צוקער ערזאץ

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וועלכע צוקער ערזאץ נוצט איר אין די קאווע?

איקוועל
2
3%
ספלענדע
12
17%
סוויט און לאו
1
1%
אנדערע סארט (ביטע שרייב ארויס)
3
4%
קיין איין ערזאץ - בלויז צוקער גמור
29
41%
נישט קיין צוקער און נישט קיין ערזאץ
23
33%
 
סך הכל שטימען: 70

אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אמאל אמאל ממש זעלטן מיט איין קאצקע צוקער.

מיט א קאצקע צוקער?! ממה נפשך אויב האסטו נישט ליב קאווע אזש דו ברויכסט צולייגן צוקער... דאן טרינק נישט קיין קאווע! קיינער צווינגט דיר נישט! און אויב האסטו ליב די צוקער... גיי טרינק אראנדזש דזשוס!
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3647
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

Think and Thank האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אמאל אמאל ממש זעלטן מיט איין קאצקע צוקער.

מיט א קאצקע צוקער?! ממה נפשך אויב האסטו נישט ליב קאווע אזש דו ברויכסט צולייגן צוקער... דאן טרינק נישט קיין קאווע! קיינער צווינגט דיר נישט! און אויב האסטו ליב די צוקער... גיי טרינק אראנדזש דזשוס!

לץ! דו האסט נישט געכאפט... איך נוץ נישט די צוקער מיט די קאווע, נאר אזוי צו דערזייט אזויווי א שטיקל לקח... :roll:
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

קאצקע צוקער אווי לקח?! מסתמא טוסטו עס אלס סיגוף אין די עשרת ימי תשובה...
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
לייבקע יענטע'ס
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2010 1:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבקע יענטע'ס »

פאקטען האט געשריבן:קאווע אן צוקער איז ווי אייער שפייז אן קיין זאלץ


קאווע מיט צוקער איז ווי אריינמישען טשאקאלעט טשיפס אין חלה און באשפריצען מיט ספרינקעלס
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

איינער ווייסט פארוואס צוקער איז באשאפן געווארן..
און די קטורת האט מען עס נישט גענוצט צו וואס יא?
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7022
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

לייבקע יענטע'ס האט געשריבן:
פאקטען האט געשריבן:קאווע אן צוקער איז ווי אייער שפייז אן קיין זאלץ


קאווע מיט צוקער איז ווי אריינמישען טשאקאלעט טשיפס אין חלה און באשפריצען מיט ספרינקעלס

הממ, סאונדט דעלישעס.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35420
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כ'ווינדער זיך שוין לאנג, ווער האט צוזאמגע'שדכנ'ט די צוקער מיט די קאווע?

קיין שייכות בכלל די צוויי זאכן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3647
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

איך האב נעכטן אויסגעטרייט א פרישע געדאנק, עס איז א זייער פשוטע איידיע און מסתם האבן עס שוין פילע געטון אבער מיר איז עס הערשט אצינד איינגעפאלן, און איך פיל איך מוז ארויסגעבן מיינע הרגשים איבער דעם פיינעם קאווע פון נעכטן מוצאי שבת קודש:
מען לייגט אריין קאווע און טשאקאלאד-טשיפס און מילך! די מעלה פון טשיפס איבער סתם טשאקלאד איז אז עס צעלאזט זיך פיל שנעלער און גרינגער, און ווערט בעסער אויסגעמישט אין די קאווע!
אוי איז דאס געווען נארהאפטיג!
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

איך נוץ coconut suger סאיז זייער געשמאק. געזונט. און אויך זייער טייער...
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

סארקאזי האט געשריבן:איך נוץ coconut suger סאיז זייער געשמאק. געזונט. און אויך זייער טייער...

קאקאנאט צוקער איז צוקער און איז בכלל נישט געזונט.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

farshlufen האט געשריבן:כ'ווינדער זיך שוין לאנג, ווער האט צוזאמגע'שדכנ'ט די צוקער מיט די קאווע?

קיין שייכות בכלל די צוויי זאכן.

גא"מ, זיך אלס געווינדערט צו דאס איז פשוט א וועג צו פטור ווערן פון די פדיון הבן קאצקא...

די איינציגע זאך וואס מ'קען צושטעלן צו א קאווע איז מזונות, אבער צוקער?

אין די גויאישע וועלט איז עס נישט בנמצא.
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
ב שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8629
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm
לאקאציע: טשענל 12

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ב שלום »

געשטימט: קאווע אן צוקער
רבי! פליז פאקעס...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28198
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:איך האב נעכטן אויסגעטרייט א פרישע געדאנק, עס איז א זייער פשוטע איידיע און מסתם האבן עס שוין פילע געטון אבער מיר איז עס הערשט אצינד איינגעפאלן, און איך פיל איך מוז ארויסגעבן מיינע הרגשים איבער דעם פיינעם קאווע פון נעכטן מוצאי שבת קודש:
מען לייגט אריין קאווע און טשאקאלאד-טשיפס און מילך! די מעלה פון טשיפס איבער סתם טשאקלאד איז אז עס צעלאזט זיך פיל שנעלער און גרינגער, און ווערט בעסער אויסגעמישט אין די קאווע!
אוי איז דאס געווען נארהאפטיג!

ווילסט עפעס וואס צולאזט זיך שנעלער ווי טשאקלעד טשיפס?
"טשאקלעד ספרינקלס"
[געזען ביי מיין געוועזענע בעל אכסניא אין אנטווערפען]
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”