פרייזן האט געשריבן:
ונהפוך הוא !!! אנשטאט די גזירה מיר זאלען לערנין איבער די גוים וועלין זיי להבדיל לערנין איבער יודען
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
פרייזן האט געשריבן:
פעטער יעקל האט געשריבן:הגה"צ רבי זלמן לייב פיליפ האט ארומגערעדט אויף דעם וואס מאיז אלעמעל פארנומען מיט די נייעס מלעבט מיט דעם און מנעמט די השפעות און די השקפות פון אלע נייעס קוועלער,
אויך האט ער מעורר געועון קעגן די וואס גייען פארדאמען אנטסימיטיזעם צוזאמען מיט די ציונים
צדיקים האט געשריבן:היינט וועט זיין א דרשה אין וומ''ס לאור דעם מצב
מיללער האט געשריבן:פעטער יעקל האט געשריבן:
דער פארשעיער רבי האט ארויסגעברענגט אז בעצם רעדט ער קיינמאל נישט אינדרויסן פון מאנסי אבער דא האט ער גאמאכט אן אויסנאם.
עפעס זאגט איר נישט פונקטליך נאך, ווייל דער רבי שליט"א פון פארשעי איז הערשט געווען 'געפיטשערט' אויף א ווידעאו פרעזענטאציע פארנט פון 95 טויזנט באטייליגטע אין מעט לייף סטעדיום און נאך הונדערטער טויזנטער אידן איבער די וועלט.
ומאי שנא?
ויש ליישב בדוחק
פעטער יעקל האט געשריבן:אלס יושב ראש האט געדינט ר' משה אהרן שטויבערפון מאנסי
דערנאך האט גערעדט הגה"צ רבי אהרן זילבערשטיין שליט"א דומ"ץ צעהלים
הגאון הגדול רבי משה גרין שליט"א ראש ישיבה ד'מאנסי
כ"ק אדמו"ר מ'פארשעי שליט"א
הגה"צ רבי זלמן לייב פיליפף שליט"א
דער פארשעיער רבי האט ארויסגעברענגט אז בעצם רעדט ער קיינמאל נישט אינדרויסן פון מאנסי אבער דא האט ער גאמאכט אן אויסנאם,
ער האט שטארק ארומגערעדט איבער די ניסים וואס האט פאסירט ביי אים אינדערהיים,
אויך האט ער ארויסגעברענגט די מהלך וויאזוי מען דארף צוגיין ביים רעדן מיט די גוים, ווען מ'בעט זיי אז זיי זאלן צושטעלן מער סעקיורטי וכדומה, סזאל זיין באופן בקשה ובתחנונים נישט באופן פארלאנגן, אבער ווען סקומט צו עניני דת זאל עס יא זיין מיט א שטארקייט,
און האט געווייטאגט אויף דעם וואס די היינטיגע פאליטישנס און ווארטזאגערס טוען פונקט דאס פארקערטע,
ער האט זייער אפגעווארפן די וואס רעדן פון זיך אליין באוואפענען,
אויך האט ער זייער געווייטאגט אויף דעם וואס די פאליטישנס היינט פרעגן נישט קיין רבנים וואס צו טוען, נאר זיי מיט די צייטונג שרייבער באשליסן וויאזוי מדארף צוגיין און אויף וואספארא מהלך, אן קיין שום דעת תורה.
ולא מיין האט געשריבן:מ'וואלט געדארפט זיך צאמקלויבן אראפשיקן א דעלעגאציע צו די נישט אידישע שכינים, און זיך איינלעבן בשלום, אויף אויפ'ן חשבון פון אויפגעבן אפאר דעוועלעפמאנ'ס, און אויף אויפ'ן חשבון פון צאלן העכערע סקול טעקס. יא. דאס איז איז דער דרך הגלות, וכמבואר בספה"ק נועם אלימלך פ' ויגש, עיי"ש.
