

זעסט עס נישט ביי %AppData%\Roaming\Microsoft\Templates?
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אה, דאס איז מסתמא געווען דער פראבלעם פון די ערראוס, איך האב שוין געהאט אינסטאלירט היברו, אבער נעכטן האב איך דאס עפעס ארויסגענומען (ווייל איך האב פרובירט פטור צו ווערן פון די אויטא-קארעקט רויטע שטרייפן..), יעצט האב איך דארט צוריקגעשטעלט היברו, און די ערראו טוהט זיין ארבעט א מחי' ב"ה
שרייב תגובה

צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”