קאנסילמאן האט געשריבן:ולא מיין האט געשריבן:מ'וואלט געדארפט זיך צאמקלויבן אראפשיקן א דעלעגאציע צו די נישט אידישע שכינים, און זיך איינלעבן בשלום, אויף אויפ'ן חשבון פון אויפגעבן אפאר דעוועלעפמאנ'ס, און אויף אויפ'ן חשבון פון צאלן העכערע סקול טעקס. יא. דאס איז איז דער דרך הגלות, וכמבואר בספה"ק נועם אלימלך פ' ויגש, עיי"ש.
איך בין מיט דיר, און לאמיר דא צוזאמען שטעלן א שטיקעל ליסטע וואס מיר גייען רעדן מיט די גוים - די שכנים, ווען מען גייען אראפ גיין רעדן צו זיי.
1} מיר גייען אויפגעבן דעוועלעפמאנ'ס, סיי הייזער וואס איז שוין געבויעט, און סיי ווא סאיז נאך אין די פריע שטאפלען גייט מען אויפגעבן, די וואס איז נאך נישט געבויעט וועט מען נישט בויען, דאס וואס איז שוין געבויעט וועט מען איבער געבן אין א קארפ פאר די גוים.
2} מיר גייען אנהייבען צאלען מער טעקס, און אן קארגשאפט, זאל די גוי האבן וואס ער דארף.
3} אלע אידן וואס גייען זיך טרעפן אן א דירה ווי צו וואנען וויבאלד מען גייט מער נישט בויען גייט מען שיקען עקסלאסיוו צו א פלאטץ ווי עס איז נישט דא קיין גוים וואס האבן אונז פיינט, אפשר א עליה קיין אר"י?!, אופס..... דארט איז אויך דא גוים, ושעסטער, לעיקוואד, קר"י, איבערארל האט מען אונז פיינט... שאקס, לאמיר דינגען א קרוז שיף ווי מען גייט זיי פלאצירען.
4} די גוים האבן פיינע די שחיטה, מען גייט גיין וועשעטעריען! אראפ מיט די סקווירע און קר"י שחיטה, ועיין בספה"ק אז אויב איז עס נישט קיין פיקוח נפש מוז מען נישט עסן קיין פלייש.
5} די לעצטע פאר יאר איז יעדעס יאר דא פראטעסטען קעגן די מצה בעקערייען, מען נישט פסח עסן מצה, עיין ערך ליסקא רב, די זעלבע איז מיט די כפרות גייט מען פון היינט מאל אן דרייען מיט געלט, לעבן בשלום מיט די גוים איז וויכטיגער ווי א מנהג.
6} די גוים האבן פיינט גרויסע משפחות.
עס איז דא נאך זאכען וואס צוצילייגען, שרייב דו ווייטער, לאמיר גיט מיט א קאמפליט ליסט צום גוי, לאמיר אנקימען דארט מיט א געהעריגע פלאן, ואולי יחוס אז ער וועט אונז נישט פיינט האבן.
קאנסילמאן האט געשריבן:איך ווייס נישט ווי אזוי יוסעלע גולם האט אויסגעזען, איך וויל אבער ענדערש האבן שנאת ישראל פון א גוי ווי שנאת ישראל פון א איד,
די שפראך דא אויף אייוועלט כאילו די איד היינט אין מאנסי איז שולדיג אינעם פראבלעם פון עשיו שונא ליעקב איז נישט אויסגעהאלטען.
קאנסילמאן האט געשריבן:איך ווייס נישט ווי אזוי יוסעלע גולם האט אויסגעזען, איך וויל אבער ענדערש האבן שנאת ישראל פון א גוי ווי שנאת ישראל פון א איד,
די שפראך דא אויף אייוועלט כאילו די איד היינט אין מאנסי איז שולדיג אינעם פראבלעם פון עשיו שונא ליעקב איז נישט אויסגעהאלטען.
קאנסילמאן האט געשריבן:איך ווייס נישט ווי אזוי יוסעלע גולם האט אויסגעזען, איך וויל אבער ענדערש האבן שנאת ישראל פון א גוי ווי שנאת ישראל פון א איד,
די שפראך דא אויף אייוועלט כאילו די איד היינט אין מאנסי איז שולדיג אינעם פראבלעם פון עשיו שונא ליעקב איז נישט אויסגעהאלטען.